בלאט 4 פון 6

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:45 pm
דורך מילך טראק
berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:39 pm מילך טראק: אויב דו (אדער איינער פון דיין משפחה) וועסט אמאל דארפן (דו זאלסט נישט דארפן) אנקומען צו די הילף פון הצלה אום 3 אזייגער פארטאגס. און די מענטשן וועללן קומען און באהאנדלען דעם מצב אויף דעם בעסטן אופן און די מערסט בכבוד'יגע וועג. יונגעלייט וואס ארבעטן א גאנצן טאג. און זענען ארויס געלאפן פוןן בעט ספעיצעל דיר צו העלפן. וועסטו שוין אנקוקן די גאנצע זאך פון אן אנדער'ן פערספעקטיוו. ס'וועט נישט זיין ביי דיר א טרוקענע סטאטיסטיק וויפיהל פון זיי זענען יא אדער נישט אזוי גוט.
איך בין 100 % מסכים מיט דיר , איך רעדט ווען איינער גייט אריין אין הצלה, און מתוך שלא לשמה בא לשמה.

אגב סאיז אייביג דא מעמבערס וואס זענען אויף נייט וואטש.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2024 9:06 am
דורך yesiknow
עס קען אויך זיך אנפאנגען מיט לשמה אין שפעטער ווערען שלא לשמה.
קנאה אין כבוד דארף מען שווער ארבייטען עס צו אויסרייסין רחמנא ליבא בעי.
ווי לאנג זיי דעליווערן (נישט בעביס אויף דאס ניצט מען די פרוענישי)
וואס די ציבור ברויך זאלען זיי מאכען געלט אין ווערען רייך.
שבת שלום ומבורך

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2024 2:37 pm
דורך berlbalaguleh
יא: ווייל קיינער צווינגט דיך נישט צו מיטהאלטן זייערע מעמדים. ווער ס'וויל געט געלט. און ווער נישט איז אויך גוט.

וואס ס'טוט זיך אינעווייניג אין די ארגאניזאציע שטערט נישט קיינעם.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2024 3:31 pm
דורך לאכעדיג
berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 10:48 pm אויף בארא פארק אמן באס איז דא א פריוואטער בעה"ב, וועלכער האט שטאטישע קאנטראקט/ס, און די עצם קיום פון די "אמן" פראפאגאנדע איז נישט מער ווי א פ.ר. (פאבליק רילעישנס). ס'איז נישט דא דערביי קיין שום (דירעקטע) פינאנציעלע פארדינסט.
מען קען וויינען א גאנצע טאג און א גאנצע נאכט אויף די חורבן פון די אמן ואמן מיסט באס.

א גיהנום אויף די וועלט.

סערוויס, דרייוערס, באסעס, רוטס און פרייזן, זענען נאכגעלאזט אויף א שוידערליכע פארנעם.

הרב מ. האט נישט די מינדעסטע געפיל, רעכנט זיך נישט מיט די מענטשהייט און שטעלט זיך גארנישט צו צום רייזנדער.

וויפיל עסקנים און גוטע אידן האבן שוין געטרייט צו מאכן א ויצעקו און טוהן צו די זאך אבער ליידער האט הרב מ. נישט קיין הארץ און רעכנט זיך נישט מיט קיינעם נאר מיט זיין דאללער.

פארנדיג מיט דעם לאסט וואגאן שרייט זיך ארויס שכינתא בגלותא.

און אויב וואנדערט איר זיך פארוואס איך בין אזוי שארף וועגן דעם אמן באס איז א סימן אז איר זענט נאך קיינמאל נישט געפארן דערמיט.

א שאנדע פאר הרב מ. און פאר אונזערע רעכטן.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2024 3:50 pm
דורך berlbalaguleh
לאכעדיג: ייש"כ. איך בין מיט דיר 100%.

איך קען דעם בעה"ב (ליידער) פערזענליך. איך קען דיר א סאך מער זאגן. און מיין אייגענע, נישט אנגענעמע עקספיריענס וואס איך האב געהאט מיט איהם. ווען איך בין געגאנגען רעדן צו איהם בשליחות פון א מוסד.

איך וויל נישט ארויסלייגן אין פאבליק וואספארא שרעקליכע און שאקירנדע עקספיריענס דאס איז געווען. נאר דאס וואס דו האסט דא אויסגערעכנט איז אלעס אמת.

איך האב נאר געמיינט ארויסצוהייבן דעם פאקט אז ס'איז נישט דא ביי דעם (די גאנצע "אמן פראפאגאנדע") קיין דירעקטע געלט פארדינסט. אפשר פאבליק רילעישנס. אז די וועלט זאל זעהן וואספארא פיינער מענטש און וואוילער איד דער בעה"ב איז.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: פרייטאג פעברואר 23, 2024 4:51 pm
דורך לאכעדיג
דער עושר וויל נישט מען זאל קוקן אויף זיינע עוולות איז ער פארנומען מיט אמן זאגן.

"נזם זהב ואף חזיר".

אמן איז זייער א וויכטיגע זאך אבער נישט מצער צו זיין אידן איז נאך וויכטיגער.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מוצ"ש פעברואר 24, 2024 9:14 pm
דורך קורקלענד
ער האט מיר אמאל מסביר געווען אז יעדע עושר האט גרויסע דרוק אז אגאנצן טאג און אגאנצן נאכט צו געבן פאר די אדער יענע מוסד, ארגענעזאציע וכו'. דערפאר האט ער זיך געמאכט א אייגן ארגענעזאציע פאר די גרויסע זכות פון אמן און אזוי קען ער זיך ארויסדרייען פון אלע אנדערע א''ג התחייבות. און ס'איז פיל ביליגער....

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מוצ"ש פעברואר 24, 2024 9:31 pm
דורך לאכעדיג
ער איז א פארביסענע איד וואס פארמאגט אין זיך גרויליגע מידות און ער איז נאך מסביר אויך... א שאנדע.

א יעדער איד וואס האט א הארץ איז מחויב שטענדיג צו בעטן השי"ת אז די ביטערע גזירה פון די אמן מיסט באס זאל בטל ווערן במהרה בימינו!!!!!

די ערשטע תגובה מיינע אויף ק"ש וואס איך שרייב מיט טרערן אין די אויגן.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מוצ"ש פעברואר 24, 2024 9:37 pm
דורך berlbalaguleh
לאכעדיג האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 23, 2024 4:51 pm דער עושר וויל נישט מען זאל קוקן אויף זיינע עוולות איז ער פארנומען מיט אמן זאגן.

"נזם זהב ואף חזיר".

אמן איז זייער א וויכטיגע זאך אבער נישט מצער צו זיין אידן איז נאך וויכטיגער.
נאר דאס? זיינע באסעס וועלכע זענע געפארן אום שב"ק קיין אטלאנטיק סיטי זענען אדורך געפארן פארנט פון מיין הויז.

נאר ווען ער מאכט א הכנסת ס"ת און ער טיילט אייזקריעם פאר די קינדער איז ער א פיינער מענטש. וואס ער טוט צו זיינע קאסטומערס פאר געשוואלענע פרייזן פון דעים רעדט מען נישט.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מוצ"ש פעברואר 24, 2024 9:41 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד האט געשריבן: מוצ"ש פעברואר 24, 2024 9:14 pm ער האט מיר אמאל מסביר געווען אז יעדע עושר האט גרויסע דרוק אז אגאנצן טאג און אגאנצן נאכט צו געבן פאר די אדער יענע מוסד, ארגענעזאציע וכו'. דערפאר האט ער זיך געמאכט א אייגן ארגענעזאציע פאר די גרויסע זכות פון אמן און אזוי קען ער זיך ארויסדרייען פון אלע אנדערע א''ג התחייבות. און ס'איז פיל ביליגער....
ס'איז א גוטער איינפאל. נאר ווען ער דארף באנייען זיין "פרענטשייז" מיט די סיטי לויפט ער ארום צו אלע מוסדות און ער בעט זייער חתימה.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מוצ"ש פעברואר 24, 2024 9:44 pm
דורך לאכעדיג
באמת פאדערט זיך אן עקסטרע אשכול איבער די ברענעדיגע אמן באס נושא אז ווער ס'וויל זאל האבן ווי ארויסצוברענגען זיין ווייטאג איבער דעם.

און אפשר קען מען עפעס טוהן כאטשיג עס קוקט אויס ווי מען קען נישט בייקומען הרב מ. דארף מען געדענקען אז כלל ישראל איז שוין בייגעקומען גרעסערע רשעים ווי אים.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:23 am
דורך אתרוגים
berlbalaguleh האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 21, 2024 11:39 pm מילך טראק: אויב דו (אדער איינער פון דיין משפחה) וועסט אמאל דארפן (דו זאלסט נישט דארפן) אנקומען צו די הילף פון הצלה אום 3 אזייגער פארטאגס. און די מענטשן וועללן קומען און באהאנדלען דעם מצב אויף דעם בעסטן אופן און די מערסט בכבוד'יגע וועג. יונגעלייט וואס ארבעטן א גאנצן טאג. און זענען ארויס געלאפן פוןן בעט ספעיצעל דיר צו העלפן. וועסטו שוין אנקוקן די גאנצע זאך פון אן אנדער'ן פערספעקטיוו. ס'וועט נישט זיין ביי דיר א טרוקענע סטאטיסטיק וויפיהל פון זיי זענען יא אדער נישט אזוי גוט.
האבעך געדארפט אמאל צוקומען צו הצלה פיר אזייגער פארטאגס.
די הצלה מאן האט אוועק געגעבן פאר מיין משפחה מיטגליד קרוב צו פיר שעה, עטליכע שעה אין שפיטאל
אשרי חלקם

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:29 am
דורך לאכעדיג
עס איז זייער קלאר געווארן אויסגעשמועסט דא אין די אשכול אז די געטרייע חברי הצלה זענען באמת מסירות נפש'דיגע אידן, זיי געבן זיך אוועק לייב און לעבן לטובת הכלל שלא על מנת לקבל פרס, מען קען זיי געבן קוויטלעך. אשרי חלקם.

נאר וואס דען? די אידן וואס זיצן אין די הצלה הויפטקווארטירן אויבן אן ביים שיסל זיי זענען על פי רוב גנבים, באנדיטן, רייטן אויפן ציבור און זיי זענען עתיד ליתן את הדין.

איך מיין אז דאס איז סך הכל פון די גאנצע נושא דא אויפן שפיץ גאפל.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:36 am
דורך אתרוגים
ווי אבער מאכט עס אויס פאר פארן כלל?
אויב וועגן גנבים, איז דא סאך מער גנבים ווי ארגאניזאציעס.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:41 am
דורך לאכעדיג
פארן כלל מאכט עס אויס וויבאלד זיי שנארען פון די כלל ווי אויך פון די רעגירונג מיליאנען א יאר און דאס טוט זייער וויי.

די בעלי בתים מאכן א לעבן אויף די חשבון פון די תמימי לב ארויסברענגענדיג פאר זיי וואספארא בעלי מסירות נפש די חברי הצלה זענען בו בזמן וואס די אמתע געטרייע וואלונטירן פארדינען גארנישט דערפון און די בעלי בתים מאכן א לעבן אויף זייער און אונזער חשבון.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:46 am
דורך קהל'ס נער
לאכעדיג האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:41 am פארן כלל מאכט עס אויס וויבאלד זיי שנארען פון די כלל ווי אויך פון די רעגירונג מיליאנען א יאר און דאס טוט זייער וויי.
זיי סאקן די רעגירונג? סאק אויך!
זיי בעטן געלט? געב נישט!
וואס נאך שטערט דיך?

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:49 am
דורך לאכעדיג
עס שטערט מיר גארנישט.
איך האב בלויז ציטירט די פאקטן און געמאכט א סך הכל פונעם אשכול.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 1:28 am
דורך קורקלענד
לאכעדיג האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 12:29 am עס איז זייער קלאר געווארן אויסגעשמועסט דא אין די אשכול אז די געטרייע חברי הצלה זענען באמת מסירות נפש'דיגע אידן, זיי געבן זיך אוועק לייב און לעבן לטובת הכלל שלא על מנת לקבל פרס, מען קען זיי געבן קוויטלעך. אשרי חלקם.

נאר וואס דען? די אידן וואס זיצן אין די הצלה הויפטקווארטירן אויבן אן ביים שיסל זיי זענען על פי רוב גנבים, באנדיטן, רייטן אויפן ציבור און זיי זענען עתיד ליתן את הדין.

איך מיין אז דאס איז סך הכל פון די גאנצע נושא דא אויפן שפיץ גאפל.
קענסט אפשר ברענגען מער פרטים צום טיש? סתם שיסן סטעיטמענטס האט נישט קיין זין.

ווער גנב'עט? וויאזוי?
באנדיטן? וואס פונקטליך מאכט זיי באנדיטן? האסט א ביישפיל?
רייטן אויפן ציבור? ווייטער, מיט וואס?

'אפשר' ביסטו עתיד ליתן אמת הדין פארן אויסטראכטן אזעלכע מעשיות?

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 1:35 am
דורך לאכעדיג
קורקלענד האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 26, 2024 1:28 am ווער גנב'עט? וויאזוי?
באנדיטן? וואס פונקטליך מאכט זיי באנדיטן? האסט א ביישפיל?
רייטן אויפן ציבור? ווייטער, מיט וואס?
עס קוקט אויס ווי די האסט יעצט צום ערשטן מאל אריינגעבלאנדשעט אין די אשכול.
ליין אדורך די גאנצע אשכול און האפענטליך וועסטו ארויסהאבן די נושא.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 2:03 am
דורך קורקלענד
ביטע ציטירן וואס איך האב פארפאסט.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 2:21 am
דורך לאכעדיג
פארוואס מענטשן זענען אנגעווייטאגט אויף די הויפטן פון די חברה הצלה.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 2:11 pm
דורך רעבמאטעס
דעפיניר די ווארט קיינער ביטע

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 3:03 pm
דורך yesiknow
קומט נישט אזוי אריין דא, אויב איינער ווייסט פארוואס הצלה טראגט כמעט אוסשליסלעך צו ענ וויי יו ?

אזא נעסטי סעקיוריטי סעטינג עס דערמאנט מיך פין תפיסה וויזיטעישאן יעדען טאג פרישע גזירות.

אין בכלל נישט פרענדלי רעכענען זיך זירא מיט א סיטועשין, אלעס מיט די שיינע קלינגעדיקע פרעיז פראטאקאל אדער איטס פאר יור סעפטי.

נישט פארשטענדליך ווי הצלה דינט זיי אזוי געטריי אין מען קען נישט האבען עפעס אויף צוריק פון זיי.
א פארווייטאגטע נשמה.

שבת שלום ומבורך