בלאט 4 פון 7

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 11:29 pm
דורך יידל
איך קום דא אן ווי א יווני אין די סוכה, ווי דער האן אין בני אדם און ווי נח נאכן מבול. קען מיר איינער איבערגעבן בקיצור נמרץ, אן די הגזמות פון לעמאן דזשוס, די חרמות פון קופערניקוס, די אזהרות פון יאנקל און די ווערטלעך פון יאיר, וואס, ווען און וואו? איבער וואס דארף מען שרייבן? צו וועם שיקט מען עס?

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 11:37 pm
דורך לעמאן דזשוס
איך זעה דער עולם גלויבט נישט די הגזמות, מוז איך מעלדן דעם אמת טרוקענערהייט:

היינט האב איך ערהאלטן דריי פאעזיע שטיק!

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 11:49 pm
דורך שמעקעדיג
לעמאן דזשוס האט געשריבן:איך זעה דער עולם גלויבט נישט די הגזמות, מוז איך מעלדן דעם אמת טרוקענערהייט:


ווי נעם איך אביסל וואסער,
זיך צו קענען דערקוויקן,
איך פארנעם נישט דעם טרוקענעם אמת,
ווי אזוי קען ער אזא תגובה שיקן

מיר האבן א נייעם באלעבאס
מיטן נאמען לעמאן דזשוס
קופערניקוס אין אנטוישונג מאכט טעראר
און שרייעט חתוך את צואת השור

(דאס איז פאעזיע? כאב ענק געזאגט איך קענישט!)

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 11:50 pm
דורך [NAMELESS]
יאנקל האט געשריבן:איך בין נישט דער דעה זאגער דא,



יאנקל ווער שוין א דעה זאגער, ווער דען זאל זיין א דעה זאגער אויב נישט דער בעל דעה? אין לנו מלך אלא אתה!

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 11:52 pm
דורך משה געציל
יאנקל האט געשריבן:איך בין נישט דער דעה זאגער דא, אבער פארוואס זאל מען דען נישט מעגן אריינשיקן עטליכע איינטראגעס?

איך טראכט הויך, אז ווען מען ארבעט אויף איינס א קנאקעדיגס איז עס אינטערעסאנטער און עס גיבט מער טרייבקראפט פארן פארמעסט ווען מען ווייסט אז עס דארף זיין איינס און א געלונגענ׳ס.

נשלח: דינסטאג פעברואר 05, 2013 11:59 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
יידל האט געשריבן:איך קום דא אן ווי א יווני אין די סוכה, ווי דער האן אין בני אדם און ווי נח נאכן מבול

איך וויל צולייגן:
ווי א גוי אין סקווער.
ווי א בני יואל אין קאווע שטיבל.
ווי א ליטווישער אין סעקשען עיט אפיס.

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 12:07 am
דורך [NAMELESS]
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:איך קום דא אן ווי א יווני אין די סוכה, ווי דער האן אין בני אדם און ווי נח נאכן מבול

איך וויל צולייגן:
ווי א גוי אין סקווער.
ווי א בני יואל אין קאווע שטיבל.
ווי א ליטווישער אין סעקשען עיט אפיס.


ווי א קילער אין איי-וועלט
ווי א סאטמארער ביים כותל

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 12:08 am
דורך [NAMELESS]
ווי קופערניקוס אין א בית אבלים

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 12:22 am
דורך [NAMELESS]
ווי ראשעקאל אין אן אינזל אן צייטונגען און לינקס
ווי יאסעלע וואסער טרעגער אן סומאטאכע
ווי פאר הדור אן הרב קוק
ווי יאנקל צווישן טיפשים אן א גוט ביכל
ווי טאמבל סאס אן מאחורי הפרגוד

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 12:36 am
דורך משה געציל
קופערניקוס האט געשריבן:ווי ראשעקאל אין אן אינזל אן צייטונגען און לינקס
ווי יאסעלע וואסער טרעגער אן סומאטאכע
ווי פאר הדור אן הרב קוק
ווי יאנקל צווישן טיפשים אן א גוט ביכל
ווי טאמבל סאס אן מאחורי הפרגוד

דער פארמעסט האט זיך קוים אנגעפאנגען און שוין האט זיך אנגעפאנגען א פרישע! קוקט אויס ווי עס קומט א קנאגעדיג׳ס!

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 3:07 am
דורך טעפל
אז איך קען נישט שרייבען די זאכען, וואס דארף איך טוהן? איך דארף בעטען מיין טאטע זאל מיך העלפען? אדער מיין ווייב?
ביזדערווייל בלייב איך דא און איך וועל איבערגיין די סחורה און זעהט אויס אז איך וועל זיין די איינציגסטע וואס וועט מוזען וואוטען און זאגען וואס איז גוט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 12:55 pm
דורך איך אויך
קופערניקוס האט געשריבן:הער אויף מיט די פראפאגאנדע!
חתוך את צואת השור!
די הייסט אפשר יחיאל ברוך שפיצער?

ניין ער הייסט נחום, באלד הייבט אן צו פליען אימערגענסי אפדעיטס און אימערגענסי שבאימערגענסי.

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 3:50 pm
דורך קאווע טרינקער
טראכטענדיג פון א פאעזיע, איז מיר אזוי איינגעפאלן שאר ירקות:

מ'דארף באהאלטען
אן אשכול אן אלטען
פון קאווע שטיבל זייער גוט
ס'זאל זיין א וואונדער
פאר אונזערע קינדער
צו ס'איז אמאל געווען אן ערליכער יוד

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 3:52 pm
דורך לעמיל
מר' קאווע איך האף דו גרייטסט אונז אן עפעס א גוטס פאר די פארמעסט

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 3:54 pm
דורך קאווע טרינקער
איך ווייס נישט צו ס'איז יושר, מיינע סחורה קען מען גרינג דערקענען, ס'דא א צד השוה שבהן.
כ'וועל מוזן זיך אנטוהן די גאר לאנגע גאטשעס, און אויפקומען מיט עפעס פרום געשטימט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 3:57 pm
דורך בן תמליון
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך ווייס נישט צו ס'איז יושר, מיינע סחורה קען מען גרינג דערקענען, ס'דא א צד השוה שבהן.
כ'וועל מוזן זיך אנטוהן די גאר לאנגע גאטשעס, און אויפקומען מיט עפעס פרום געשטימט.


קאווע ווער אונז נאר נישט פרום. מיר דארפן אייך וויאזוי איר זענט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 4:00 pm
דורך קאווע טרינקער
בן תמליון האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך ווייס נישט צו ס'איז יושר, מיינע סחורה קען מען גרינג דערקענען, ס'דא א צד השוה שבהן.
כ'וועל מוזן זיך אנטוהן די גאר לאנגע גאטשעס, און אויפקומען מיט עפעס פרום געשטימט.


קאווע ווער אונז נאר נישט פרום. מיר דארפן אייך וויאזוי איר זענט.

גע'פועל'ט, איך טוה אויס די גאטשעס. (בד"וו, ס'איז ענדע שובבי"ם, ולא מצאתי אותה אשה באותה מקום, וואס וועט דא זיין?)

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 4:04 pm
דורך משה געציל
זעה נאר קאווע אז עס זאל נישט זיין א בלענד פון פופציג קאלירן...

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 4:05 pm
דורך אוהב דעת
חברה! הערטס, איך האב נאך אין מיין לעבען נישט געשריבען קיין פאעזיע, עטץ האטץ מיר ארויס גענומען פון די כלים מיט ענקערע טאלאנטען, מיין בעט האט מיר היינט ארויס געווארפען 4:30 am און איך האב יעצט גענדיגט שרייבען, איך זאג ענק סאיז א מייסטער ארבעט, איך ווייס נישט אויב איך גיי געווינען נומבער 1 אבער עטץ גייטץ וויינען בכיות אין נישט קענען שלאפען נעכט

Wait and see

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 4:09 pm
דורך לעמיל
wow
חברה נעמען עס גאר ערנסט אוהב דעת מיר ווארטען מיט שפאנונג

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 4:09 pm
דורך קאווע טרינקער
HINT
לכאורה איז דאס מיוסד אויף "מודה אני"...
שוין, העמיר זעהן.
אדרבה.

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 4:28 pm
דורך אוהב דעת
איך נעם ענק אויף א רייד
עטץ גייטס, אין א סדר: שעלטען די סיסטעם, מיך שוינען, רחמנות האבען אויף מיר, שעלטען דאס מענשהייט און מיינע פריינט, וויינען פון מיינע צרות,בעטן גט זאל מיך העלפען, מיך ליב האבען, מיך מקנא זיין !

נשלח: מיטוואך פעברואר 06, 2013 4:34 pm
דורך משה געציל
העלא יאיר?! איינער האט אים געזעהן דא?! בענדזשמין?! ביסט דא?! מאכטס ווייטער ענקער ווערטלעך... דער אוהב דעת האט זיך ארויפגעקאטשעוועט די ארבעל עס קומט האפענטליך הייסע סחורה!
אקעי, לאמיר ענדיגען דא ווייל קופערניקוס גרייט זיך שוין אן מיר צו באשפיטצער׳ן...