בלאט 3 פון 3

נשלח: זונטאג נאוועמבער 08, 2015 1:09 am
דורך [NAMELESS]
[center]י.[/center]
אלס בחור פלעגט מיין טאטע צומאל גיין אויסהערן דעם בארימטן מגיד 'רבי יענק'לע גאלינסקי' זצ"ל, א נאוואהארדיק'ער תלמיד וואס איז געווען גאר קליינטשיג אין געוואוקס, אבער אן איש אשר 'רוח' בו.

הכלל, האט מיין טאטע דערציילט ווען ער האט געכאפט וואספארא 'נאווארדיקער' ער איז [געמאכט פון שטאל-אייזן]. אז איינמאל איז ער געגאנגען צום חוף [בארטן] אין ארץ ישראל, וואו ער האט געשווימען מיט זיינע חברים. זעט ער ווי אנדרויסן פון וואסער, ביים ביטש, איז דא עפעס אן עלטערער איד [אויסגעזען א בן שישים] מיט א יונג בחור'ל וואס האט אויסגעזען ווי זיינס אן אייניקל, און דער זיידע מאכט 'עקסערסייז' [התעמלות] מיט א פרישקייט ווי א יונגערמאנטשיק, און בשעת מעשה שטופט ער דעם אייניקל אים נאכצוטון, און ווען יענער האט שוין נישט געהאט קיין כח איז דער זיידע ווייטער אנגעגאנגען כאילו לא הי', ווייזנדיג פאר זיין אייניקל ער זאל נישט אויפגעבן... מיין טאטן איז דאס געווען גאר אן אינטרעסאנט בילד, און ער האט זיך דערנענטערט צום אלטיטשקן מלא התפעלות צו זען ווער עס איז דער אלטער וואס איז מלא פרישקייט ומרץ נעורים. אנקומענדיג צום אלטן איד, איז ער ערשטוינט געווארן צו זען אז דאס איז נישט מער און נישט ווייניגער ווי - רבי יענקעלע גאלינסקי...! דעמאלס האט מיין טאטע פארשטאנען וואס דאס מיינט א 'נאוואהארדיק'ער', איינער וואס געבט קיינמאל נישט אויף, און וואס ווערט נישט אפגעשוואכט!

איינמאל ביים אויסהערן א שמועס פון רבי יענקעלע, האט ער דערציילט א מורא'דיגע מעשה וואס ער האט מיטגעלעבט, און ער האט אויסגעפירט מיט א שארפע מעסעדזש צום עולם. דאס איז געווען אזא גוטס און אזוי בייסיג - נוסח רבי יענקעלע, אז ס'האט זיך איינגעקריצט ביי מיין טאטן יארן לאנג.

ס'איז אדורך צוואנציג יאר זייט דעמאלס, און - שוין דא אין אמעריקע - איז מיין טאטע אריבערגעקומען איינמאל צו הערן א שמועס פון רבי יענקעלע. נאכן שמועס, איז מיין טאטע אריבערגעגאנגען צו אים און ער האט אים איבערגעזאגט וואס ער האט געהערט פון רבי יענקעלע'ן צוואנציג יאר פריער. רבי יענקעלע איז קענטליך געווארן זייער איבערגענומען, און האט אים געזאגט מיט א שמייכל אז ער האט קיינמאל נישט גע'חלומ'ט אז איינער וועט געדענקן וואס ער האט געזאגט צוואנציג יאר פריער...

וואס די מעשה איז, און די נקודה וואס רבי יענקעלע האט ארויסגעברענגט דערמיט, וועט צואווארטן צום קומענדיגן תגובה.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 2:55 am
דורך [NAMELESS]
[center]יא.[/center]
רבי יענקעלע גאלינסקי האט אנגעהויבן מיט די פאלגענדע אינטרעסאנטע מעשה: ביים צווייטן וועלטס קריג, האבן די רוסן פארטריבן די נאווארדיקע תלמידים קיין סיביר, און רבי יענקעלע - א נאווארדיקער תלמיד - איז אויך געווען צווישן זיי. אין סיביר האט מען געארבעט ביטער שווער דורכן טאג, אזוי אז ביינאכט איז דער עולם אריינגעפאלן אין בעט באפיסת הכוחות ממש, און פארשטייט זיך אז יעדער האט אויסגענוצט יעדע סעקונדע וואס מ'האט זיך געקענט אויסרוען, אויף צום שלאפן כדי אנצוזאמלען פרישע כוחות פארן מארגנדיגן טאג.

איין נאכט באמערקט רבי יענקעלע, אז עפעס א גוי שטייט אויף אינמיטן נאכט און נעמט א פעקעלע אין האנט, און קוקט ארום צו זען אויב איינער באמערקט אים, און נאכדעם גייט יענער אוועק אין א ווינקל ווי ער פארזוימט זיך פאר צוויי מינוט, און קומט גלייך צוריק. רבי יענקעלע איז געווען זייער נייגעריג צו וויסן וואס יענער טוט, און געבט אוועק אפאר מינוט פון די טייערע נאכט שלאף צייט. נאכקוקנדיג דעם מענטש אפאר נעכט האט ער געזען אז ס'איז א קביעות'דיגע זאך נאכט נאך נאכט. רבי יענקעלע האט מחליט געווען צו פרעגן דעם גוי דירעקט פשט אין זיין התנהגות. פרעגנדיג דעם גוי, האט יענעם באפאלן א פחד אז ער גייט מסר'ן ווי דער שטייגער איז געווען אין קאמוניסטישן רוסלאנד אז מ'האט געציטערט פון אייגענעם שאטן, אבער ווען רבי יענקעלע האט אים פארזיכערט אז ס'בלייבט צווישן זיי, נאר ער וואונדערט זיך אויף זיין מאדנער התנהגות נאכט נאך נאכט, האט דער גוי באוויליגט אים צו פארטרויען זיין סוד. און דער גוי האט אים דערציילט דאס פאלגענדע:

דער ערל איז אמאל געווען א הויכע גענעראל אין רוסלאנד, ביז ער האט זיך איינמאל פארזינדיגט - מסתמא מיטן טראכטן הויעך וואס ער האלט איבער קאמוניזם... - און מ'האט אים פאר'משפט צו פארטריבן ווערן קיין סיביר כאחד הריקים, פאר די קומענדיגע צוואנציג יאר. דער גוי האט געמאכט א חשבון אז דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז ער גייט דא אויסלעבן רוב פון זיין לעבן, און זיין אין איין לאגער מיט גנבים און נידעריגע יונגען וואס מ'האט פארטריבן קיין סיביר פאר זייערע נארישע עבירות. האט ער חושש געווען אז ער וועט פארלירן זיין זעלבסט ווירדע אין זיינע אויגן, און ער וועט ווערן פארגרעבט ווי זיינע שכנים. אבער זייענדיג אן אינטעלעקטואלע גוי, האט דאס אים זייער שטארק געבאדערט, ביז ער האט מחליט געווען אז ער וועט יעדע נאכט אוועקגעבן טייערע צוויי מינוט פון זיין שלאף, און ריזיקירן מיט זיין לעבן, און דעמאלס פלעגט ער אנטון זיינע גענעראל'סקע קליידער און מאכן דעם 'סאלוט' ווי ער פלעגט טון אלס גענעראל, אלס כדי ער זאל געדענקען אז 'ער איז נישט קיין פויער, ער איז א גענעראל'!

רבי יענקעלע האט געזאגט אז ער איז מורא'דיג נתפעל געווארן פון די ווערטער פונעם גוי, און ער האט ארויסגענומען א מוסר השכל פון דעם כלפי כלל ישראל, וואס בעצם זענען זיי דער 'עם סגולה', בנים למקום, גענעראלן, וואס זענען ליידער פארטריבן געווארן אין גלות אריין. אין גלות דרייען מיר זיך מיט די גוים וואס זענען פארגרעבט און מגושם לעומת דעם מלך'ס זון וואס איז אויך פארטריבן אין גלות. איז וויאזוי קענען מיר בלייבן דער אינטעלעקט, און נישט ווערן פארגרעבט? וויאזוי קענען מיר אנהאלטן דעם אידישן 'זהות'? אויף דעם האבן חז"ל אונז געזאגט אז דאס איז דורך די 'גענעראל'סקע קליידער': שם, לשון, און לבוש, וואס דורכדעם זענען מיר ראוי אויסגעלייזט צו ווערן, וויבאלד דאס האלט אונז אפ פון פארגרעבט ווערן און זיך אויסמישן מיט די פויערן-אומות העולם!!!

---------

דא האט זיך רבי יענקעלע אויסגעדרייט צום עולם - וואס ווי מיין טאטע דערציילט מיר זענען דארט געזעצן אסאך ליטווישע מיט געשוירענע בערד וכו' - און פינטלענדיג צו זיי האט ער געהעכערט זיין שטימע: עטס ווילטס ענק צוגלייכן צום גוי?! נאר אדאנק דעם וואס אלס וואס איז געווען שיין ביים גוי איז געווען מיאוס ביים איד, און אלס וואס איז געווען מיאוס ביים גוי איז געווען שיין ביים איד, האבן מיר דורכגעמאכט דעם לאנגן שווערן גלות, און ענק ווילן גאר אויסזען ווי דער גוי?! בלייבטס מיט די גענעראל'סקע קליידער!!!

[center]***[/center]
ווי געזאגט אויבן, האבן זיך די ווערטער גוט איינגעקריצט ביי מיין טאטן אין הארץ, און צוואנציג יאר שפעטער האט ער עס איבערגעזאגט פאר רבי יענקעלע'ן וואס האט זיך מחי' געווען אז איינער געדענקט נאך דעם אלטן שמועס זיינע...

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 8:11 pm
דורך [NAMELESS]
[center]יב.[/center]
אלס יונג בחור, איז מיין טאטע צוגעצויגן געווארן צו הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל, דער בארימטער הוגה דעות על דרך תורת סלאבאדקע. דאס איז געווען אין א תקופה ווען ער איז נאכנישט געווען אזוי וועלט בארימט, און אין די חסיד'ישע וועלט האט מען בכלל נישט געוואוסט צו זאגן פון אים. היות ער איז געווען זייער א שארפער בעל מוסר, וואס האט אויפן סלאבאדקן שטייגער שטארק מקפיד געווען אויף 'גדלות האדם', האט ער למשל נישט צוגעלאזט אז מענטשן זאלן זיך צוהוסן ביים שיעור, ווייל 'ס'פאסט נישט'...

מיין טאטע פלעגט למשל מיטנעמען ריקאולע קענדיס מיט זיך, אז אויב שפירט ער אז ער דארף געבן א הוס, זאל ער האבן גלייך קענען אריינשטופן א ריקאולע אין מויל כדי נישט צו מאכן גערודער אויפן קול. אויב איינער האט יא געהוסט אדער געשליקעצט וכדומה, האט ער יענעם אנגעקוקט מיט אזא שארפע בליק אזוי ברבים, אז ס'איז יענעם פארגאנגען די אפעטיט דאס צו טון נאכאמאל... פארט אבער בסוף ימיו, ווען דער סאטמארער אונגארישער עולם האט זיך גענומען שטראמען צו זיינע שיעורים, האט ער גענצליך אויפגעהערט מקפיד צו זיין אויף דעם, ווי אויף אלע אנדערע ענליכע ענינים, ווי ריקן א בענקל וכו', וויבאלד ער האט געוואוסט אז מיט אזעלכע קליענטן קען מען נישט ארבעטן אזוי קאלט-מוסר'דיג. מיין טאטע האט אים געקענט פאר צענדליגע יארן, און האט געזאגט אז לפי דעתו האט רבי אביגדור אפגעקומען גיהנום אויף די וועלט נאר דורך דעם אליינס, וויבאלד זיין נאטור איז געווען די היפוך ממש...

אן אינטרעסאנטן אנעקדאט דערמאן איך מיך. רבי אביגדור איז געווען באקאנט אלס היבשער ראסיסט, פיינט האבנדיג שווארצע און צומאל רעדנדיג אנטקעגן זיי. ביי זיינע שיעורים איז דאך געווען דער 'שאלות' און 'תשובות', ווען יעדער האט געקענט שיקן א צעטל צו אים מיט א פראגע, און ער האט דאס פארענטפערט [אין אנדערע זמנים פלעגט מען פשוט קענען אריינפרעגן]. הקיצור, איינמאל איז מיין טאטע מיט זיין ברודער געזעצן צוזאמען, און ס'האט פארגלוסט פאר מיין פעטער צו 'קיצלען' אביסל רבי אביגדור מיללער, האט ער אים געשיקט א צעטל מיט א שאלה צו מ'מעג פיינט האבן שווארצע, און פארוואס... ער האט געמאכט א סימן ביי זיין צעטל אז ער זאל דאס דערקענען, און געשיקט צו רבי אביגדור מיללער. ווען רבי אביגדור האט געליינט זיין צעטל, האט ער זיך צובייזערט - פארשטייענדיג גלייך אז יענער זוכט נישט קיין תשובה - און ער האט אוועקגעווארפן דעם צעטל מיט א אויפגערעגטע מינע...

Re: ערשט-האנטיגע אנעקדאטן אויף גדולי ישראל זצ"ל ושליט"א

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 9:03 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס וואס דו שרייבסט אז ר' גדליה איז אויסגעשפיגען איז נישט אזוי אקוראט. ער איז מער באזייטיגט געווען ווי אויסגעשפיגען. די גדולים האבען איהם שטארק געשעצט. ווען קנאימ'לעך פלעגען גייען צו די סטייפלער קעגען איהם, האט מען זיי פארשיקט בשן ועין. ער איז בקביעות געגאנגען צו הרב שך יעדער מוצ''ש און מ'האט זיך דארט דורכגערעדט וואס מ'האט געדארפ'ט.
צו הנהגה איז ער נישט געווען גרייט צו פעהיג און ער האט נישט געהאט די דיפלאמאטישע כוחות אין דעם. טאקע א גוטע זאך אז א מענטש זאל קענען זיין כוחות און זיי אויסנוצען.
און די ראדיקאלע שיטות זיינער זענען נישט דוקא געווען לינק אדער לייכטזיניג. נאכ'ן אוועק גייען פון וויזניץ האט ער געוואלט לעבען ווי דער רמב''ם און ער האט עוסק געווען אין פרנסה. פארשטייט זיך נאר אויף פת לחם ותו לא, אבער נישט געוועלט נעמען געלט פון מענטשען.
איך האב נאך וואס איך האב געהערט פון איינער פון זיין נאנטער, וואס איז אליינס אן אדם גדול און פארשטייט ווי צו קוקען אן אנדערע אדם גדול.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 11:26 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:,ביטע לייגט'ס א לינק צו דער לשה''ק'דיגע, וועלען מיר קענען זען וואס טוט זיך. ייש''כ

דא זענען אראפגעברענגט געווארן מיינע מעשיות, בתוספת נופך. [אגב, היינט שעם איך מיך מיט אסאך זאכן וואס כ'האב דעמאלס געשריבן. צומאל איז א פחד צו זען וויפיל א מענטש קען זיך טוישן אין אנדערהאלבן יאר!].

Re: ערשט-האנטיגע אנעקדאטן אויף גדולי ישראל זצ"ל ושליט"א

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 6:03 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דא האסטו נישט געסטראשעט אז די מקשקשים זאלען גייען ערגעץ אנדעריש....
איך האב שוין געהאט געליינט דארט (איינער האט מיר געשיקט די לינק אין אנהייב) און ס'האט מיר געשטערט. די מאס פראפאגאנדע וואס מ'האט דארט אראפגעברענגט. דער האט געזאגט 'קדש הקדשים' און א צווייטע 'גאון הגאונים', אבער ווייניג קלארע מעשה'ס וועגען זיין גאנג, זיין נאטור און זיין אייגענארטיגע בליק.
למעשה פון די 'פרי חיים' פאפירען, וואס איינער זארגט זיך צו פארשפרייטען אין לעיקוואוד יעדער וואך, באקומט די אלי נערישקייטען פון יענער וואך פון די 'והנער לא ידע מאומה'ניקס.
אלזא, דארף מען ארומשמועס'ן דער דרך הלימוד והמחשבה פון הרב שטיינמאן אן די לאזונגען וואס פארטיי אינטערעס'ן האבען אריינגעברענגט, אדאנק די וויכטיגע מחלוקת לשם שמים וועגען......... (ביטע אויספילען, ווייל איך זעה נישט קיין עמטליכע חילוק)

Re: ערשט-האנטיגע אנעקדאטן אויף גדולי ישראל זצ"ל ושליט"א

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 3:20 pm
דורך יב הלוי סאלאווייטשיק
אדנירם האט געשריבן:[center]יב.[/center]
אלס יונג בחור, איז מיין טאטע צוגעצויגן געווארן צו הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל, דער בארימטער הוגה דעות על דרך תורת סלאבאדקע. דאס איז געווען אין א תקופה ווען ער איז נאכנישט געווען אזוי וועלט בארימט, און אין די חסיד'ישע וועלט האט מען בכלל נישט געוואוסט צו זאגן פון אים. היות ער איז געווען זייער א שארפער בעל מוסר, וואס האט אויפן סלאבאדקן שטייגער שטארק מקפיד געווען אויף 'גדלות האדם', האט ער למשל נישט צוגעלאזט אז מענטשן זאלן זיך צוהוסן ביים שיעור, ווייל 'ס'פאסט נישט'...

מיין טאטע פלעגט למשל מיטנעמען ריקאולע קענדיס מיט זיך, אז אויב שפירט ער אז ער דארף געבן א הוס, זאל ער האבן גלייך קענען אריינשטופן א ריקאולע אין מויל כדי נישט צו מאכן גערודער אויפן קול. אויב איינער האט יא געהוסט אדער געשליקעצט וכדומה, האט ער יענעם אנגעקוקט מיט אזא שארפע בליק אזוי ברבים, אז ס'איז יענעם פארגאנגען די אפעטיט דאס צו טון נאכאמאל... פארט אבער בסוף ימיו, ווען דער סאטמארער אונגארישער עולם האט זיך גענומען שטראמען צו זיינע שיעורים, האט ער גענצליך אויפגעהערט מקפיד צו זיין אויף דעם, ווי אויף אלע אנדערע ענליכע ענינים, ווי ריקן א בענקל וכו', וויבאלד ער האט געוואוסט אז מיט אזעלכע קליענטן קען מען נישט ארבעטן אזוי קאלט-מוסר'דיג. מיין טאטע האט אים געקענט פאר צענדליגע יארן, און האט געזאגט אז לפי דעתו האט רבי אביגדור אפגעקומען גיהנום אויף די וועלט נאר דורך דעם אליינס, וויבאלד זיין נאטור איז געווען די היפוך ממש...

אן אינטרעסאנטן אנעקדאט דערמאן איך מיך. רבי אביגדור איז געווען באקאנט אלס היבשער ראסיסט, פיינט האבנדיג שווארצע און צומאל רעדנדיג אנטקעגן זיי. ביי זיינע שיעורים איז דאך געווען דער 'שאלות' און 'תשובות', ווען יעדער האט געקענט שיקן א צעטל צו אים מיט א פראגע, און ער האט דאס פארענטפערט [אין אנדערע זמנים פלעגט מען פשוט קענען אריינפרעגן]. הקיצור, איינמאל איז מיין טאטע מיט זיין ברודער געזעצן צוזאמען, און ס'האט פארגלוסט פאר מיין פעטער צו 'קיצלען' אביסל רבי אביגדור מיללער, האט ער אים געשיקט א צעטל מיט א שאלה צו מ'מעג פיינט האבן שווארצע, און פארוואס... ער האט געמאכט א סימן ביי זיין צעטל אז ער זאל דאס דערקענען, און געשיקט צו רבי אביגדור מיללער. ווען רבי אביגדור האט געליינט זיין צעטל, האט ער זיך צובייזערט - פארשטייענדיג גלייך אז יענער זוכט נישט קיין תשובה - און ער האט אוועקגעווארפן דעם צעטל מיט א אויפגערעגטע מינע...





לאו דוקא ר אביגדור... דאס איז געווען די אנגענימענע שפראך ביי די עלטערן דור,,
ווי מקען דאס נאך האנט אויפכאפן ווען די עלטערע יודען רעדן פין אינזער פרעזידענט יר״ה אלס ״דער שווארצער״ ׳דער שווארצער אנטיסעמיט....׳

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 14, 2015 11:26 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דא האסטו נישט געסטראשעט אז די מקשקשים זאלען גייען ערגעץ אנדעריש....
איך האב שוין געהאט געליינט דארט (איינער האט מיר געשיקט די לינק אין אנהייב) און ס'האט מיר געשטערט. די מאס פראפאגאנדע וואס מ'האט דארט אראפגעברענגט. דער האט געזאגט 'קדש הקדשים' און א צווייטע 'גאון הגאונים', אבער ווייניג קלארע מעשה'ס וועגען זיין גאנג, זיין נאטור און זיין אייגענארטיגע בליק.
למעשה פון די 'פרי חיים' פאפירען, וואס איינער זארגט זיך צו פארשפרייטען אין לעיקוואוד יעדער וואך, באקומט די אלי נערישקייטען פון יענער וואך פון די 'והנער לא ידע מאומה'ניקס.
אלזא, דארף מען ארומשמועס'ן דער דרך הלימוד והמחשבה פון הרב שטיינמאן אן די לאזונגען וואס פארטיי אינטערעס'ן האבען אריינגעברענגט, אדאנק די וויכטיגע מחלוקת לשם שמים וועגען......... (ביטע אויספילען, ווייל איך זעה נישט קיין עמטליכע חילוק)

איך האב שוין לאנג געטענה'ט אז ס'איז א שאד צו פרובירן איבערצייגן א (אמת'דיגן) ליטוואק איבער די כח התורה פון אן אמת'דיגן ערליכן, אויסגעארבעטן איד וואס געט זיך אוועק כל כולו פאר לערנען תורה, ללמוד וללמד. א ליטוואק בלייבט ליטוואק און ס'וועט גארנישט העלפן. אפילו ווען ער זאלל זעהן מיט זיינע אויגן די ניסים פון קריעת ים סוף אדער קבלת ה'טעירע, וועט ער אויכעט האבן עפעס א 'לאגישן' ענטפער דאס אפצופרעגן...!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 4:09 am
דורך [NAMELESS]
ווייס איך נישט צו ס'באלאנגט דא, ער איז נישט געווען קיין עמטליכער גדול בישראל, אבער אויב ס'איז דא א בוך 'קליינע מעשה'לעך פון גרויסע מענטשן', מיין איך אז דאס איז א 'גרויסע מעשה'לע פון א קליינע מענטש' [שוין גארנישט אזוי קליין!].

-------
מיין זיידע האט מיר דערציילט, אז ער פלעגט ארבעטן אין מאנהעטן מיט דיאמאנטן צוזאמען מיטן באקאנטן זינגער, החסיד המופלא רבי יום טוב ערליך ז"ל.

זאגט מיר מיין זיידע, אז ר' יו"ט איז געווען גאר א דערהויבענע אלט פארצייטישער איד. ער פלעגט אפפאסטן טעג נאך טעג, זיך מסגף צו זיין. היות זיין ווייב האט שוין פארשטאנען וואספארא איד איר מאן איז, פלעגט זי אנרופן מיטאג צייט פרעגן אויב ער האט שוין געגעסן לאנטש. ר' יו"ט פלעגט שנעל לויפן קוקן וואס זיין ווייב האט אים בכלל מיטגעגעבן צו עסן, אז ער זאל כאטש קענען זאגן פארן ווייב וואס די עסן זענען געווען, אז זי זאל זיך איינרעדן אז ער האט געגעסן דערפון...

און דאס איז געווען א 'פשוט'ער חסיד'ישער איד'...!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:51 am
דורך [NAMELESS]
כ'האב צאמגענומען אלע אנעקדאטן און שיין מסדר געווען אין פי. די. עף. [9 עמודים].

להנאת הציבור:

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 7:28 am
דורך געוואלדיג
סיימתינהו לכולהו שבחיהו??

נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 12:25 pm
דורך [NAMELESS]
אדנירם האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:החסיד ר' יעקב יוסף מבית חיים יהושע האט אמאל געפרעגט הגאון ר' אליעזר סילווער מסינסינעטי והמדינה איבער א הארבע ר"ע איגר, האט ר"א זיך גענומען לאכן...

וואס איז דאס? פרעגט רי"י.

הער זיך איין, איז איהם ר"א מסביר, איך האב זיך נאך מתווכח געווען מיט ר' מאיר שמחה און מיט ר' חיים עוזר, און איך האב זיי אלע מנצח געווען... און זיי זענען דאך געווען אסאך גרעסער פון ר"ע איגר... קומסטו מיר פרעגן פשט אין א ר"ע איגר?...

אבער דאס אז ער האט געהאלטן אזוי ווייניג פון רע"א איז מיר אויך א חידוש...

אפשר געבסטו די מקור פון וואו דו האסט געהערט די טשיקאווע מעשה? פון רבי יעקב יאסעלע אליין?

ער האט ווירקליך נישט אוועק געלייגט רע"א וואס גדולתו ריקט זיך נישט מיט איין פיס!

איך האב געהערט די מעשה ממקור ראשון פון פראגער רב וואס מיט אים איז געווען די מעשה. דער פראגער רב האט אים געפרעגט פון א פרי מגדים, האט ר' אליעזר זצ"ל געזאגט כנ"ל שניצח האור שמח (והשני, כמדומה הרוגצובי) קומסט דו מיר פרעגן פון א מלמד'ל אין לעמבערג...

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2016 3:12 pm
דורך [NAMELESS]
מיין טאטע האט מיר לעצטנס דערציילט, וועגן דעם אלטן מאכנובקער רבי זצ"ל, וואס איז געווען ידוע אלס צדיק נשגב, אלט פארצייטישער איד, און מתמיד עצום [פלעגט צומאל צויאגן די טישן זיך צו קענען זעצן לערנען].

זייענדיג א רוסישער אפשטאמיגער, האט ער פארמאגט דעם אריגינעלן רוסישן שארפקייט און נערוועזיקייט [וואס דער סטייפלער גאון איז אויך געווען מפורסם דערמיט]. ווי פארשטענדליך, האט ער אסאך מיטגעמאכט אין רוסלאנד פון די פאגראמען, און שפעטער פון די יעווסעקן ימ"ש, ביז ער איז אנטלאפן פון דארט, און עווענטועל האט ער זיך באזעצט אין ארץ ישראל אין בני ברק.

עכ"פ דערציילט מיר מיין טאטע, אז איינמאל זייענדיג ביי זיין טיש, האט דער עולם געכאפט 'שיריים'. ס'איז געווען א געדרענג, און דער אלטער צדיק האט זיך אנגערופן: "וואס שטופט מען זיך אזוי?! איר זענט ערגער פון די יעווסעקציע"...

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2016 8:52 pm
דורך [NAMELESS]
די סאטמורים פארשטייעך זיי קענען נישט לייקן ווייל ביי זיי איז דער מעשה א סתירה צו צדקות, אבער ליטוואק דו בוזט דאך א שך'ניק, און דו האסט אויך געלייקט? א מעשה פונעם 'מאחנובקער'?? הייתכן!

Re: ערשט-האנטיגע אנעקדאטן אויף גדולי ישראל זצ"ל ושליט"א

נשלח: דאנערשטאג יולי 28, 2016 9:53 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך דארף עפעס פיינט האבען דער מאכנובקא? מ'האט מיר נישט אויסגעזאגט. א זיסע מעשה וואס איך האב נישט געוואוסט ביז יעצט, קומט א לייק.

Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 1:33 pm
דורך ונבנתה העיר
נישט ממש ערשט-האנטיג, אבער דאך.

א ליובאוויטשער חסיד איז אמאל געווען אין קרית טאהש. עפענענדיג א ליובאוויטשער ספר זעט ער ווי ס'איז געמעקט און אנגעשריבן כנהוג אצל שלומי אמוני ישראל - עיניים שלא קראו. גייט ער צו צום ארטיגן רבי'ן און רעדט זיך אפ.

פירט אים דער רבי אריין אין בית הכסא און ווייזט אים אויף איינע פון די ווענט אנגעפירקלט 'טאהש - פלאָש'...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 2:51 pm
דורך שלמה המלך
ונבנתה העיר האט געשריבן:נישט ממש ערשט-האנטיג, אבער דאך.

א ליובאוויטשער חסיד איז אמאל געווען אין קרית טאהש. עפענענדיג א ליובאוויטשער ספר זעט ער ווי ס'איז געמעקט און אנגעשריבן כנהוג אצל שלומי אמוני ישראל - עיניים שלא קראו. גייט ער צו צום ארטיגן רבי'ן און רעדט זיך אפ.

פירט אים דער רבי אריין אין בית הכסא און ווייזט אים אויף איינע פון די ווענט אנגעפירקלט 'טאהש - פלאָש'...

איך האב אליין געהערט פון דעם איד וואס איז דארט געוועהן בשעת מעשה....
נ.ב. די טאהשע אידן האבן ניט קיין פראבלעם מיט ליובאוויטש, אבער כנהוג פון די סאטמורים אז ווי זיי קומען אן זענען זיי בעל-הבית און זיי מעגן פירקלען אין ספרים און טוען וואס זיי פארשטיין.

כידוע האט די טאהשע רבי זצ"ל געלערענט בחברותא תניא מיט הרב גרינגלאז ע"ה פון מאנטריאל ווען ער האט נאך געוואינט אין מאנטריאל - און אלץ געוועהן דבוק בכל ספרי בעל התניא זי"ע

נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2017 3:00 pm
דורך סקרן
http://www.bhol.co.il/114823/%D7%94%D7% ... ter_ticker

ר' מנדל ויזניצער איז אהנגעקומן צו א חומש סעודה פון א אינגעל וואס זיין טאטע איז אראפגעפאלן שמחת תורה פון פארענטשעס און איז קריטיש נישט געזונט
ער האט געזאגט אז זיין טאטע איז נישט געקומען קום איך אנשטאטס אים
כל הכבוד!

נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2017 5:53 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:נישט ממש ערשט-האנטיג, אבער דאך.

א ליובאוויטשער חסיד איז אמאל געווען אין קרית טאהש. עפענענדיג א ליובאוויטשער ספר זעט ער ווי ס'איז געמעקט און אנגעשריבן כנהוג אצל שלומי אמוני ישראל - עיניים שלא קראו. גייט ער צו צום ארטיגן רבי'ן און רעדט זיך אפ.

פירט אים דער רבי אריין אין בית הכסא און ווייזט אים אויף איינע פון די ווענט אנגעפירקלט 'טאהש - פלאָש'...

ונבנתה העיר: אבער די פראבלעם איז, אז די סאטמאר'ע פירקלערייען זענען אין די ספרים שאנק. און די (אנטי) טאשער פירקלערייען זענען אין בית הכסא...! :lol: :roll:

נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2017 7:26 pm
דורך איך אויך
סקרן האט געשריבן:http://www.bhol.co.il/114823/%D7%94%D7%A8%D7%91%D7%99-%D7%94%D7%A4%D7%AA%D7%99%D7%A2-%D7%90%D7%91%D7%99%D7%9A-%D7%99%D7%A8%D7%A7%D7%95%D7%93-%D7%90%D7%99%D7%AA%D7%9A-%D7%91%D7%91%D7%A8-%D7%9E%D7%A6%D7%95%D7%95%D7%94.html?src=&b_utm_source=newsTiker&b_utm_medium=ticker&b_utm_campaign=outer_ticker

ר' מנדל ויזניצער איז אהנגעקומן צו א חומש סעודה פון א אינגעל וואס זיין טאטע איז אראפגעפאלן שמחת תורה פון פארענטשעס און איז קריטיש נישט געזונט
ער האט געזאגט אז זיין טאטע איז נישט געקומען קום איך אנשטאטס אים
כל הכבוד!

איינער פארציילט מיר היינט אז זיין קאזין א אברך חסיד עבדקן וואס האלט דריי יאר נאך די חתונה און האט שוין 3 פיצלעך. איז ער אריין צו ר''מ פאר א ברכה און ער האט עם געהייסן נעמען א ברעיק פאר צוויי יאר.

Re: ערשט-האנטיגע אנעקדאטן אויף גדולי ישראל זצ"ל ושליט"א

נשלח: זונטאג פעברואר 05, 2017 7:42 pm
דורך mevakesh
איך אויך האט געשריבן:
סקרן האט געשריבן:http://www.bhol.co.il/114823/%D7%94%D7%A8%D7%91%D7%99-%D7%94%D7%A4%D7%AA%D7%99%D7%A2-%D7%90%D7%91%D7%99%D7%9A-%D7%99%D7%A8%D7%A7%D7%95%D7%93-%D7%90%D7%99%D7%AA%D7%9A-%D7%91%D7%91%D7%A8-%D7%9E%D7%A6%D7%95%D7%95%D7%94.html?src=&b_utm_source=newsTiker&b_utm_medium=ticker&b_utm_campaign=outer_ticker

ר' מנדל ויזניצער איז אהנגעקומן צו א חומש סעודה פון א אינגעל וואס זיין טאטע איז אראפגעפאלן שמחת תורה פון פארענטשעס און איז קריטיש נישט געזונט
ער האט געזאגט אז זיין טאטע איז נישט געקומען קום איך אנשטאטס אים
כל הכבוד!

איינער פארציילט מיר היינט אז זיין קאזין א אברך חסיד עבדקן וואס האלט דריי יאר נאך די חתונה און האט שוין 3 פיצלעך. איז ער אריין צו ר''מ פאר א ברכה און ער האט עם געהייסן נעמען א ברעיק פאר צוויי יאר.

ירבו כמותו בישראל (עטליעסט אין די נושא)
נאר ווען ער זאגט עס לכתחילה פארן שלישייה וואלט איך מער הנאה געהאט

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2020 6:15 pm
דורך מנחם ציון
סקרן האט געשריבן:http://www.bhol.co.il/114823/%D7%94%D7%A8%D7%91%D7%99-%D7%94%D7%A4%D7%AA%D7%99%D7%A2-%D7%90%D7%91%D7%99%D7%9A-%D7%99%D7%A8%D7%A7%D7%95%D7%93-%D7%90%D7%99%D7%AA%D7%9A-%D7%91%D7%91%D7%A8-%D7%9E%D7%A6%D7%95%D7%95%D7%94.html?src=&b_utm_source=newsTiker&b_utm_medium=ticker&b_utm_campaign=outer_ticker

ר' מנדל ויזניצער איז אהנגעקומן צו א חומש סעודה פון א אינגעל וואס זיין טאטע איז אראפגעפאלן שמחת תורה פון פארענטשעס און איז קריטיש נישט געזונט
ער האט געזאגט אז זיין טאטע איז נישט געקומען קום איך אנשטאטס אים
כל הכבוד!

יענער איז א וויזניצער חסיד רמ"מ וואלט סייווי געגאנגן צום חומש סעודה