בלאט 3 פון 8
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 6:31 pm
דורך נאר,,פרייליך
ענדליך רעדט שוין איינער פון א צווייטע זייט מטבע אויכעט.
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 6:42 pm
דורך מאראנצןזאפט
לעיקוואד, לדעתי לדעתי איז קול מבשר עטוואס בעסער אין דעם הינזיכט ווי די אנדערע צייטונגען.
אין אלע דריי אידישע צייטונגען איז רב עובדי אראפגעמאלן געווארן ווי א גארנישט און אויף קול מבשר איז ער נספד געווארן כהלכה.
אויף ק''מ ווערט מען ענדערש געוואויר אז ס'וואוינען אידן אויך אין נאברעסקא און אין מעמפיס, חב''ד איז כשר און א אידישע פרוי פון הונדערט און דרייצן האט א חשיבות אפילו זי גייט הויזן און א ווייסליכע פאני האר.
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 6:50 pm
דורך לעיקוואד
ייתכן, דער עיקר חילוק אבער האט קול מבשר געמאכט לגבי די ראדיא, אסאך אידען האבען אויפגעהערט הערען ראדיא זייט עס איז דא קול מבשר. און דאס האבען די צייטונגען נישט געהאט, וויבאלד ווער וויל ווארטן ביז די אנדערע מיטוואך צו הערען אז פוטין האט אטאקירט אוקראיינע דאנערשטאג..
לגבי אנדערע סארט אידען איז טאקע אינטרעסאנט ווי קול מבשר איז מצליח צו כשר'ן יעדער חב"ד רב מנעבראסקע ועד מאמביי און יעדער אלטער פרוי אדער אנטיסעמיט מטאראנטא ועד דרום אפריקע.
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 8:13 pm
דורך שמעקעדיג
לעיקוואד, לענ"ד זענען די מעלות נאך אלץ מער ווי די חסרונות.
איך אליין הער אויך כמעט נישט קול מבשר, (איך בין דאך ביזי אין שטיבל..) אבער די ראדיא איז קלאר נישט וויכטיג פאר היימישע אינגעלייט אויסצוהערן, מיט אלע **** סקאנדאלן יעדע שני וחמישי און גוי'טעס זינגען זייערע עדווערטייזמענטס, וכו'.
עס איז נישט פאראן קיין שלימות אויף דער וועלט, אויפן עולם השקר ווי טוב ורע משתמשים בערבוביא. א מענטש דארף פרובירן דאס נאנטסטע צו שלימות וואס מעגליך לפי המצב. און דאס איז וואס זלמן ווידער טוט.
און מיין גרעסטע פארגעניגן איז, און איז א שטיקל ראיה לדברי, אז נישט איינמאל און נישט צוויי מאל האט מען געהאקט אויף קאלמע, וויפיל פאשקעווילן איז שוין געווארפן געווארן אין די שולן אנטקעגן אים און זיין האטליין מיט דברים של מה בכך, טראץ וואס דאס איז שוין "כשר למהדרין", און ב"ה המה כרעו ונפלו, און קול מבשר גייט ווייטער אן לשמחת כל ישראל.
באמת האב איך אויך געוויסע טענות אויף אים, עס איז קלאר אז ווען איך וואלט עס געפירט (עהעם) וואלט עס אנדערש אויסגעזעהן, אבער איך פארשטיי אז כשם שאין פרצותיהם שוות כך אין דעותיהם שוות, און לויט זיין שיקול הדעת טוט ער דאס בעסטע אין זיינע הענט, איז כה לחי, זאל ער ממשיך זיין געזונטערהייט.
נאך א נקודה, וואס איך האב שוין אסאך מאל געשריבן אין שטיבל, ווען מען רעדט זיך כסדר אפ אז עס איז נישטא קיין פרנסות ביי אונז, אלע טאלאנטן באגראבט מען, נעבעך, מיר קוקן אויס ווי אזעלכע בארעמהארציגע אידן... יא יא, דאס איז ביזן קעשענע, ווען איימיצער טוט ענדליך צו דער זאך, צי הערשל מייזליש, צי זלמן ווידער, הייבן זיך תיכף אן א מבול פון קריטיק, אלץ-פארשטייערס וואס ווייסן בעסער קריכן ארויס ווי שוואמען נאכן רעגן.. ביטע, לאזט לעבן! גיב יענעם קרעדיט פארן טון צו דער זאך, לאמיר זיין פאזיטיוו!!! ער ארבעט שווער, ער פאלט נישט צום לאסט אויפן ציבור, ער נוצט אויס זיינע גאט באשאנקענע טאלאנטן. ירבו כמותם בישראל!
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 8:38 pm
דורך פישלע העררינג
זייער שיין שמעקעדיג. ריכטיג מיט יעדעס ווארט.
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 9:23 pm
דורך אבי גערעדט
איך (און מסתם אויך אסאך אנדערע) האב שוין אסאך מאל זיך פרובירט פארצושטעלן וויאזוי קול מבשר וואלט אויסגעקוקט יענעם ביטערן טאג פון 9/11 אויב קאלמעוואסער וואלט שוין דאן עקזיסטירט.
קודם וואלט געקומען א טריקענע באריכט אויפן בולעטין קנעפל אז באריכטן קומען אריין איבער א פליגער אינעם טורעם, דרעזנער וואלט גלייך געהאט דעם הצלה קאארדינעיטער מיטן חב"ד רב פון לאוער מאנהעטן אויפן אידישן ווינקל, דאן וואלט אריינגעקומען נאך און נאך שאקירנדע נייעסן, נו ווער האט דא א גוטן כח הדמיון אראפצולייגן וויאזוי ער וואלט עס געקאווערט? אפשר מאראנצי די אליין?
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 9:38 pm
דורך גיבור
לאמיר אויך אריינווארפן מיינע צוויי צענט!
קודם כל איך האב געלייקט דיין ארטיקל, און אפילו צוגעשריבן א קאמפלימענט וואס קומט זיך דיר זיכער פאר'ן מאכן אזא שיינע ארבייט און אזוי גוט צוצולייגן א זאך,
אבער מיט אפאר קלייניקייטן בין איך מחולק מיט דיר, למשל וואס די שרייבסט לגבי סיום הש''ס, ברענגסט ארויס ווי גוט ער גייט צווישן די טראפן, האלט איך אז ער איז טאטעלי ראנג, איך פארשטיי אז א ריזיגע ציבור יודען האלטן נישט פון לערנען די ד''ף, אבער ווען אזא ריזן עולם מאכט א סיום עס קומען זיך צאם 90.000 יודען אויף איין פלאץ זיך פרייען בשמחת התורה און קיין ווארט נישט ? כ'מיין חוץ די לצנות צו רעדן פונעם טרעפיק, ביזט א סאטמערע אקעי, אבער וועגן דעם איז קיינעמס תורה גארנישט ווערד ווייל די האלטסט נישט פון די ארגענעזאציע (מיט די עצם לימוד האסטו דאך נישט קיין פראבלעם ווייל עטס מאכטס עס נאך, טאקע מיט שינויים אבער פארט די אייידיע) גלייבטס מיר ער האט זיך אסאך קאליע געמאכט דעמאלטס, א יוד האט מיר דעמאלטס געזאגט, זאל ער כאטש רעדן פון די פארקינג לאט דארטן, איך מיין עס איז נאך געווען דארט אזויפיל מענטשן ווי אין די קרתא פארקינג לאט וואס ער רעדט פון דעם יעדע וואך.
איך פארשטיי אז היות די וועלט איז ווי א קורצע דעקע וואס שלעפסטו די זייט ווערט אפן די אנדערע זייט, שלעפסטו אויבען עפענט זיך אונטן, די זעלבע זאך קענסטו קיינמאל נישט צופרידן שטעלן יעדער איינער, אבער דא האט ער איבערגעצויגן די שטריקל,
דאס איז נאר א דוגמה וכהנה וכהנה איז דא נאך זאכן, ווי דאס אז חב''ד איז א "פראקציע" איך מיין ווער ביסטו דאס צו זאגן און צו מחליט זיין,
שוין לאמיר ענדיגן ביי דעם און האפן אז זלמענען וועט דאס ליינען און זיך טוישן אהן קיין פחד.
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 9:57 pm
דורך שמעקעדיג
גיבור... ער פארשטייט זיין ביזנעס! פינטל.
איך וויל וויסן וויפיל פון די 90,000 אידן פונעם סיום הש"ס אדווערטייזן ביי אים? הא?
ער דארף זיך צושטעלן צום רוב פון זיינע שומעים און אדווערטייזער (און אויך צו די קריטיקירער), ופשוט הוא.
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 10:04 pm
דורך מאראנצןזאפט
תורה ארויף תורה אראפ, אגודה איז טאבו אין סאטמאר, און דו וועסט דאס קיינמאל נישט פארשטיין.
דערצו וואס צו דעם סיום איז דא נאך וואס גייען נישט ספעציעל דאסמאל ווען וויזשניץ האט דאס קאטאגאריש ביאקאטירט.
און מיט דעם אלעם האט ער גערעדט דערפון וואכן לאנג נאר אן קיין אינדראסירונג.
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 10:05 pm
דורך גיבור
גערעכט מיט דעם אבער נאכאלטס קענסטו דאס נישט אנרופען נייטראל אדער גיין צווישן די טראפן,
שטעל דיר פאר אז נאר די סיקרירן אדווערטייזן ביי עם און זיי באכען אריין מיליאנען אין זיין ביזנעס און וועגן דעם ריפט ער אהן יעדער צווייטער גדול שר''י, איך וואלט קיין טענות צו עם נישט געהאט און אפשר אפילו וואלט איך עם פארשטאנען, אבער נייטראל איז דאס נישט. פינטל!
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 10:39 pm
דורך יאיר
געוואלדיגע אנאליז, מאראנצן, עס גיסט זיך דאס זאפט ווי פון דיין פראפיל בילד. כ'וואלט געזאגט אז דו ביסט שוין כמעט ראוי איבערצונעמען הערשל פרידמאן
א באזונדערער יישר כח קומט זיך דיר פאר'ן מיר צוריקברענגען זכרונות פון מיינע יונגע יארן, ווען איך בין געווען א הייסער רעפובליקאנער און סאציאל קאנסערוואטיוו, און אן אויסערגעווענליכער פאליטישער אנאליסט, כ'האב אפילו געוואוסט פאראויסצוזאגן אז רודי זשוליאני וועט זיין אונזער קומענדיגער פרעזידענט. איי, וווי נעמט די זיסע בחור'שע יארן. כ'דערמאן זיך ווי כ'פלעג ווארטן בכליון עינים א גאנצע וואך אויף יונה כהן'ס אנאליזן און עס איינגעשלינגען און אויסגעקוועטשט ווי א קול מבשר אין די הענט פון מאראנצןזאפט, ווי כ'האב זיך פארגינט איינמאל א וואך צו הערן יוסי געשטעטנער'ס טשיקאווע נייעס און נישט געשפארט קיין שמייכלען צו די פיר ווענט אין ביה"כ, וואו כ'האב פרובירט צו דרוקן אויפ'ן טעלעפאן ארויפצורוקן דעם וואליום מיט כח ווען מר. סימן טוב פון אפגאניסטאן האט גערעדט אפגאניסטאניש דורך די פארזשווארטע דראטן און מ'האט נישט געהערט קיין אות אחת.
אינטערעסאנט איז אבער אז כ'האב כמעט קיינמאל נישט געהערט די נייעס אליין פון ווידער'ן. קודם כל, זיין שטימע גרילצט מיר אין די אויערן. שוין, על טעם וריח אין להתוכח, אבער לדעתי, לדעתי, ווען ער וואלט אביסל גענידערט די שטימע און זיך אויסגעלערנט צו רעדן מער רואיג און ווייניגער דראמאטיש וואלט ער געסאונדט פיל מער פראפעסיאנעל. אבער דער עיקר וואס האט מיר נערוועז געמאכט איז געווען 1) די אדווערטייזמענטס וואס יעדע פון זיי איז בערך אזוי לאנג ווי די גאנצע נייעס באריכט. דאס איז דראסטיש פארערגערט געווארן ווען דער נומער 3 קנעפל איז געווארן דרוקלאז ביי די נייעס באריכטן און מ'האט מער נישט געקענט אריבערשפרינגן די אדווערטייזמענטס אן אויסלאזן א האלבע נייעס באריכט, 2) די באריכטן יעדן שני וחמישי איבער קראכמילער רבי'ס נעפיו'ס אפשערן און סלאדאוונער אדמור'ס שטיף קינדס חתונה מאכן. 3) די נייעס ווערט געזאגט אויף אן אופן וואס ס'איז ניכר אז דער זאגער פארשטייט נישט וואס ער רעדט. דאס האט מיר ממש געקרענקט. פון א פיצא אדווערטייזמענט ביז א נייער פרעזידענט ביז א טעראריסט אטאקע - אלס מיט די זעלבע מאנאטאנישע שטימע וואס ליינט אפ דעם גאנצן צעטל. איך געדענק נאך ווי היינט ווען כ'האב מרגיש געווען אז דער מחבר פון דעם צעטל האט אנגעהויבן לייגן נקודות אויף אלע אויסלענדישע נעמען.
אכ'מוז צולייגן אז ווי דו האסט שוין ערווענט, איז מיין מצב געווען דוקא פונקט דאס פארקערטע ווי דאס וואס לעיקוואוד לייגט אראפ. קול מבשר האט מיר צום ערשטן מאל געגעבן א פארשטאנד אין פאליטיק און א געשמאק אין הערן עקזאטישע אינטערוויוען. מיט אלע זיינע חסרונות גיב איך אים קרעדיט פאר'ן אויסברייטערן אביסל מיין יונגער וועלטל אז עס זאל זיין דארט פלאץ פאר נאך עטליכע זאכן אויסער שובבי"ם ת"ת און רצופות. ווען איך וועל ארויפקומען אויף יענע וועלט און מען וועט מיר שמייסן פאר'ן גלייבן אין עוואלוציע וועל איך ווייזן מיט'ן פינגער אויף קול מבשר.
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 11:16 pm
דורך ממרום שלח אש
אזוי ווי מאראנצן נעמט אן הילף מיט זיינע אינוועסטגעטיוו רעפארטאזשען, שטעל איך צוזאם א טיעם וואס וועט ארויסקומען מיט א אלטערנאטיווע בליק אויף קול מבשר.
נאר אזויווי איך פארמאג נישט די עקסטענסיוו אישי נעטווארק וואס מאראנצן פלעגט שוין א יאר צייט, מוז איך ארויסלייגן דא א עפענטליכע מעלדונג פאר הילף, על אף וואס אזא שריט ברענגט אראפ דעם סורפרייז פאקטאר.
* פילע קרעדיט וועט געגעבן ווערן. *אינטערעסירטע מעלדט אייך אין אישי. * נאר אקרעדירטע שרייבער ביטע.
נ.ב. עס איז חלילה נישט קיין פערזענליכע סוויפט באעט אויף מיודענו מאראנצן, מיינע קאמפלימענטן און שעצונג איז שוין ערשינען
דא. עס איז שליסליך איבער קול מבשר.
נשלח: מיטוואך מערץ 05, 2014 11:36 pm
דורך מאטי
יאיר .... הא הא הא .... Wow אקוראט געליינט מיינע מחשבות, ממש. א יעדע שורה.
איין נקודה מוסף צו זיין, איך געדענק ווען רובאשקין איז געווען הייסע נייעס האט זלמן געמאכט אן עקסטרען אפטיילונג וואו שמעון ר. האט געפיטערט דעם עולם מיט אפדעיטס. שפעטער ווען די טעזע האט אביסל נאכגעלאזט האט ער נגהויבן מאלן שווערע וואסער אזש ס'האט זיך מיר געדאכט אז ער באשאפט אוראניום.
נעקסטע וואך גייט פארקומען אן אחדות קאל וואו גאנץ כלל ישראל גייט שרייען "אמן יהא שמיה רבה אויפן פארלאנג פונעם קרבן ציבור שלום מרדכי בן רבקה נאכאמאל שלום מרדכי בן רבקה, וואס שמאכטעט אין פינסטערן קעלער על לא דבר, דורך די מרשעת די דשזאדשקע וואס האט אויסגעהערט די לעכערליכע טענות פון די רשעים די פראסוקיוטערס. סלייגט זיך ממש נישט אויפן שכל. און 65 סענעטארן און 39 קאנגרעסלייט האבן געשיקט בריווען צו עריק האלדער וואס מאכט זיך נישט וואוסענדיג אפילו פון זיין אייגענעם פארגייער זשענעט רינא וואס האט געשיקט גאר א שארפן בריוו און מ'זעט פונעם תוכן אז זי האט פונקטליך שטודירט די גאנצע נושא .....................
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 12:03 am
דורך אי איתמר
לעיקוואד האט געשריבן:ייתכן, דער עיקר חילוק אבער האט קול מבשר געמאכט לגבי די ראדיא, אסאך אידען האבען אויפגעהערט הערען ראדיא זייט עס איז דא קול מבשר. און דאס האבען די צייטונגען נישט געהאט, וויבאלד ווער וויל ווארטן ביז די אנדערע מיטוואך צו הערען אז פוטין האט אטאקירט אוקראיינע דאנערשטאג..
מה ענין קול מבשר אצל ראדיא ?
איך גלייב נישט אז מענטשען הערן נישט קיין ראדיא וועגען קולמבאסער,
ראדיא הערען מענטשען מיטצוהאלטען די נייעס, טאלק שאויס וכ'ו,
קולמעבאסער גרעפצעריי הערט מען פאר הונדרעט אנדערע סיבות,
ייתכן, דער עיקר חילוק וואס קול מבשר האט געמאכט איז פאר קינדער/בחורים און פאר די וואס האבען קיינמאל נישט געהערט קיין ראדיא ,
לעיקוואד האט געשריבן:לגבי אנדערע סארט אידען איז טאקע אינטרעסאנט ווי קול מבשר איז מצליח צו כשר'ן יעדער חב"ד רב מנעבראסקע ועד מאמביי און יעדער אלטער פרוי אדער אנטיסעמיט מטאראנטא ועד דרום אפריקע.
לענ''ד האט נישט קיין פשט ווען פון מאל צומאל רעדט ער פון גענצליך פרייע כאילו..
מילא די יונגעל נח פאזנער פון קאנעטיקוט איז כאטשיג א היימישע נאמען,
אבער סתם..,
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 12:46 am
דורך אפטעמיסט
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 7:53 am
דורך פלעין יודיש
איינער האט אפשר א פיקטשער פון זלמע'נען???
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 1:02 pm
דורך שמעקעדיג
קול מבשר האלט שוין ביי 1,000 אינטערוויאוס. בליעה"ר.
אין אייוועלט איז פאראן א ליסטע פון יעדע איינע, אויב זוכט איר וואס צו טון מיט דער צייט
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=9978
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 3:08 pm
דורך פלעין יודיש
אינגאנצען פארגעסן פון ווידער פון די חורבן אייראפע אפטיילונג
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 3:30 pm
דורך zurich
פלעין יודיש האט געשריבן:אינגאנצען פארגעסן פון ווידער פון די חורבן אייראפע אפטיילונג
תנא ושייר
נשלח: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 11:16 pm
דורך פישלע העררינג
רק להעיר.
גראד אין אנהויב ביזטו זיך מתנצל אז אפשר וואלסטו געדארפט שרייבן ענדערש אין אייוועלט. באלד דערנאך איז ברסלבער אהינגעגאנגן טאפן דעם דופק אויב עס איז א דא דארט מקום ללון. כאילו שטותים שרייבט מען דא, און טיפזיניג שרייבט מען דארט. בלעטער נאר אדורך די קאווע בלעטער, צייג דיך אליינס איבער וואספארא הערליכע, זיסע, טיפע, געשמאקע ארטיקלען עס ווערן דא בתמידיות ארויפגעשטעלט.
ובאתי רק להעיר.
נשלח: פרייטאג מערץ 07, 2014 3:11 am
דורך הדד בן בדד
איך ווער פלעין צודרייט דא, אזעלכע מייסטער ארטיקלען גיסן זיך דא, אשכולות פארן, עה, וואס פארן, זיי פליען, און דער עולם איז מגיב מיט זאפט, אבער איך בין שטעקן, איך קום נישט אן, איך האב נישט קיין דריי מינוט צו ליינען דא. ביטע, האט רחמנות, אויב איינער קען אזוי גוט זיין און ארויפלייגן דעם ארטיקל (און אפשר אויך די זאכליכע תגובות) אויף א פי די עף פייל איך זאל עס קענען ארויספרינטען און ליינען במשך די נעקסטע פאר טעג ווען איך וועל האבן אפאר מינוט צווישן דא און דארט? א גרויסן שקויעח.
מיט דאנק, אייער פריינט
הדד
נשלח: פרייטאג מערץ 07, 2014 6:00 am
דורך העלא
אייוועלט איז די פלאץ צו זיין
קאווע שטיבל איז א בחינה פון "בוחר הרע במיעוטו"
סאלך זאכן קען מען נישט שרייבן אויף אייוועלט
מחמת גודל ה"צענזור" והאויגן
לייגט מען עס אויף קאווע שטיבל,
מ'דארף אבער וואטשן נישט צו ליינען זאכן וואס זענען קעגן די הלכה ובפרט אויב עס גרעניצט זיך מיט כפירה,
נשלח: פרייטאג מערץ 07, 2014 6:03 am
דורך איש עברי
העלא האט געשריבן:אייוועלט איז די פלאץ צו זיין
קאווע שטיבל איז א בחינה פון "בוחר הרע במיעוטו"
סאלך זאכן קען מען נישט שרייבן אויף אייוועלט
מחמת גודל ה"צענזור" והאויגן
לייגט מען עס אויף קאווע שטיבל,
מ'דארף אבער וואטשן נישט צו ליינען זאכן וואס זענען קעגן די הלכה ובפרט אויב עס גרעניצט זיך מיט כפירה,
זיי מוחל נעם דיר דיין רענצל און טראג אפ קיין אייוולט, קאווע שטיבל איז "בוחר הטוב בהידורו"
שפיי אונז נישט אריין אין די קאווע.