בלאט 23 פון 55
נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 5:56 pm
דורך א איד
בעל מדות האט געשריבן:א מין דערנערווירונג דאס, מען שפאצירט אדער פארט אין די ברוקלינע גאסן אין איבעראל הענגען שרייעדיג פאר'אומעט'דיגע פלאקאטן בנוסח נטורי קרתא וואס געבן אהן גאנצע הדרכות און פסקים וועגן גראבן אין בית שמש און אזוי ווייטער, קען מיך איינער מסביר זיין וואס פאר א שווארץ יאר עס האט מיט אינז? אין אויסטראליע הענגט מען דאס אויך? וואס פשט דערפון? עטץ ווילט'ס גראבן דאן גראבט איר ווילט נישט, דאן גראבט נישט, טוט'ס וואס די רבנים הייסן, טוט'ס וויאזוי עס כאפט אהן אייער באשלוס אבער הערט אויף קריכן אויף די נערוון מיט ריזיגע אלארמירנדע אנאנסן ווי כאילו דא קומט א סעפטעמבער עלעווען אטאקע, ענק ווילן אנהויבן זעהן ריזיגע צעטלעך אין גאנץ ארץ ישראל יעדעס מאל פאפא מאכט בר מצוה אדער פרענקל'ס האט א אויספארקויף? נאך איינמאל איך זעה אזא פלאקאט הייב איך אהן שרייען.
מיך רעגט אז איינער וואס רופט זיך בעל מדות זאל האבן אזוינע דאגות.
דזאסט קידינג
נשלח: זונטאג פעברואר 15, 2015 8:14 pm
דורך chusid
ווען מענטשן רעדן מיט התפעלות פון די געוואלדיגע זכות פון עי טיים אס מ'ענדיקט גאנץ שס "אונטער איין דאך"...... שוין דא מעשיות פון געהאלפענע אויכט.....
נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:23 am
דורך שמעקעדיג
כוכב האט געשריבן:איר האט נישט פארשטאנען קיין ווארט וואס איך רעד.
מ'שרייבט ''עקסקלוסיוו'' נישט ''עקסלוסיוו''.
זעה דא:
viewtopic.php?f=4&t=6264און דאס איז אויך פריש:
נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 3:50 pm
דורך משולם שטיינפעלד
שמעקעדיג האט געשריבן:כוכב האט געשריבן:איר האט נישט פארשטאנען קיין ווארט וואס איך רעד.
מ'שרייבט ''עקסקלוסיוו'' נישט ''עקסלוסיוו''.
זעה דא:
viewtopic.php?f=4&t=6264און דאס איז אויך פריש:
אויף די קרעדיט קארדס קען ער שרייבן elusive
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 12:55 pm
דורך שמעון וואלף
געוויסע נייע סידורים האבן געדריקט יו"כ קטן פאר הלל אנשטאטס צוזאמען מיט די אנדערע סליחות.
מיינען זיי טאקע אז ווען מ'ענדיגט יו"כ קטן לאזט מען די סידור אפען ביז מארגן ווען מ'גייט זאגן הלל?
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 1:12 pm
דורך פליקער
איך ווער גערעיגט פון משנכנס אדר מרבין בשמחה, ווער פרייט זיך, איך פריי זיך בכלל נישט מער, נאר קען זיין אז פשט איז די שנארער'ס פרייען זיך, ווייל עס גייען איצטער ווערן באשאפן צעינליגע וויכטיגע צוועקן און מען זיין אנהייבן מעלקן ביים עולם, איך זעי שוין די ערשטע צייכענעס פון שמחה ביי די שנארערס וואס גייען זיך ווארפן אויפן ציבור התמימים, מקיים צי זיין כל הפושיט יד נותנים לו, ברגל
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 1:27 pm
דורך לית דין בר נש
איז אויף וואס רעגסטו זיך?
אז ביי דיר ווערט נישט מקויים משנכנס אדר מרבין בשמחה
אדער אז ביי די שנארער ווערט עס יא מקויים
אדער פשוט אז איינער גייט דיר בעטן א קוואדער אדער העכסטנס א דאללער אין ביהמ"ד
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 1:41 pm
דורך מאטי
ווען איך ליין א לענגערע ארטיקל צען מינוט צייט, און איך קוק צוריק זע איך אז דאס גאנצע ארטיקל וואלט געקענט געשריבן ווערן אין פינעף שורות.
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 1:50 pm
דורך chusid
לית דין בר נש האט געשריבן:איז אויף וואס רעגסטו זיך?
אז ביי דיר ווערט נישט מקויים משנכנס אדר מרבין בשמחה
אדער אז ביי די שנארער ווערט עס יא מקויים
אדער פשוט אז איינער גייט דיר בעטן א קוואדער אדער העכסטנס א דאללער אין ביהמ"ד
קען זיין אז ער רעגט זיך צו זען ווי ווייט מענטשן האבן נישט קיין אייגענע מיינונג און זענען פראגראמירט... מלייגט א צעטל היינט איז מען פרייליך און והנה דער עולם ווערט שמייכעלדיג בלי שום סיבה... די זעלבע איז ביי טרטרויריגקייט..
נשלח: דאנערשטאג פעברואר 19, 2015 2:15 pm
דורך שמעקעדיג
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 4:05 pm
דורך שמעקעדיג
.
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 4:17 pm
דורך לית דין בר נש
איך האב דאס כאטשיג איין מאל א וואך
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 4:39 pm
דורך געוואלדיג
איך מיין אז עס איז א לעצטיגע זאך ביי זיי גם אני בחלומי
נשלח: מאנטאג פעברואר 23, 2015 5:13 pm
דורך געפילטע פיש
לית דין בר נש האט געשריבן:איך האב דאס כאטשיג איין מאל א וואך
http://en.wikipedia.org/wiki/Patch_Tuesday
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 12:39 am
דורך א איד
עס רעגט מיר אויף אז [tag]שמעקעדיג[/tag] ווערט אויפגערעגט.
ער איז דאך א סעמפל פון א רואיגע מענטש
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 11:39 am
דורך petergrifin
פארקערט! מאדאך שמעקעדיג רעגט זיך אמאל אויף איז ק'ו אז איך מעג זיך אויך אמאל אויף רעגן.
נשלח: דינסטאג פעברואר 24, 2015 7:42 pm
דורך ישראל קאפקע
סיריעסלי? טאפ ניוס סטארי?
געטוויט צוויי שעה צוריק, מיט 'איין' ריטוויט!
איך רעד שוין נישט פון די נייעס ווערדלאזיגקייט דערפון (מער ווייניגער נול, ווייל עס איז שוין ווייניגסטנס דריי יאר אלט) און די 'אנאנימער אייראפעאישע דיפלאמאט' וואס האט אנגעבליך געזאגט אזוי. אבער פארוואס טוט טוויטער פראמאוטן אן איינזאמער ווערדלאזע טוויט אלס טאפ ניוס סטארי?
נשלח: מוצ"ש פעברואר 28, 2015 7:58 pm
דורך בעל מדות
איך קען נישט פארשטיין פארוואס וואך איין, וואך אויס, הערשט א שרעקליכע אנגעצויגנקייט ווען מען קימט אהן צו די גרעניצן פון אויפשניידן לחם משנה ביי די שבת'דיגע סעודה, עס איז א געשעעניש וועלכע פאדערט גאנצע סיסטעמאטישע חשבונות און נעמט אריין הענט און פיס פאר די אלע קאלקולאציעס, שפאקולאציעס, און פארזארגערייען, די סעודות ווי עס זאל נאר זיין ביים אלטן טאטן אדער ביים רייכן שווער און שוויגער זענען געווענליך רוהיג ביז אהינציר און ווען דער ציבור הייבט זיך אהן וואשן, געבט זיך א פארשפרייט א וואלקן פון שווייס אויף אלעמענ'ס געזיכטער ווי מען זאל דא האנדלען פון גרויסע געלטער אדער אנדערע האקעלע מאטריאל, די ראש המשפחה שוין געוואשן באטראכט מיט געמאכטע לומדות די צוויי פארזארגטע חלות הונטערן דעקל און הייבט אהן נאקענען מיט שטום לשון צו פארשטיין געבן אז א געוויסע פארדעכטיגטע לעכל אויבן ביים שפיץ פון איין בארכע מאכט אים אומרוהיג און דא הייבט זיך אהן א פרשה פון פיפצן מינוט וואס שיעור די שלום בית צושטערט עס...עס הייבט זיך אהן טומלען מען נעמט אפיר מצה באקסעס מיט אייזיגע בילקעס פון פריזער און פארשטייט זיך קיינער קען נישט רעדן און עס קוקט אויס ווי אט אט הייבט אהן גיין מכות,...
יעדער איז אין די העכסטע אקטאוועס ווען מען קען נישט צוזיך קומען פון דעם איבערלעבעניש איך שפאציר אין אזא פאל ארויס און ווארט אויף א רוהיגע מינוט מיך אומציקערן און פארשניידן מיין פארציע, איך וויל זיך נאר ווענדן צו מיין שוויגער מיט א איינמאליגע אנבאט און כמו ווארענונג אז איך וויל פון היינט און ווייטער מען זאל קויפן זעקס איבריגע בילקעס און איך וועל עס באצאלן פאר א גוט יאר! דעי איבריגע קאפ וויי בנוסף צום טשולענט סאמוטאכע לאזט מיר איבער פאר א צוהאקטן טשוכעפאכע מאכטלאז און אומצופרידן.
נשלח: מוצ"ש פעברואר 28, 2015 8:20 pm
דורך יואב
איך האלט שוין לאנג אז פון צווישן די סייד-עפעקטס פון דער מתנה טובה וואס רופט זיך "שבת" זענען anxiousness און aggression.
נישט אז עפעס איז ראנג, נאר אפילו גוטע מעדיקעישאנס קענען אייביג האבן סייד-עפעקטס. אנדערע סייד-עפעקטס וועלכע ס'זענען שטארק מצוי צווישן מענטשן וועלכע היטן שבת זענען: Fatigue, sudden gain-weight, און gastrointestinal problems.
נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 10:39 am
דורך הוגה
בעל מדות האט געשריבן:דעי איבריגע קאפ וויי בנוסף צום טשולענט סאמוטאכע
איך קען קוים ווארטן צו הערן איבער דעם טשולענט סאמוטאכע.
נשלח: זונטאג מערץ 01, 2015 1:24 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:.
שמעקעדיג: ביי מיר לויפט עס קיינמאל נישט ארויף צו דעם נאמבער.אבער ווען ס'קומט די הודעה אז ס'גייט זיך אפ'דעיטן, לאז איך איבער דעם קאמפיוטער כמו שהוא. און רוב מאל ווען איך ענדיג ליינען קריאת שמע איז שוין אלעס געענדיגט. אויב פעהלט נאך אויס צייט, זאג איך נאך צו שטיקלעך פון תיקון חצות (תיקון רחל און תיקון לאה) און אויב דאס אלעס העלפט נישט, מיש איך אויף פרק שירה. און געוויינליך, ווען איך האלט שוין ביי "כלבים אומרים", איז שוין אלעס פארלאשן...

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 1:13 pm
דורך ונבנתה העיר
פרישע (און אלטע) דיינים'לעך, שלא קרו ולא שנו, זיי האבן גע'חזר'ט אביסל או"ח יו"ד, און פאר קיין געלט אין די וועלט וועלן זיי נישט זאגן איך ווייס נישט, זאל עס זיין א שאלה אין הלכות נדרים.
נעכטן האביך מיטגעהאלטן ווי איינער פרעגט א מו"ץ וועגן א טלית וואס ער איז געווען מסופק צו ס'איז זיינס, האט ער זיך דערמאנט פון כתה ו' 'נו, א ת"ח האט דאך טביעת עין, חחחח', און מיט דעם איז די פסק ארויס לאור עולם.
(בערל: תביעת אין...)
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 1:27 pm
דורך פישלע העררינג
ונבנתה העיר האט געשריבן:נעכטן האביך מיטגעהאלטן ווי איינער פרעגט א מו"ץ וועגן א טלית וואס ער איז געווען מסופק צו ס'איז זיינס, האט ער זיך דערמאנט פון כתה ו' 'נו, א ת"ח האט דאך טביעת עין, חחחח', און מיט דעם איז די פסק ארויס לאור עולם.
וויאזוי וואלט געוועהן ריכטיג ווען ער פסק'נט?