בלאט 4 פון 4

נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2016 8:38 am
דורך יחיאל יעקבזון
וואונדערבאר און אקוראט.
יהדות החרדית איז געשלאגן מיט נארישע הנחות און לאזונגען. די קלוגערע ווערן נישט באנומען און לאכן אפ די כסילים בחשך הולכים און שוין.
שש טייערע, דו זעהסט אויס צו זיין א קלוגער פארשוין. דו שרייבסט זייער שיין און גאהר צום פונקט - יו היט די נעיל אן איטס העד.
ס׳נעמט היפשע קלוגשאפט צו זעהן אלס וואס דו זעהסט, אבער נאך קלוגער איז דער וואס מוז נישט אומער ווייזן זיין קלוגשאפט... כ׳פארשטיי דיר באמת נישט, מיט וועהם טענה׳סטו זיך? מיט אפאהר שוטים אין בעסמעדריש? כאטש דא אין ק״ש קען מען גוט אויסשמועסן ענינים מיט אינטעליגענטע מענטשן און אוועקגיין קלוגער.
מיינס א באקאנטע, א שוחט אין פאך, זאגט נאך בשם אנדערע אז קבלה בידינו אז דער שוחט טאהר נישט זיין קלוגער פון די בהמה...

נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2016 11:21 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווייל ס'פאסירט אפט אז מענטשן שפירען אינעווייניגעהייט אז עפעס טויג נישט, נאר ביז מ'קען עס לייגען אין קלארע ווערטער, דערהערט מען עס נישט אזוי קלאר. דאס איז אויך די מעלה פונ'ם וואודרידזשע רב און רא"י סאלאווייציק. די יכולת צו קענען אויסדרוקען די טעות גיבט א רוקביין צו אלע וואס האבען נישט אזא יכולת, אבער פארשטייען קענען זיי.

נשלח: מיטוואך אפריל 20, 2016 12:19 pm
דורך [NAMELESS]
פאסט נישט פאר א ליטוואק...
אז עס פעהלט אין הסברה פעהלט אין הבנה!