בלאט 4 פון 4
Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל - ערשטע פארזעצונג
נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 7:45 pm
דורך לייביששרייבער
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:לייביששרייבער האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:לייביש; נאך די אלע שיינע הקדמות ביטע פארזעצן, היינט האסטו כמעט גארנישט געשריבן. געדענקסט נאך וואו מ'האלט? אדער האסט אויפגעהערט טייטלן?
קוק וואס איך האב יעצט געפאוסט ממש די מינוט. שעות ארבייט אריין אין די ווער ווייסט עפשר קען איך עס נאך ראטעווען.
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
סארי, נישט באמערקט דעם באשרייבונג. באלד וועל מיר עס אפירנעמען.
אבער געמיינט האב איך מיטן פארזעצן דס געבורטס פון מדינת ישראל. דעם שמועס וועגן הרב קוק זצ"ל איז נאר אריינגעקומען בדרך אגב
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
ביידע שוין ארלעדיגט, נעקסטע וועט אי׳׳ה זיין אין די איצטיגע 24 שעה
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל - ערשטע פארזעצונג
נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 11:53 pm
דורך לייביששרייבער
דאס געבורט פון מדינת ישראל - 6טע פארזעצונג.
עס טוהט זיך לעבעדיג אין פאלעסטינא מאל פאר וואס ווען אין ווי טוען זיך עולים פון אייראפע וואס אנטלויפן פון א שווער לעבן מיט אלעס וואס די אייראפעישער לעבן אפפערט מיט זיך. ווי נאר די מאנדאט פון ענגלאַנד איז געווארן עפראווד האבן זיך אנגעהויבן צו פליסעם פליטים אין אין גרעסערע ציפירן און אין גרופעס.
אין דער א קורצע תקופה עטוואס ווייניגער ווי צוויי יאר איז די פאלעסטינא באָדן געווארן איבער געפילט מיט אנטנזיוסטישע עולים וואס גייען ארבעטן בכל כוחותם מיט אלע מעגליכקייטם צו מאכן א מדינה לשם ולתפארת ווי עס פאסט פאר בני מלכים וואס זענען שוין עטוואס באפרייט פֿונעם אדום׳דיגער שטיוועל וואס צודריקט עים ווי שטארק ער קען נאר.
די ענגלענדער האבן גענאטיסט אז עס איז ארויס פון קאנטראל צו שנעל און צו גרויס, מען פארלירט די קאנטראל. און די אלטגעזעסענע שכינים ווערן צוביסלאך איבער געטרעטן. האבן די ענגלענדער פרובירט אין 1924 צו איינגעשטעלן געוויסער ריצטריקציעס און א געוויסער סדר מי ומי ההולכים.
די נייַע עולים האבן א אנגעהויבן קויפן שטחים רעכטץ און לינקס כמנהגינו ריעל עסטעיט , אבער די שטחים וואס איז געווארן איינגעהאנדעלט איז נישט געווען פאר זעלבסט געין נאר פארןַ בויען און אנבויען א מדינה פאר דעם עתיד פֿונעם חלום פון אן 100% אייגענע מדינה.
ווי אזוי האט נאר דער פאנאוויטשער רב ז׳׳ל געזאגט. "ער חלום׳ט טאקע, אבער ער שלאפט נישט"
המשךַ יבוא נאר @דער גאלדענער אדלער וועט מיך נישט לאָזן גיין שלאָפן אויב איז דא א סימן פון התרשלות ח׳׳ו.
אין ווי אויך דארף ער פעקט טשעקן די פרטים בעפאר עס איז עמטליך געפאוסט. ער באזיצט די אינפארמאציע אויף זיין האנט פלאך.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל - ערשטע פארזעצונג
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 1:09 pm
דורך אמת לאמיתה
פונקט אויסגעהערט א פאדקעסט מיטן היסטאריקער בעני מוריס אויף דעם נושא.
https://youtu.be/wv8F4NLr4E0
Sent from my iPhone using Tapatalk
Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל - ערשטע פארזעצונג
נשלח: מיטוואך מאי 17, 2023 2:09 pm
דורך לייביששרייבער
אמת לאמיתה האט געשריבן:פונקט אויסגעהערט א פאדקעסט מיטן היסטאריקער בעני מוריס אויף דעם נושא.
https://youtu.be/wv8F4NLr4E0
Sent from my iPhone using Tapatalk
ישר כח א גוטער פלאץ צו הערן אויב מיר פעלט אינפארמאציע
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
דאס געבורט פון מדינת ישראל - זיבעטע פארזעצונג
נשלח: דאנערשטאג מאי 18, 2023 2:43 pm
דורך לייביששרייבער
המשך:
עס איז קע"ה דא א שיינער ציבור אידישע עולים אין אה"ק און די סעטלערס ארבייטן אריין מיט אן אבנארמאלער מאס ענרגיע צו שטעלן א יסוד פאר אגריקולטור, און נאך ווי עס הייבט אן אומרוען מיט די נאטיווער לאקאלער אראבישע שכינים.
די קאמפלעינס קומען אן קיין ענגלאנד, די נייע עולים אקערן און זייען און ממש אינוואדירן דאס שטח און געוועלטיגען אויף דעם גאנצער שטח ווי ביים טאטן אין וויינגארטן און פירן זיך אויף ווי פולשטענדיגע בעלי בתים און רעספעקטירן נישט די נאטיווע איינוואוינער'ס רעכטן און קולטור. לא יעשה כן בקומינו שרייען זיי מיט וואספארא רעכטן באקומען די נייע אימיגראנטען מער רעכטן ווי די אלטגעזעצענע איינוואוינער?
(מען הערט די זעלבע סארט תענות אויף די בארדער קרייסיס אין פאקס ניוז דעם גאנצען ליבען טאג זענען זיי ביזי ווי די נייע מעקסיקאנער אימגראנטן באקןמען אלעס אויף א גאלדענעם טאץ און אונז אלט געזעצענע אמעריקאנער סיטיזענס דארפן ארבעטן און זיך שלאגן פאר אונזערע רעכטן)
די בריטישער מאנדאט האט דערהערט דעם צעקת בני התושבים מאז, און אנגיהויבן צו אינפלאנצירן געזעצען מיט שטארק ריסטריקיציעס פאר די נייע עולים אשר ישנו פה און די וואס פלאנען זיך צו אימיגרירן אין די פיוטשער.
1. נייע פראפערטיעס איינצוקויפן ווערט לימיטעד צו א קציב פון אן אייגענער דירה מיט א פעלדעלע/גארטן ארום און ארום, וזהו!
2. די סכום פון אימיגראציע וויזעס ווערען לימיטעד צו א מספר מצומצום פאר א וויילע ביז די שוואונג וועט נאך לאזן און דאן וועט אריין גיין א נייער געזעץ וואס און ווען און ווי אזוי אימיגראציע וועט ווערן צוריק געעפענט מיט קוואטעס פארן פובליקום.
3. געוויסע פלעצער צו נאנט צו די אראבישע שכינים קענען קיין קרקע נישט ווערן געקויפט און פארקויפט פאר קיין יחידישע איטערעסן נאר אויב עס באקומט א ספעציעלר ערלויבעניש פון די היים גאווערמענט (ענגלאנד)
אבער א איד גוט זיך אן עצה, דער גוי ברעכט זיך דער פלייצע גייט אונזער פאלקס ווארט. די אידישיסטישע ציוניסטן מיט דרכים שונים און לעגאלע לעכער ווייטער אימעגערירט און ווייטער אנגעבויט און ווייטער שווער געאארבעט צו שטעלען א געזונטער עקאנאמישע אויסליפערונגס צו די וועלט א דורך דאס בעסטע און שענסטע פירות. עד כדי כך אז אפי די לאקאלע מדינה'לעך ווי סיריע' לבנון וכדו' וואס האבן נישט געהאט גארנישט, האבן אנגעהויבן איינקויפן ביי די ישראלישע פארמערס
ווי נאר די איינקונפטן זענען געווארן שטערקער האבן זיך געעפענט נאך און נאך מושבים און קיבוצים צו אויף ארבעטן מער דעם אגריקולטור, און פרודאצירן מער סחורה, אפי' נאך וואס די בריטיאנער האבן ארויף געשטעלט די מאדיטוריעמס פון פארשטאטערן די היליכיגע געוואקס פון די געגענטער.
1922 תרפ"ו האבן זיך די דיספיוטס Disputes און די אנגעצויגענקייט געהעכערט צו נאך א שטאפל צווישען די אידן און די אראבער, איבער ווער עס זענען די פולשטענדיגע בעלע בתים אויף די סעטעלמענט שטחים, אפי' נאך וואס אסאך לאנד איז געקויפט געווארן מיט לעגיטימע פארקויפונגען האבן די אראבער געוואלט מבטל זיין די מכירה מיט די טענה אז למפרע האט דאס נישט געקענט פארקויפט ווערן. דער פארקויפער האט נישט געהאט קיין רעכט צו פארקויפן שטח פאר גוברארנאטארישע אינטערעסן. אויך איז די איבערפלוס פון די אמיגראציע געווארן וואס א טאג שפעטער למעלה מראש, די פלאץ אין די שטחים איז געווארן אנגעפילט מיט איינוואוינער, עס איז געווארן א רוישיגער פלאץ מיט שטארקע גרידער פון די מאשינען מיט וואס די פעלד ארבעטער האבן געארבעט יומם ולילה ולא ישבותי. פולווער איז געווען אין די לופטן פון כעס, פון די איבער וואוקס, די קורצע תקופה האט ממש געטוישט דעם לעבנס מצב. פון א פרידיגער שטילע מקום מושב איש תחת גפנו, ואיש תחת תאינו איז עס געווארן פארמירט א גאר קאמערציאלער אקער באדן מיט פארמער און פעקטאריס.
די פולווער וואס האט גשעוועבט אין די לופט האט א יעדע ליאדע מינוט געווארט אז עס זאל אויף-פלאצן. די אנגעצויגענע לופט צווישען די צוויי מחנות זענען געווארן מער און מער אנגעצויגען. דא און דארט זענען געווען פון פיזישע געשלעג אינצידענטן פון אינגע אומאחריות'דיגער חובבי ציון גרופע מעמבערס, האנדלענדיג קינדיש, זיך גערייצט מיט די אראבישע שכינים זיי נאך מער אונטער צו צינדען.
אויסער וואס די ענגלישער גאווערמענט האט ארויף געלייגט די צוימונגען אויף די שנעלע וואוקס, האבן זיי דאס פיזיש נישט זייער שטארק אינפארסירט, אויסער אמאל אמאל האט מען ארעסטירט איינעם צוויי צו בארואיגען די אראבישע געמיטער. ביז א שעה צוויי פון די געווענליכע ארעסטן זענען זיי געווען צוריק אויף די גאס, ווייטער צירקולירט און דענערווירט די אראבישע שכינים. בעצם האבן די ענגלענדער נישט געהאט די כוחות און איטערעסע אזוי שטארק צו אינוועסטירן אין די פאריקטע מושבים פון פאלאסטינא, זיי האבן נישט געזעהן דערינען א צו גרויסע הכנסה פאר זייער קעניגליכע קאסע ווי זיי האבן געמיינט מתחלה. די ענגלענדער האבן פארזעהן דעם אראבישען התנגדות צום פלאן פון ברענגען א אידישע גורבענאטור כדי צו אויף וואכן די טויטע באדן.
בינו לבינו, פון ווען די אימעגראציע סטאטוס איז געווארן ערלויבט לכתחלה ביז אין יאר 1929 תרפ"ט האבן זיך שוין באזעצט איבער גאנץ א"י גאר א שיינער ציבור אידן אויסער די וואס האבן שוין געוואוינט דארט פון בעפאר. צווישען די חובבי ציון פון די מושבים און די אנדערע אראבישע דערפלעך האבן זיך כסדר געמאכט קליינע הייפעלך יראי השם וואס די איבערקערענישן האט זיי בכלל נישט געמיינט. וואטסעפפ איינצומעלדן די קליינע רידערייעןאון געשלעג צווישען די שכינים מיט קליפס האבן זיי נישט געהאט. די סארט איינוואוינער האבן נישט געהאט דאס מינדעסטע אנונג וואס עס טוהט זיך א גאס אוועק און ווי די אנגעצויגעקייט פארמערט זיך מיט וואס א טאג עס גייט דורך, און וואס א טאג עס גייט אדורך וואס די אינגען און די מוידן רייצען זיך מיט די אלטגעזעצענע שכינים זידט זייער בלוט מער און מער.
די טבע פון די ארבער אין אלגעמיין זענען שרעקליכע פחדנים (גאט זאל באהיטן ווען זיי האבן נישט קיין אינערליכע פחד. די אינערליכע פחד האט זיי צוריק געהאלטן פון אויס פלאצען אין אריין גיין אין א רציחה מאוד, וואס רציחה איז אויך אין זייער טבע. בחרבך ובקשתך, רובע קשת. און מאידך גיסא די אידישע קינדער זענען בטבע נישט קיין פחדנים, פונק די םארקערטע טבע באזיצען זיי. דוקא זייער געוואגטע אינדיווידואלן. קיין פחד פון די בריטישע אינסטאנצען דארט האבן זיי בכלל נישט געהאט. זיי האבן בריש גליה אריינגעפיפען אין די געזעץ וואס האט זיי נישט ערלויבט צו טוהן די אלע זאכן. קיין פחד פון די שכינים האבן זיי נישט פארמאגט. א רעסעפי פאר דיסעסטער)
די וואוקס פון די סעטעלמענטס און די סעטלער'ס זענען אנגעגאנגען מיטן פולן טעמפא אן קיין אפשטעל טראץ די אלע באמואונגען וואס די בריטישע מאנדאט האט ארויף געלייגט די סאנקציעס וואס מיר האבן אויבן דערמאנט, פרו וישרצו מאוד מאוד.
1929 - תרפ"ט די חברון פאגראם
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 9:50 am
דורך לייביששרייבער
פאר איר ליינט ווייטער, זייט וויסען די ארטיקעל האלט זיך אינמיטן קאכען עס איז נאך אביסעל רויע מאטריאל דא.
און די זומער פון תמוז-אב זענען געווארן גאר אנגעזצויגען צווישען די צוויי מחנות עד כדי כך אז י"ז אב תרפ"ט איז געווען נאך א תשעה באב אין די שאטאט חברון די אראבישע יוגענאליכע אנגעהעצט ביי די עלטערע האבן זיך ארויס געלאזט אויף א מארש צו צמזיקן און דערהארגענען א יעדעס איד וואס זיי האבן נאר געזעהן פאר די אויגען. אנגעוואפענט מיט מישעטי'ס, כל מיני כלי זיין שווערדען, העק סיי וואס עס קען שפלעטערן א קאפ פון א מענטש און זיך ארויס געלאזט אויף די גאס מיט צווילדיוועטע קולות אזש ביז טויב צו ווערן.
פאר בערך 25 יאר צוריק האט אנכי הק' געהאט די זכיה צו הערן ערשט האנטיג פון א 90 יעריגער איד וואס האט אין די תקופה פון די חברונער מעסיקאר געלערנט אין ישיבת חברון. איך וועל איבער זאגן זיינע ווערטער ביז וויפילל איך דענק, די רעסט וועל איך נעמען פן די היסטאריע ביכער פון ווי איך נעם אלע מיינע היסטארישע אינפארמאציע בנושא זו.
דער איד האט געהייסן ר' ישראל אלטער לכתחלה פון אייראפע אוס איז ער גוקעמן פון קעלעם. זיין טאטע ע"ה האט פארלוירן זיין גאנצער האב און גוטץ זייענדיג שילדיג געלט פארן ארטיגן פריץ וואס ער האט געהאט ביי עים געדינגען זיין האטעל וואס איז גאנץ פיין געאנגען ביזן ערשטען קריג. ביים ערשטען קריג איז די ביזנעס געווען פארקלאפט. נאכן קריג האט צוריק פרובירט עפענען אבער ער האט נישט געקענט צו זיך שלעפן קיין קונים, דער פריץ האט עים געכאפט און ארויס געוואפן מיט אלע קינדער.
ער איז געווען א קליין קינד פון בערך 4 יאר אלט (איך בין נישט זיכער פונקטלעך אין די יארן, לויט ווי איך דענק האט ער פארציילט ער איז דאן געווען די אינגסטע פון דריי) דא הייבט זיך די ווערטער פון ר' ישראל אלטער לויט מיין זכרון "איך דענק נישט פונקט די נושא וואספארא געשעפטן מיין טאטע האט מיט די פריץ געהאט אין אייראפע אבער איך דענק נישט קלאר אין מיין זכרון זייענדיג אויפן שיף אויפן וועג צו פארן קיין פאלעסטינא. מיין טאטע ז"ל פלעגט זיך זייער אסאך שרייבן מיט ר' שמוא-ל סלנט ז"ל און ער האט אים משכנע געווען צו זיך מושב זיין אין די עיר הקודש. ער האט געבעטן מיין טאטען בעצם צו קומען קיין ירושלים אער אין ירושלים איז דאן נישט געווען מעגליך צו באקןמען עפעס עסן נאר דורך די כולל. עס האט דאן געבאדזשעוועט די שטארקע הונגער און טייפוס אין ירושלים (הגם די יארן נאך דעם קריג האט די מצב אןגעהויבן לייכטער ווערן אבע די קלאנג אז אין ירושלים איז ביטער איז מיין טאטען געבליבען אין די ביינער). מיין טאטע ז"ל איז אייביגע געווען א נהנה מיגע כפיו מיט דאס ביסעל קעש וואס דער פריץ האט נישט געקענט אוועק נעמען נישט וואוסענדיג אז ער האט. האט זיך מיין טאטע ז"ל באזעצט אין חברון און געעפענט א שענק פון ביר און אונזער סאלון.
מיין טאטע האט געמאכט גוטע באציענגען מיט זיינע אראבישע שכינים זיי האבן זייער געגליכען צו פארברענעגן ביי אונז און טוב ביז ווען די ביזנעס האט געוואקסען האט עס מיין עלטסטע שוועסטער ע"ה און מיין מאמע געראנט פאר די טעגליכע ווירטשאפט מיין טאטע פלעגט נאר אריין טשעקעןפון צייט צו צייט און אזוי האט ער זיך אריין געזעצט אין ישיבת חברון פאר רוב טאג עוסק געוועזען אין הוויית אביי ורבא און תפילה כמעט א גאנצען טאג.
אונז די קינדער זענען געזעצען ביים מלמד (איך דענק נישט זיין נאמען) און ער האט אונז אונטער געהאלטן רוב טאג מיטן לערנען דאווענען שפילען מיט די חברונער זאמד. דאס איז לעבן איז פארהאלטנמעסיג געווען זייער רואיג.
בעצם דענק איך נישט קיין ספעציעלע אינצידענטן מיט די שכינים אויסער איין נאכמיטאג אהיים קומענדיג פון חדר צו אונזער שטוב הער איך פון אונזער שטוב קולות ובריקים פונעם סאלון ווי דער שענק איז געווען. איך האב נישט פארשטאנען קיין אראביש אבער איך דענק די טענער זענען געוועזן גאר הויעך און שעפעריש. מיין מאמע מיט מיין שוועסטער זענען געשטאנען אינעווייניג אינעם צימער מיט די נשמה אין די האנט נישט וואוסענדיג וואס די אומראוגקייט איז היינט זיי האבן פשוט מורא געהאט ארויס צו גיין סערווירן. ווי נאר איך בין אהיים געקומען האבן זיי מיר געבעטן צו לויפן אין ישיב רופן מיין טאטע ז"ל. מיין טאע איז געקומען צו לויפן מיט איין אטעם און ער האט איבער גענומען די לייצעס און די טרינקער די געסט האבן זיך איבער אים גענומען נאך א שטיק צייט קולות האבן זיי זיך עטוואס בארואיגט און עס איז געווארן אביסעל שטילער. און די ווירטשאפט איז ווייטער אנגעגאנגען ווי געהעריג. ביינאכט ווען די שענק איז שוין געווען געשפארט הע איך ווי די טאטע זאגט פארן מאמען עס איז צרות ווי א בארג, די פולישע לופט שירט זיך איצטערט אין די חברונער לופט, פוילן איז שוין שוין געווען רואיג אנטקעגען וואס דא קאכט זיך. מיין טאטע האט פארציילט דעם מאמען פונקטליך וואס די איבערקערענישט איז געווען און וואס די אראבער פארציילן איבער די נייע שכינים וואספארא טעראר זיי זייען אן און מען דארף זיך ארגענעזירן. און שטעלן א ויידערשטאנד וכ"ו. גראדע האבן זיי מבחין גיווען אין זייערע שמעוסן פון די איידעלע אידן אין חברון וואס זוכן נישט די פאן אבער זענען פארט אידן וואס נעמען איבער די אקאנאמיע אין לאנד מיט די אלע אנטעסמיטישע לאוזינגען ווי מיר זענען געווען געוואוינט צו הערן אין אייראפע.
איך בין שוין געווען עטוואס עלטער. איך האב געשפירט די אנגעצוגענקייט אין די לופט ווערט מערער או שטערקער, נישט פארשטייענדיג די פאליטיק דערונטער, אבער מיר האבן פארשטאנען אז עפעס טויגט נישט. נאך תשעה באב האט מיין טאטע נישט געעפענט דעם שענק יענעם יאר. ער האט באקומען א ידיעה פון איינע פון די אראבער וואס פלעגן זיצען ביי אים א יעדן טאג און ווי אויך האט ער זייער געגליכען מיין טאטע מאמע אז די אינגען פלאנען א ווילדע ראיאטען. דער עיקר סיבה וואס האט אנגעצינדען די ארבער דאן זאגט גער אראבער פאר מיין טאטען ז"ל איז אזוי ווי מיר הערן אז די ציונים פלאנען איבער צו נעמען קאנטראל אויך דעם מערת המכפלה וואס איז פארהייליגט םאר דיר אראבער א פלאץ וואס די ארבער האלטן אז דאס איז זייער פלאץ וואס זייערע עלטערן זענען דארט נטמן געווארן און גיבען אכטונג אויף גאנץ חברון דאס איז א מקום קדוש און אויב די ציונים ווילן דאס איבער נעמען דארף מען דאס באשיצן מיט אלעם מעגליך.
אין חברון האבן דאן געוואוינט אריבער 20 טויזענעט מענטשען (גיי ווייס ווי 20 טויזענעט מענטשען האבן זיך געקענט אריין קוועטשען אין חברון) וואס רוב רובו זענען געווען אראבער. די אידען אין חברון האבן זיך געציילט א מספר מצומצום אנטקעגען די אראבישע פאפיולאציע דארט. די אפיציעלער מספר אידען וואס האבן דאן געוואוינט אין חברון איז געווען עטוואס נאנט צו 700.
אין צענטער פון שטאט כמעט ווי א אידישער קווארטעל האבן געוואוינט א מספר מצומצום פון די 700 רוב פון די אידען האבן געוואוינט אין די אום-געגענטער פון חברון. די אידישער חברון איז געוועזן צוזאם געשטעלט פון רוב אשכנזישער אידנטום וואס האבן נישט צו לאנג צוריק עולה געווען פון אייראפע אשכנזים. די עלטערע איינוואוינער אין חברון זענען שוין געווען עטוואס איינגעגלדערט אין חברון פון די פריערדיגע יארן זענען געוועזען ספרדים.
די צוויי קהילות האבן כמעט נישט געהאט קיין שייכות איינע מיט צווייטן. באזונדערע שולעס, באזונדערע בתי מדרשים, ניטאמאל האבן זיי זיך משדך געווען צווישען זיך. די ספרדים בעצם זענען געגאנגען בערך די זעלבע לבוש ווי די אראבער דארט און די שפראך זייערע איז געווען אראביש. מאידך גיסא די אשכנזים האבן גערעדט זייער היים שפראך אדער אידיש.
די צוויי כיתות זענען געווען כרחוק מזרח ממערב. ביז די ציונים און די אשכנזים זענען נישט אנגעקומען איז טאקע געעווען עטוואס הארמאניע צווישען די אראביר אין די אידן יי האבן זייך זייער גוט פארשטאנען ביידע סעקטעס האבן געהאלטן רעליגיע צו די העכסטע סטאנדארטן. אבער די ציונים האבן אריין געברענגט קיין חברון סעקולארע ווינטען די אשכנעזישער אנגעטואכצער האט אויס געשטאכן די אויגען פון די ספרדים און די אראבער אינאיינעם. אפי' ביי די צוויי אידישע פראקציעס האט געהערשט אזא מין אנגעצויגענקייט. אבער נאך דעם בלפור דעקלעראציע האבן זיך די חברונער אשכנזים אויך צו געשטעלט צו די ספרדים לגבי די אנטי ציוניסטישע פראפעגאנדעס. אפי' די אשכנזים זענען געווען אנדערש אבער פארט ערליך לפי שיטתם. די פרייקייט פון די ציונים איז זיי נישט געווען ניחה.
מיר האבן זיך כמעט נישט געדרייט אין די גאס. מיר האבן אפי' דאן געקלערט ארויף צו פארן קיין ירושלים פאר די פאר טאג ביז עס וועט ווערן שטיל אבער עס איז נישט געווען ווי אזוי און מיר האבן נישט געוואוסט מיט וועמען מיר זאלן פארן נישט וואוסענדיג וועמען מיר קענען געטרויען.
די ת"ב איז געווען זייער אנגעצויגען ביי אונז אין שטוב. איך דענק מיין טאטע ז"ל זייענדיג אין שוהל נאך די קינות איז ער געוועזען ארום גענומען מיט א קוקפע עלטערע אידן וואס האבן אים אויסגעלאכט מיט זיינע זארגען. מיין טאטע קומט פון אייראפע ווי אזעלעכע מצבים זענען געווען עטוואס אפטערע ערשיינונגען ממילא האט ער מער געציטערט פון די אנדערע איינוואוינער וואס זענען נישט געווען געוואוינט אין אזעלעכע אומשטענדען.
ויהי היום י"ז אב תרפ"ט אינדערפרי נאך וואס די אראבישער געזינגאכץ איז פארשטילט געווארן. די פרעפלערייען אין די מאסקס האבן זיך געענדיגט. האבן זיך ארויס געלאזט אויף די גאסן א טוץ מיט אינגע אראבישע שקצים מיט צווילדעוועט קולות אויףן וועג ארויף צו די ישיבה. מיט כלי משחית אין די הענט
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 5:07 pm
דורך שאלתיאל
שכ'ח לייבוש, זייער אינטערסאנט. אפשר שטעלסטו צו א PDF?
Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל - ערשטע פארזעצונג
נשלח: זונטאג מאי 21, 2023 5:12 pm
דורך לייביששרייבער
שאלתיאל האט געשריבן:שכ'ח לייבוש, זייער אינטערסאנט. אפשר שטעלסטו צו א PDF?
זייער גערן.
איך וועל עס אי''ה שפעטער לייגען אויף א פי'. די. עף.
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 12:15 am
דורך לייביששרייבער
לייביששרייבער האט געשריבן:שאלתיאל האט געשריבן:שכ'ח לייבוש, זייער אינטערסאנט. אפשר שטעלסטו צו א PDF?
זייער גערן.
איך וועל עס אי''ה שפעטער לייגען אויף א פי'. די. עף.
קען איינער אנווייזען ווי אזוי מען לייגט ארוף א PDF דא ?
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
רעדאגירט און עטוואס איבער געארבעט
נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 12:27 am
דורך לייביששרייבער
איך בעיט איבער דעם חשובער עולם דא אינעם שטיבעל.
איך האב זיך די ערשטע מאל גענומען די מי איבער צו ליינען מיינע געשרייבעכצער. איך זעה נישט פארוואס איך האב באקומען אזא שיינע ברוך הבא מיט אזוי פיל לייקס ווען די תגובה'ס זענען דאך אזוי שווער צו ליינען מיט אזאנע גראבע טעותים. איך שעים זיך פאר זיך אליינס.
אבער איך בעיט בחדא מחתא פארשטענדעגונג, איך בין א פשוטער פולנאר ארבעטער וואס כאפט אראפ אביסעל צייט פון זיך צו שרייבען (וואס שרייבען איז פאר מיר קיין פאך נישט. איך קען דאס נישט. דאס איז א טאלאנט וואס דער רבוש"ע האט געגעבען פאר מאנכע ואין אני בתוכם) איך בין נישט מיילעך, איך קען נאר פרובירן דאס בעסטע ואתכם הסליחה.
איך האב עטוואס איבער געארבעט די ערשטע פארזעצונג פון דעם געבורט פון מדינת ישראל. אבער איך זעה אז עכשיו איז עס שוין א מעוות שלא יוכל לתקן, איך קען נישט פארמעקן דאס אלטע און לייגען די נייע. האט איינער סיי וואספארא אן עצה ?
הוצאות מעשה ידי אומן מתחת ידי דבר נאה ומתוקן
נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 9:19 am
דורך לייביששרייבער
א גוט מארגן חשובע חבירים און מעריצים.
נעכטן כמעט ביי חצות לילה זעה איך א סימן אז עפעס א וויכטיגער הודעה ווארט מיר אין אישי. ווי עס שרייבט מיר א חבר השטיבעל. אבער נישט סתם א חבר, א חבר וואס האט שוין פארגאסען טייכן טינט דא אינעם שטיבעל. זיינע געגאסענע ווערטער איז מים קרים על נפש עיפה. מען קען פשוט ווערן פארוואנדעלד אין א חלק פון זיינע ווערק. ווען ער שרייבט פון וואלד זענט איר דארט אין וואלד ווי עס שפילט זיך איבער דאס וואס ער שרייבט לעבעדיג אין פארנט פונעם ליינערס אויגן.
אזא פעדער ווערט נאר באשאפן איינס אין יאר טויזענט. אז אזוי ווי די שגיעות פון מיינע ארטיקלען ווערן מיט וואס אן ארטיקעל מער. חסירות ויתירות און ראנג ספעלינגס אבער די אינהאלט איז גאר חשוב ע"כ איז ער זיך מתנדב צו פארבעסערן די באשרייבונג נאך וואס עס איז פארשריבן געווארן.
איך האב זיך געריבען די אויגן אזש ביז ווייטאג. זעה איך גוט איז עס נישט קיין חלום. דער ניק וואס די גאנצער שטיבעל איז אויף מיט זיין מפוארדיגע ווערק איז זיך מתנדב פאר מיינס. דאס מיז זיין א טעות. איך גיי מיך לייגען מן הסתם בין איך שרעקליך איבערמידעד. מארגן אינדערפרי אויב וועל איך זעהן דעם מעסעדזש נאכאמאל וועל איך וויסען אז עס האט האפט.
נישט מער נישט ווייניגער דעם אישי ליינט זיך קלאר די אנטראגע איז ריעל. אויף דערווייל האב איך נאך נישט קיין רשות פונעם ניק צו קענען איינמעלדן ווער דאס איז אבער פון איצטערט אין ווייטער וועט איר זעהן באשרייבונגען מיט גאר א נייער חומר ביצורה. אבער עס קען נעמען עטוואס לענגער ביז עס קומט אריין אין שטיבעל קודם גייט עס צו אים צו ווערן איבער געארבעט דאן וועט עס ווערן ארויף געשטעלט.
איך האף אז וועל באקומען רשות צו קענען געהעריג דערמאנען דעם ניק לשבח.
דאס הייסט א חבר השטיבל נושא בעול און גרייט אוועק צו געבן זיין צייט בלי תשלום גמול מכל וכל, כדי די ליטעראטור דא אין שטיבעל זאל זיין דבר נאה ומתקבל אפי' אן צו באקומען די דירעקטע קרעדיט פאר די ווערק. איך בין ממש גערירט פון די אנטראגע און פון אהבת חבירים והשטיבעל.
ה' ישלם שכרו ויהי' משכורתו שלימה.
חברון פאגראם צווייטע פארזעצונג (עטוואס קורץ אבל פטור בלא כלו
נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 10:30 pm
דורך לייביששרייבער
ארום 700 אראבישע אינגען האבן זיך צוזאם גענומען אין חברון'ס צענטעראלע באס סטאנציע מיטן פלאן צו שטורעמען ירושלים מיט ווילדע ריאטן. נאכן הערן די נייעס אז ריאטן אין ירושלים האבן דארט אויסגעבראכן צווישען די אראבער און די אידן. און עטליכע ארבער פארוואנדעט אדער אומגעקומען.
די לאקאלע סקיורעטי פארסעס מיטן טשיף פאליס אפיציר רעימאנד קאפעראטא Ramond Cafferata האבן געזעהן זייער היץ און פארשטאנען וואס איז אבאוט צו געשעהן האבן זיי אריין גערופן צו די בריטישע אוטאריטעטן צו באקומען ריאינפארסמענט צו בלאקירן די געיעג פון די אראבער קיין חברון זיי נישט צו לאזן ארויס פארן. פון דארט האט מען אראנדזשירט און אויס געשטעלט פאטראל אינעם אידישען קווארטל אין חברון.
דארט זענען די פאטראלירער אפגעווארט געווארן דורך דעם עסקן יעקב יוסף סלונים וואס איז געווען דער פלאטיקאנט אין די געגענט כסדר פרובירט צו בארואיגען די געמיטער פון ביידע פראקציעס.
זיי האבן זיך געבעטן ביי די אידישע איינוואוינער צו פארבלייבן אין שטוב און זיך נישט דרייען אין די גאסן. אויף דערווייל האבן די ריאינפארסמענטס פרובירט צו פארטרייבן די איינגעזאמעלטע צווילדעוועטע אראבישער גענג.
מאנכע אראבער האבן געלאזט פאלן מאדנע זאצען אז היינט קומט א טאג וואס אסאך וועלן געהארגעט ווערן און נקמה וועט ווערן אויסגעפירט עד הסוף. נעכטיגע גוטע שכנים זענען געווארן היינטיגע רוצחים.
בערך 4:00 אזייגער נאכמיטאג זענען געקומען צופליען שטיינער וואס איז כדי להמית צילענדיג די ישיבה. די לומדים דאן האבן נישט געוואוסט וואו ערשט צו לויפן ווייל שטיינער זענען געפלויגען פון אלע זייטן ארום און ארום און פון דער הייעך. ווי נאר די לומדים האבן פרובירט ארויס לויפן פון בנין הישיבה ווייל דאס איז געווען די ציל זענען זיי אפגעווארט געווארן פון די אינגע שקצים און זיי דערשטאכן צום טויט.
ארום פארנאכטס צייט איז עטוואס רואיגער געווארן נאך וואס קאפעראטא האט גערופן פאר ארדענונג. אבער שפעטער איז געקומען א מעסעדזש פונעם מופטי פון ירושלים האזש אמין על האסיעני Hajj Amin al - Husseini
אז די שחיטות זאלן אנגיין פאר די נקמה וואס די אידן האבן געהארגעט אן אראבער אין ירושלים א טאג בעפאר.
שב"ק אידערפרי האבן זיך די וואנדאליזעם אטאקעס אנגעהויבן און וואנדאלעזירן די הייזער אינעם קווארטל און א מחנה ציווילדעוועטע אינגען האבן גשטראמט מיט רציחהדיגע געמיטער. זיי האב געפאכעט מיט כלי משחית, שווערדן העק מעסערס און שטיינער. קיין געהעריגע כלי מלחמה האבן זיי נישט געהאט. קיין תכסיסי מלחמה האבן זיין אויך נישט געהאט. זיי זענען אריין געקומען אין די אידישע קווארטעל פרייטאג אידערפרי אן קיין שום פלאן וויפיל וועם, נאר וואס הבא לעיניהם האבן זיי זעך גענומען האקן זעצען שניידן פליקען. אזוי האב זיי וואנדעלעזירט א יעדע שטוב ווי זיי האבן זיך גרינג און שנעל געקענט אריין ברעכן.
חברונער שחיטה 2
נשלח: מאנטאג מאי 29, 2023 1:42 am
דורך לייביששרייבער
שב"ק בערך 8:00 אזייגער אינדערפרי האט זיך די אטאקע אנגעהויבן מיט גאר א שנעלער טעמפוי. די ערשטע קרבנות צו ווערן אטאקירט זענען געווען די אידישע הייזער וואס זענען געשטאנען אויף די זייט פון די גאס אריין גייענדיג צום אידישען קווארטל. צוויי קליינע אידישע קינדער (אנכי הק' האט נישט געקענט געפונען קיין דיטעילס ווער די קינדער זענען געווען) זענען אין די ערשטע רגעים פון די אטאקע געהארגעט געווארן מיט א קאלט בליטיגיר רציחה דורך א מישעדי אריבער די העלזער פון די צאן קדשים. אלה הצאן מה חטאו? נאר כדי צו אנזייען צומישעניש, שרעק, און וויי געשרייען וואס מאכט א גרעסערע פאניק, איז געווען די טאקטיק אז וואס מער קליינע קינדער אריין צו כאפן אינעם אטאקע, דאס רצחנן פון די קליינע קינדער איז געווען זייער בעסטע פארטל פאר דעם צוועק.
גלייך נאך די רציחה פון די קינדער, האבן זיי אריין מארשירט אין די הייזער אן קיין שוועריגקייטן, אלע אקאפירענדע פון די הייזער ווי די אראבישע רוצחים האבן נאר איבער געטראטן דעם שוועל איז קיינער נישט פארשוינט געווארן און זענען געהארגעט געווארן פון די קלעפ און די כלי מתחת וואס זיי האבן געהאט אין זייערע הענט. די ריאטירער האבן געהאקט רעכטס און לינקס אן א רחמנות.
שפעטער האבן מיר געטראפן ארכיוון וואס האט עדות געזאגט אז די אפיציר קאפאראטע האט זיך אנטזאגט פון זיין פאליצייעשע אויפגאבע ווען יעקב סלונים איז געגאנגען זיך בעטן ביי אים פאר הילף. דאס איז די ווערטער פונעם רבי יעקב סלונים דער פאטער פאטער פון אליעזר דאן אזוי ווי עס ווערט געברענגט אין די ארכיוון " ווי נאר ר' יעקב סלונים האט געהערט פון געוויסע שכינים אז עס ווירבעלט זיך א פלאן צו אטאקירן די ישיבה ווי רוב לומדים פון חברון האבן געלערנט, איז דאן ר' יעקב געגאנגען צו דעם אפיציעלער דיסטריקט אפיציר אבדולא קארדוס Abdulah Kardus אבער ער האט זיך אנטזאגט אים מיט צו געבן אפיצירן צו באוואכען דעם אידישען קווארטעל אין חברון. אפי' נאך וואס יעקב איז שפעטער געווארן אטאקירט אין די גאס איז ער נאך צו געגאנגען צום לאקאלען פריער דערמאנטע אפיציר קפאראטע, פרייטאג האט ער אים מיט פרעכקייט אפגעענטפעטר עס קומט די אידן אזא שחיטה.
די נעקסטע אינדערפרי שבת בעפאר די אקציע האט זיך אנגעהויבן איז יעקב סלונים נאך אמאל געגאנגען צום ביורא פון דעם טשיף קאפארטע זיך בעטענדיג צו אים אז מען שפירט די פוללווער אין די לפט און ער זאל טוהן וואס ער קען עס זאל נישט ווערן מער אנגעצויגען. האט ער אים געענטפערט נעה נערישקייטן נישטא קיין סיבה אויף וואס מורא צו האבן אלעס איז שויןרואיג. עס איז נאר געווען א דורך גאנג. יעקב סלונים אליינס איז געראטעוועט געווארן ביי איינע פון די אראבישע איינוואוינער האבן אים באהאלטן ביי זיך אין שטוב.
שפעטער ווען קאפראטא האט שוין נישט מורא געהאט אז א פאליציי אנוועזענהייט וועט שטערן די הריגות, האט פרובירט צו ריפען הילף פאר ריאינפארסמענט. אבער אין קול ואין עונה, קיין פרישע הילף האט זיך נישט באוויזען.
א ווארט פון אהרן ראובן בערנצווייג פון די דעמאלסדיגער תושבי חברון. "אפאר מינוט נאך 8:00 אזייגער אינדערפרי האבן מיר געהערט די קולות פון דערווייטענס פון די ברעכען פון גלאז און די טירן זעצעס פון אייזן אויף אייזן, מיר האבן פשוט נישט געוואוסט וואס צו טוען זיי זענען געגאנגען פון טיר צו טיר און געשאכטן א יעדער וואס זיי האבן באגעגענט אינעווייניג אין די אויפגעבראכענע טירן. די וויי געשרייען פון די נרצחים האבן געשפאלטן די הערצער פון די צו-הערער אבער מיר האבן נישט געוואוסט מיט וואס, און ווי אזוי מיר קענען זיי העלפן מיר זענען אלע געווען פארלוירן און פארשטיינערט פון שאק."
ווי נאר עס איז דערהערט געווארן אין די אנדערע זייט געטא וואס עס טוהט זיך ביי די אריינגאנג פונעם אידישען קווארטל אין חברון, האבן זיך 40 אינגעלייט צוזאמגענומען אין שטוב פון אליעזר דאן סלונים די זוהן פון די חברונער רב.
ר' אליעזר דאן, איז אויכעט געווען א מעמבער פונעם קאנסיל פון דעם חברון קאנסאליי. און די דירעקטאר פון די אנגלא-פאלעסטיין באנק.
אזוי ווי ר' אלעזר דאן איז געווען באקאנט צוויישען אלע איינוואוינער פון חברון. ער איז געווען באפריינדעט מיט אלעמען אידן און אראבער גלייך, האבן די אלע געשפירט אז ביי אים אין די דירה וועט קיין בייזענס נישט פארסירןַ.
אינטערסאנט איז טאקע געווען אז די גרופע וואנדעלאזירער האבן דערגרייכט זיין טיר האבן זיי מיט אן אנגעהאלטןקייט און מיט שיינעם פרובירט צו איינהאנדלען מיט ר' אליעזר דאן, אז ער ר' אליעזר זאל איבער געבן די אשכנזים אין זייערע הענט און לכבוד דעם וועלן זיי נישט שעדיגן קיינע ספרדים.
(די ספרדים האבן געוואוינט מיט די אראבער אסאך יארן בעפאר די אשכנזים זענען געקומען צוזאמען מיט די פראפאגאנדע ווינט פון די ציונים). פארשטייט זיך, אז ער האט בשו"א מסכים געווען צו אזא פארשלאג, און געענטפערט מיר זענען אלע איין פאלק און איין באדי פון מענטשען מיר וועלן נישט מפקיר זיין קיין שום מענטש. אויפן פלאץ האבן זיי עים, זיין ווייב, און זיין 4 יעריג קינד דערשאסן צום טויט. (די צייטונג היברו פרעס האט דאן געשריבען אז די געזיכטע אין די חברונער שחיטה זענען דוקא געווען די אשכנזישע אידענטום וואס די אראבער האבן פארעכענט פאר ציונים און אנטקעגען זיי דוקא האבן זיי געהאט די שנאה כבושה, לאו דוקא צו אידענטום. 4 פון יעדע 5 געהארגעטע רח"ל זענען טאקע געווען פון די אשכנזישע אידענטום אין חברון).
די אטאקע איז געווארן באגלייט מיט שווערע וואנדעליזם און דיסטראקציע. די אידישע שפיטאל ווי אראבישע קראנקע זענען אויך סערווירט געווארן מיט די זעלבע סערוויס ווי א איד, זענען וואנדאליזירט געווארן און נישט געווארן פארשוינט. און ווי אויך די שוהלן זענען געווארן וואנדאלעזירט. עס איז דא געוויסע רעפארטס וואס האבן געשריבען אז ספרי תורות זענען רח"ל פארברענט געווארן פון די שוהלן וואס זענען געווארן וואנדאלעזירט.
די באקאנטע אנטיקען פון ר' יהודא בייבעס'ס לייברערי (ארכיון) וואס ער האט מייסד געווען אין יאר 1852 תרי"ב איז האלבוועגס פארברענט און צושטערט געווארן.
עס איז דא א לעגענדע וואס ווערט פארציילט אז איינע פון די בתי מדרשים וואס האבן געפלאקערט איז דער רב אריין געלאפן אין ביהמ"ד ראטעווען די ספרי תורה פון די פלאמען און ער ל"ע האט מוצא נשמתו געווען ראטטעווענדיג די ספרים תורה פון פארברענט ווערן, פון די בראנד וואנדען וואס האט אים רח"ל פארברענט רוב פון זיין גוף.
צוועלעף פון די זיבן און זעכציג זענען יא געווען פון עדות המזרח. צוויי ווערן ספעציעל דערמאנט/ גרשון בן ציון און די חברונער כעמיסט וואס האט שוין סערווירט די חברונער איינוואוינער אידן און אראבער גלייך פאר די לעצטע פערציג יאר. די ביידע זענען רח"ל געהארגעט געווארן בצוותא חדא מיט א מיידל פון 14 יאר (נישט באקאנט וועמענס טאכטער זי איז געוועזען, וואס פאר איר דערהרגענען האבן זיי רח"ל מיט איר געטשעפעט און דאן דערשאסן) צוזאמען מיט די גאנצע משפחה.
אראבער באהאלטן אויס אידישע שכינים:
עס זענען דא 28 אראבישע הייזער, זכור לטוב וואס האבן אויסבאהאלטן אידישע שכינים ביי די אבלאוועס וואס האט געראטעוועט דאס לעבן פון די אויסבאהאלטענע און נישט מיט-טיילן די זעלבער גורל פון זייערע אידישע חברונישע ברידער.
עס איז דא אן ארגינעלער ליסטע וואס רעכענט אויס 19 אראבישע רעטער מיט אן אפציעלע תעודה וואס זענען איטער געשריבן געווארן ביי ר' מאיר און סלונים פאר די וואויל טעטיגע אקציע וואס די 19 האבן זיך מוסר נפש געווען אין אזא שווערע צייט. ווען דאס גאנצער אראבישער געמיינדע איז געווען אפגעהייטערט אין א רציחה מאוד זענען די 19 געגאנגען אנטקעגן דעם שטראם און געראטעוועט וויפיל אידישע שכינים זיי האבן נאר געקענט.
פון די ארכיוון פון ר' אהרן ראובן בערנצווייג (שוין פריער דערמאנט) זעהט מען דארט אן אראבישער נאמען האדזש על קאורדיע Haj Eissa El Kourdieh האט געראטעוועט 33 אידן אנשים נשים וטף, נאך דעם וואס ער האט זיך ביי זיי ממש געבעטן אז זיי זאלן אריין לויפן צו אים אין קעלער. לכתחלה האט די גרופע מורא געהאט אז דער אראבער וועט זיי דארט אומברענגען, און ער האט שלעכטע כוונות מיטן זיי וועלן אויסבאהאלטן. אבער נאך דעם וואס די איינוואוינער האבן געזעהן דאס פארלוירענע מצב האבן זיי מחליט געווען צווישען זיך כאשר אבדתי אבדתי ממילא וועלן מיר געהארגעט ווערן איז אויב האט דער אראבער נישט קיין שלעכטער כוונות האבן מיר דאך א שאנס. סוכ"ס זענען זיי יא אריין אינעם קעלער פון דעם אראבישער שכן.
זיי זענען דארט געזעצען מיט א שרעקליכער פחד, אינעווייניג האט זיך אריין געהערט דאס וויי געשריי פון די פארוואונדעטעַאון עלטערן וואס האבן מיט געהאלטן די שחיטה פון זייערע קינדער. דעס געשרייען פון די קליינע קינדער אינעם קעלער זענען אויך געווען למעלה מראש. די אנוועזענדע האבן געציטערט אז די אינעווייניגסטע קולות הערן זיך ארויס אינדעראויסען און אט אט וועט מען זיי אנטדעקן. אבער עס איז געווען באשערט צו בלייבן לעבן. און זענען געראטעוועט געווארן דארט פון א זיכערער טויט.
די אראבישע אינגען זענען ארום געלאפן שרייענדיג טויט פאר די אידן און טויט פאר די וואס באהאלטן אידן, היינט איז דער הייליגער טאג פון מאוחמעד אונזער נביא וואס לכבודו דארף מען ברענגען וואס מער קרבנות. ווער עס הארגעט נישט קיין איד היינט איז א זונדיגער, און ווער עס דערוואגט זיך צו אויס באהאלטן א איד וועט טראגן די זעלבע גורל ווי דעם איד אליינס.
א מערקווידיגער מעשה האט פאסירט מיט א אידישער איינוואוינער יונה מאלאחאדסקי וואס זיין ווייב האט געשוואנגערט אין אירע הויעכע חדשים. די וואנדאלן איז געווען א גורם אז זי האט געשפירט אז זי פאלירט דעם עיבור. זייער אראבישער שכן האט געזעהן וואס עס גייט דאן פאר מיט יונה און זיין ווייב, האט ער זיי שנעל אריין געשלעפט אין זיין קעלער ווי דאס קינד איז געבוירן געווארן. דער אראבישער בעה"ב איז געשטאנען אין פארנט פון זיין דירה ווען א גרופע פון די וואנדעלאזירער האבן פארלאנג פון אים ארויס צו געבען די באהאלטענע לויט זייער אפשאצונג די וועג ווי אזוי ער איז געשטאנען און באוואכט די אריינגאנג פון זיין די דירה. האט ער מיט געמאכטע צעווילדעוועטע מענאווארע אז זיינע שכינים האט ער פארטיליגט אפאר מינוט צוריק. ער האט עס אזוי גוט געמאכט אז עס האט אויס געזעהן פאר די גרופע אז דער בעה"ב איז קאמפלעט מיט די אינגען און זיי זענען זיך געגאנגען ווייטער. יונה מיט זיין ווייב און די עטוואס ניי-געבוירן קינד זענען אויך געראטעוועט געווארן פון אן אראבישען שכן וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר דאס וואויל-זיין פון זיינע שכינים.
נאך אראבישע פאמיליע וואס ווערט דערמאנט אין די אויבן דערמאנטע ארכיוון איז אבו איד זאיטאון Abu Id Zaitoun. ער האט געראטעוועט זמירא מאני צוזאמען מיט נאך עטליכע אידן באהאלטענדיג זיי ביי זיך אין שטוב אבו איד איז געשטאנען מיט אן אויסגעצויגענע שווערד און פארנט פון זיין דירה די אראבער זעהנדיג אז ער שטייט מיט זיין שווער אויסגעצויגען האבן זיי זיך פארגעשטעלט אז ער איז א חלק פון די רוצחים און וואנדעלעזירער. אפאר שעה שפעטער האט ער געטראפן אפאר פאליציי אפיצירן און זיי איבער געגעבן די באהאלטענע, די פאליציי האט געפירט די קליינע גרופע צו די פאליציי סטאנציע אין בית ראמאנא, אונטער פאליצייאישער באגלייטונג.
לויט די עדות-שאפט פון מרס. מלכה סלונים אז אן אלטער אראבישער גוי מיטן נאמען אבו שאקער Abu Shaker האט זיי געראטעוועט.
אזוי פארציילט זי איז די מעשה צוגעגאנגען "מיר זענען געזעצען שטיל מיט אנגעסט אין די פארקלאפטע דירה פון אבו שאקער. דער אבו שאקער איז א יעדע פאר מינוט אריין געקומען צו די באהאלטענע ברענגען די נייעס וואס עס טוהט זיך אין די גאסן. אזוי זיצענדיג אינעווייניג האבן מיר געהערט אבו שאקער האבן א געפעכט מיט איינע פון די וואנדעלעזירער שרייענדיג צו עים די וועסט זיך נישט דערוואגן אריין צו קומען צו מיר אין שטוב. אוועק פון דאנענט. זיי האבן אים געשטופט כדי צו עפענען דעם דורך גאנג צו קענען אריין גיין אין זיין שטוב צו זעהן צו עס איז איינער פון די זינדיגע אידן באהאלטן דארט אינעווייניג. דער אבו שאקער איז טאקע געווען אן ערך פון 75 יאר אלט אבער פארט א שטארקער געזיכט א מאן מיט שטארקע ביינער טראץ זיין הויכער עלטער.
ער האט זיך אראפ גילייגט אין פארנט פון זיין טיר באשיצענדיג מיט זיין גוף די אריינגאנג פון זיין דירה. אין געשריגען צו די חברה עטץ קענטס נאר אריין גיין אין מיין דירה אויב איר טרעיט אריבער מיין טויטער גוף. איינע פון די גרופע האט ארויס גענומען זיין שווערד און געפאכעט צו אבו שאקער און געשריגען די זינדיגער אומפרטרויליכער אראבער מיר וועלן דיך צוזאמען מיט אלע אידן דערהראגענען. אזוי פאכענדיג מיט דעם שווערד האט ער געכאפט א טיפער שניט אין זיינע פיס. בלוט האט זיך גענומען פליסען פון עים, ער האט נישט געשריגען אדער געוויינט פאר ווייטאג, נאר ער האט צו זיי געזאגט שנייד שנייד איך רוק זיך נישט. עס איז געווארן א שטילע שנעלע מיטינג צווישען די גרופע, נאך אפאר סקונדעס האבן זיי פארלאזט דאס פלאץ לאזנדיג אים אויס בלוטן צום טויט.
מיר האבן געוואוסט אז פאר די קומענדיגע קורצע מינוטן זענען מיר געראטעוועט. מיר האבן פרובירט אים אריין שלעפן אינעווייניג צו באנדאדזשירן זיינע וואונדען, אבער ער האט זיך נישט געלאזט זאגענדיג אז שפעטער וועט קומען א צווייטער און פרובירן דאס זעלביגע. ווי לאנג די ריאטן זענען נישט אונטער קאנטראל וויל ער נישט איינשטעלן און איבער לאזן זיין וואך אויף די דירה ווי מיר זענען געווען באהאלטן"
אזוי איז דא צענדליגער סיפורים פון די וואס זענען געראטעוועט געווארן יענעם טאג.
די מספר הרוגים אין חברון איז לויט די אפיציעלע נומבערס איז 67 אידן און 9 אראבער. פון די 67 זענען 59 אומגעקומען אויפן פלאץ ל"ע און 8 זענען שפעטער אומגעקומען פון זייערער וואונדען וואס זיי האבן זיך ערווארבן דורך אויס די אטאקע.
12 דערפון זענען געווען פרויען און דריי קינדער אינטער די יארגאנג פון 5. 24 פון די הרוגים זענען געווען ישיבה לייט 7 פון די זענען געוועזען אמיריקאנער-קאנאדישע סיטיזענס. די 57 אומגעקומענע זענע באערדיגט געווארן אין א מאסען קבר אין די אראבישע שטחים אין חברון אן קיין שום אידישער לויה. רוב פון די הרוגים זענען געווען פון די אשכנעזישע עולים 12 פון די 57 זענען געווען פון די ספארדישע געמיינדע.
אויסער די פריער אויסגערעכענטע טויטע איז אויך געווען 58 שטארק פארוואונדעטע צווישען די פארוואונדעטע זענען געווען א גרויס חלק פרויען און קינדער. פון די 58 איז גערעכענט צו זיין 49 ערענסט פארוואונדעט און 17 שוואכער פארוואונדעט.
20 פון די קדושים זענען מפנה געווארן פון דעם אראבישען מאסען קבר אין באערדיגט געווארן לויט די הלכה אאר טאג שפעטער. אזוי ווי די גופים פונעם מאסען קבר זענען געטראפו געווארן אין זייער א שלעכטער צושטאנד האט מען נישט ממשיך געווען מיט די איבער באערדיגען די איבעריגע גופים.
שעיך טעליב מארקאה Taleb Markah וואס איז לויט די עדותשאפט געווען די אנדרייער פון די שחיטה איז שפעטער אין אנהייב ווינטער פרמשפט געווארן מיט צוויי יאר תפיסה. צוויי פון די פיר וואנדאלזירער זענען געפונען געווארן שילדיג אין 24 מערדערייען אין די הויז פון ר' יעקב און אליעזר דאן סלונים זענען פארמשפט געווארן צום טויט.
195 אראבער מיט 34 אידן זענען פארמשפט געווארן וועגן דעם אינצידענט אין חברון. 17 פון די אראבער און 2 אידן זענען פארמשפט געווארן צום טויט. למעשה זענען די שטראפו נישט אויס געפירט געווארן עד הסוף נאר אנשטאט זענען זיי געזיצען אין תפיסה פאר גאר א לאנגער תקופה. אויסער 3 אראבער וואס זייער טויט שטראף דורך הענגען איז יא אויסגעפירט געווארן.
200,0000.00 שטערלינג/פונט זענען אויס געטיילט געווארן פאר די משפחות וואס זענען די מערסטע באטראפן געווארן.
א שטיקעל ליסטע פון באקאנטע און נישט אזוי באקאנטע נעמען וואס זענען אומגעקומען אין די שחיטה אין חברון.
רבי שלמה זלמן צורף
רבי יוסף אליהו די-האן
רבי יצחק געלבערט
רבי אברהם מזרחי
רבי יצחק כהנא
רבי מאיר גרינבערג
רבי יצחק לעווי
רבי יעקב לעווי
רבי שמשון אהרונסון
רבי שמואל מזרחי
רבי שלום מזרחי
מרת אסתר מזרחי
מרת רחל כהנא
רבי משה לעווי
רבי מאיר לעווי
רבי צבי כהן
רבי יצחק משה כהן
רבי זכריה ראבינאוויטש
רבי יהודא ארבעל
רבי אברהם ארבעל
רבי ישאל דוד שטיינמאן
רבי יוסף גרשון שטיינמאן
רבי משה יהודא שטיינמאן
מרת הדסה סאלאמאן
רבי יוסף אלימלך
רבי אליעזר דאן סלונים
רבי חיים אהרון צוקערמאן
רבי יעקב לעווי
רבי יעקב אורי
רבי משה מרדכי לעווי
רבי ישראל לעווי
שמעון קוגלת
ת. נ. צ. ב. ה.
די אנהייב - די מדינה ווערט פארמאלאזירט
נשלח: דאנערשטאג יוני 08, 2023 3:20 pm
דורך לייביששרייבער
נאך די שרקעליכער טראגעדיע וואס האט ל"ע פאסירט אין חברון, האט די בריטישע מאנדאט ארויף געלייגט נייע געזעצען אויף די אידן וואס וואוינען אין חברון.
אלע אידן פון חברון האבן געמוזט אוועקואירן פונעם דארף און זענען נישט ערלויבט געווארן צו וואינען אין דעם דארף. און ווי אויך זענען די ביריטישע געווארן גאר שטרענג לגבי די עולים, נייע עולים זענען בשו"א ערלויבט געווארן צו עולה זיין קיין פאלאסטינא. דאס האט מלכומערשט געדארפט בארואיגען די אנגעצויגענקייט וואס האט געהערשט צווישען די צוויי פעלקער אייננואוינער די אראבער און להבדיל די אידן.
בעצם, פאליטש גערעדט האבן די פאגראמען אין חברון צו געהאלפן די איזראעלישע אגענדע, פארשטייט זיך צוזאמען מיט נאך אנדערע פאקטארן. דער דעת הקהל לגבי די אידן זאלן האבן אן אייגענער מדינה ווי זיי זאלן קענען וואוינען על המנוחה והנחלה האבן זיך געטוישט, און די מאנדאטן וואס האבן געברויכט צו דעם צושטימען האבן אנגעהויבן אנדערש טראכטן דערוועגן און אנגעהויבען צו נויטן אז, יא דאס אידישע פאלק זענען טאקע פאריאגט און פארפלאגט ווי זיי שטייען און ווי זיי גייען און ע"כ אן אייגענער מדינה וועט געבן לעגעטימיטאציע צו דעם פאלק אז זיי זאךן זיך קענען ארללינס פארטיידיגען אזוי ווי א יעדעס אנדערע פאלק.
ווי אויך צווישען די אידן זעלבסט האט זיך דער מיינונג געטוישט. די אלע וואס זענען געווען געשטימט אז אידן זאלן קיין אייגען מדינה נישט האבן מטעם איזה סיבה האבן אנגעהויבן שפירן אז אויב וועט קיין אידישע מיליטער נישט זיין וועט קיין ארדענונג נישט זיין און די אידן וועלן ווייטער זיין אויסגעשטעלט צו פערסעקיושען און רדיפות און וועלן אייביג זיין די טארגעט צו א יעדער לויזיגער בלוט דארשטיגער רוצח עס איז געקומען די צייט אז די זאך זאל זיך אויפהערן.
אפי' דער ענגלישער מאנדאט האט אפגעשטעלט די עולים פון ארויף קומען קיין פאלעסטינא האט זיך די קאלאבעראציע פון די צוויי מחנות נישט צוזאם געשטעלט מער. קיין אראבער האט בשו"א געוואלט וואוינען אין די שכינות פון א איד. אויב א איד'ס גורל איז יא געווען צו וואינען נעבן אן אראבער איז ער אטאמאטיש ל"ע פריער אדער שפעטער געווארן א פארחתמענטער און נידן לטעראר.
אין די יארן צווישען 1936 - 1939 תרצ"ו - תרצ"ט זענען געווען זייער נישט רואיגע יארן אין פאלאסטינע צווישען די אידישע און אראבישע איינוואוינער. ממש א יעדעס ליאדען טאג זענען געווען געוואלדטאטען צווישען די צוויי פראקציעס. די אינטערוואציע פון די בריטישע פאליציי צו אינפארסירן געזעץ האט נישט געברענגט די געוואונטשענע רעזאלטאטן.
פון 1920 ביז 1948 דאס יאר וואס די מדינה איז געווארן א פאקט, האבן די בריטישע געזעץ אינפארסירער אין פאלעסטינא פרובירט מיט אלע כוחות צו האלטן ארדענונג צוויישען די צוויי פראקציעס אבער אן קיין סוקסעס. איינע פון די געזעצן איז געווען ווי פריער דערמאנט אז ניי עולים ווערן מער נישט ערלויבט צו אימעגרירן קיין פאלעסטינא און נישט קויפן קיין נייע שטחים האט פאראורזאכט שווערע פראטעסטן מצד די אידישע ציונים. היתכן וואס איז דאס דיסקרימינאציע קויפן שטחים איז נישט ערלויבט?
דאס געזעץ האט נישט געהאלפן קיין פודינו ומצולינו. די אמיגראציע איז פארט אנגעגאנגען מיטן פולן שוואנג, ספעציעל און די יארן פונעם צווייטן וועלטס קריג 1939-1944 תרצ"ט-תש"ה וואס פליטי חרב האבן געטוהן אלס מעגליך צו נישט ווערן פארכאפט אין די נאצישע פלאמען. בעסער צו ווערן איינגעשפארט ביי די ענגלענדער אין פאלעסטינא ווי ווערן פארגאזט אין די נאצישע גאז קאמערן. און ווי אויך האבן שטחים געטוישט הענט פון אלט געזעצענע לאנד אייגענטומער צו נייע. כסף יענה את הכל, די אידן דארט האבן זיך געלאזט קאסטן סיי וויפיל אסאך מער ווי די פרייז ווירדע אז די אראבער אדער סיי ווער האט פשוט געלוינט צו פארקויפן אומלעגאל.
די סעטעלמענטס אין די אראבישע געגענטער אין פאלעסטינא איז געווארן איבער געפולט מיט נייע עולים מידי יום ביומו, נאך וואס די ענגלענדער האבן זיך נישט געקענט קיין עצה געבן מיט די איינפלוס פון די אנטלויפענדע אסיילאם זיכער. די עולים האבן נישט געקענט ווערן צוריק געשיקט צו א זיכערער טויט דורך די ענגלענדער.
די ציוניסטישע באוועגונג איז גאר פארשטארק געווארן אין די יארן פונעם קריג, די פראפאגאנדע אז קיינער וועט זיך אויף קיין איד נישט אומקוקען אויב מיר וועלן זיך נישט אליינס באשיצען האט אנגעהויבען באקומען געוויכט פון די אידן ווי אימער אין די וועלט.
דער פרייער וועלט האט אויך צו געשטימט, מער אדער ווייניגער צו דעם וויי געשריי פון די אידן פון דייטשלאנד, געוויזן מיט-געפיהל מיט זייער ווייטאג פון די נאצישע אטראסעטיס אנטקעגן זיי, דערפאר האט די פרייע וועלט מיט געשטימט מיט די פארלאנג צו ווערן א פאלק ווי אלע פעלקער מיט א מיליטער זיך צו פארטיידיגען און פאל פון אן איבערפאל אויף אידן דייקא.
א נייער תגובה, אדער נישט ? דאס געבורט פון מדינת ישראל
נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 4:53 pm
דורך לייביששרייבער
א גוטן ערב שבת חברי השטיבעל, כל אחד בשמו הטוב יבורך.
אזוי ווי עס איז שוין ב"ה שוין דא מער ווי א חודש וואס אנוכי הק, איז ב"ה געווארן מער אקוועינטעד און מער פאמיליער (acquainted and familiar) מיטן די מהלך פון שרייבן, ווי אויך די מהלך השטיבעל, וויל איך איין מיינע חשובע פארערער פרעגן א שאלה און אפיניען. (מיינונג בלע"ז)
אין די קומענדיגע סעט פון די ארטיקלען פונעם סעריע Series הייבט זיך א נייער עפאכע. די מדינת ישראל דעקלעראציע אויף זעלבסשטענדיגקייט, און ווי אויך די אקטואלע מלחמות און קאנפליקטן וואס די נייע געבוירענע מדינה האט געהאט במשך הימים פון ווערן זעלבסטשטענדיג ביז נארמאלעזאציע, איז ברוב רחמיו ובחסדיו געווארן געשטעלט. איז אפשר כדי צו עפענען א נייער תגובה דערפאר. (די מעלה, ווי פריער דערמאנט. עס וועט זיין מער מסודר, עטוואס בעסער געשריבען) עס קען גאר גמאלן זיין אז עס גאר א נייער סאבדזשעקט. אפשר איז כדי. וואס איז אייער מיינונג?
נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 4:59 pm
דורך [NAMELESS]
זיכער א נייע אשכול.
נאך מער, איך האלט אז יעדע פארזעצונג דארף זיין א נייע אשכול, וואס די קעפל פון די אשכול זאל שטיין חלק א', חלק ב' וכו'.
Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל - ערשטע פארזעצונג
נשלח: פרייטאג יוני 09, 2023 7:45 pm
דורך לייביששרייבער
חתם סופר האט געשריבן:זיכער א נייע אשכול.
נאך מער, איך האלט אז יעדע פארזעצונג דארף זיין א נייע אשכול, וואס די קעפל פון די אשכול זאל שטיין חלק א', חלק ב' וכו'.
איינע פון די נייַע תקנות אינעם נייער באשרייבונג פון חלק ב׳.
ווען איך קען ווען וואלט איך איבער געמאכט די גאנצע זאך פון מיינע ערשטע צוויי אשכולות. קעמפ און דאס געבורט. דאס אמעריקאנער סודות בוך לויפט שוין ב׳׳ה אזוי אבער דאס גייט זיין נאך בעסערַ.
איך מיין אז דאס מאל גייט עס זיין געוואלדיג בס׳׳ד
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
Re: דאס געבורט פון מדינת ישראל - ערשטע פארזעצונג
נשלח: זונטאג יוני 11, 2023 3:15 pm
דורך פשפש
ווען קומט א pdf פון חלק א ?
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
PDF - פי.די.עף.
נשלח: זונטאג יוני 11, 2023 5:32 pm
דורך לייביששרייבער
פשפש האט געשריבן:ווען קומט א pdf פון חלק א ?
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
מיר וועלן פרובירן עס צוזאם צו שטעלן היינט שפעטער. אויב איינער קען מיר אן צייגען ווי אזוי עס צו עטעטשען דא וועל איך עס זייער גערן טוהן.
זייט וויסען די פי. די. עף. איז שוין אסאך בעסער אויסגעארבעט מיט מער דיטעילס און ווייניגער טעיתי הדפוס.
נשלח: זונטאג יוני 11, 2023 5:57 pm
דורך הערשער
לייביששרייבער האט געשריבן:פשפש האט געשריבן:ווען קומט א pdf פון חלק א ?
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
מיר וועלן פרובירן עס צוזאם צו שטעלן היינט שפעטער. אויב איינער קען מיר אן צייגען ווי אזוי עס צו עטעטשען דא וועל איך עס זייער גערן טוהן.
זייט וויסען די פי. די. עף. איז שוין אסאך בעסער אויסגעארבעט מיט מער דיטעילס און ווייניגער טעיתי הדפוס.
ביים שרייבן האט איר אן אפשען פון צולייגען א פייל
פי די עף
נשלח: זונטאג יוני 11, 2023 7:19 pm
דורך לייביששרייבער
הערשער האט געשריבן:לייביששרייבער האט געשריבן:פשפש האט געשריבן:ווען קומט א pdf פון חלק א ?
Sent from my SAMSUNG-SM-G891A using Tapatalk
מיר וועלן פרובירן עס צוזאם צו שטעלן היינט שפעטער. אויב איינער קען מיר אן צייגען ווי אזוי עס צו עטעטשען דא וועל איך עס זייער גערן טוהן.
זייט וויסען די פי. די. עף. איז שוין אסאך בעסער אויסגעארבעט מיט מער דיטעילס און ווייניגער טעיתי הדפוס.
ביים שרייבן האט איר אן אפשען פון צולייגען א פייל
פיגארן פון די ערשטע פיגארן מיט טיפע פינגער אפדריקן אין די מד
נשלח: פרייטאג יוני 16, 2023 2:53 pm
דורך לייביששרייבער
לייביששרייבער האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:און אז דו רעכענסט שוין אויס די ערשטע מעמבערס פון די ציוניסטישע קאנגרעס, האסטו אבער פארגעסן אריין צו שטעלן אין די ליסטע איינע פון מיינע באליבטע ציונים די ערשטע נשיא פון מדינת ישראל חיים ויצמן ז"ל
Sent from my SM-S911U using Tapatalk
ריכטיג דר. חיים ווייצמאן האט אויך געשפילט א סיגניפיקענט ראלע אין שטעלן דעם קאנגרעס.
עס זענען דא נאך אסאך.
חיים ווייצמאן האט זיך אנגעהויבן לאזן הערן אין פובליק אסאך שפעטער. אפי' ער האט געשפילט א גרויסער ראלע גלייך אין אנהייב פונעם קאנגרעס ממש אין די ערשטע יארן ווערט ער אבער נישט פארעכענט צווישען די גרויסע שישקעס פון די פאונדערס. איך ווייס טאקע נישט פארוואס.
סעריעס פון פיגארן וואס האבן זייער שטארק אפעקטירט דאס אויס קום פון די רעזאלטאטן
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=8&t=16304
Sent from my SM-S908U using Tapatalk
עס איז הרב קוק.
נשלח: דינסטאג יוני 20, 2023 5:25 pm
דורך לייביששרייבער
לייביששרייבער האט געשריבן:אמאהלגעקעננט האט געשריבן:@לײביששרײבער אױסעצײכנט ! ממש הנאה גהאט. נאר דער פרט אז הרב קוק איז געװען א תלמיד פון ר׳ חיים װאלאזשינער איז א טעות. ער איז געװען א תלמיד בימי הנציב.
הרב אברהם יצחק קוק איז געבוירן געווארן אין שטאט גרייבה קורקלנד אין חודש אלול תרכ"ה און איז שוין געווען משחר ילדיתו אן אןיס גערופענער גאון. פון די 9 יאר איז ער שוין געזעצע און געהארעוועט אין דין ביהמ"ד מיט די שארפע לומדים פון זיין שטאט אנשטאט זיך שפילן מיט די זאמד ווי אלע קינדער אין דעם יארגאנג.
ר' ראובן פון דווינסק האט געהערט פון דעם וואונדער קינד און עים געאלאזט רופן צו זיך רעדענדיג מיט דעם אינגען אברהם יצחק איז ארויס פון התפעלות אזא אינג קינד אזויפיל צו קענען. מיט אזא קלארקייט און יושב הדעת וואס פאסט ענדערש פאר א תלמוד חכם פון יארן האראוואניע. ר' ראובן האט עים געלערנט לערנען עיון בתוך פשטות נישט לומדות לעיון. ער איז האקאנט געווען פאר א גראדער לערנער און א קלארע הבנה.
ביי די 15 יאר יאר איז געפארן לערנען קיין לוצין און דארט איז ער זייער נאנט געווארן מיט הרה"צ אליעזר דון יחייא זצ"ל וואס האט עים נאך גאר א קורצע תקופה געזאגט אז ער זאל פארן לערנען קיין וולאזשען. פאר ער האט ענדליך געלאנדעט אין וולאזשען האט ער געמאכט א סטאפ אין די תורה צענטער סמרגון וויאסאך דעמאלסדיגע גאונים זענען געווען קאנסענטרירט כדי זיך צו משתשע זיין מיט זיי פאר גיין צו זיין פיינעל דעסטינאציע וולאזשען.
אנקומענדיג קיין וולאזשען האט דער נצי"ב גלייך איינערקענט אין די כוחות און אין די מוח וואס דער אינגער אברהם יצחק פארמאגט און ער האט גענומען אונטער זיינע פליגלען כדי ער זאל קענען שטייגען אן קיין מניעות. ער האט עם אלעס צו געשטעלט דארט, און אליינס געזארגט פאר אים ווי א טאטע זארגט פאר זיינס א קינד. דער נצי"ב האט געשפירט א זכיה צו העלפן דעם אינגען שטייגען על במתי התורה ויראה.
דארט אין וולאזשען האט ער אנגעהויבן מפורסם צו ווערן אדורך די כתבה וואס ער האט אריין געלייגט אין דעם קובץ תורני "קול מחזיקי הדת" א פירוש אויף א שווערע פשט פון זיין רבין דעם נצי"ב אין זיין פירוש אויף חומ"ר העמק דבר.
די כתבה האט מרעיש עולומות געווען אין די לומדישע וועלט זעענדיג אזא אינגער בחור און אזא ת"ח און בהירות אז עס האבן זיך אנגעהויבן רייסען אלע חשובע רבנים ר"י צו אים באקומען פאר א מאן צו זייער טאכטער. לעולם ימכור אדם כל מה שיש לו לישה בתו לת"ח. אין ער איז טאקע אריין לקישור אירוסן מיטן טאכטער פון הרה"צ ר' אליהו דוד רבינוביץ וואס איז דאן געווען רב אין פונווויטץ (שפעטער איז ער געווען רב אין מיר ירושלים)
הרב קוק האט אנגעהאלטטן אפאר רבנות פאסטנס ביז ער איז געווארן רב הראשי אין ירושלים.
זיימיל, איז ער געווארן רב מיט די השפעה וואס דער ח׳׳ח זי׳׳ע האט אים דארט ממליץ געוועזען. און שטארק געשטופט דערצו.
פאנאוויץ
ויסק
תרס"ד האט ער באקומען די גרעסטע סורפרייז פון זיין לעבן. א כתב רבנות פון די שטאט יפו אין א"י ער האט זיך קיינמאל נישט געפרייט מיט א כתב רבנות אויסער די מאל. ער איז געווען באוואוסט מיט זיין חולת אהבת א"י אז ווען ער האט באקומען די כתב רבנות האט ער אלעס אין אייראפע איבער געלאזט אין געלאפן ווי א קינד צו א גוטע זאך.
עס איז מערקווירדיג אז די בי"ד פון ר' שמואל סלנט האט געשריבען ווען ער האט איבער גענומען דעם כסא הרבנות א בריוו צו אלע מושבות וואס האבן געהערט צו די גלילות פון יפו און זענען געווען אונטער די יפו רבנות אטעריטעט. ואעתיק ל"ק "כי מעכשיו יתנהלו כל עיניני הדת והיהדות על פי הר"י. וכל ב"י יסמכו עליו, על פיו יצאו ועל פיו יבואו"
אין יאר תרע"ד איז ער געפארן קיין חו"ל מיטן פלאן צו באשיינען די ערשטע כנסיה אין חו"ל פון די אגודת ישראל ווי ער איז געווארן איינגעלאדענט געווארן צו אויף טרעטן אלץ גאסט רעדנער. אונמיטן וועג נאך זייענדיג אין בערלין כדי צו ממשיך זיין האט אויס געבראכן די ערשטע וועלטס קריג, וויפיל ער האט דאן פרובירט זיך צוריק צו קערן קיין א"י איז ער געווארן געשטרויכעלט א יעדעס מאל מיט א צווייטע שטרויכלונג און אזוי איז ער געבליבן זיצען אין חו"ל, סט. גולן שווייץ פאר בערך אן אנטדערט האלבן יאר. אין יאר תרע"ו האט ער באקומען א כתב רבנות אין לאנדאן וואס ער האט אנגענומען.
אזוי ווי ער איז געווען באקאנט פאר די לאנדאנער מלוכה האט ער טאקע געשטאדעלט פאר דעם בלפור דעקלעראציע. (מער איבער דעם ערגעץ אנדערש)
אין יאר תרע"ט האט באקומען אן הזמנה שוין םון ירושלים דירעקט צו קומען דינען אלץ רב הראשי פון די רבנות. עס האט אויס געבראכען א מחלוקה צווישען די יפוער קהלה אין די ירשךמיס אז די ירושלמיס גאנווענען דעם רב. אבער דער רב האט מער געצויגען קיין ירושלים און אזוי איז ער געווארן רב הראשי אין ירושלים.
נאך 16 יאר דינען אלץ רב הראשי איז געווען נצחו עראלים ער איז אוועק אין ג' אלול תרצ"ה
אוי אוי נאך א ריזיגער פארלוסט פון שעות ארבייט.
איך האב דא געהאט אריין געשריבען די קאמםפלעטע ביאגראפיע פון הר"ב קוק איך גוב א דריק דעם שיק באטען און "שרייב יך איין צו קענען ציטירן" ואידך פרישא זול גמור מקען פלאצען אביר דאס איז מעשה יצר מיר וועלן זיך נישט לאזען פון קיינעם. דאס איז אזאך וואס מיז ארויס געברענגט ווערן לשבח למען ידעו דור אחרון פון וועם און וואס מען האט דא גערעדט.