Re:
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 9:03 pm
קרבן פסח?גנדי האט געשריבן: ↑מיטוואך מערץ 13, 2013 1:48 am איך האב אייביג געהאט די קשיא, די קרייזן וואס ווילן נישט זייער קינדער זאלן זאגן תהלים מיט קינדער וואס גייען מיט באקל-פאסיגס, זיי ווילן נישט לערנען די זעלבע דף וואס אידן מיט בענד-דאונס לערנען, זיי ווילן נישט עסן פלייש פון שוחטים וואס זייערע פרויען גאלן נישט אפ זייער קאפ, זיי ווילן נישט זיצען צוזאמען ביי א כינוס מיט אידן וואס טוען אהן בלויע העמדער, זיי לאזן נישט אידן טאנצן אין זייער שטאט מיט געלע פענער, זיי לאזן נישט ראש ישיבות וואס שפילן אויף גיטארס עפנען ישיבות, זיי לאזן נישט די קינדער זיך פארהערן משניות ביי א קאמפיין וואס ראפעלט אויס א שגץ-בייק, זיי לאזן נישט הענגן אין זייער שטאט א בילד פון א אינגל מיט קורצע פיאות, ועוד ועוד...
ווען משיח וועט קומען, ווי אזוי וועלן זיי גייען אין בית המקדש מקריב זיין זייער קרבן פסח? ס'וועלן זיין אין אדער נעבן די בית המקדש אידן פון אלע קרייזן, קינדער וואס גייען מיט באקל-פאסיגס, אידן מיט בענד-דאונס, כהנים וואס וועלן שחט'ן וואס זייערע פרויען גאלן נישט אפ זייער קאפ, אידן וואס טוען אהן בלויע העמדער, אידן וואס טאנצן מיט געלע פענער, ראש ישיבות וואס שפילן אויף גיטארס, קאמפיינס וואס ראפעלען אויס א שגץ-בייק, אינגלעך מיט קורצע פיאות...
אזוי ווי זיי פילן יעצט אין מירון אדער אין כותל (די וואס גייען), די פלעצער ווי גאנץ כלל ישראל על כל השכבות קומען זיך צאם, מיט א זעלטענע אחדות און געשמאק