איינע פון די פלעצער וואס די מבקרים כאפן זיך ארויף דערויף איז אויף די פסוקי התורה וואס רעדן וועגן די איסור פון נבילה וטריפה.
די איסור פון 'טריפה' ווערט געברענגט אין שמות כב, ל; וְאַנְשֵׁי קֹדֶשׁ תִּהְיוּן לִי וּבָשָׂר בַּשָּׂדֶה טְרֵפָה לֹא תֹאכֵלוּ לַכֶּלֶב תַּשְׁלִכוּן אֹתוֹ. אן אפענע פסוק אז מען טאר נישט עסן קיין טריפה פלייש. די איסור פון 'נבילה' שטייט אין דברים יד, כא; לֹא תֹאכְלוּ כָל-נְבֵלָה לַגֵּר אֲשֶׁר-בִּשְׁעָרֶיךָ תִּתְּנֶנָּה וַאֲכָלָהּ, אוֹ מָכֹר לְנָכְרִי--כִּי עַם קָדוֹשׁ אַתָּה, לַה' אֱלֹקיךָ; ווידער א קלארע פסוק אז מען טאר נישט עסן קיין נבילה.
דאס איז אין ספר שמות און אין ספר דברים, אבער ווען מען כאפט א בליק אין ספר ויקרא זעט מען א שטיקל אנדערע בילד, עס זעט שטארק אויס אז די גאנצע איסור פון עסן נבילות וטריפות איז בלויז א טומאה וטהרה פראבלעם, און איז דעריבער נאר אסור פאר כהנים, משא"כ ישראלים וואס מעגן ווערן טמא, זעט אויס ווי ס'נישט קיין איסור צו עסן נבילות וטריפות.
דאס קען מען מדייק זיין פון עטליכע מקומות דורכאויס ספר ויקרא, לאמיר כאפן א בליק אויף די פסוקים און אליינס זען.
קודם לאמיר געבן א קוק אין פרק יא, ווי די תורה רעכנט אויס די גאנצע ליסטע און תנאים פון 'כשר'ע' און 'נישט כשר'ע' חיות ובהמות, פישן, פייגלעך, און שרצים. שרייבט די תורה אזוי פסוק לט:
וכִי יָמוּת מִן-הַבְּהֵמָה, אֲשֶׁר-הִיא לָכֶם לְאָכְלָה--הַנֹּגֵעַ בְּנִבְלָתָהּ, יִטְמָא עַד-הָעָרֶב. מ
וְהָאֹכֵל, מִנִּבְלָתָהּ--יְכַבֵּס בְּגָדָיו, וְטָמֵא עַד-הָעָרֶב; וְהַנֹּשֵׂא, אֶת-נִבְלָתָהּ--יְכַבֵּס בְּגָדָיו, וְטָמֵא עַד-הָעָרֶב:
די תורה שרייבט אז אויב עסט מען נבילה פון א כשר'ע בהמה, ווערט מען טמא... ער דערמאנט בכלל נישט אז ס'איז אסור צו עסן...
וועט מען וועלן זאגן, אז די תורה איז נישט נחית דא צום איסור פון עסן, ער דערמאנט נאר די חלק פון טומאה. אבער אויב אזוי ווערט שווער אז ווען מען קוקט צוריק אין די גאנצע פרשה ווען ער רעדט פון נישט כשר'ע באשעפענישן, דערמאנט ער קיינמאל דער חלק אז אויב מען עסט דערפון ווערט מען טמא. עס זעט שטארק אויס אז די סיבה דערצו איז ווייל עס פעלט נישט אויס צו זאגן, ווייל ס'איז דאך ממילא אסור צו עסן... משא"כ נבילה פון א כשר'ע בהמה איז יא מותר צו עסן, און דעריבער מוז די תורה זיך באווארענען אז אויב עסט מען דערפון ווערט מען טמא.
זע למשל פסוק כד, ווען ער רעדט וועגן שרץ העוף:
וּלְאֵלֶּה, תִּטַּמָּאוּ; כָּל-הַנֹּגֵעַ בְּנִבְלָתָם, יִטְמָא עַד-הָעָרֶב. כה, וְכָל-הַנֹּשֵׂא, מִנִּבְלָתָם--יְכַבֵּס בְּגָדָיו, וְטָמֵא עַד-הָעָרֶב:
קיין ווארט וועגן טומאה אויב מען עסט עס... ווייל ס'איז דאך אסור באכילה בכל אופן. אזוי אויך אין די גאנצע פרשה דערמאנט ער נישט קיין טומאה פון עסן חיות אדער בהמות וואס מען טאר סייווי נישט עסן.
*
יעצט לאמיר זיך ריקן צו א פרישע פרק, ויקרא פרק ז' פסוק כב , דא זעט מען אז די תורה אסר'ט צו עסן 'חלב' פון נבילות וטריפות... זע די פסוקים. וַיְדַבֵּר ה', אֶל-מֹשֶׁה לֵּאמֹר. כג דַּבֵּר אֶל-בְּנֵי יִשְׂרָאֵל, לֵאמֹר: כָּל-חֵלֶב שׁוֹר וְכֶשֶׂב, וָעֵז--לֹא תֹאכֵלוּ. כד
וְחֵלֶב נְבֵלָה וְחֵלֶב טְרֵפָה, יֵעָשֶׂה לְכָל-מְלָאכָה; וְאָכֹל, לֹא תֹאכְלֻהוּ.
עס זעט ווייטער שטארק אויס, אז די תורה האט א פראבלעם מיט די 'חלב' פון נבילות וטריפות, אבער די פלייש אליין מעג מען יא עסן, ווען נישט, דארף דאך עס נישט די תורה עקטער ארויסשרייבן, ס'איז דאך נכלל אין די איסור פון נבילה וטריפה...
*
יעצט לאמיר זיך ווידער אריבערריקן צו א פרישע פרק אין ספר ויקרא. פרק י"ז, פסוק יג:
יג וְאִישׁ אִישׁ מִבְּנֵי יִשְׂרָאֵל, וּמִן-הַגֵּר הַגָּר בְּתוֹכָם, אֲשֶׁר יָצוּד צֵיד חַיָּה אוֹ-עוֹף, אֲשֶׁר יֵאָכֵל--וְשָׁפַךְ, אֶת-דָּמוֹ, וְכִסָּהוּ, בֶּעָפָר. יד כִּי-נֶפֶשׁ כָּל-בָּשָׂר, דָּמוֹ בְנַפְשׁוֹ הוּא, וָאֹמַר לִבְנֵי יִשְׂרָאֵל, דַּם כָּל-בָּשָׂר לֹא תֹאכֵלוּ: כִּי נֶפֶשׁ כָּל-בָּשָׂר דָּמוֹ הִוא, כָּל-אֹכְלָיו יִכָּרֵת. טו
וְכָל-נֶפֶשׁ, אֲשֶׁר תֹּאכַל נְבֵלָה וּטְרֵפָה, בָּאֶזְרָח, וּבַגֵּר: וְכִבֶּס בְּגָדָיו וְרָחַץ בַּמַּיִם, וְטָמֵא עַד-הָעֶרֶב--וְטָהֵר. טז וְאִם לֹא יְכַבֵּס, וּבְשָׂרוֹ לֹא יִרְחָץ--וְנָשָׂא, עֲוֺנוֹ.
א סקונדע פריער זאגט ער גאר שארף אז מען טאר נישט עסן קיין בלוט, און אויב יא באקומט מען כרת, און א רגע שפעטער רעדט ער מיט אזא גלייכגילטיגקייט וועגן עסן נבילות וטריפות. ער זאגט נאר אז אויב עסט מען נבילות וטריפות זאל מען זיך וואשן די קליידער, גיין אין מקוה, ווארטן ביז ביינאכט... און... ער ווערט טהור... דעסט איט...! און די נעקסטע פסוק פירט אויס; און אויב וועט ער זיך נישט מטהר זיין, ערשט דעמאלטס 'ונשא עונו'! וואס גייט דא פאר? ער האט דאך לכאורה שוין אן עבירה בלויז פונעם עסן די נבילה וטריפה?
*
יעצט לאמיר כאפן א בליק וואס די תורה זאגט אין פרק כב, דאס איז אין פרשת אמור וואו די תורה שרייבט די הלכות וואס זענען ספעציעל פאר כהנים, און ווי די פרשה הייבט זיך טאקע אן דארטן פסוק א: וַיְדַבֵּר ה', אֶל-מֹשֶׁה לֵּאמֹר. ב
דַּבֵּר אֶל-אַהֲרֹן וְאֶל-בָּנָיו וכ'... יעצט כאפ א בליק אין פסוק ח'
נְבֵלָה וּטְרֵפָה לֹא יֹאכַל, לְטָמְאָה-בָה, אֲנִי, ה': די תורה ווארנט אן פאר כהנים אז זיי טארן נישט עסן קיין נבילות וטריפות!!!
וואס גייט דא פאר? עס איז דאך אן איסור פאר גאנץ כלל ישראל צו עסן נבילות וטריפות? טענה'ן די מבקרים אז דער שרייבער פון ספר ויקרא האט געהאלטן אז עסן נבילה וטריפה איז בכלל נישט קיין איסור נאר א טומאה פראבלעם... און ממילא איז עס נאר אסור פאר כהנים צו עסן. ווידערום די שרייבערס פון שמות און דברים האבן יא געהאלטן אז ס'איז אן איסור צו עסן.
די מבקרים ברענגען אויך צי דער פסוק אין יחזקאל פרק מד, פסוק לא: כָּל-נְבֵלָה וּטְרֵפָה, מִן-הָעוֹף וּמִן-הַבְּהֵמָה--לֹא יֹאכְלוּ,
הַכֹּהֲנִים. זיי טענה'ן אז דאס איז דער זעלבער שרייבער פון ספר ויקרא וואס האט געהאלטן אז עסן נבילה וטריפה איז נאר אן איסור פאר כהנים.
*******
איז וויאזוי פארענטפערט מען די אלע פסוקים? לאמיר פראבירן, ובשם השם נעשה ונצליח.
קודם כל לאמיר מקדים זיין אן הקדמה, וואס וועט זיין וויכטיג שפעטער צו פארשטיין די תירוצים.
דאס אז נבילה וטריפה איז אסור צו עסן, שטייט דאך שוין אין שמות און דברים, און היות די תורה איז דאך יא געשריבן געווארן דורך איין שרייבער דארף ער עס נישט איבערשרייבן נאכאמאל אין ספר ויקרא. נאר דאס אז די תורה שרייבט יא דערוועגן אין ויקרא איז בלויז צו מחדש זיין געוויסע הלכות דערינען.
יעצט לאמיר דורכגיין די אלע דיוקים איינס ביי איינס און זיי פראבירן צו פארענטפערן דאס בעסטע וואס שייך.
די ערשטע דיוק איז געווען אין פרק יא, ווי ער דערמאנט אז מען ווערט טמא אויב עסט מען נבילה. אוודאי איז עס טאקע יא אסור צו עסן, נאר היות דא אין די פרשה דערמאנט ער אויך וועגן די דיני טומאה וואס געשעען ווען מען טראגט אדער רירט אן די די טויטע טמא'נע חיות, דערמאנט ער אויך וועגן די טומאה פון טויטע כשר'ע חיות. און ער דערמאנט בתוך הדברים אז אויב עסט מען נבילה ווערט מען טמא. איי פארוואס דערמאנט ער דאס נאר ביי נבילה פון כשר'ע חיות און נישט ביי נבילה פון טמא'נע חיות? זייער פשוט! טמא'נע חיות זענען מענטשן ממילא מובדל פון דעם און מען עסט עס קיינמאל נישט, דערפאר וועט מען זיך נישט פארגעסן און עסן דערפון, און וועגן דעם דארף נישט די תורה שרייבן אז אויב עסט מען דערפון ווערט מען טמא, משא"כ נבילה פון כשר'ע בהמות, וואס איז מער שכיח אז מענטשן זאלן פון דעם עסן, אויף דעם דארף די תורה שרייבן אז דער וואס עסט דערפון ווערט טמא.
כנלע"ד לפרש...
*
יעצט לאמיר גיין צום נעקסטן דיוק אין פרק ז' ווי די תורה אסר'ט בלויז די 'חלב' פון נבילות וטריפות. די תורה דערמאנט טאקע נישט דא די איסור פון עסן נבילות וטריפות... ווייל נישט דא איז זיין פלאץ. ווי געשריבן אינעם הקדמה, שטייט דאך עס שוין אין שמות און דברים, און עס פעלט נישט אויס איבערצושרייבן. דא רעדט מען בלויז וועגן די איסור פון חלב.
איי פארוואס דארף עקסטער שטיין אז חלב פון נבילות וטריפות איז אסור? ס'איז דאך לכאורה נכלל אינעם איסור פון עסן נבילות וטריפות בכלליות? אויף דעם קען מען זאגן צוויי תירוצים.
קודם קען מען זאגן, אז עס וואלט נישט געווען ממש פשוט אז עס גייט אריין אין די גדר פון איסור נבילה וטריפה. מען וואלט געקענט לערנען אז די איסור איז נאר אויף די פלייש, אבער נישט אויף די חלב. דהיינו אויב שחט מען א בהמה און עס קומט אויס כשר, דאן איז מותר צו עסן די פלייש, און די חלב איז אסור (אזוי ווי עס שטייט אין פסוק כ"ג.) אבער אויב ווערט א בהמה נבילה אדער טריפה, דאן טאר מען נישט עסן די פלייש, אבער יא די חלב. (דהיינו א כשר'ע שחיטה איז סיי מתיר די פלייש און סיי אוסר די חלב) אויף דעם קומט די תורה דאס אויסצושליסן און קלארט אויס אז חלב פון נבילות וטריפות איז אויך אסור.
אדער קען מען ענטפערן די תירוץ וואס די גמרא ענטפערט אויף דעם אין חולין לז. כלשונו: "וחלב נבלה וחלב טרפה יעשה לכל מלאכה ואכל לא תאכלוהו" ואמר מר, למאי הלכתא? אמרה התורה יבא איסור נבלה ויחול על איסור חלב יבא איסור טרפה ויחול על איסור חלב. עכ"ל
פשט איז, סתם אזוי וואלט די איסור פון נבילה וטריפה נישט חל געווען אויפן חלב, ווייל חלב איז דאך שוין אסור פון פריער, און מיר ווייסן דאך אז אין איסור חל על איסור. אויף דעם קומט אן עקסטערע פסוק ארויפצולייגן אז עס וועט דא יא חל זיין די איסור, און דער וואס עסט דאס וועט עובר זיין צוויי לאווין.
*
יעצט לאמיר זיך ריקן צום נעקסטן דיוק פון פרק י"ז. דא דארף מען ווידער געדענקן אונזער הקדמה אז די תורה קומט דא נישט רעדן וועגן איסור אכילה, דאס שטייט דאך שוין.
(הגם די איסור פון עסן דם שטייט שוין אויך אין אנדערע פלעצער, זע למשל ויקרא ז, כו-כז, און דאך חזר'ט עס די תורה איבער דא ממש א פסוק פריער, אבער דאס איז שוין א פרישע קשיא, אויב עפעס דארף מען גיין פארענטפערן פארוואס דם שטייט יא מער ווי איין מאל.) וואס מען רעדט דא איז בלויז וועגן די הלכות פון טומאה וטהרה פון נבילות וטריפות. די תורה רעדט דא וועגן איינער וואס עסט נבילה וטריפה, און די תורה זאגט אויף דעם אז ער ווערט טמא. אבער זיין טמא אליין איז נאכנישט קיין עבירה, ער קען זיך מטהר זיין פארן עסן קדשים אדער אריינגיין אין בית המקדש. נאר טאמער וועט ער זיך נישט וואשן (און ער וועט אריינגיין אין ביהמ"ק אדער עסן קדשים) נאר דעמאלטס ונשא עונו.
דאס קומט נישט אויסצושליסן אז פריער האט ער נישט געהאט קיין עוון פונעם עסן אליינס, אוודאי איז דא אן עוון בלויז פונעם עסן, ווי עס שטייט שוין אין ספר שמות און דברים. דא רעדט מען אבער בלויז וועגן די חלק העוון פון די טומאה אויב גייט יענער נאכדעם און עסט קדשים אדער גייט אריין אינעם בית המקדש אן זיך וואשן פון פריער. (וואס על כרחך רעדט די תורה אויף אזא פאל, ווייל מען רעדט דאך דא צו ישראלים, וואס ס'איז דאך נישט אסור פאר זיי צו ווערן טמאה סתם אזוי)
דא מוז מען אנמערקן, אז די פסוקים דא זענען דאך לכאורה סתם איבריג, ווייל אויבן אין קאפיטל י"א פסוק מ, שטייט דאך שוין געשריבן אז אויב עסט מען נבילה ווערט מען טמא? מען וואלט געקענט ענטפערן אז דא ווערט נתחדש אז ער אליין מוז זיך טובל'ען, וואס דאס שטייט נישט דארטן, עס ווערט נאר דערמאנט דארט וועגן וואשן די קליידער. (הגם מען וואלט געקענט ווייטער פרעגן אז עס פעלט נישט אויס די גאנצע חזרת הפסוקים, מען וואלט געקענט אריינלייגן און יענע פסוק אויך וועגן זיך טובל'ען.) אבער למעשה זאגן שוין חז"ל א גאנצע פשט אז די פסוקים דא רעדן זיך וועגן נבלות עוף טהור, און עס איז דא צו מחדש זיין טומאת בית הבלועה... מיר וועלן נישט אריינגיין אין דעם יעצט ווייל ס'איז נישט קיין חלק פונעם נושא... כ'ברענג עס נאר ארויף אז מען זאל וויסן דערפון.
*
יעצט צום לעצטן דיוק אין ויקרא כב, וואו ער רעדט צו די כהנים, און ער אסר'ט דווקא זיי צו עסן... זאגט די גמרא פשט אין מנחות מה. (די גמרא ענטפערט עס אויף די פסוק אין יחזקאל וואס מיר האבן אויבן געברענגט, אבער די מפרשים ניצן די זעלבע תירוץ דא אויך) אז בעצם איז טאקע אסור פאר גאנץ כלל ישראל צו עסן נבילת וטריפת, נאר אונז ווייסן דאך אז ביי א קרבן עוף מאכט מען מליקה וואס סתם אזוי וואלט דאס געווען נבילה, און דווקא ביי א קרבן איז עס די תורה מתיר. קומט דאך אויס אז כהנים וואלטן אפשר מזלזל געווען אין די איסור פון נבילה וטריפה, אדער אפשר גאר וואלטן זיי געמיינט אז ס'איז טאקע מותר פאר זיי (מיט א בנין אב פון מליקה) אויף דעם דארף די תורה זיי עקסטער באווארענען נישט צו עסן קיין נבילות וטריפות.
האבן מיר שוין פארענטפערט די פסוק אין יחזקאל אויך מיט דעם תירוץ...! צוויי פייגלעך מיט איין שאס!
***
אבער די בעסטע און שטערסקטע תירוץ פאר די אלע קשיות, איז דאס וואס די גמרא זאגט אויך דארטן אין מנחות; (שם)
א"ר יוחנן: פרשה זו, אליהו עתיד לדורשה!!!
יה"ר שנזכה ונראה במהרה בימינו אמן.