בלאט 26 פון 55
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 6:44 am
דורך איך אויך
יאגורט אחד יחטא ועל כל הגריעק תקצוף?
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2015 8:27 am
דורך הויזן טראגער
בעל מדות האט געשריבן:איך האב אריינגעשליידערט דעם גאנצן איבריגן קעסטל אינעם מיסט קאסטן און אפגעווישט די טיש מיטן אנאנס איבער גריעק טשיז קעיק וועלכע איז צופעליג געליגן אויפגעמישט פארנט פון מיינע אויגן.
ובכהאי גוונא פלעגט זיך די רבי אויסצוקוועטשן יבוא אמו ותקנח צואת בנה
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 3:11 pm
דורך ישראל קאפקע
די מאדנע פאל פון דר. ניק און מר. נודניק(ס)....
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 5:01 pm
דורך [NAMELESS]
אין שול, ווען דער לעבן מיר ליידט אויף די מעיים, און מיינט אז א פאבליק בית המדרש איז א פריוואטע ביהכ"ס...
ווען איך טרעף אויף מיין פלאץ די פיצינקע שטיקלעך 'פאום קאפ', וואס א נערוועזע מענטש האט אראפגעבראכן [מיט זיין מויל] פונעם קאווע-קאפ און נישט אויפגעקלינט...
ווען דער פארנט פון מיר טרעט אויס ביי שמו"ע אזעלכע גרויסע טריט, אז ער מוז אריינ'באמפ'ען אין מיר...
ווען איך זע אז פונקט ווען איך האלט אינמיטן מאכן א קאווע האט זיך די מילך געענדיגט, און כ'זע א בחור'ל אוועקשפאצירן מיט א פילן גלעזל מילך...
נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 5:13 pm
דורך [NAMELESS]
דו ביזט פטור פון דאווענען מיטן עולם. גיי דאווענען שפעטער ווען ס'איז שוין ליידיג, אדער אויב דו קענסט גאר גאר פרי.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:27 pm
דורך בעל מדות
איך אויך האט געשריבן:יאגורט אחד יחטא ועל כל הגריעק תקצוף?
איך בין גראדע געווען דא אויפן הומאריסטישן זייט און נישט געזיכט צו אינטערברענגען קיינעם.
יעצט האט מיר אויפגערעגט דאס אז איך האב אפגעפאטשקעט די צייט מיט האקן אויף גריעק ווען איך האב אנערקענט אז איך האב גענימען די עקסטער לייט דייעט יאגורט פאר מענטשן וועלכע האבן דייעביטיס און שווארצע לונגען...
גיי ווייס פארוואס עס ליגט אין מיין פרידזש.
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:51 pm
דורך איך אויך
אז עס ליגט נאך אפען זייט דו האסט עס געעפנט נאו וואנדער עס טעיסט אזוי..
נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 12:55 pm
דורך ישראל קאפקע
רעדנדיג פון גריכישע יאגורט און 'לייט', גראדע רעגט מיר אויף די גאנצע געדאנק פון לייט גריכישע יאגורט.
ווער עס איז באקאנט מיט די גדולה פון גריכישע יאגורט (וואס ווערט געמאכט אין ניו יארק סטעיט, און האט גארנישט מיט גריכנלאנד) ווייסט אז דאס גאנצע אויפטו דערמיט איז אז מען זייעט עס אפ סאך לענגער פון די whey און די יאגורט איז דעריבער סאך געדעכטער, בערך ווי קאסטערד (און וועגן דעם קאסט עס אזוי פיל מער ווייל פון יעדן גאלאן מילך קען מען מאכן פון א דריטל ביז א האלב ווייניגער ווי געהעריגע יאגורט). גייען די חכמים און מאכן עס 'לייט', מען לייגט צוריק די ווהעי אדער סתם וואסער, און מען האט 'לייט גריק יאוגערט', מען לייגט עס אריין אין א שיינע פלאכע טעלערל און מען בעט דריי מאל די פרייז פון געווענליכע יאגורט.
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 2:49 pm
דורך שמערל
אז פון מיינע איבער פיר הונדערט תגובות דא אין שטיבל, איז די תגובה מיט די מערסטע לייקס, מיין נארישסטע און קורצסטע
תגובה.
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 9:27 am
דורך שמעון וואלף
ווען איך זעה יונגע קאפעלס אינדערפרי און די מאן באגלייט זיין ווייב צו די ארבעט בעת ער טראגט זיין טלית און תפילין.
ווי נעמט מען אביסעלע שכל
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 9:33 am
דורך I'm back
שמעון וואלף האט געשריבן:ווען איך זעה יונגע קאפעלס אינדערפרי און די מאן באגלייט זיין ווייב צו די ארבעט בעת ער טראגט זיין טלית און תפילין.
ווי נעמט מען אביסעלע שכל
וועלכע חלק רעגט דיר אויף?
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 9:45 am
דורך שמעון וואלף
נאך מער ווי אלעם רעגט מיר אז די פארשטייסט נישט וואס איז ראונג דא
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 10:03 am
דורך I'm back
שמעון וואלף האט געשריבן:נאך מער ווי אלעם רעגט מיר אז די פארשטייסט נישט וואס איז ראונג דא
וואס באדערט דיר אז זיי לעבן א נארמאלע לעבן?
זיי דארפן זיך באמת זארגן וואס די טראכסט?
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 10:58 am
דורך שמעון וואלף
אקעי, קוקט אויס די פארשטייסט טאקע נישט.
די ווייבל יאגט זיך אויס די נשמה און לויפט ניין אזייגער צו די ארבעט, ווי זי ברענגט אהיים די פאר דאללער וואס דעקט קוים די רענט, בעת דער יונגערמאן פאפט אוועק און טאנצט ארויס פון בעט צו כאפן סוף זמן ק"ש, מיט די פאזשאמעס. די פרוי האט זיך שוין אנגעטון, געמאכט די פנים, (ביידע אן עבודה רבא, כידוע ליודעי חן) און געגעסן פרישטאג, און דער יונגערמאן האט בסה"כ געליינט קרי"ש און געטרינקן א קאווע.
וואס דארף אזא פרוי טראכטן? וויפול רעספעקט קען זי שוין האבן פאר אים?
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 11:02 am
דורך שמעקעדיג
דאס איז דאך איינע פון די "מעלות" פון גיין אין כולל...
(ואי תימא, זי קען אים רעספעקטירן אלס בן תורה וואס זיצט און "הארעוועט" א גאנצן טאג...)
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 11:13 am
דורך I'm back
דער ווייבל האט דאס אויסגעוועלט.
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 11:38 am
דורך שמעקעדיג
מיינסט צו זאגן, אירע עלטערן.
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 12:07 pm
דורך [NAMELESS]
עס רעגט מיר די סארט מענטשן שבת ביים דאווענען ווען א באנק פאלט אראפ שושקעט ער ווי א שושקע-באב , וואס מיינסטו וואס . די באנק גייט זיך אויפשטעלן פון דיין געשושקעריי ? אדער אפשר גייט ער שוין מורא האבן אראפ צופאלן נאך אמאל ...??
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 12:25 pm
דורך יואב
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:עס רעגט מיר די סארט מענטשן שבת ביים דאווענען ווען א באנק פאלט אראפ שושקעט ער ווי א שושקע-באב , וואס מיינסטו וואס . די באנק גייט זיך אויפשטעלן פון דיין געשושקעריי ? אדער אפשר גייט ער שוין מורא האבן אראפ צופאלן נאך אמאל ...??
הוי דן את כל האדם לכף זכות. דער אמת איז אז בעצם שושקענען זיי אויף קרוז. ס'אייביג דא איין צוויי שמועסערס, הגם זיי רעדן אזוי שטיל אז זיי אליין האבן שוועריקייטן צו הערן. ווען דער באנק פאלט אראפ האבן זיי מורא – און מיט רעכט – אז דאס גערויש פונעם קראך וועט איבערשרייען זייערע שושקעראציעס, מילא גייען זיי אריין אין אן אגרעסיע און שושקענען אזש די טעלעפאנען קענען ארויסטאנצן פון די קעשענעס פאר פחד.
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 3:37 pm
דורך [NAMELESS]
שמעון וואלף האט געשריבן:ווען איך זעה יונגע קאפעלס אינדערפרי און די מאן באגלייט זיין ווייב צו די ארבעט בעת ער טראגט זיין טלית און תפילין.
ווי נעמט מען אביסעלע שכל
לדעתי, אויב ער באגלייט איר, איז עס נאך גאנץ גוט. אבער הא גופא רעגט מיך אויף, פארן דאווענען באגלייטן א ווייב ? ר"ל!
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 4:22 pm
דורך [NAMELESS]
בן אדם האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:ווען איך זעה יונגע קאפעלס אינדערפרי און די מאן באגלייט זיין ווייב צו די ארבעט בעת ער טראגט זיין טלית און תפילין.
ווי נעמט מען אביסעלע שכל
לדעתי, אויב ער באגלייט איר, איז עס נאך גאנץ גוט. אבער הא גופא רעגט מיך אויף, פארן דאווענען באגלייטן א ווייב ? ר"ל!
נאך-א-מזל אז דיר רעגט נישט אויף אז ער וואוינט מיט א ווייב, און האט געשלעכטליכע באציאונגען מיט א ווייב...
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 4:33 pm
דורך [NAMELESS]
און אז איך רעג מיך יא, איז וואס?
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 5:22 pm
דורך [NAMELESS]
דאן גט דיך אפ...!