בלאט 4 פון 10

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:54 pm
דורך לעמאן דזשוס
קאווע טרינקער האט געשריבן:
לעמאן דזשוס האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:ווייל דער'עולם האט ליב פלאטשיגע סחורה.


משא״כ גליון שטיבלנו וועט זיין פלאטשיג?!


חלילה.. איך טראכט נאר: די וואס האבן נישט קיין ניקס דא, זענען ווערט צו ליינען די "הידעת" און "דבר יום ביומו"...


אט אזוי. און צו א נויט אויך די גוטמארגן.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:57 pm
דורך לעמאן דזשוס
איך טראכט יעצט אז די אויפטוה איז פאר קופערניקוס. ער האט דאך ממש נישט וואס צו ליינען לעצטענס חוץ די ׳פארשווינדענע ניק אשכול׳ וואו ער באזוכט שטונדעווייז.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 5:57 pm
דורך berlbalaguleh
נייגעריגער האט געשריבן:איך וויל בעטן זייער שטארק אז לתועלת הבלעטל זאל מען זיך נישט צולאזן דארט אנקעגן דער סיסטעם והמסתעף [וואס איך ווייס אויכעט ווי שלעכט דער סיסטעם איז.....], כדי ס'זאל נישט גלייך ארויסקומען א קול קורא און א ים מיט הערשיל קלאר סטייל פאשקעווילן דערקעגן [וואס כ'ווייס אוודאי אז אונזערע גיבורים שרעקן זיך בכלל נישט פון דעם!!!! אבער אעפ"כ קען עס אנדעם אסאך מער מצליח [כ'בין ח"ו נישט מדמה צום אויסגאבע....] זיין אנדעם]…
און דער באשעפער זאל העלפן אז אונזער קעניג [=חזקיהו המלך] זאל מצליח זיין, און ס'זאל זיין להגדיל שמי'ה ד'שטובל'ינו המפואר, אזש ס'זאל זיין דער נאמבער וואן דאונלאוד אויף לדעת!!!!

נעה. היו לו תהי' (כ'ווייס. ס'קומט מיט אן אלף. אבער די קאוואנעה איז קעפשיטוי.) אונז גיימער דאך ארויסגעיבן אייגענע פאשקווילן און קאל קוירע'ס, מיט אייגענע חאסימעס פון אינזערע (אייגענע) רע-בנים, כדאמרן.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 6:01 pm
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:אבער קופערניקוס עסט דאך נישט קייין טרויבען?


ווייל מ׳האט געשלאגן די טרויבן מיט דערי לולבים, די פארמערס האבן געגעסן אריזאנע מצות, און עס געשמירט מיט סטראבעריס, און געטראגן מיט די עירוב צום כינוס כלל ישראל אויפן וועג צוריק פונעם סיום הש״ס, און אפילו שערי חמלה האט מען געמאכט נאר פאר די פוילישע גוים וועלכע וועלן פאר סקאוודראן (דער ברודער פון סאסמאן), אבער זייט ער האט פארלוירן די אהבה מסתרת קען מען עס נישט רעכענען ווייל איצא גליק האט פראבלעמען מיט די האט קאפס פאר די מילעך פון די גענידעלטע קיען וועלכע מ׳איז נישט בודק די זעקסטע ריפ. בכלל וואטשט ער סלייד׳ס וועלכע די רבי ז״ל האט גע׳אסר׳ט ווען עלתה בת שחוק על פניו ומצחו היה נראה כמין קשת וגידיו הוא בולטות, און האט אינדערהיים נעבן די ארטיסטן דענים וועלכע איז מעורר דינים וועלכע מ׳אימפאטירט פונעם טריפה׳נעם מיאמי און האבן געזעהן יוסף שפיל.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 6:03 pm
דורך קאווע טרינקער
והעיקר שכחת....
צימעס הגידען..

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 6:08 pm
דורך נייגעריגער
קאווע טרינקער האט געשריבן:נייגעריג:
גליונות וואס זענען אין ראם פון די סיסטעם זענען שוין דא.
מבאר רבותינו ועוד

ניין, ניין, ניין!!!!
איך האב אין מיינע ווערטער קיינמאל געשריבן אז ס'זאל זיין אינעם ראם פון סיסטעם - וואס דאס מיינט אזויווי די וואס דו האסט אויסגערעכענט!
חזקיהו'ס פריערדיגע בלופרינט קוקט אויס זייער פיין.
וואס כ'האב יא געשריבן, איז: "אז מזאל זיך נישט צולאזן....". דהיינו, דער חינוך ארטיקל דארף נישט זיין וויאזוי צו רעדן צום קינד וועגן **** אביוז וכדומה, און אויכעט נישט וויאזוי א טאטע זאל האנדלען מיט א מנהל וואס רצח'ענט אן זיין קינד, און דער היימישער נייעס זאל לאו דווקא שרייבן פונקטליך וועלכע היימישע איד מ'האט ארעסטירט [כ'זאג נישט אז ס'זאל אינגאנצן נישט דערמאנט ווערן, אבער מיט אן איינגעהאלטענקייט ....], ואידך זיל גמור...

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 6:43 pm
דורך זר זהב
אינעם עלים לתרופה די וואך האט ר' שמאי קהת געשריבן הלכות פון נאך ברכה'ס, וואו מ'דארף דאס זאגן און אז מ'דארף צוריקגיין צום פלאץ אויב ס'א מזונות, ביי א שהכל דארף מען נישט צוריקגיין, אא"וו. איז מיר געווען א ווינדער אז ער האט אויסגעלאזט איין אופן וואו מ'דארף לכתחלה מאכן די נאך ברכה דוקא אויף אן אנדער פלאץ.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 7:54 pm
דורך נייגעריגער
לעמאן דזשוס האט געשריבן:פארוואס האלט מבאר רבותינו און שולחן מלכים אן און ׳שבת בלעטטעל׳ איז געגאנגן קיפען קאמפאני פאר שלום עליכם און ילפרץ?
חזקיהו וסייעתו וואס פונקטליך איז דיין/ענקער/ציהל מיט דיין/ענקער/אונזער גליון?

איך מיין נישט אז מ'קען אונז צוגלייכן צום "שבת בלעטל"!
עס איז פשוט כרחוק מזרח ממערב...
-אונז האבן א באזע און א ווינקעל וואו מ'קען זיך כסדר דערמאנען און מעודד זיין אנצוהאלטן!
-אונז האבן שוין א פאקטישע קבוצה פון מעכטיגע געלונגענע שרייבער און אנאלאזירער.
-צווישן אזויפיל מענטשן וואס גייען דורך די קאווע שטיבל איז זיכער דא פון אלע נויטיגע פערזענדליכקייטן - רעדאקטאר, שרייבער, מגי'ה, גראפיקער, פאבלישער, און וואס נישט?.....
-אי"ה גייען מיר נישט זיין [האפענטליך...] א פלאטפארמע פאר די זאכן וואס "שבת בלעטל" איז געווען! נאר כעין א צייטונג סטייל [שטייצעך אויף א קליינע פארנעם].

:like :דאבללייק: וחפץ בידינו יצליח!! :like :דאבללייק:

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 9:36 pm
דורך קינות גירושין
איך בין זייער פאר די זאך, וואס האט נייגעריגער מורה פון קול קורא? אז די ווילסט סזאל ווערן אויפגעכאפט מוז מען דאך האבען א איסור, ניין?
איך מיין אז ספעלט נישט אויס קיין עדוועטייזמענט , סקאסט כמעט גארנישט יעדער זאל ארויס פרינטען אין לייגען אפאר קאפיס אין זיין שול( איך האף אז די גבאים וועלן שנעל מיד ווערן פון ווארפען יעדע וואך אין גארביטש, און בשם ד נעשה ונצליח
די חילוק פון אונז דא ביז די גאס אונז האבען א מאטיוו אונז דארפען נישט קיין געלט און כבוד
איך זעה שוין ענדליך די גוטע צייטען
אויב זעט מען אז סשלעפט אריין און הוצאת זאל מען מאכען עפעס א ווועג וויאזוי מענטשען זאלען קענען געבן געלט ווי למשט א paypel account וכדומה

נאמען פארמעסט

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 9:39 pm
דורך היימישער ליטוואק
ווער קען אויפקומען מיט עפעס א קלינגעדיגן נאמען?

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 9:45 pm
דורך קאווע טרינקער
תורת משה מנדלסון

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 10:00 pm
דורך גנדי
דער שופר.

דער אומאפהענגינקייט.

דאס גלעקעל.

קול דממה דקה.

רעש גדול.

דאס ווידער קול.

דאס ברייטע ווינקל.

העכער פופציג איי קוי.

פארבן.

פאלבן.

געשפרעך.

4G

אויסליפטונגען.

די איראניע.

דער ריכטיגער ארגאן.

אויסשמועס.

בלי מצרים.

קלינגען.

דער צימבל.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 10:09 pm
דורך גנדי
די חסידישע פרילינג.

די שיין.

די שטראלן.

ליכט שטראלן.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 10:11 pm
דורך גנדי
די סאמוטאכע.

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 10:39 pm
דורך גוטע פינטעלך
קאווע שמוסען

פניני ק"ש

נשלח: זונטאג אפריל 07, 2013 10:40 pm
דורך בן תמליון
גאנדי האקט.

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 1:11 am
דורך געפילטע פיש
קאווע בלעטל

בילד
בילד

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:57 am
דורך היסטאריקער
איך שרייב היסטאריע

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 12:14 pm
דורך מורינו הרב
איך גיב הסכמה.

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 12:22 pm
דורך פשוט-קאמפליצירט
איך וועל זיין דער אויבער חכם.

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 12:26 pm
דורך שמעקעדיג
מען גייט עס מעגן ליינען אין טוילעט?

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 1:12 pm
דורך חזקיהו המלך
וואס זאגט דער עולם צום נאמען "דער ארגינעלער שריפט"

נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 1:17 pm
דורך שמעקעדיג
חזקיהו המלך האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם צום נאמען "דער ארגינעלער שריפט"

דער נאמען צייגט נישט אויף גארנישט. ס'דארף זיין מער קנאקעדיג, נישט אזוי "בלענד".