בלאט 3 פון 23
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 1:03 am
דורך [NAMELESS]
חאצקעל שניידער האט געשריבן:ווי וואנט מאר !!
גלייב מיר, יותר ממה שהתינוק רוצה לינוק האם רוצה להניק, אבער כ'זע נישט א גרויסע פאראינטרעסירונג, ולייקים.
כ'על פרובירן נאכאמאל אן ארטיקל, און מ'עמער זען אויב דער עולם עט זיך ווארעם אנרופן...
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 1:16 am
דורך רוסישער
קען עמעצער מיר געבן צו פארשטיין וואס איז דער עומק הסוד פון לייקים ווואס איז דער תועלת פון דערויף און פארוואס וועט א מענטש פאר דעפ בעטן
בכל אופן דער עולם חלש'ט אויף דער המשך המאמרים, ובפרט איבער דעם היינטיק'ן שליט"א
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 1:33 am
דורך געוואלדיג
ר' שש ווילסט אז יעדער זאל שרייבן נאר לויט לייקים, אויב יא וואלט איך שוין לאנג געסטאפט פון שרייבן דא, מען שרייבט וואס מען זעהט פאר ריכטיג און שוין, ווען דו שמועסט מיט איינעם פא"פ רעדסטו אויך נישט ביז יענער גיבט א פולע הסכמה?, זיי ממשיך וסוף הכבוד לבוא, ועוד יותר וודאי יודע אתה הא דאיתא בשו"ע על התובע בפה ואכמ"ל.
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 1:39 am
דורך [NAMELESS]
יא, אבער כ'האב כמעט נישט געזען אפילו קיין רעאקציע. ווייס איך נישט צו ס'זענען נאך פארהאן אינטרעסירטע.
יעצט זע איך אז יא, ס'נאך יא דא פאראינטרעסירטע...
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 1:51 am
דורך געוואלדיג
נו אוודאי קיינער וויל נישט אריינהאקן אינמיטן דיינע ווערטער, קום נאר אן צום היינטיגן און וועסט זעהן וואס עס וועט געשעהן.
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 2:11 am
דורך חאצקעל שניידער
ביי די ערשטע פרקים האב איך געהאט וואס מעיר צו זיין האב איך געפרעגט אז כהא נישט און אלס איז קלאר , אה כהאזעך דערמאנט איין הערה דו נוצט דעם אויסדרוק כבוד הבריות , כמיין אז דאס נוצט מען פאר גוים אדער פאר בעלי חיים , אהבת ישראל וואלט געפאסט בעסער, אה נאך עפעס קענסט אפשר מסביר זיין דעם ספעציעלקייט פון אמשינוב אין דעם ענין וואו למשל דער בארדיטשעווער וואו אויך אנדערע צדיקים זי״ע וואס האבן אוועקגעגעבן זייער ביסן פון מויל און זייער העמד פון זייער לייב פאר אידנס וועגן איז די ווארט ווייל זיי האבן זיך געהאלטן מער איינס מיט די חסידים , ס׳נישט געווען אזוי ווייט די מורא רבך ,אדער סתם אזוי ס׳געווען א גלוי אהבה מער וואו אנדערע חסידישע הויפן.
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 2:34 am
דורך [NAMELESS]
גם אני בחלומי. אנא תמשיך כבר... וסוף הכבוד לבוא. אמן
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 7:48 pm
דורך [NAMELESS]
חאצקעל שניידער האט געשריבן:כהאזעך דערמאנט איין הערה דו נוצט דעם אויסדרוק כבוד הבריות , כמיין אז דאס נוצט מען פאר גוים אדער פאר בעלי חיים , אהבת ישראל וואלט געפאסט בעסער, אה נאך עפעס קענסט אפשר מסביר זיין דעם ספעציעלקייט פון אמשינוב אין דעם ענין וואו למשל דער בארדיטשעווער וואו אויך אנדערע צדיקים זי״ע וואס האבן אוועקגעגעבן זייער ביסן פון מויל און זייער העמד פון זייער לייב פאר אידנס וועגן איז די ווארט ווייל זיי האבן זיך געהאלטן מער איינס מיט די חסידים , ס׳נישט געווען אזוי ווייט די מורא רבך ,אדער סתם אזוי ס׳געווען א גלוי אהבה מער וואו אנדערע חסידישע הויפן.
א' - די נקודה פון אהבת הבריות בנוסף צום אהבת ישראל, איז פשוט אז זיי האבן געהאט א ריזיג שטיק הארץ. נישט נאר האבן זיי ליב געהאט א איד וויבאלד די תורה זאגט אזוי, נאר זיי האבן ליב געהאט א מענטש אלס מענטש. דערפאר האבן זיי געקענט מקרב זיין אפילו אידן וואס זענען נישט געווען בגדר 'עושי מעשי עמך'.
ב' - די ספעציעלקייט פון אמשינוב מער ווי א צווייטער חצר, איז סיי מיט די כמות, דהיינו וואס מ'האט אלס געטון פאר אנדערע [נישט נאר בשיטה, נאר בפועל. וכנ"ל עסקנות אצל המלכות, ארומפארן אין שטעטלעך מאכן שלום וכו'], און סיי באיכות, דהיינו די עומק איז געווען, און איז אזוי עד היום הזה, אז די אהבה ברענגט צו דיבוק חברים, וויבאלד די אהבה איז געווען בשיטה, און די חסידים צווישן זיך האבן אויך געהאט א משונה'דיגע נאנטקיט ואהבת מרעים, וואס האט געהאט א כח סיי אין לבלתי ידח ממנו נדח, און סיי און כח ההתעלות, איש את רעהו עזר ולאחיו אמר חזק. און דאס איז אן די דירעקטע שייכות וואס יעדער האט געהאט מיט6ן רבי'ן צוליב די געוואלדיגע אהבה וואס האט זיך אריבערגעגאסן פון די רבי'ס צו די חסידים.
נ.ב. היינט פלאן איך צו פארענדיגן דעם ארטיקל איבער'ן ערשטן אמשינאוון רבי'ן בעז"ה.
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 8:26 pm
דורך חאצקעל שניידער
מקרב זיין אידן וואס זענען נישט עושה מעשה עמך איז נכלל אין אהבת ישראל
ב. אהבת ישראל איז נישט נאר א ענין פון קבלת עול ווייל די תורה האט אזוי געהייסען נאר ווייל זיי זענען בני קל חי , זיי האבן א נשמה וואס איז א חלק אלוק ממעל
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 8:36 pm
דורך [NAMELESS]
חאצקעל שניידער האט געשריבן:מקרב זיין אידן וואס זענען נישט עושה מעשה עמך איז נכלל אין אהבת ישראל
ב. אהבת ישראל איז נישט נאר א ענין פון קבלת עול ווייל די תורה האט אזוי געהייסען נאר ווייל זיי זענען בני קל חי , זיי האבן א נשמה וואס איז א חלק אלוק ממעל
אין ביידע דיינע נקודות ביזטו גערעכט, און מיט ביידע דינג איך מיך נישט, אבער ביידע זענען נישט סותר מיינע אויבנדערמאנטע נקודות:
א. מקרב זיין אידן וואס זענען נישט עושה מעשה עמך, קען אפשר זיין נכלל אין אהבת ישראל [ויש לדון בזה, שהרי המצוה יסודה בואהבת לרעך כמוך, והיינו ברעך במצוות], אבער במציאות זענען ווייניג מענטשן - אפילו צדיקים - ביכולת צו ליב האבן א יעדן איד אהבת נפש, אפילו ער איז נישט עושה מעשה עמך. געווענדליך סטאפס עס ביים שומר תורה ומצוות. איבריגס, אהבת הבריות איז כולל די זאך בשלימות, אז א ברייטע הארץ איז מקרב יעדן די זעלבע.
ב. די נאמען קענסטו געבן וויאזוי דו ווילסט, אבער די סיבה פארוואס מיר זענען מחויב באהבת ישראל, איז נאר צוליב די תורה. יעצט קענסטו זיין א דורש ומקבל שכר, אז די טעם פון די חיוב איז א תוצאה פון דעם וואס מיר זענען א חלק א-לוה ממעל. וכדבריהם ז"ל 'חביבין ישראל שנבראו בצלם אלקים'.
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 8:38 pm
דורך פלאוויוס
[tag]אדנירם[/tag], גם אני מצטרף אל המבקשים. איך שלינג מיט דורשט דיינע באשרייבונגען. דו האסט ידיעות + טאלאנט.
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 8:55 pm
דורך געוואלדיג
אדנירם האט געשריבן:
נ.ב. היינט פלאן איך צו פארענדיגן דעם ארטיקל איבער'ן ערשטן אמשינאוון רבי'ן בעז"ה.
דערמיט ווילן מיר אויסדריקן א דאנק פון טיפן הארצן פאר כל חברי ורבני השטיבל וואס האבן צוגעהאלפן בגופם ובידם צו צוקומען צו די געפאדערטע מאס לייקס און דורכדעם ערמעגליכט צו ווייטער אנהאלטן די טייערע שמועסן פון אונזר חבר 6 איינגעדרייט.
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 10:51 pm
דורך חאצקעל שניידער
שש: עי׳ בס׳ לק״א פ׳ ל״ב ותמצא נחת בביאור ואהבת לרעך כמוך דהאהבה הוא מצד הטוב שנמצא בכ״א מישראל באיזה מצב שיהיה ומצוה לשנאותו היינו מצד חלק הרע , וצ״ע בעכו״ם שהם משלש קלי׳ הטמאות למה יש ענין לאהוב אותם כמש״כ בשערי קדושה למהרח״ו שיאהב כל אדם אפי׳ גוים ואולי יוכל מעכ״ת לבאר הענין.
ב. כשאני אומר שאינו רק בקבלת עול אין הפי׳ שמכוון הטעם בשעת קיומה אלא שגם הוא מרגיש מחמת אהבתו לה׳כל׳ אהבה לחלק, וגם שאהבה הוא מדה והיאך שייך מצוה על מדה כידוע הקי׳ על ואהבת את ה׳ אלקיך.
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 11:32 pm
דורך א איד
@אדנירם איך גלייב נישט אז דו האסט מיר געמיינט מיט דעם אז דו זעהסט נישט קיין אינטרעסירונג, פונדעסטוועגן וויל איך נשיט זיין קיין פורש מן הציבור, אנא אל תלכו מזה, און לאז אונז נישט ווי א דארף אן א הונט, און לייג ארויף דעם קומענדיגן ארטיקל.
הכו״ח א איד וואס האט ליב אלע אידן און רעדט בשם אלע אידן
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 12:41 am
דורך [NAMELESS]
איך בין נישט קיין גרויסע ידען אין חסידישע היסטארי, האב איך נישט קיין סאך צו צולייגן, אבער איך ליין יעדע ווארט מיט דארשט
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 12:54 am
דורך חאצקעל שניידער
סזעט אויס ס׳קומט א גוטס כהאב עם געשריבן א תגובה פאר ארום 2 שעה צוריק און ער האט נאכנישט מגיב געווען איטס נאט לייק הים.[emoji1][emoji1]
Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 1:26 am
דורך מרדכי
@שש אפילו משרייבט נישט איז ווייל מהאט נישט וואס צו צולייגען.
אבער איך שלינג מיט דארשט דיינע ווערטער. איך געדענק נישט ווען איך בין געווען אזוי אינטרעסירט אין היסטערי פין א חסידות
המשך: אמשינוב - מה הוא?
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 1:47 am
דורך [NAMELESS]
[center]פינפטע קאפיטל:
המשך: שטריכן פון אמשינוב - נאך פונעם ערשטן אמשינאווער רבי, ר' יעקב דוד.[/center]
[center]ויין ישמח...[/center]
'טרינקען' - איז אלס געווען א חלק פונעם אמשינאוון מהות. פארוואס? ווייל דאס מאכט פרייליך, און פרייליך איז פון די סאמע וויכטיגסטע זאכן אין אמשינוב. א שטרענגער עובד האט דארט נישט קיין מקום, ס'איז קעגן דעם יסוד פון אמשינוב. אמשינוב איז גורס אז מיט שמחה קען מען צוריק אויפלעבן אפילו נאך א שטארקע ירידה, מ'כאפט זיך צוריק און מ'געבט נישט אויף. אבער איינער וואס לעבט כסדר פארזויערט, איז איינמאל ער כאפט א זעץ, 'וואס גייט אים צוריק אויפהייבן'?
נאך א טעם איז, וויבאלד דאס איז א וועג זיך מקשר זיין בחבורה אחת, בדיבוק חברים, און זיך האלטן צוזאמען. חז"ל זאגן שוין אין מסכת סנהדרין ק"ג ע"ב: "גדולה לגימה שמקרבת את הלבבות", און ממילא האט מען גאר שטארק זיך געהאלטן צום משקה. און עד היום הזה זענען דא גרויסע שתיינים אין אמשינוב, און ביי יעדע געלעגנהייט וועלן זיין טרינקער'ס, שמחת תורה צו א חתונה ביים רבי'ן, דער עולם פרייט זיך און האלט זיך צוזאם.
אבער דאס איז קיין סתירה מיט דורכגעווייקטע עובדי ה'. דער קונץ איז צו וויסן פארוואס מען טרינקט, און די תוצאות זענען בהתאם. דער אמשינאווער רבי פון אמעריקע, ר' איציק'ל, האט דערציילט, אז ר' יעקב דוד פלעגט ערב יום כיפור טרינקען 'גוזמאות' מעד [=א פאפולערע משקה אינדערהיים, געמאכט מיט האניג און וויין], און ווען ס'איז געקומען דער זמן צו זאגן כל נדרי "האט ער זיך געגעבן אפאר שאקל, און ער איז געווארן ווייס ווי קאלעך. און עס איז געווען נאכן טרינקען".
אזוי אויך האט רבי ישראל פילוב'ער - א זון פון ר' דוד'ל קאצקער, א זון פון ר' מענדלע קאצקער - דערציילט, אז איינמאל איז דער אמשינאווער געקומען קיין קאצק אויף א שבע ברכות, און ער האט געטרינקען גוזמאות, און אין קאצק האט מען 'געקענט טרינקען'... און אפילו לויט זייערע השגות איז עס שוין געווען צופיל. האבן די שארפע קאצקע חסידים אים געגעבן מער און מער צו טרינקען וועלנדיג ער זאל ווערן שיכור... אבער מ'האט גארנישט געזען אויף אים. שפעטער איז ער געגאנגען צו זיין אכסניא און די קאצקע האבן אים באגלייט וועלנדיג זען וואס גייט זיך דא אויסקאכן. שפעטער זענען די קינדער פונעם קאצקער אים געקומען באזוכן, האט ער ווידער געשטעלט משקה און געטרינקען גוזמאות, און שפעטער איז דער עולם געקומען 'זיך צו פראוון', און בעפאר ער האט אויפגענומען דעם עולם "האט ער זיך געגעבן אפאר שאקל, און ער איז געווארן ווייס ווי קאלעך. און עס איז געווען נאכן טרינקען". האט דער פילובער אויסגעפירט, אז דא האט ער געזען בפועל וואס חז"ל זאגן אין מסכת ב"ב י' ע"א "יין קשה פחד מפיגו".
[center]חסידים הראשונים היו שוהים...[/center]
יעדער ווייסט אז 'אמשינאוו' מיט 'פארשלעפטקייט' איז א דאפלט לשון. ווייניג ווייסן אבער, אז די פארשלעפטקייט איז שוין געווען אן ארויסגערופענער נושא ביים ערשטן אמשינאווער רבי [כאטש נישט אויף אזא פארנעם ווי ביים היינטיגן רבי. אבער אנדערע רבי'ס לבית אמשינוב זענען יא געווען היבש ענליך צום היינטיגן רבי, ואי"ה עוד נגיע לזה]. דא וועלן מיר אביסעלע בארירן דעם נושא ביים ערשטן אמשינוב'ן רבי'ן.
די חסידים פונעם ערשטן רבי'ן האבן זיך שוין געפירט צו דאווענען שפעט. צווישן זיי זענען געווען אסאך וואס נאך אפאר יארן נאכן חתונה, האבן זיי אנגעהויבן ארבעטן על המחיה ועל הכלכלה. זענען זיי אריין צום רבי'ן פרעגן אויב זיי זאלן ממשיך זיין מיט זייער מהלך ביז יעצט פן דאווענען שפעט, אדער זיי זאלן דאווענען נאך פאר זיי גייען אין ארבעט. האט דער רבי זיי געענטפערט: "עס איז כדאי אז א יונגערמאן זאל שטיין אין געשעפט שפעט אינמיטן טאג, און געבן א קרעכץ 'אוי, ווי האלט איך, איך האבן נאכנישט געדאווענט', און אזוי זיך שטעלן דאווענען"...
דער אמשינאווער רבי פון אמעריקע, ר' איציקל זצ"ל, האט דערציילט, אז איינמאל ווען ער האט זיך געשטעלט דאווענען מנחה זייער שפעט, האבן אפאר 'שארפע אידן' זיך דערוואגט צו פרעגן היתכן, וואס איז דער טעם פון דאווענען אזוי שפעט. האט ער זיי געעפנט א ספר הזוהר און געוויזן "דא שטייט דער זמן מנחה". האבן די חברה אנגעהויבן אריינקוקן און גארנישט פארשטאנען... און אינמיטן האט זיי אנגעכאפט א פחד, און זיי זענען אנטלאפן.
און צום לעצט קומט דער טיפישער אמשינאווער אנקעדאט, אז דער אמשינאווער פלעגט אריינציען דעם שלש סעודות טיף אינעם נאכט אריין. איינמאל איז זיין זון, ר' מנחם'ל, ארויס אינמיטן של"ס צו דאווענען מעריב און מאכן הבדלה. ווען דער טאטע ר' יעקב דוד'ל האט געענדיגט פראווענען של"ס, איז ער אריין צו זיך אין צימער בעפאר'ן דאווענען מעריב, און ער זעט ווי זיין זון האט שוין געמאכט הבדלה, און פון די אנדערע זייט האט זיין איידעם, דער רבי ר' מאיר'ל פון פרשיסכא, נאך געהאלטן אינמיטן די שבת'דיגע דאווענען פון שחרית... [ער איז א ריכטיגער פארגייער פונעם היינטיגן רבי'ן, זייענדיג באוואוסט אלס דער מערסט פארשלעפטער רבי ביז דער היינטיגער אמשינאווער. אי"ה וועט ער זוכה זיין צו אן ארטיקל פאר זיך]. האט ר' יעקב דוד'ל זיך אנגערופן בבדיחות הדעת: "יעצט ווייס איך שוין נישט ווי איך האלט"...
אגב, דער מעשה דערמאנט מיך פון וואס איך האב אמאל געליינט אין סוף ספרי קדשי יהושע, להגאון ר' אליהו יהושע געלדצעהלער שליט"א ולרפו"ש [טאטע פון ר' אליעזר זצ"ל, ואחיו הגדול ר' דניאל שליט"א, ראשי ישיבת אור ישראל], ווי בתוך זכרונותיו דערציילט ער וויאזוי ס'האט אויסגעזען ביי א טיש פון ר' שמעון שלום אמשינאווער - ווי הגראי"ג האט זיך אסאך געדרייט, און דאס ענדלט ממש אין די אויבנדערמאנטע מעשה. ער זאגט אז ר' שמעון שלום האט געגעסן פיש, זיין זון ר' מאיר'ל האט געהאלטן אינמיטן דאווענען, און ר' מאיר'ל איידעם - ר' חיים מיליקאווסקי [היינטיגע אמשינאווער רבי'ס טאטע] האט געלערנט א לומד'יש ספר...
אינעם נעקסטן קאפיטל וועלן מיר מיטהאלטן דעם 'ובא השמש' - בפטירת ר' יעקב דוד'ל, און נאכהער מיטן 'וזרח השמש' - בהנהגת בנו ר' מנחם'ל.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 1:52 am
דורך [NAMELESS]
נאך אזויפיל הפצרות און לויב רייד, האב איך געשריבן א לענגס און א ברייטס, להשלים החסר ולמלאות רצונכם הטהור... אזש כ'האב עס געדארפט צעטיילן אין שני מחנות.
דא האט איר א פרישע קאפיטל נאך בו ביום [ענדערש: בו בלילה...].
ליינטס און האטס הנאה, און דערקוויקטס ענקער דארשטיגע זעל מיט ריינע קוואל וואסער [גענוג מליצ'יש אדער כ'זאל ווייטער 'שילדערן מיט פילפארביגקייט אזש ס'זאל אריינגרידזשען אין די טיפסטע סטרונעס פון הארץ'...?!

ובא השמש, וזרח השמש.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 1:56 am
דורך [NAMELESS]
[center]זעקסטע קאפיטל:
דער פטירה, און די קינדער, פונעם ערשטן אמשינאווער רבי - ר' יעקב דוד.[/center][center]פטירת צדיק.[/center]אין יאר תרל"ח איז דער 64 יעריגער צדיק אפגעשוואכט געווארן, און איז געפארן קיין מעראן - א קור-ארט אין איטאליע - זיך אפצורוהען. אבער נאכן וויילן דארטן פאר צוויי וואכן איז דער צדיק נסתלק געווארן, ביום ד' כסלו תרל"ח. בדרך נס האט מען אים צוריקגעברענגט קיין פוילן, ווייל ע"פ חוקי המדינה האט מען נישט געמעגט אריבערפירן א נפטר. נאכן פארן פינף טעג אין א באן, איז ער אנגעקומען קיין אמשינוב, און אפילו ער האט שוין געהאלטן 5 טעג נאכן פטירה, האט ער אויסגעזען פריש כבחיים חיותו. עד כדי כך, אז זיין פלומעניק - דער עלסטער זון פון זיין יונגערע ברודער ר' מענדלע וואורקער - רבי שמחה בונם'ל אטוואצקער, האט אויסעשריגן מיט התלהבות: אידן קוקטס און זעטס, דער פעטער לעבט און די צורה איז ניטאמאל נשתנה געווארן, און אויף אים איז געזאגט געווארן 'ולא הסריח בשר הקדוש מעולם' [וי"א אז דער גראדזיסקער צדיק האט אזוי געזאגט]. ביים לוויה האט דער אלטער גראדזיסקער, ר' אלימלך, געזאגט אז ווען א צדיק קומט ארויף בעליונים, ווייזט מען אים ווי אלס וואס האט פאסירט אויף דעם וועלט איז נאר לטובה, האט ער אויסגעשריגן: "אמשינאווער רבי, איר זאלט אייך נישט לאזן פארנארן"...!
דער אלטער אמשינאווער איז באגראבן געווארן אין שטעטל אמשינוב, נאכדעם וואס ער האט שוין באפאר'ן ארויספארן קיין איטאליע זיך באשטימט א חלקה אין בית החיים. און מיט אים האט זיך געשלאסן דעם ערשטן קאפיטל לשושלת הזהב לבית אמשינוב. אגב ווערט דערציילט, אז נאכן פטירה האט דער רעביצין גענומען די קינדער וואס זענען נאך געווען גאר יונג, קיין ווארשע, וואו דער מגיד פון טריסק, ר' אברהם, האט זיך דעמאלס אויפגעהאלטן. איינער פון די קינדער, ר' ירמי' וואס איז שפעטער געווען דער באוואוסטער צדיק פון אפאלע [א טיפוס וואס איז ווערט א באשרייבונג פאר זיך], איז געווען א תמימות'דיג 5 יעריגע יונגל (אגב, אלס געווען באוואוסט מיט זיין תמימות) און ער האט געפרעגט דעם טריסקער מגיד: "וואו איז מיין טאטע?", און דער טריסקער האט אים געענטפערט: "אייער טאטע לייכט אין לעכטיגן גן עדן".
די אוהל פון רבי יעקב דוד פון אמשינאוו [קרעדיט, אייוועלט]:
[center]זרעו אחריו.[/center]דער ערשטער אמשינאווער האט איבערגעלאזט פיר קינדער, איין טאכטער און דריי זון. דער טאכטער איז געווען אשת ר' מאיר'ל פרשיסכער, א רעכטער אייניקל פונעם יוד הק', און אויך די דריי זון זענען שפעטער געווארן רבי'ס, אבער ווען דער טאטע איז אוועק איז דער עלסטער זון געווען אן אכצן יעריג זון, און דער יונגסטער זון איז געווען א קינד פון פינף יאר אלט. דער עלסטער זון איז געווען ר' מנחם'ל אמשינאווער, דער ממשיך אינעם אמשינאווען קייט. ער האט אויפגעצויגן די יונגערע ברידער ביי זיך. די אנדערע צוויי זענען געווען ר' ישעי' פרשיסכער [נאך וועם די היינטיגע רבי הייסט 'ישעיה'. ווייל ר' שמעון שלום אמשינאווער איז געווען אן איידעם ביי זיין פעטער ר' ישעי' פרשיסכער], און ר' ירמי' פון אפאלע, ביידע זענען געווען מזקני האדמורי"ם וווען זיי זענען אומגעקומען ביים צווייטן וועלט מלחמה, הי"ד.
אינטרעסאנט איז אנצומערקן, אז דער ערשטער אמשינאווער רבי, ר' יעקב דוד'ל, האט א נאמען געגעבן פאר אלע דריי זון נאך נחמתן של ישראל. מנחם - על שם הנחמה. ישעי' - נאך ישעי' הנביא וואס רוב פון זיין נביאות איז איבער ישועתן של ישראל. און ירמי' - נאך ירמי' הנביא, זאגנדיג אז דער זעלבער ירמי' וואס 'הוא הגבר אשר ראה בעני עמו ישראל' האט אויך געזאגט 'עוד אבנך ונבנית בתולת ישראל'. גלייכצייטיג זעט מען פון דעם וויאזוי דער אמשינאווער האט געלעבט מיט צפייה לישועתן ונחמתן של ישראל.
אינעם נעקסטן קאפיטל וועלן מיר זיך אריבערציען צום צווייטן אמשינאווער רבי, ר' מנחם'ל, און ארויסברענגען זיינע ספעציעל איידעלע שטריכן אינעם גזע פון אמשינאוו.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:00 am
דורך [NAMELESS]
א איד האט געשריבן: אנא אל תלכו מזה, און לאז אונז נישט ווי א דארף אן א הונט,
וויי וויי, מיט אזעלכע קאמפלימענטן ווער דארף נאך בושות?!...
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 2:11 am
דורך [NAMELESS]
חאצקעל שניידער האט געשריבן:שש: עי׳ בס׳ לק״א פ׳ ל״ב ותמצא נחת בביאור ואהבת לרעך כמוך דהאהבה הוא מצד הטוב שנמצא בכ״א מישראל באיזה מצב שיהיה ומצוה לשנאותו היינו מצד חלק הרע , וצ״ע בעכו״ם שהם משלש קלי׳ הטמאות למה יש ענין לאהוב אותם כמש״כ בשערי קדושה למהרח״ו שיאהב כל אדם אפי׳ גוים ואולי יוכל מעכ״ת לבאר הענין.
ב. כשאני אומר שאינו רק בקבלת עול אין הפי׳ שמכוון הטעם בשעת קיומה אלא שגם הוא מרגיש מחמת אהבתו לה׳כל׳ אהבה לחלק, וגם שאהבה הוא מדה והיאך שייך מצוה על מדה כידוע הקי׳ על ואהבת את ה׳ אלקיך.
א. התשובה נלענ"ד בפשיטות, דמידת האהבה בכוחה להפך את האדם ממגושם, אנוכיי, ואכזרי, לאיש נעלה ואהוב. ולכן יש לאהוב גם נכרי כדי להשריש בקרבו מידת האהבה, שהיא מדה חשובה לאין ערוך.
וביתר עומק התשובה לזה, שחלק מחיוב האדם עלי אדמות הוא, להשריש בקרבו מידות אנושיות. היינו שאף ללא התוה"ק היה מקיים מצוות שכליות ומידות אנושיות. שהרי אל"כ אינו כ"א מכונת-אדם, ודו"ק. ולכן כל שאינו אוהב בן אדם באשר הוא [עד שלא נכנס בגדר 'הלא משנאך ה' אשנא' וגו'], לא עשה חובתו מעולם מצד האנושיות שבו.
עוד לא נגעתי לזה שמכיון שעל הקב"ה נאמר 'ורחמיו על כל מעשיו', גם אנו צריכים לילך בדרכיו וכמו שאחז"ל 'מה הוא רחום אף אתה רחום' וכו', וזה קאי אף על הנכרים, וכפי שמסופר בספר יונה. וכפי הנראה ה"ה במציאות אהבת אדם. אלא שמ"מ אינו מ"ע דאורייתא כמו המ"ע של 'ואהבת לרעך כמוך', וק"ל.
ב. לא הבנתי דבריך, ולא אדע איך להשיב ע"ז. פרשהו שנית, אולי אוכל להשיב אשר יחנני ה'.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 8:27 pm
דורך מפוזרי
ר' חאצקעל; ס'זעהט מיר אויס אז דו האסט נישט געכאפט וואס ר' שש האט דיר געשריבן. אין וואורקע האט מען ליב געהאט א צווייטען נישט ווייל מען דארף, נאר ווייל מ'האט אים טאקע פשוט ליב געהאט. מ'האט נישט 'מקרב' געווען דעם פראסטן איד, מ'האט זיך טאקע געשפירט אייניג מיט אים.
און דאס איז טאקע די תכלית המצווה פון ואהבת לרעך כמוך, נאטורליך ליב האבן דער צווייטער. ווייל ליבשאפט קען נאר זיין נאטורליך.