Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של
נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2020 2:59 pm
.

http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=8689
יהודי פשוט האט געשריבן:.
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:יעצט ארויס געקומען אן הכחשה פון זון פון רבין!!
פאלגענד איז די לינק
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7#p2147277
עס איז די ווארט פון א ניק אויף אייוועלט קעגן די ווארט פון איינעם וואס האט א קאמפיוטער.שבת אחים האט געשריבן:אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:יעצט ארויס געקומען אן הכחשה פון זון פון רבין!!
פאלגענד איז די לינק
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7#p2147277
א ניק אויף א וועלט זאגט אז סאיז ארויסגעקומען א הכחשה פון זיין זוהן אן קיין שום פארלעסליכער מקור.
דארף מען נאר האבן אביסל ״אמונה פשוטה״ אין א ניק בלי שם.
איינער מיט קראנטע אינפארמאציע איז וועלקאום.
מאך זיכער האט געשריבן:שווער צו זאגן אז ער איז אזוי אויסגעפלאגט...
בן ישי האט געשריבן:בקשו רחמים
אדנירם האט געשריבן:[center]צוויי און צוואנציגסטע קאפיטל:
ובא השמש – פטירת רבי איציק'ל אמשינאווער, וביתו אחריו.[/center]
[center]ביתו אחריו.[/center]
רבי איציק'ל האט געהאט צוויי קינדער בעפארן קריג, וואס זענען נעבעך גע'הרג'עט געווארן דורך די דייטשן ימ"ש, צוזאמען מיט זיין ערשטע רעביצין, הי"ד.
נאכן קריג האט ער געהאט נאך צוויי קינדער מיט זיין צווייטע ווייב, איין זון און איין טאכטער. זיין זון איז דער היינטיגער אמשינאווער רבי פון בארא פארק, רבי יוס'ל שליט"א. זיין איידעם איז הרב ישראל ארנסטר שליט"א, בן רבי משה ארנסטר חתן האמרי חיים מוויזניץ. רבי ישראל ארנסטר האט זוכה געווען צו א שיין דור פון קינדער רבנים ומרביצי תורה, און האט אוועקגעשטעלט זייער אן ערליך שטוב.
דער היינטיגער רבי פון אמעריקע רבי יוס'ל, איז געווען באוואוסט אלס גאר א חשוב'ער בחור, א מתמיד עצום ויר"ש מרבים. כ'האב אמאל געהערט פון הרה"ח הישיש רבי שמחה לעפקאוויטש שליט"א [או מפי בנו ר' משה], אז ער געדענקט נאך ווען ער איז געווען א בחור און זיין נאמען האט גע'שמ'ט אלס צוקונפטיגער רבי לאלפים, מיט זיין גרויס בקיאות בתורה [וואס עד היום קען ער גוט לערנען], און מיט זיין אויסגערופענער פרומקייט ועבודת ה'. זיין טאטע ר' איציק'ל האט זיך ממש געטשאטשקעט מיט זיין בחור'ל.
[center]ער האט זיך געטשאטשקעט מיט זיין בחור'ל... ביי זיין זונ'ס בר מצוה דרשה:[/center]
ער האט שפעטער געווארן אן איידעם ביי הגאון רבי אליהו שטערנבוך שליט"א פון אנטווערפן [וחתן המקור ברוך מסערט-וויזניץ], און האט געהייסן א יונגערמאן א בן עליה. ליידער אבער האט ער מגזים געווען מיט זיינע פרומקייטן און חומרות וכו', ביז ער איז ליידער געווארן בבחינת שברי לוחות, ואכמ"ל. דערפאר איז אמשינאוו לקה בכפליים בפטירת אביו הגדול. אבער למעשה אדאנק די געהויבענע חסידים און די שטארקע אהבה וידידות אינעם אמשינאווער הויף, איז דאס פלאץ נישט חרוב געווארן, און אדאנק אמשינאווער רבי פון בית וגן שליט"א, איז אמשינאוו געבליבן 'אמשינאוו', ווען מ'האט זיך מדבק געווען אינעם מקור מים חיים פון ארץ ישראל, און די לעצטע פאר יאר איז אמשינאוו צוריק אויפגעבויט געווארן און שפרודלט מיט חסידים ואנשי מעשה.
[center]אין די ערשטע יארן פון היינטיגע אמשינאוו-ב"פ רבי'ס הנהגה:[/center]
למעשה האט דער היינטיגער רבי פון בארא פארק זוכה געווען צו חשוב'ע זון און איידימער. זיין עלטסטע זון – און צוקונפטיגע ממשיך - איז רבי מנחם, וואס איז געווארן אן איידעם ביים היינטיגן זוטשקא רבי אין בני ברק ארום פופצן יאר צוריק [און דורכדעם איז רבי מנחם אויך א שוואגער מיט רבי אלימלך בידרמן, וואס איז אויך אן איידעם אין זוטשקא. ביי רבי אלימלך בידרמן פלעג איך צומאל אנטרעפן רבי מנחם]. ער האט זוכה געווען צו צוויי מעלות חוץ פון זיין חריפ'ישן מח, איינס – זיין ליבשאפט און אהבה צו יעדן איד, און נאנטקייט מיט אלע חסידים. און צווייטענס - זיין פאטריאכאלישן צורה, וואס פאסט זיך אריין אינעם אמשינאוון קייט כמין חומר.
[center]רבי מנחם קאליש, דער צוקונפטיגער אמשינאווער רבי פון אמעריקע:[/center]
אין נעקסטן קאפיטל: דער ארץ ישראל'דיגער קייט פון אמשינאוו, דורך רבי איציקל'ס פעטער, רבי שמעון שלום מאמשינוב.
אנטשולדיגט פארן ברעכן דיין התפעלות אבער איך האב געפרעגט איינער פון אמשינובער רבינ׳ס שטוב מענטשן, ער זאגט מיר אז לא היה ולא נברא און ס׳ניטאמאל דא קיין חתונה די וואך…שמן למאור האט געשריבן:דאס הייסט א ריכטיגע מנהיג ישראל!!!
ס'איז מיר נאר אינטערסאנט, ווייל אפעציעל איז דאך רצ"מ זילבערבערג א חסיד פונעם אמשינאווער רבי..!? איז דען רצון אבינו שבשמים צו זיין פויבסטליכער פונעם פויבסט?
שכח פארן פעקט טשעקן. איך בין דאך נישט קיין נייעס רופארטער, איך ברענג נאר נאך וואס איך זע...יהורם האט געשריבן:אנטשולדיגט פארן ברעכן דיין התפעלות אבער איך האב געפרעגט איינער פון אמשינובער רבינ׳ס שטוב מענטשן, ער זאגט מיר אז לא היה ולא נברא און ס׳ניטאמאל דא קיין חתונה די וואך…שמן למאור האט געשריבן:דאס הייסט א ריכטיגע מנהיג ישראל!!!
ס'איז מיר נאר אינטערסאנט, ווייל אפעציעל איז דאך רצ"מ זילבערבערג א חסיד פונעם אמשינאווער רבי..!? איז דען רצון אבינו שבשמים צו זיין פויבסטליכער פונעם פויבסט?
נאך א שאולזאהן ליגן…