בלאט 24 פון 55

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 2:28 pm
דורך [NAMELESS]
'איך ווייס נישט אויף די מינוט ריף מיר צוריק שפעטער'

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:08 pm
דורך berlbalaguleh
ונבנתה העיר האט געשריבן:פרישע (און אלטע) דיינים'לעך, שלא קרו ולא שנו, זיי האבן גע'חזר'ט אביסל או"ח יו"ד, און פאר קיין געלט אין די וועלט וועלן זיי נישט זאגן איך ווייס נישט, זאל עס זיין א שאלה אין הלכות נדרים.

נעכטן האביך מיטגעהאלטן ווי איינער פרעגט א מו"ץ וועגן א טלית וואס ער איז געווען מסופק צו ס'איז זיינס, האט ער זיך דערמאנט פון כתה ו' 'נו, א ת"ח האט דאך טביעת עין, חחחח', און מיט דעם איז די פסק ארויס לאור עולם.

(בערל: תביעת אין...)

ונבנתה העיר: שקויעך. פאר מזכיר נשמות זיין. איך האב מיך דערמאנט א צווייטע מעשה פון א איד א גרויסן ת"ח תענית חלום. ער האט געהאט ביי זיך אין שטוב אמאל אן אורח אויף שבת. אינמיטן די שבת'דיגע סעודה, ווען ער האט געהאלטן זיין קליין קינד אויף די שויס, האט אריינגעטראפט א ביסל מילך פון די באטל אין טשולנט. דער איד האט געוואלט באווייזן פאר זיין גאסט וואספארא תלמיד חכם ער איז. רופט ער זיך אן צו זיין זון...זלמן. ברענג מיר אהער דעם שולחן ערוך הלכות שבת. איך וויל נאכקוקן צו מ'מעג נאך ווייטער עסן דעם טשולנט. ווען דער אורח האט איהם געפרעגט פארוואס פונקט ביי הלכות שבת? האט ער געענטפערט...ווייל שבת עסט מען טשולנט... :lol: :roll:

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:13 pm
דורך ונבנתה העיר
זעהסטו, תורה לשמה, פונקט היינט געהערט אז דער משנ"ב שרייבט אז מען זאל מנדב זיין בתי כסא פאר'ן ציבור.

זאגט יענער: מן הסתם שרייבט ער עס אין הל' בית הכסא...

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:23 pm
דורך פישלע העררינג
גראדעמעכעלע האט געשריבן:'איך ווייס נישט אויף די מינוט ריף מיר צוריק שפעטער'

ער האט יא גוט געפסק'נט! דאס אז דער דין ווערט שוין געלערנט אין כתה מאכט עס נישט ווייניגער דין.

נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 11:32 pm
דורך ונבנתה העיר
אה, נישט געכאפט אז דו ווילסט מצדיק זיין זיין קרעכטץ.

נא, מיי פרעינד, אפי' אויב האט יענער א דין ת"ח האט ער אבער נישט געהאט טביעת עין, ער איז דאך געווען מסופק און איז געקומען פרעגן צו ער מעג עס נעמען מספק.

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 11:32 am
דורך א איד
אז מענטשן ווייסן נישט די גדר פון א תלמיד חכם.
די גמרא זאגט אין מס' קידושין הרי את מקודשת ש"מ שאני תלמיד חכם אפילו אינו יודע רק מס' כלה, זאגט שוין רש"י אויפן פלאץ אז דאס מיינט נאר די איינע הלכה פון
כלה בלא ברכה אסורה לבעלה כנדה הרי זו מקודשת

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 11:46 am
דורך ירח בן יומו
א איד האט געשריבן:אז מענטשן ווייסן נישט די גדר פון א תלמיד חכם.
די גמרא זאגט אין מס' קידושין הרי את מקודשת ש"מ שאני תלמיד חכם אפילו אינו יודע רק מס' כלה, זאגט שוין רש"י אויפן פלאץ אז דאס מיינט נאר די איינע הלכה פון
כלה בלא ברכה אסורה לבעלה כנדה הרי זו מקודשת

און וואס איז מיט די תוס' וואס טייטשט אז ער דארף קענענן אלעס אפי' די הלכה פון מסכתות קטנות?

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 11:50 am
דורך א איד
דאס רעגט דיר אויף?

נשלח: דינסטאג מערץ 17, 2015 8:44 pm
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן:
ונבנתה העיר האט געשריבן:פרישע (און אלטע) דיינים'לעך, שלא קרו ולא שנו, זיי האבן גע'חזר'ט אביסל או"ח יו"ד, און פאר קיין געלט אין די וועלט וועלן זיי נישט זאגן איך ווייס נישט, זאל עס זיין א שאלה אין הלכות נדרים.

נעכטן האביך מיטגעהאלטן ווי איינער פרעגט א מו"ץ וועגן א טלית וואס ער איז געווען מסופק צו ס'איז זיינס, האט ער זיך דערמאנט פון כתה ו' 'נו, א ת"ח האט דאך טביעת עין, חחחח', און מיט דעם איז די פסק ארויס לאור עולם.

(בערל: תביעת אין...)

ונבנתה העיר: שקויעך. פאר מזכיר נשמות זיין. איך האב מיך דערמאנט א צווייטע מעשה פון א איד א גרויסן ת"ח תענית חלום. ער האט געהאט ביי זיך אין שטוב אמאל אן אורח אויף שבת. אינמיטן די שבת'דיגע סעודה, ווען ער האט געהאלטן זיין קליין קינד אויף די שויס, האט אריינגעטראפט א ביסל מילך פון די באטל אין טשולנט. דער איד האט געוואלט באווייזן פאר זיין גאסט וואספארא תלמיד חכם ער איז. רופט ער זיך אן צו זיין זון...זלמן. ברענג מיר אהער דעם שולחן ערוך הלכות שבת. איך וויל נאכקוקן צו מ'מעג נאך ווייטער עסן דעם טשולנט. ווען דער אורח האט איהם געפרעגט פארוואס פונקט ביי הלכות שבת? האט ער געענטפערט...ווייל שבת עסט מען טשולנט... :lol: :roll:

גג על גג: כ'האב מיך יעצט דערמאנט אז ווען איך האב איבערדערציילט אט די מעשה'לע פאר אן עולם, איז דארט געווען א איד א קנאפער חכם, האביך איהם געפרעגט, ...וואו דארף מען אמת'דיג נאכקוקן...? ענטפערט ער... ביי הילכות טריפות.... :lol: :roll: :o

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 2:00 pm
דורך שמעקעדיג
די באפוצטע פרויען וואס קומען צו מיין געשעפט איינקויפן און רעדן אזא באפוצטן ענגליש, בעת צו זייערע קינדערלעך רעדן זיי היימישע "מאמע" לשון.

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 2:08 pm
דורך ירח בן יומו
שמעקעדיג האט געשריבן:די באפוצטע פרויען וואס קומען צו מיין געשעפט איינקויפן און רעדן אזא באפוצטן ענגליש, בעת צו זייערע קינדערלעך רעדן זיי היימישע "מאמע" לשון.

וועלעכע שטערט דיר די רישא אדער די סיפא?

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 2:28 pm
דורך לית דין בר נש
שמעקעדיג האט געשריבן:די באפוצטע פרויען וואס קומען צו מיין געשעפט איינקויפן און רעדן אזא באפוצטן ענגליש, בעת צו זייערע קינדערלעך רעדן זיי היימישע "מאמע" לשון.

את חטאי אני מזכיר איך האב אויך א שוואך קייט צו דיין גאלדענע מהות און איך פראביר זיך אויך אביסל צופיצן דיר צו גיפעלן!
זעהט אויס עס זענען דא נאך וואס האבן די הרגש ווי מיר אז די ביסט א גאלדענע מענטש און ווילן דיר גיפעלן!

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 3:22 pm
דורך שמעקעדיג
צי איך בין גאלד אדער זילבער קען איך נישט זאגן, אבער א לאנגע חסיד'ישע בארד און פיאות האב איך - קיינער קען אויף מיין געזיכט נישט ליינען און מיינען אז מיר געפעלט מען מיט ענגליש..

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 3:31 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:די באפוצטע פרויען וואס קומען צו מיין געשעפט איינקויפן און רעדן אזא באפוצטן ענגליש, בעת צו זייערע קינדערלעך רעדן זיי היימישע "מאמע" לשון.

יא טאקע קיינמאל נישט פארשטאנען, זי זעהט אז איך רעדט צוריק און אידיש נו פארוואס גייסטו ווייטער מיט ענגליש? צו וואס קענסטו נישט צוריק רעדן די שפראך וואס איך רעד

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 3:36 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:די באפוצטע פרויען וואס קומען צו מיין געשעפט איינקויפן און רעדן אזא באפוצטן ענגליש, בעת צו זייערע קינדערלעך רעדן זיי היימישע "מאמע" לשון.

ווייל די קינדערלעך וואלטן זיי נישט פארשטאנען און זיי וואלטן געפרעגט:...מאמע. וואס רעדסטו...? די מאמע ענטפערט...פלעין יודיש... :lol:

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 4:29 pm
דורך פרייוויליג
שמעקעדיג האט געשריבן:צי איך בין גאלד אדער זילבער קען איך נישט זאגן, אבער א לאנגע חסיד'ישע בארד און פיאות האב איך - קיינער קען אויף מיין געזיכט נישט ליינען און מיינען אז מיר געפעלט מען מיט ענגליש..

עשה לך קנאבל, און פראבלעם איז ארלעדיגט..

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 4:52 pm
דורך [NAMELESS]
עזריאל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:די באפוצטע פרויען וואס קומען צו מיין געשעפט איינקויפן און רעדן אזא באפוצטן ענגליש, בעת צו זייערע קינדערלעך רעדן זיי היימישע "מאמע" לשון.

יא טאקע קיינמאל נישט פארשטאנען, זי זעהט אז איך רעדט צוריק און אידיש נו פארוואס גייסטו ווייטער מיט ענגליש? צו וואס קענסטו נישט צוריק רעדן די שפראך וואס איך רעד

עס קען אמאל האבן מיט גדרי צניעות, ס'היימישט זיך נישט אזוי ווען מען רעדט ענגליש פון ווען מען רעדט אידיש-מאמע לשון, ומבשרי אחזה.

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 8:17 pm
דורך [NAMELESS]
דברי אמת בפי @עמאזאן

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 8:45 pm
דורך שמעון וואלף
עמעזאן האט געשריבן:
עזריאל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:די באפוצטע פרויען וואס קומען צו מיין געשעפט איינקויפן און רעדן אזא באפוצטן ענגליש, בעת צו זייערע קינדערלעך רעדן זיי היימישע "מאמע" לשון.

יא טאקע קיינמאל נישט פארשטאנען, זי זעהט אז איך רעדט צוריק און אידיש נו פארוואס גייסטו ווייטער מיט ענגליש? צו וואס קענסטו נישט צוריק רעדן די שפראך וואס איך רעד

עס קען אמאל האבן מיט גדרי צניעות, ס'היימישט זיך נישט אזוי ווען מען רעדט ענגליש פון ווען מען רעדט אידיש-מאמע לשון, ומבשרי אחזה.


א פרישע אכשר דרא'דיגע גזירה: מענער זאלן נישט רעדן אידיש מיט פרויען.

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 9:29 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז.נישט קיין גזירה, פשוט א הנהגה טובה,
טרייב נישט אלעס איבער,

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2015 10:13 pm
דורך שמעון וואלף
אזוי פאנגן זיך אן אלע אכשר דרא'דיגע גזירות. קודם זענען דא אפאר פרומע וואס פירן נייע חומרות פאר זיך און מיט די צייט מיינט מען אז יעדער דארף דאס נאכטון.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 12:05 am
דורך א איד
קיינער פירט נישט איין קיין חומרות, [tag]עמעזאן[/tag] מיט [tag]גראדעמעכעלע[/tag] האבן זייער א גוטע הנהגה, איך פאל אסאך מאל דורך דערין, איך זעה נישט פארוואס עס דארף קומען א קאמענט פון אכשר דרא.
ובזה יצאתי ידי חובתי

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2015 12:29 am
דורך [NAMELESS]
עס איז לאו דווקא אלס חומרא עס גיט בכלל צו א פראפעשינאל טאטש,

דאס איז כו''ע מודה אז צו ווערן צו היימיש מיט א פרוי איז נישט איבעריג געשמאק.
א וודאי א גראסערי מאן וכדומה מאכט נישט קיין סענס עכט צו רעדן ענגליש און אז ער איז א געזונטער יונגערמאן דארף עס עם נישט צופיל אנגיין,
במה דברים אמורים ביי א סעיל פערזאן וואס מען פירט לענגערע שמועסן און צומאל דארף מען אריינגיין אין דיטעיל די לייף סטייל וכדומה אדער צומאל סתם כאפן א שמועס אלס אנושיות איז בעסער אז נישט אין מאמע לשון.

און בפרט א בעה''ב צום ארבייטער האב איך זיך שוין אסאך באגעגענט ווי זיי זענען מקפיד דערויף על אף די בעה''ב ברעכט זיך די ציין מיט זיין ענגליש, און דאס שפארט אסאך קאפוויי,