בלאט 3 פון 3

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2020 3:17 pm
דורך דוראק
ניט מדוייק, זע צום בײשפּיל דעם אויבנדערמאָנטן המשך ומקנה רב.

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2020 4:33 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ייש"כ פאר'ן אויפפרישן די אשכול.

האסט לכאורה אנגעכאפט די נקודה וואס איך האב געטאפט מער ווי אנדערע מגיבים. אז דו זאגסט אז אין ביהמ"ד פנימה איז אנדער, איז אזוי. איך ווייס דאך נישט אליינס. אבער דיין ווערטער פון דער לעצטער רבי האבן נישט קיין שייכות אהער. ווען איינער רעדט פון די געוואלדיגע תיקונים וואס טון זיך אפ פון אן אם הארץ'ס פסח סדר, רעדט ער ווידער פון די תיקונים, נישט די עבודה כפשוטה. אז דער רבי האט אזוי שטארק געשטיצט די מצוות בפועל, מיינט עס נישט אז ער האט געמיינט די קבלת עול ווי איך האב געשריבן. ער האט געזען די תיקונים אין די פראסטע מעשים, אבער תיקונים בלייבט עס.

די חכמת האמת פון די נישט חסידים מיינט, אז מ'איז מוסיף לקח ופלפול אין די הנהגה פון דער בורא אין זיין וועלט, און עס גיבט אויך א חיזוק פאר א מענטש'ן צו דינן בעסער. די עצם עבודה טוישט זיך נישט, למה תוקעין, רחמנא אמר תקעו. כקטן כגדול, יעדער בלאזט שופר, ווייל דאס איז די גרעסטע גליק אין די וועלט, צו פאלגן דער באשעפער. איך פויל זיך יעצט אויסצושרייבן פארשידענע מעשיות און מימרות אין דער געביט, אבער דאס קומט פון אומעטום.
אין תורת חב"ד האלט מען דאך ממש בשיטה אז די חכמת האמת איז א חלק פון די למעשה פון עבודת ה', און פון יעדער זאך מוז ארויס קומן א הוראה בפועל וויאזוי צו דינן דער באשעפער. דאס איז אין קעגענזאץ צו די אויבענדערמאנטע שיטה.

איך קום גארנישט אויפווייזן, אפשר זענען עטץ גערעכט. איך קום נאר אויסקלארן וואס די חילוקים זיינען.

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2020 6:05 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ווי האט זיך נאר יענער חבד'סקער משפיע אמאל אויסגעדרוקט, "ביי אונז אין חב"ד האט מען ביטול היש", עכ"ל. נישטא ווער זאל לאכן פון דעם נארישן אקסימאראן.

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2020 10:47 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: ס'איז א ביטול היש. יענעם'ס יש איז מען מבטל. און ס'איז נאכאלץ דא...!

ס'איז דא אויף דעם א משל פון א פתגם פון א נישט איידעלע פארשוין. שאי אפשר להעלות אותו על הכתב. פאללי אדלער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויף אן ענליכן אופן.

פרעג מיך נישט ווער פאללי אדלער איז געווען. אוואו זי האט געוואוינט. און וואס איהרע מעשים טובים זענען געווען...!

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 7:08 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דוראק האט געשריבן:
און דאָס דווקא האָט מיך געעקבערט (איך האָב געהאַלטן לאַנגע שמועסן מיט מײנע משפיעים איבער דעם). מילא אַז מ'וועט זאָגן אַז דער עיקר איז אהבה ויראה, פאַרשטאַנד אין אלקות וכו', פאַרשטיי איך אַלץ וואָס עפּעס מוז מען זײן דווקא אַ חסיד. ווען מ'זאָגט אָבער ווידער, אַז דער עיקר איז קבלת עול, קבלת עול, קבלת עול... פאַרוואָס טאַקע ניט זײן קיין ליטווישער שרץ?

יעצט פארשטייסטו פארוואס מ'האט דיר געדארפט אויסלערנן די שפראך פון 'ליטווישע שרץ'. ווייל ווען נישט פאר די זאכן, וואלסטו צוריק געגאנגן צום מתנגדיש'ן שורש דיינער, און די פארטיי קען דאס דאך נישט צולאזן. נוצט מען אזעלכע מיטלן אויסצומיידן אומבאקוועמליכע קשיא'ס.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 3:11 pm
דורך ראשית כאחרית
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עי''ש בתפארת יונתן וואס זאגט אנדעריש פשט.
איך בין נתפעל פונ'ם רעבענ'ס אויפנעמען מענטשען. ער איז זיכער נישט געווען קיין קטלא קניא, אבער איך זעי נישט קיין רשכבה''ג אין לערנען אדער אין חכמה
בד"כ אומרים ההיפך שהיו לו כוחות גדולים מאד אך לא ניצל אותם במיוחד כי לא למד במסגרת תורנית מה שגרם לטעות בזה שלא היה געוואלדיג בלימוד

בחכמה רואים ישרות ועמקות בכל נושא הן במכתביו והן בפעולותיו והעיקר האמונה פשוטה שהייתה לו בהקב"ה ובכל יהודי

נמחק - דאס איז נישט קיין אשכול פון פאליטיק, שנאת המתנגדים אדער חכמת הפרצוף

נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 3:44 pm
דורך twek123
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:על ראשון ראשון, איך האב מסביר געווען. די מדרגות פון חסידות וואס א מענטש לעבט ווי א בן איז געגעבען געווארען נאכ'ן זיין א עבד בשלימות. אזוי וועט זיין חסידות נישט מבטל זיין זיין עבדות. אבער דער צוגאנג אז פון אנהייב אן רעדט מען פון חסידות, וואס אין חב''ד איז דאס א קלארער שיטה, מיט קליינע קינדער און עמי הארץ, הייסט'ס דער ערשטען טריט אדער פון די ערשטע טריטען אין אידישקייט איז נישט בנוסח עבדות, לאזט נישט דער שמירת המצוות זיין צו דער זאך און אויך נישט די חסידות.
און דיין צווייטע פאוינט איז נישט ריכטיג. דער סבה פון דער דגש אויף חומרות אינ'ם חסידיש'ע וועלט, דער כח אז מנהיגים קענען שטעלען אן עיקר אויף חומרות, נישט נאר עמך אידען נאר מנהיגים, איז טאקע פאר דער סבה. ווייל מ'זעט נישט איין דער ענין. ביים ליטווישען ציבור, אע''ג אז מ'קען טרעפען דער פראבלעם אויכ'ט, אבער נישט אין אן איינגעפיהרטען חינוך אופן. די חזון איש'ניקס און די בריסקער ביי זיך, הגם זיי לעבען מיט חומרות, וועלען נישט מחנך זיין די קינדער אזוי. אז מ'ווייזט זיי אויף אז דער חומרא נעמט צו פונ'ם עבדות, רעכענען זיי דערמיט, עכ''פ די וואס איך קען
Mishneh Torah, Repentance
10
Chapter 10
אַל יֹאמַר אָדָם הֲרֵינִי עוֹשֶׂה מִצְוֹת הַתּוֹרָה וְעוֹסֵק בְּחָכְמָתָהּ כְּדֵי שֶׁאֲקַבֵּל כָּל הַבְּרָכוֹת הַכְּתוּבוֹת בָּהּ אוֹ כְּדֵי שֶׁאֶזְכֶּה לְחַיֵּי הָעוֹלָם הַבָּא, וְאֶפְרשׁ מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁהִזְהִירָה תּוֹרָה מֵהֶן כְּדֵי שֶׁאֶנָּצֵל מִן הַקְּלָלוֹת הַכְּתוּבוֹת בַּתּוֹרָה אוֹ כְּדֵי שֶׁלֹּא אֶכָּרֵת מֵחַיֵּי הָעוֹלָם הַבָּא. אֵין רָאוּי לַעֲבֹד אֶת ה' עַל הַדֶּרֶךְ הַזֶּה, שֶׁהָעוֹבֵד עַל דֶּרֶךְ זֶה הוּא עוֹבֵד מִיִּרְאָה וְאֵינָהּ מַעֲלַת הַנְּבִיאִים וְלֹא מַעֲלַת הַחֲכָמִים. וְאֵין עוֹבְדִים ה' עַל דֶּרֶךְ זֶה אֶלָּא עַמֵּי הָאָרֶץ וְהַנָּשִׁים וְהַקְּטַנִּים שֶׁמְּחַנְּכִין אוֹתָן לַעֲבֹד מִיִּרְאָה עַד שֶׁתִּרְבֶּה דַּעְתָּן וְיַעַבְדוּ מֵאַהֲבָה:

נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 9:53 pm
דורך berlbalaguleh
הקטן האט געשריבן:
ברם צריך להיות לזכרון תמיד ראשית העבודה ועיקרה ושרשה. והוא כי אף שהיראה היא שרש לסור מרע והאהבה לועשה טוב...
@ליטוואק פון בודאפעסט וואס איז דיין מיינונאג וועגן לערנען מיט א קינד מסילת ישרים?
גראד פין אנפאנג שרייבן "שהאדם לא נברא אלא להתענג על ה' ולהנות מזיו שכינתו" ?
צומאל מוז מען אנהייבן (מיט געוויסע מענטשן, אין געוויסע מצבים)מיט אהבת ה'. און דורכדעם צוקומען צו יראת ה'.

ס'איז בבחינת סור מרע ועשה טוב. אמאל מוז מען אנהייבן מיט עשה טוב. און דורך די ידיעה צו קומען צו די מדריגה פון סור מרע. וק"ל...!
דיין רבי האט אויסגעלאזאט דעם "ועתם תהי׳ לי ממלכת כהנים וגוי קדוש"?
מאכט דאס נישט דעםמענטש דער צענטער פונ'ם געשעפט?

דו האסט א פוינט מיט וואס דו שרייבסט - אבער דאס איז נישט חסידות בכלל אדער חב"ד בפרט.
ס'דא היינט פארשידענע new age סאדא-חסידות מענלי בעסעד אויף ר' צדוק און ר' נחמן וואס זענען גילטי מיט וואס דו שרייבסט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 9:56 pm
דורך berlbalaguleh
דער מאמר פון בערל בעל עגלה איז געווען די תגובה. נאר ס'איז בטעות אריין אלס מאמר המוסגר...!

Re: חסידות חב"ד און פארוואס איך בין נישט קיין חסיד

נשלח: מאנטאג מאי 13, 2024 7:51 am
דורך ראשית כאחרית
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: מיטוואך אפריל 15, 2015 7:37 am איך וויל ארומרעדען פארוואס איך בין נישט קיין חב"ד חסיד און וואס איך ווייס פון חב"ד און פארוואס ס'געפעלט מיר נישט. איך מיין נישט די געזעלשאפטליכע נקודות דערפון, ס'גייט מיר ווייניג אן צו מ'גלויבט אז דער רעבע איז משיח, און די זייטיגע משוגעת'ן וואס ס'געפונט זיך אין יעדע קרייז איז נישט דער נושא. סתם אזוי, דער לעצטע רעבע איז מיר א קליינע משל פון חב"ד. איך האב אסאך געזען אין ליקוטי שיחות און איך בין גאנץ ווייניג נתפעל פונ'ם רעבע'ן הן בענין חסידות, וואס ער רעדט אויף גאנץ א קליינער פארמאט, ווי אויך זיין אינטעלעקטואל"ע כוחות, וואס זענען גאנץ קליין כלפי אמת'ער גדולי ישראל וואס איך האב געזען און געלערנט. איך מיין די תורות און עניינים און צוגאנג צו אידישקייט וואס דרייט זיך אין חב"ד און האט זיך שוין אריינגערוקט אינ'ם ברייטערע ציבור וואס צייגט אויף א געוויסע טע'אלאגי'ע וואס כפי החינוך מאבותי ורבותי און וואס מ'האט מיר אויסגעלערנט פון ספרים איז דאס נישט איינשטימיג מיט תורה'דיגע מושגים.
דער עבודה פונ'ם מענטש איז צו זיין אן עבד ה', און יעדער טריט זיינער דארף זיין משועבד צו עבדות. דער אייבישטער האט געהייסען טוהן מצוות, דארף מען טוהן מצוות. דער אייבישטער האט געהייסען דאווענען צו איהם, דארף מען דאווענען צו איהם. דער אייבישטער האט געהייסען האבען מדות טובות, דארף מען האבען מדות טובות. אלס אונטער'ן רובריק פון עבודת ה'. ווען א מענטש דערגרייכט הויכע מדרגות און האלט שוין נאכ'ן קיינמאל נישט זינדיגען און מוכתר בכל מדה טובה און ער טוט אלע מצוות בהידור, קען ער אנהייבען מיט חסידות, וואס דער באדייט דערפון איז נאכגייען כוונת הקב"ה במצוותיו און פראבירען צו טוהן כפי דער עומק הכוונה פון יעדע מצוה אלס אן אויסדרוק פון אהבת ה' וואס מ'זוכט צו טוהן אפילו מער ווי ער האט געהייסען.
דער לימוד הקבלה איז א חלק פון לימוד התורה אזוי ווי כל התורה כולה. ס'איז אויך א חלק פון עבודת ה'. דער עבודת ה' דערין איז צו לאזען א מענטש וויסען יסוד הכוונה בהבריאה כדי צו וויסען ווי זיך צו פירען בדרכי החסידות, ד.ה. נאכצוגייען דער אמת'ער רצון ה'. דאס איז די צווייטע טריט פון עבודת ה', אז א מענטש איז אזא עבד אז ער זוכט זיך משעבד צו זיין נאך און נאך פאר זיין בורא אויסצודרוקען זיין הכנעה צו איהם און זיין אהבה. דעריבער טאקע איז געווען אנגענומען בכל תפוצות ישראל, און געפסקנ'ט דורך תקנות וחרמות, און שטארק באשטעטיגט אין כתבי אריז"ל, אז מ'זאל נישט וואגען צוצוגייען צו לימוד הקבלה אז מ'שטייט נישט אויף א הויכע שטאפעל אין עבודת ה'. נאר דער וואס האלט ביי חסידות מעג עס לערנען, ווייל נאר דער וואס האלט ביי חסידות לערנט עס ריכטיג און האט א שייכות דערצו.
כפי וואס איך ווייס, איז חב"ד געבויט אויף גאר אן אנדערע צוגאנג. דאס אליינס אז מ'האלט און מ'וויל מחנך זיין קליינער קינדער מיט לימוד 'פנימיות התורה' איז דער ערשטע טריט. מ'זוכט אריינצוברענגען דער מענטש אינ'ם כוונת הבריאה נאכצומאכען דער אייבישטער און זיך צושטעלען צו זיין ארבעט. מ'גייט נישט צו אלס עבד, נאר אלס שותף. דעריבער רעדט מען פון 'לכתחלה אריבער' און 'ביטול היש', וואס איז איראניש, ווייל דאס איז די גרעסטע ישות שייך. אז מ'גייט צו צו אידישקייט אן א הכנעה אן אן עבדות, נאר אלס אדון און דער וואס פיהרט דער וועלט. איך קום נישט לייקענען דער מציאות אז יעדע פעולה וואס א מענטש טוט דערגרייכט גאר הויך, אבער אז דאס זאל זיין דער עיקר כוונה פונ'ם פעולה איז א ישות וואס שטימט נישט מיט'ן יסוד פון עבדות לה' וביטול אליו. דאס מאכט דער מענטש דער צענטער פונ'ם געשעפט און נישט דער אייבישטער.

איך האב מקצר געווען און ארויסגענומען אסאך פון וואס איך האב געשריבען אין אנהייב, ווייל איך בלייבען מיט דער נקודה.


'ומעתה כל איש ישים אל לבו במעט זמן שיפנה מעסקיו לא יקטן בנפשו באמרו מצד שפלותו והכרתו בפחיתות ערכו ורוב טרדתו כו' מי אנכי שאבא למעלות ומדרגות ההתבוננות העמוקות מכלי מוחו ולבו ולמה אלך בגדולות ונפלאות ממני כו' ידע נאמנה שמתחייב ב
בנפשו ממש וכמעט קשה פריקות עול מצוה זו כעובר על מ"ע דתפיליו וציצית וכה"ג (כי קרקפתא דלא מנח תפילין נק' פ"י בגופן וזה נק' פושע בנשמתו כו') כי ציווי זה דוידעת ושמע ישראל כו' הרי כל חיי נפשו האלקי' באור תו"מ ועבודה שבלב תלויין בזה וכל איש כפי ערכו גם אם אינו רק יודע ספר צריך לייגע עצמו בכל יכולתו ביחוד אלקות דסובב וממלא הוי' ואלקי' וזה כל האדם בכל ימי חייו להיות אור אחדות ה' ממש נקבע במוחו ולבבו וכל אשר פורק עול בזה ומטעה עצמו בדמיונות שוא ומדוחים כמו בשפלות של שקר הנ"ל אין זה רק עצת היצר להדיחו ולהרחיקו מאור פני אלקי' שלא יראה אור ה' במוחו ולבבו וזהו סיבה ושרש לכל דינין קשין הנמשכין על כל איש לפי דרכו וכו''(הקדמת אמרי בינה לאדמו"ר האמצעי מליובאוויטש)



דרך אגב עס האט א גרוייסע שייכות מיט ספירת העומר גבי מדריגת בן ועבד וואס שטייט אין של"ה הק'.