בלאט 21 פון 55
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 1:34 pm
דורך לאליפאפ
משה פיטות האט געשריבן:דאס איז א שרעקליך אלטע קליפ
די האסט נישט קיין whats up ?
נאופ! וואס איז דאס whats up? פארשאף מיר צוויי דריי שטיק
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 20, 2014 4:03 pm
דורך משה פיטות
לאליפאפ האט געשריבן:משה פיטות האט געשריבן:דאס איז א שרעקליך אלטע קליפ
די האסט נישט קיין whats up ?
נאופ! וואס איז דאס whats up? פארשאף מיר צוויי דריי שטיק
נישט קיין פּראָבלעם שיקן מיר מיר דיין מיילינג אַדרעס .
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 7:36 pm
דורך לאליפאפ
איך זעה דו האסט הומאר אויך! שיק מיר מיט אביסל און פארגעס נישט א Invoice.
Lollipop.kave@gmail.com
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 2:21 pm
דורך שמעקעדיג
איך בין ב"ה צופרידן אז די געז פרייזן טראסקען אראפ, הולך ופוחת כדברי ב"ש, ס'איז באמת א פארגעניגן מיטצוהאלטן, וכן יאבדו לעלם ולעלמי עלמיא יתברך.
ווי באקאנט, זענען די עירליינס ארויף מיט די טיקעט פרייזן בעת די גאז איז געווארן טייערער, ס'טייטש, זיי מוזן זיך דאך קאווערן, קוים וואס זיי פארדינען, א.א.וו. פיינע תירוצים, און מיר קאנסומער האבן גארנישט געקענט טון, נאר שלינגען, ליידן און שווייגן. אבער ראה זה פלא, די פרייזן גייען אראפ נאכאנאנד, אבער די עירליינס הם בשלהם, זיי האלטן זיך עקשנות'דיג אויף זייערע הויכע ראטעס, און אין די נייעס לייען איך אז זיי פאקן אריין די פראפיט פאר זיך אין די קעשענע מיט א בלעכענעם פנים...
וואס גייט דא פאר? ואין פוצה פה ומצפצף? אין קול ואין עונה? קיינער נעמט זיך נישט אן פאר די קאנסומער?
און אויב א יאר ארום וועלן די גאז פרייזן זיך העכערן, וועלן זיי ווידער ארויפגיין מיטן פרייז? עד מתי?? ווען וועלן די עירליינס אראפקריכן פון אונזער קעשענע?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 4:51 pm
דורך Kool man
דאס זעלביקע מיט די בעיקעריס, ווען מעהל און צוקער איז ארויפגעגאנגען, זענען די בעיקערי פראדוקטען ארויפגעשאסען אין פרייז ווי א ספוטניק, ווען די פרייזען זענען אראפ פון די מעהל און צוקער האבען זיי אינגאנצען פארגעסען צו נידערען די פרייזען

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 5:05 pm
דורך [NAMELESS]
האב נישט די עירליינ'ס געהאט א "געז סערטשארזש"?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 7:46 pm
דורך פליקער
זיי מיזען זיך פארברייטן געניג געלט אויף ווען די פרייזן פון געז גייט שטייגן
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 1:42 pm
דורך יואב
מ'וועט מוזן איינזעצן אז אין וואשינגטאן לייענט מען קאווע שטיבל, אדער אפשר נאר וואס שמעקעדיג האט צו זאגן, צו אפשר נאר אין ניו יארק,( און מעגליך נאר ווייל ער איז א איד? חחח.)
וויאזוי ס'זאל נאר נישט זיין, סענאטאר שומער פארלאנגט א פעדראלע אויספארשונג איבער שמעקעדיג'ס טענה.
http://newyork.cbslocal.com/2014/12/14/ ... uel-costs/
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 1:54 pm
דורך berlbalaguleh
יואב האט געשריבן:מ'וועט מוזן איינזעצן אז אין וואשינגטאן לייענט מען קאווע שטיבל, אדער אפשר נאר וואס שמעקעדיג האט צו זאגן, צו אפשר נאר אין ניו יארק,( און מעגליך נאר ווייל ער איז א איד? חחח.)
וויאזוי ס'זאל נאר נישט זיין, סענאטאר שומער פארלאנגט א פעדראלע אויספארשונג איבער שמעקעדיג'ס טענה.
http://newyork.cbslocal.com/2014/12/14/ ... uel-costs/
יואב: מ'דארף מתפלל זיין אז סענאטאר טשארלס שומער זאלל מאריך ימים זיין על ממלכתו, ווייל ער איז אייביג הונגעריג פאר פובליסיטי. ווי ס'זעהט אויס האט ער נישט קיין ווייב און קינדער. (מסתמא דאוונט ער אן א טלית. און לייגט נישט קיין ר"ת תפילין. א שטריימל האט ער אויך זיכער נישט.) ווייל אנישט וואלט ער כאטש געווען ביזי מיט משפחה זאכן. מפי השמועה. אדער האביך עס ערגעץ געליינט אז דער חשוב'ער סענאטאר גייט ארום אין די סענאט אפיסעס פרייטיג נאכמיטאג און זוכט אייביג עפעס אן אישו אויף וואס ער זאל זיך קענען שטעלן...!
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 15, 2014 9:29 pm
דורך chusid
ווען איך זע דעם טיפש טרעי גראדי רעדן שטרענג צו זשאנאטאן גרובער און צו די העלט דעפרטמענט.. זיין שמאלער מח דערהייבט נישט
נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 4:29 pm
דורך ישראל קאפקע
א זאץ וואס קרענקט מיר זייער לעצטנס איז ''ווארפן אונטער די באס'' מען נוצט עס ווען מען וויל איינעם באשולדיגן אז ער איז נישט גענוג געטריי אדער איינזייטיג צו איין צד, אנשטאט צו ערקלערן פארוואס יענער איז אומריכטיג, פארוואס ער דארף זיך ווען אננעמען פאר יענע מענטש, גרופע, אינטערעס, אדער לאנד, לאזט מען ארויס די באשולדיגונג אז דער און דער האט 'געווארפן יענעם אונטערן באס' און יעדע לאגיק אדער דעבאטע איז פערטיג.
(איך האלט אז מען דארף עס מאכן איליגל.

)
נאך איין באצייכענונג וואס שטערט מיר, ווייל עס ווערט גענוצט אסאך, אבער איז ריכטיג נאר אין גאר גאר זעלטענע פעלער איז 'זעלבסט-האסנדע איד' (self hating Jew), איז ער נישט איבערגעצייגט אז אידן זענען 'אייביג' גערעכט, איז ער א זעלבסט-האסנדע איד, און עס איז ניטאמאל אינטערעסאנט וואס ער זאגט.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 6:38 pm
דורך ונבנתה העיר
ישראל, כ'מיין אז 'ווארפן אונטערן באס' ווערט בעיקר באנוצט ווען יענער האט געארבעט בשליחותך/פאר דיינע אינטערעסן, נאר יעצט איז דיר באקוועמער איהם אוועקצוווארפן, מדינת ישראל און פאלארד למשל.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 7:20 pm
דורך ישראל קאפקע
ונבנתה העיר האט געשריבן:ישראל, כ'מיין אז 'ווארפן אונטערן באס' ווערט בעיקר באנוצט ווען יענער האט געארבעט בשליחותך/פאר דיינע אינטערעסן, נאר יעצט איז דיר באקוועמער איהם אוועקצוווארפן, מדינת ישראל און פאלארד למשל.
אויף אזא פאל איז עס טאקע גאנץ פארשטענדליך, אבער עס ווערט גענוצט צו אפט אויך אויף אנדערע אופנים, צי ביי אוקראינע, מדינת ישראל, קובא, מובאראק, סאודי אראביע, און צום לעצט איבער דיבלאזיאו קריטיקירן די מערדער פון עריק גארדנער.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 4:31 pm
דורך שמעקעדיג
אז איך באשטעל עפעס פון איינעם אנליין, און ער טשארדזשד פארן פראדוקט פלאס (למשל) 5 דאלער שיפינג. דער פראדוקט וועגט ווינציגער ווי א פונט, איז א קליין באקסל. טאמער באשטעל איך צוויי שטיק, טשארדזשד ער מיר יעצט 10 טאלער שיפינג!
ביסטאך סתם א גנב! עס קאסט דיר נישט מער צו שיקן 2 ווי איינס, איך טוה אויך אין שיפינג און איך ווייס אזויפיל אז דו ריפּסט מיך אפ יעצט! און דו רעגסט מיך אויף!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 4:45 pm
דורך כפתור
אז איך פאר אונטער איינעם, און יענער הערט א עמערזשענסי וויהיקל קומט אים (2 אדער פיר ברייטע לעינס) אנטקעגן מוט די פייפערס און פליט אן א שטערונג, שטעלט זיך אונזער חכם/ה אריין און די זייט, כאילו ער גייט עפעס העלפן. די איינציגסטע זאך וואס ער טוט איז מאכן טרעפיק...און מיך אויפרעגן
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 6:20 pm
דורך איך אויך
אין געוויסע סטעיטס איז דאס די געזעץ ,אין עטליכע סטעיטס (דאכט זיך אין פלארידא איז אזוי) דארפן זיך אפילו דער קעגנשטראם טרעפיק אפשטעלן.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:21 am
דורך שמעקעדיג
מיין קאר מאכט א שווערן נויז שוין עטליכע חדשים, ענדליך נעם איך מיר די צייט, און גיי אראפ צום מעקעניק עס אויסצוטשעקן. דער מעקעניק פרובירט צו נעמען דעם קאר און אויסהערן דעם נויז, אבער אין פוצה פה ומצפצף, אין קול ואין עונה, ניטעמאל א קול ענות חלושה, כאילו ער האט קיינמאל נישט געמאכט קיינע קולות משונות ומפחידים. "סארי", זאגט מיר דער מעכאניקער, "כ'זעה נישט וואס איז ראנג! זיי מיר געזונט"... און איך טראג אפ פון דארט בפחי נפש.
און וואס מיינסטו? עטליכע פוס ארויס פונעם מעקעניק און עודך הנה זה בא, דער שרעקעדיגער קול דענערווירט מיר ווייטער, מיט א צינישן שמייכל לאכט ער מיר ווי אין פנים אריין, "הא הא, האסט געמיינט וועסט פטור ווערן פון מיר, הא"??? חחחחחח.......
און דאס פאסירט נישט איינמאל און נישט צוויי מאל, סיי ביים מעקעניק, סיי ביים דיעלער, כסדר באקום איך א רעפארט "cannot duplicate problem", און כ'פלאץ אוועק....
דערמאנט מיר פון דעם קינד, א גרויסער טראבל מעיקער, דרייעט כסדר איבער דעם קלאס, וואס ווען דער מנהל קומט אריין מיטן שטעקן זיצט ער שטיל, איידל און מיט דרך ארץ, און ווי נאר דער מנהל וואקט ארויס פון חדר פלאצט ער אויס אין א הילכיגן געלעכטער..........
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:26 am
דורך פישלע העררינג
[tag]שמעקעדיג[/tag], קען זיין אז דער מעקעניק'ס גאראדזש איז אויף א slope וואס מאכט אז דאס וואס מאכט דער גרודער זאל אויפהערן. דער מעקעניק דארף עס נעמען אויף א טעסט דרייוו פאר 15 מינוט.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 10:28 am
דורך לית דין בר נש
א שאד זיך צו רעגן די גיבסט נאר פאר דיין קאר א סעטיספעקשע"ן
פאלג מיר לאך אים צריק אין פנים און זאג אים איך נעם דיר מער קיינמאל נישט צום מיקעני"ק אפילו די וועסט זיין ערענסט נישט געזונט אוי גייט ער איינפאקן!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 11:24 am
דורך שמן זית
הלוואי אויף מיר געזאגט....
מיין קאר קאסט מיר טייער געלט צו פיקסן.....
דו דארפט נאר גיין צום מעקעניק, און ביזט מסודר...
אזא קאר אויף אלע שונאי ישראל...
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 1:54 pm
דורך כוכב
נאך איינמאל איך קריג א פערסאנעל טרעינער עדווערטייזמענט פון קול העולם טוויטס גיי איך מיך אויפרעגן.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 5:58 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:מיין קאר מאכט א שווערן נויז שוין עטליכע חדשים, ענדליך נעם איך מיר די צייט, און גיי אראפ צום מעקעניק עס אויסצוטשעקן. דער מעקעניק פרובירט צו נעמען דעם קאר און אויסהערן דעם נויז, אבער אין פוצה פה ומצפצף, אין קול ואין עונה, ניטעמאל א קול ענות חלושה, כאילו ער האט קיינמאל נישט געמאכט קיינע קולות משונות ומפחידים. "סארי", זאגט מיר דער מעכאניקער, "כ'זעה נישט וואס איז ראנג! זיי מיר געזונט"... און איך טראג אפ פון דארט בפחי נפש.
און וואס מיינסטו? עטליכע פוס ארויס פונעם מעקעניק און עודך הנה זה בא, דער שרעקעדיגער קול דענערווירט מיר ווייטער, מיט א צינישן שמייכל לאכט ער מיר ווי אין פנים אריין, "הא הא, האסט געמיינט וועסט פטור ווערן פון מיר, הא"??? חחחחחח.......
און דאס פאסירט נישט איינמאל און נישט צוויי מאל, סיי ביים מעקעניק, סיי ביים דיעלער, כסדר באקום איך א רעפארט "cannot duplicate problem", און כ'פלאץ אוועק....
דערמאנט מיר פון דעם קינד, א גרויסער טראבל מעיקער, דרייעט כסדר איבער דעם קלאס, וואס ווען דער מנהל קומט אריין מיטן שטעקן זיצט ער שטיל, איידל און מיט דרך ארץ, און ווי נאר דער מנהל וואקט ארויס פון חדר פלאצט ער אויס אין א הילכיגן געלעכטער..........
שמעקעדיג: אבער אויב דער מעקעניק איז א גוטער פאכמאן און א פארלעסליכער, וועט ער נעמען דעם קאר און אויסטשעקן אפילו אויפ'ן מאמענט הערט ער נישט קיין אויסטערלישן גערודער קומען פון קאר. אמאל קען מען דורך אבזערווירן באמערקן א לויזן אדער אויסגעריבענעם בעלט אדער א "פוללי". אדער אן אנדערן לויזן אדער צובראכענעם פארט.
אויף מיין קאר איז אמאל געווען א פראבלעם אז די טעמפ. איז ארויף צו הויעך. ווען איך בין געגאנגען צו מיין געוויינליכן ריפעיר שאפ האט ער מיך אייביג אפגעשטופט בלך ושוב. ביניך געגאנגען צו א צווייטן ריפעיר שאפ. און דארט האט מען תיכף געפונען און פארראכטן דעם פראבלעם...!
נשלח: פרייטאג יאנואר 02, 2015 12:18 pm
דורך א איד
שמעקעדיג האט געשריבן:מיין קאר מאכט א שווערן נויז שוין עטליכע חדשים, ענדליך נעם איך מיר די צייט, און גיי אראפ צום מעקעניק עס אויסצוטשעקן. דער מעקעניק פרובירט צו נעמען דעם קאר און אויסהערן דעם נויז, אבער אין פוצה פה ומצפצף, אין קול ואין עונה, ניטעמאל א קול ענות חלושה, כאילו ער האט קיינמאל נישט געמאכט קיינע קולות משונות ומפחידים. "סארי", זאגט מיר דער מעכאניקער, "כ'זעה נישט וואס איז ראנג! זיי מיר געזונט"... און איך טראג אפ פון דארט בפחי נפש.
און וואס מיינסטו? עטליכע פוס ארויס פונעם מעקעניק און עודך הנה זה בא, דער שרעקעדיגער קול דענערווירט מיר ווייטער, מיט א צינישן שמייכל לאכט ער מיר ווי אין פנים אריין, "הא הא, האסט געמיינט וועסט פטור ווערן פון מיר, הא"??? חחחחחח.......
און דאס פאסירט נישט איינמאל און נישט צוויי מאל, סיי ביים מעקעניק, סיי ביים דיעלער, כסדר באקום איך א רעפארט "cannot duplicate problem", און כ'פלאץ אוועק....
דערמאנט מיר פון דעם קינד, א גרויסער טראבל מעיקער, דרייעט כסדר איבער דעם קלאס, וואס ווען דער מנהל קומט אריין מיטן שטעקן זיצט ער שטיל, איידל און מיט דרך ארץ, און ווי נאר דער מנהל וואקט ארויס פון חדר פלאצט ער אויס אין א הילכיגן געלעכטער..........
כ'האב דעם זעלבן פראבלעם גייענדיג צום דאקטאר, איך האב געפערליכע ווייטאג, קום איך אן צום דאקטאר טוט עס שוין נישט וויי.
צו עס איז די בויך, פוס, קאפ, האלז.
גיי איך ארויס פון דארט, און א טאג שפעטער אודך די זעלבע פראבלעם.
כ'האב אמאל געהערט אז ביים דאקטאר קומט מיט א מלאך וואס היילט ווענדט זיך ווי א גרויסע דאקטאר, (כידוע המעשה מהמגיד ממעזריטש עם דר. גארדאן), @שמעקעדיג, קען זיין ביים קאר דילער איז דער מלאך דארט און ער היילט עס אויפן מינוט, (אויב עס בארויהיגט דיר האט זיך שוין געלוינט).