קאווע טרינקער האט געשריבן:@שרגא וואלט געדארפט צוטיילן זיין תגובה אויף צוויי. אויף א גרויס חלק קומט זיך א לייק. אבער אויף די חלק אז דארט איז פונקט אזוי שווער צו זיין פרייליך, בין איך מטיל ספק.
און
למשל? דארט איז שכר לימוד מער טייער? זיי צאלן נישט נישט שכר לימוד פאר 14 קינדער. ביי אונז איז דא סעקשאן 8? זיי קענען וואוינען וואו זיי ווילן, דארט ווי ס'איז ביליג. קליידער זענען סאך ביליגער ביי זיי."
וויבאלד קאווע טרונקער האט דערקלערט אז ער האט זיך ממש צוריקגעהאלטן פון מיך לייקן צוליב יענעם חלק סטעיטמענט, איז דאס מיר א פארלוסט און דעריבער לאמיך פרובירן אביסל מער מסביר זיין וואס איך האב געמיינט אז "
עס איז נאך בכלל נישט זיכער קיין אויטאמאטישע ישועה אין לעבן ווען מען טוישט." איך וויל אביסל ארויסברעננגען די פוינט פון א גשמיות'דיגן פערספעקטיוו וואס איז ווערד אמאל אויסצושמועסן.
(נאר איך שרייב עס נישט אין
יענעם אשכול, ווייל איך געדענק אז צו פארקריכן פון א נושא איז ממש פון די דריי הארבסטע עבירות דא אין שטיבל, ממילא ברענג איך עס אריבער אהער וואו עס איז אביסל מן הענין.)
דו האסט אנגעכאפט אלס משל מיט שכר לימוד און קליידער, זאלסטו אבער וויסן אז שכר לימוד פון פרייוועט סקולס זענען פיל מער ווי דו צאלסט, און שוין אפגערעדט די קאלעדזש ואוס קאסט צענדליגער טויזנטער דאלארן (און עס האלט נאר אין איין שטייגן כידוע). אויך קליידער שפענדן מיר מענער מסתמא ניטאמאל א פערטל פון דעם גוי, פשוט ווייל מיר בלייבן מיט די זעלבע דזשי-ענד-דזשי סוט פאר עטליכע יאר און די זעלבע ווייסע העמדלעך, בשעת זיי קענען טוישן פיל אפטער ווייל זיי קענען דאך נישט גיין יעדן טאג די זעלבע אנגעטון (אמת אויב וויל איינער דוקא פון ביליגסטן סארט קען אפקומען ביליגער, אבער וואלסט דאך נישט געוואלט ווערן א ביליגער גוי וואס גייט נישט לויט די סטיילס). די קאנקורענץ ביי די יונגווארג איז זייער גרויס און כדי צו זיין פון די "קילע" און "אפדעיטעד" חברה מוז מען גיין מיט די ברענד נעימס וואס יעדע העמדל אדער הויזנדל קען גרינג קאסטן 50-100 דאלאר אדער מער. מיינסט אז די "צעריסענע" הויזן פון די "בעסערע שווארצע" קאסט ביליג? בכלל נישט.
שוין אפגערעדט פון די אלערליי פיטשעווקעס וואס איז א "מוז" אין היינטיגן לעבן, אבער ביי אונז איז עס נאך ווייט נישט אין דעם סטאנדארד אז יעדעס קינד מוז האבן שפעטסטנס ביי די עלף יאר אן אייפאד, אייפעד, און אנדערע שמאנצעס. יעדער קען נאר זיינע אייגענע עקספענסעס, נישט יענעמ'ס. יענע לעבנסשטייגער האט טאקע נישט מצות און לולבים אבער יעדע ריר און שוואוילטאג קאסט פונקט אזוי געלט, און זיי זענען וועכנטליך, נישט יערליך. נאר סתם צו גיין פארברענגען א נאכט און טרינקען אביסל ביר קען גרינג קאסטן א פופציגער, פלאס א טיפ. יעדע פלאץ וואו מען גייט, יעדע זאך וואס מען גלוסט, יעדע אטראקציע, אלעס קאסט געלט, יעדע ריר קאסט, און די אויגן זענען דאך פיל ברייטער אפן און די אפציעס זענען דאך פילפאכיג גרעסער. ממילא גלייב איך נישט אז מען שפארט זיך עפעס. ווער עס וואלט דארט געקענט לעבן בצמצום און קעירט נישט פאר זיינע ארומיגע, ער קען דא זיכער אויך.
דערצו באקומסטו ביי אונז געווענליך דעם אויטאמאטישן פעקל פון א סאשעל סטרוקטור אין לעבן, אבער אין דער גרויסער אלגעמיינער וועלט קענסטו בלייבן אויסגעשפילט לעולם ועד. אויב טרעפסטו נישט קיין סוירקל פון חברים און נאנטע, קענסטו בלייבן איינזאם אליין. (און אגב, דאס איז לענ"ד איינע פון די סיבות פארוואס מ'זעט אזויפיל האס און בייסיגע קאמענטארן אויפ'ן אינטערנעט. די איינזאמע און אומבא'חנ'טע מענטשן וואס האבן קיינעם זאל זיי אויסהערן אין ריעל לייף, האבן ענדליך געטראפן א וועג צו קענען שעלטן און זיך ארויסגעבן און איינער זאל איינגטליך זיי אויסהערן און נאך אפילו רעאגירן.)
יעדער קען קומען זאגן זיינס איבער דעם מעכטיגן לעבן וואס מען מאכט "דארט", אונטער דעם פרייען דאך, אבער איך קען דיר זאגן אביסל פון ואוס איך האב געזען, געהערט און מיטגעהאלטן.
מען זיצט אויפ'ן קאוטש נאכט נאך נאכט און מען רייכערט און מען קוקט טיווי. נו, זאג מיר די גרויסער גליק? און וויפיל נעכט קען מען דאס טון? וויפיל חדשים? וויפיל יארן? קומט אמאל אונטער א מסיבה'לע, נו, עס ווערט אביסל לעבעדיג. פיין, די מוזיק קלאפט הויך. מען רייכערט ווייטער, מען לאכט ווייטער. און וואס ווייטער? גארנישט. שוין, אמאל איז דא פון אנדערן מין אויך און עס שפירט פיין צו פארברענגען צוזאמען, אבער מיין נישט, פון דארט ביז דעם תכלית הנרצה, פאר ווער עס ווייסט , איז א ווייטער מהלך. סאו סך הכל האסטו טאקע דארט 'נישט' די אלע צוימען ואוס דו האסט יעצט דא, אבער געוואלד, וואס האסטו 'יא'?
און דאס איז שוין אויסער דעם וואס למעשה אין די היינטיגע וועלט אויב וויל איינער דוקא טון די זעלבע, מוז ער בכלל נישט אהינלויפן. ער קען זיך גענוג אויסגעבן אויף א כשר'ן אופן, אדער אויב ער קען זיך נישט איינהאלטן און וויל דוקא, קען ער אויך אלעס טון. מיט'ן אינטערנעט קען יעדער זען אלעס אלעס וואס די צעריסענע דזשינס זעען. פיין, אביסל א קלענערן סקרין, זכר לחורבן. ער קען אויך רייכערן, סיי ואוס ער וויל. נאר העכסטנס אביסל מער באגרעניצט ווייל ער האט א משפחה, ואוס איז נאר בעסער צו האבן גרעניצן און נישט טיף אריינזונקען. ער קען הערן מוזיק, קארליבאך צי די גרינס, חיים ישראל צי גד אלבז, מתתיהו צי דעסקרייב, עס איז היינט דא אזא ריזיגע סעלעקציע פון אלע מינים. און דערצו קען דיך קיינער אפהאלטן פון אנצינדן סיי וואס דו ווילסט. בקיצור אויב חלש'ט טאקע איינער אזוי שטארק דערצו, קען ער דא בלייבן און העכסטנס צופוצן זיין לעבן מיט אביסל מאדיפיקאציעס צו העלפן אביסל באפרידיגן די זאכן צו וואס ער גלוסט אזוי שטארק. ליינען, חקר'ען, רייכערן, מאוויס, ריאליטי און קאמעדי שאוס, בראדוועי, קאנצערטן, ספארטס, אמיוזמענט פארקס, שאוס, וואקאציעס, מיט חברים אין האטעל, גרויסע שבתונ'ס, ארץ ישראל, אומאן, אטלאנטיק סיטי, פאוקער געימס, פארברענגענס, וכו', דאס אלעס קענסטו דאך יעצט אויך געניסן אויב ווילסטו דוקא דאס אויסקלויבן, אסאך אפילו אויף א כשר'ן אדער סעמי-כשר'ן אופן, און אין די זעלבע צייט וועסטו ווייטער בלייבן מיט די ליבליכע קינדערלעך וועלכע וועלן דיך בלייבן ליבן, גלעטן און באגלייטן אויף אייביג, אפילו נאכדעם וואס די ווייסע האר וועלן אנהייבן ארויסקריכן און דיינע חיי-שעה תאוות וועלן זיך שוין לאנג האבן אפגעשטעלט און וועסט לעכצן פאר א געסעטלטע לעבן ווען מען וויל בלויז שעפן נחת פון די וועלט און די קינדער.
איז די חלק צו סתם הוליען, דאס איז קודם נישט געווענליך די עיקר ציל צו וואס דער בר שכל גלוסט, אויסער דעם וואס עס נישטא צופיל צו מקנא זיין און בצירוף וואס עס איז אויף גאנץ א קורצע צייט. און בכלל איז דאך דאס אויך נישט דער "ציל" אפילו פונעם גוי, רוב ווילן זיך עווענטועל אראפזעצן און אנקומען צו אן אנשטענדיג פארהייראט לעבן מיט א קינד-צוויי. יעצט, אויב זעסטו דעם [זעלטענעם] פאל וואס איינער איז שטארק מצליח דארט און ער קומט אן צו עפעס א ריעל לייף, א געסעטלטע לייף, וואלט עס יענער גאנץ זיכער אויך געהאט אלס חסיד. שכל איז שכל און טאלאנט איז טאלאנט (אפילו עס זענען מסתמא דא אויסנאמען. אבער אויסנאמען איז אויך דא פארקערט).
ממילא אויב ווילסטו פשוט א לעבן פון זיין געסעטלט דארט, קענסטו געווענליך אויך זיין געסעטלט דא. עס איז געווענליך סייווי געוואנדן אין דעם טיפ מענטש.
און נישט אז אויב באשליסטו יא זיך צו סעטלען דוקא דארט, מיינט שוין א גאראנטי אז דו וועסט טאקע זיין דארט א געסעטלטער. דארט וועסטו זיך דארפן אן עצה געבן צו ווערן געסעטלט ווי א נארמאלער גוי און וועסט זיך געווענליך דארפן פלאגן אנצוקומען צו א נארמאלע סטאטוס. צו ווערן סתם ווי א ביליגער גוי מיט לאנגע אומגעקעמטע האר און הערן היפ-האפ, דאס קענסטו גרינג ווערן, טאקע ממש אין איין וואך. אבער נישט דאס איז דאך מסתמא דיין ציל. דו אלס אפענער קאפ וועסט אוודאי וועלן דארט ווערן א "נארמאלע" גוי. נו, וועסטו דארפן שווער הארעווען אויף דיין שפראך, זיך אויסלערנען די גאנצע קולטור, מיט אלע נואנסן. און דערנאך נאך דארפן טרעפן א פרוי וואס איז זיך גרייט צו פארקניפן אין דיר לויט דיין סטאטוס.
דערנאך, נאך אלעם, איז שפעטער דא א גרעסערע מעגליכקייט אז זי וועט בועט זיין אין דיר, אין פארגלייך צו א היימיש ווייבל (פשוט סטאטיסטיש).
און וואס טוט זיך בכלל מיט די נאכאנאנדע זארג צי א צווייטער מענטש (חבר, שכן, צי איר ארבעטס קאלעגע) האט נישט געלייגט אן אויג אויף דיין שותף. כ'מיין גייסט דאך וועלן ארויסהענגען ווי מער. נישט אז איך מיין 'יעדער' דארף זיין באזארגט, אבער א שיינע גרויסע פראצענט יא. און זיכער אין די תקופה ווען די רילעישאנשיפ גייט אונטערהינקען וואס כמעט אפיציעל האט יענער דעם תירוץ זיך יעצט אביסל ארומקוקן. ביי אונזער סאסייעטי איז למעשה אין דעם הינזיכט דא הונדערט מאל ווייניגער זיך צו זארגן. סיי די עצם ערליכקייט און ציטער פון אזא געדאנק היט די פרויען, סיי די אומשטענדן מאכן דאס געווענליך זייער שווער.
דערצו מעג מען וויסן אז עס קענען אויך זיין זייטיגע אומאנגענמליכקייטן. ביים לעבן צוזאמען און אויפציען א פאמיליע קלאפט מען זיך אן יעדן טאג אין די באזע-נאטורן פונעם מענטש וואס זענען געווארן איינגעווארצלט במשך אלע קינדער יארן. ענק וועלן מעגליך האבן גאר פארקערטע טעמים אין זאכן און אסאך מיינונגס פארשידנהייטן. אין געוויסע זאכן וועלן ענק פשוט רעדן אן אנדערע שפראך, עס וועט זיין א קולטור קלעש.
שוין אפגערעדט וויפיל מאל דיין ווייב-זון וועט לאכן פון דיין שאקירנדע אומוויסנהייט (וואאאס? דו האסט נאך קיינמאל נישט געהערט פון "ליטל רעד ריידינג הוד?" אדער אנדערע טויזנט באבקע מעשה'לעך און אומצאליגע לידעלעך וואס איז ביי זיי ממש א טייל פון זייער אויפציאונג). און אויב זאל ארויסקומען אז דו ווייסט למשל גארנישט פון שעיקספיער מער ווי זיין נאמען, וועט זי דיך מעגליך אנקוקן מיט אנדערע אויגן אויף אייביג. זי וועט דיך אפשר "פארשטיין", אבער נאך אלץ וועט עס איר קענען געפערליך ענויען.
און לאמיר רעדן פון די בושות ווען דיין מיידעלע פון צווייטע קלאס וועט דארפן הילף מיט האום-ווארק און דו וועסט זיך האקן די ציין ביים גאנץ ערשטן לעוול. וועסט נישט וויסן אפילו די א-ב פון קיין שום פעלד, קיין מושג למשל אין ביאלאגיע און די מענשטליכע אנאטאמיע, קיין אנונג אפילו פון דעם ווארט וועקטאר אין מאטעמאטיק, און דאס ווארט אלדזשעברא וועט דיר קלינגען ווי א ספרדישע נאמען און גארנישט מער. און אויב דו ווייסט איין זאך, ווייסטו נישט קעגן דעם צען אנדערע, און אזוי וועלן דיר אזויפיל זאכן און מנהגים זיין פרעמד. דיין קליינע קעטרין וועט דארפן הילף מיט'ן אויסשטעלן אדער פאררעכטן א זאץ, אבער דו וועסט קוקן מיט הינערנע אויגן. נישט בלויז די גראמאטיק וועסטו נישט קענען ארויסהעלפן, נאר וועסט מיט בושות איר למשל פרעגן, "איין מינוט, זיסקייט, קודם וואס מיינט דא דאס ווארט 'געפעי'?" און זי וועט דיר ענטפערן "העי, דעד, מען זאגט עס 'געף'. סטופיד!" דאן וועט זי לויפן דערציילן די זיסע דזשאוק פאר מאמי און די טיטשער... דו וועסט כסדר נאך אזעלכע פלאפס זיך פרובירן אליין אויסלאכן און חוזק מאכן ("יא, שוין, גיי לערן אן אלטער בער טאנצן." אבער געדענק, איך בעט דיך, ניץ נישט די ברטנורא ווערסיע...) אבער ווען עס וועט פאסירן יעדן טאג און אין יעדן סאבדזשעקט נאכאמאל, וועט דיין אמעראצעס ווערן א ווייטאגליכע און זויערע וויץ.
כ'בין פארפארן. איז צו ווערן א "נארמאלע" גוי, וועסטו דארפן שיקן נישט אין פאבליק סקול נאר אין א פריוואטע טשארטער סקול וואס קען דיר קאסטן מער טואיציע ווי שכר לימוד פאר פינף קינדער. און צו וואוינען אין א נארמאלע געגנט פון בעסערע אנשטענדיגע גוים, נישט אין די קאנדאמיניומס צווישן שווארצע, וועסטו ווידער דארפן צאלן די הויזן. און צו באלאנגען אין א קלאב, ווייטער די גאטשעס. דיין סאשעל סטרוקטור וועט נישט קומען אזוי אויטאמאטיש ווי ביי אונז, אריין אין שול און געטראפן א קופקע חברים און מ'לאכט, עס דארף דיר געלונגען. דארט קען דיר זיין הונדערט מאל שווערער ווי ביי אונז, ווייל דא קענסטו זיין זאפטיג, דו קענסט אונזער קולטור, דו קענסט זיך גרינג אריינמישן און באפריינדן אין כמעט יעדע גרופע, אבער דארט גייט עס נישט אייביג אזוי. עס זענען דא אזויפיל מענטשן און די געשאפענע גרופעס קענען זיין זייער עקסקלוסיוו. זיי וועלן נישט אלץ גרינג ארייננעמען סתם א פרעמדן, נאך מיט א מאדנעם אקצענט, אלס טייל פון זייער עליטע גרופע. מען לאכט דארט פון אנדערע דזשאוקס, מען האט אנדערע מושגים און שמועסן, און דו וועסט נישט קענען אלץ נאך יעדע פיפטע סענטענס פון א חבר פרעגן "וואס? וואס הייסט? וואס האסטו געמיינט צו זאגן?" אדער "וואס איז דא די וויץ? וואס לאכט יעדער?" (צו פארשטיין הומאר און וויצן דארף מען צומאל ארויסהאבן אסאך מושגים און טערמינען וואס קענען זיך באציען צו מיליאן זאכן און נואנסן פון א קולטור, וואס איז גאנץ שווער צו ערפילן נאכ'ן פארפעלן די וויכטיגסטע ערשטע צוואנציג יאר. סארי.).
און אז וועסט שוין יא אויפציען א זיסן בויטשיקל, זאלסטו פשוט וויסן דעם פאקט וואס איז שווער צו לייקענען אז ביי אונז געט מען אפ פיל מער כבוד פאר'ן טאטן. נישט אז עס זענען נישטא גענוג גוים וואס זענען יא ארנטליך און דרך-ארצדיג, אבער למעשה איז עס ביי אונז אויף א פיל העכערע שטאפל. מען פייפט זיך נישט אן אזוי גרינג, זיכער נישט ביז די זעכצן-זיבעצן. דיין צוועלף יעריגער חסידיש אינגל וועט דיר נישט באזידלען מיט די ערגסטע לשונות און טענער וואס דו וואגסט זיך אפילו נישט אריינצוגעבן פאר א פרעמדן ארבעטער. איך הער צומאל די גערעדעכץ צווישן מיינע גויאישע שכנים און עס איז מיר ממש שווער צו גלייבן אז דאס קינד רעדט מיט אזא פרעכהייט צו זיין טאטע-מאמע. און זיי ציטערן נאך פון אים. אנשטאט קינדער זאלן באדינען עלטערן, מוז מען זיי באדינען. די עלטערן ווילן דאך נישט ער זאל אנטלויפן ביי די דרייצן, ווילן דאך נישט ער זאל דראפן סקול, ווילן דאך נישט ער זאל זיך נעמען צו העראאין, ווילן דאך נאך אלעם אז ער זאל זיי נאך אמאל פאלגן און אויסהערן ווען זיי וועלן זיך בעטן ביי אים אין קריטישע ענינים, ווי ער זאל נישט ווערן א מיטגליד אין יענער ווילדער אונטערגרונט באנדע אין קאלעדזש, אדער אז ער זאל ביטע ניצן שוץ-מיטלען אין זיינע באציאונגען.
שאנסן זענען אויך גרעסער אז נאך די אכצן וועסטו אים קיין סאך נישט זען. און וועסט זיין גליקליך אויב ער באזעצט זיך בכלל אין דיין סטעיט, ווייל אויב נישט וועסטו האבן די זכיה ער זאל דיך באזוכן מיט זיין שיקסעלע ראש השנה און טעינקסגיווינג. אבער ער קען זיך אויך באזעצן דריי טויזנט מייל אוועק און דיך זען דריי מאל אין צען יאר. און ווען דו וועסט שוין זיין א בן שבעים, אדער זיצן אין א האום, אדער זיך אויפהאלטן אין שפיטאל פאר צוויי חדשים, טראכט נישט אז ער וועט קומען א צענטל אזוי אפט ווי דיין טאטע איז געזיצן מיט זיין זיידע. דו וועסט זיך נאך שפירן שלעכט פאר'ן אים אהערשלעפן פאר דעם איינעם באזוך. ער וועט מסתמא אויך נישט טון ווי דיין טאטע און קומען יעדן ערב שבת אדער ראש חודש דיך באזוכן. שוין אפגערעדט אז וועסט נישט האבן די פופציג אייניקלעך וואס וועלן זיך איינטיילן יעדע וואך די צו קאלן אדער באזוכן אין די עלטערע יארן. לאמיר נאר זאגן אז דאס לעבן נאך די זעכציג-זיבעציג איז אביסל איינזאמער אויב מען האט נישט אן ארומיגע ווארעמע פאמיליע. יא, די טיווי וועט דיך האלטן פארנומען אויב וועסט וועלן, אבער איך מיין מען דארף נישט מסביר זיין דעם חילוק אין טעם פון לעבעדיגע פאמיליע מענטשן ביז א מאנאטאנישע טאן פון א סקרין וואס ארבעט שוין דרייסיג יאר נאכאנאנד. אקעי, אפשר דאס הינטל העלפט אביסל ארויס.
נישט איך מאך עס עפעס שרעקעדיג, נאר פשוט דאס איז איין סצענע פון איין געווענליכע לייף וואס איז לייכט מעגליך . און איך דארף נישט יעדער חכם זאל יעצט קומען זאגן "הע, מיינסט טאקע עס איז נישטא קיין גוי וואס שיסט נישט, טשיד נישט, און באזוכט נישט זיין טאטן יעדן זונטאג?" יא, איך ווייס, און איך ווייס אויך וויפיל נישט, און איך האב קלאר געזאגט איך וויל נאר מען זאל "אויך" וויסן די אנדערע "מעגליכקייטן", און איך מיין בעיקר ארויסצברענגען די הויפט נקודה. מיין עיקר נקודה מיט די גאנצע מגילה איז צו זאגן אז מיר קענען פשוט בעיקר נאר אונזער מציאות, נישט יענעמ'ס. דעריבער זאלן די וואס זענען נישט אויפגעוואקסן אזוי מיינען אז מען גייט אהין און דעציט, אויטאמאטיש הייבט מען אן לעקן האניג די קומענדיגע פופציג יאר. מען געווינט נישט די לאטערי בלויז פאר דעם פאקט ווייל מען האט זיך אויסגעטון דעם קאפל און געלאזט לאנגע האר (וואס אגב קענען דיך אלע ארומיגע אנקוקן העכסט מאדנע דערויף, ווייל דו כאפסט נישט למשל אז די סטייל פאר א יאנגסטער איז בכלל בכלל נישט קיין לאנגע האר, אדער א פאני-טעיל. און אויב דו ווילסט שוין יא גיין אזוי ווי די פיצעלע פראצענט וואס גייען יא אזוי, קומט עס דאך דעמאלט מיט גאר אנדערע קליידונג און סטייל ווי דו גייסט. אזוי זעט מען גלייך אז עפעס ביסטו א מאדנער כלאימ'דיגער בריאה. און איך רעד שוין נישט ווען ער וועט עפענען זיין מויל און קעקעצן. יא, צו זיין א איד איז שווער, מען דארף וויסן אסאך זאכן; סארי, צו ווערן א גוי, א נארמאלע גוי, קומט אויך נישט אן גרינג).
נאר אוודאי, איך פארשטיי, אויב איינער שפירט זיך אין טורמע יעדע רגע און טראכט נאר יעדן טאג פון די נעגאטיווע חלקים אין זיין יעצטיגן לעבנסשטייגער, ער טראכט נישט פון דעם חלק וואס ער פארמאגט יעצט יא, נאר איז אבסעסירט מיט דעם חלק וואס פעלט (ווי עס איז דער נאטור) און ער גלוסט נאר איין זאך "אנטלויפן", דעמאלט כדי זיך ארויסצובאקומען פון תפיסה קען ער באשטיין אריבערצוקריכן דעם מויער, אפילו אויב ער וועט דארט מעגליך אריינפאלן אין א טיפן זומפ. און קיינער קען אים נישט אפהאלטן דאס צו טון. און די ווינטשערס ווינטשן אים דאס בעסטע.
נאר איך זאג, פאר איינעם וואס איז דא אויפגעוואקסן, און אויב קען ער זיך יא מצמצם זיין און טרעפן א וועג וויאזוי צו לעבן אין דעם פלאץ וואו ער איז אויפגעוואקסן און יא בלייבן מיט זיין ווייב און קינדער, זאל ער פשוט נישט לעבן אין א דמיון און חלומ'ען אז יעדע רגע דערלייגט ער ממש דעם גן עדן וואס ווארט אים אפ איין מינוט נאכ'ן אננעמען די דרייסט און איבערלאזן זיין משפחה'לע. ער קלערט אז ער לויפט אוועק און עס עפענען זיך אים אויטאמאטיש די שערי אהבה און שוואוילטאג לאורך ימים ושנים ארוכים, ער גייט באקומען אלע זיינע תאוות אויף א גאלדענעם טאץ. זאל ער וויסן אז דאס גליק קומט נישט אין ערגעץ אויטאמאטיש. גרייט דיך אן פאר די מעגליכקייט פון א שווער לעבן. אפילו אויב נישט א ביליגע לעבן פון דראגס און איינזאמקייט און סוסייד מחשבות, נאר אפילו אין בעסערן פאל וועלן דיר אויך געווענליך נאכקומען אסאך פראבלעמען וואס זענען ביי דיר יעצט אומעקזיסטירנד און קענען אויפעסן דעם מענטש. אויב האסטו רצון און שכל, אויב קלערסט וואלסט מצליח געווען אריבער דעם בריק, דארפסטו דא אויך זיך אן עצה געבן און אויסשלייפן א וועג וויאזוי קענסט לעבן מיט א רעלאטיווע מנוחת הנפש.
דיסקלעימער: אויב איז עפעס אביסל דראמאטיזירט זאל מען זיך נישט מוטשען צו אפפרעגן די שורה. דער עיקר איז געווען ארויסצוברענגען די גרעסערע בילד פון דעם פוינט.