בלאט 4 פון 5

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 7:30 pm
דורך berlbalaguleh
להבדיל, דאנאלד טראמפ האט געזאגט א גוט ווארט: "איט'ס ווערי לאונלי עט דהע טאפ". ס'איז זייער איינזאם ביים שפיץ (אויבנאן(. :roll:

נשלח: מוצ"ש מאי 25, 2013 11:40 pm
דורך אביגדור
חיפוש מחיפוש נר מנר.

נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 5:14 am
דורך פייער און וואסער
קודם א גרויסע שכוח פאר שרייבן דעם ארטיקעל, זייער שיין ארויסגעברענגט.
סדא אבער געוויסע זאכן וואס מקען מער קלאר שטעלן וואס דארט גייט פאר.

יעדער קען אריינגיין דארט און אויסהערן א שיעור, אנדעם וואס מזאל דיר עפעס פרעגן.

די זאך פון פארן אויף ארץ ישראל ל"ג בעומר, איז אויך נאר ווער עס איז ביכולת פארט, אסאך אינגעלייט בעלי בתים פארן נישט וועגן מקען נישט איבערלאזן די ביזנעס
איינער פארט נישט ווייל סנישט דא קיין געלט, און ר' בנימין האט קיינמאל נישט געהייסן גיין בארגן כדי צו קענען מיטפארן.

ער פירט היינט א ישיבה מיט 35 בחורים, מיט א כולל בוקר.

בין הזמנים האט ער 30 בחורים וואס קומען צו איהם אינדערהיים דאווענען שחרית, מנחה, מעריב, אין אויך 2 שיעורים פאר זיי.

די נתיבת שלום שיעור איז פרייטאג.

סדא דארט אסאך שיינע בעלי תפילה.

עס איז נאך דא אסאך זאכן וואס מקען נאך שרייבן, כהאב אבער נישט די צייט דערפאר....
מיט אנטשאלדינגוג

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 8:52 pm
דורך זר זהב
הרב בנימין אייזענבערג חתן דינן צינד א ליכט אין ניקלשבורגע שיהל אין וואדבערן ביום כואב

הילולת-דברי-יואל-בניקלשבורג15-470x626.jpg


הילולת-דברי-יואל-בניקלשבורג14-470x626.jpg

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 8:53 pm
דורך זר זהב
אגב האט דער קדושת יו"ט יא געהייסן ליפא אדער נישט? אזא צומישעניש

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 9:38 pm
דורך מ. גליקמאן
די בילדער קוקן אויס פונקט ווי די ליבאוויטשע שליחים לויפן ארום מיט זייער אתרוג צו יעדע גוי.. ער קוקט אויס אזוי פארלוירן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 11:08 pm
דורך ונבנתה העיר
זר זהב האט געשריבן:אגב האט דער קדושת יו"ט יא געהייסן ליפא אדער נישט? אזא צומישעניש

ליפא איז א אידישע נאמען, ניין?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:49 am
דורך דעת תורה
איך מיין אז מען האט אים נישט אויסגערופן לתורה מיטן נאמען ליפא. (גערופן האט מען אים זיכער אזוי. דער הייליגער - צאנזער - רב פלעגט אים רופן "מיין ליפא'לע").

מענין לענין, היי יאר ביים ציון האט זיך געוואלגערט נייע זאגערלעך, אריין געדרוקט די תמניא אפי אויך אויף ליפא. איך האב מיך עטוואס צובייזערט אויף זיי, איי מין שב"ק ממשמש ובא און ער לייגט מיר אריין דא ליפא וואס כמדומה זאגט מען עס נישט. איך האב געטאן א מעשה רב, און עס פשוט אויסגעלאזט. איים שור אז נאכאמאל וועלן זיי נישט האבן די גאטס עס צו טון :-)

נשלח: פרייטאג אוגוסט 09, 2013 1:49 pm
דורך [NAMELESS]
אויסגעלאזט ליפא? שפילסט מיט פייער!

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 12:05 am
דורך יאיר
דעת תורה האט געשריבן:איך מיין אז מען האט אים נישט אויסגערופן לתורה מיטן נאמען ליפא. (גערופן האט מען אים זיכער אזוי. דער הייליגער - צאנזער - רב פלעגט אים רופן "מיין ליפא'לע").

כ'זע כבוד תורתו איז מסופק ביי וועם ס'איז געווען. דאכט זיך מיר ס'איז געווען דער הייליגער רב, נישט דער צאנזער. אפשר גאר ביידע.

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 12:09 am
דורך דעת תורה
לידיעת כ"ת, דעם צאנזער רב פלעגט מען רופן "דער הייליגער רב". איך האב דאס געמיינט, נאר שלא לבייש את מי שאין לו האב איך אריין געלייגט בתוך דברי אז דאס מיינט מען דעם צאנזער רב.

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 2:25 am
דורך משולם שטיינפעלד
איך פארשטיי נישט פארוואס פארציילן אלע פריוואטע זאכן ברענגט קירבה פאר א מענטש.

ווען א מענטש וואס איך קען נישט, פארציילט מיר אלעס איבער זיין פערזענליכן לעבן, אין די ערשטע פינף מינוט וואס מיר שמועסן, נעם איך ארויס דערפון צוויי זאכן.

איינס, יענער איז לכאורה א געפערליכע שוטה.

צוויי, מען קען יענעם נישט געטרויען קיין כי הוא זה מיט סיי וועלכע פריוואטע אינפארמאציע.

ווערן נאנט מיט יענעם? פארקויפט פאר יענעם? וואספארא שייכות האט עס?


----
יישר כח מאראנצןזאפט פארן אנאליז, און פאר אלע קאמענטירער

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 2:45 am
דורך זר זהב
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
----
יישר כח מאראנצןזאפט פארן אנאליז

נו געב א לייק פאר מאראנצן. וועסט נישט שטארבן

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 2:49 am
דורך איך אויך
לאז ,ער איז באבלאזן היינט.

נשלח: זונטאג אוגוסט 11, 2013 2:49 am
דורך זר זהב
הלוואי נאר היינט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 12:50 pm
דורך סאשי פיש
מזל טוב!. ער האט נעכטען בר מצוה געמאכט זיין קינד

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:40 pm
דורך קאווע טרינקער
זעה איך גוט?
א רונדיגע רבישע קעיק? פוי.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:56 pm
דורך שרייבער
קאווע טרינקער האט געשריבן:זעה איך גוט?
א רונדיגע רבישע קעיק? פוי.

וואס האסטו נישט ליב?
רינדיג?
רביש?
אדער א קעיק?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 3:10 pm
דורך הוגה
קאווע טרינקער האט געשריבן:זעה איך גוט?
א רונדיגע קעיק? פוי.


[tag]קאווע טרינקער[/tag], אפיקורסות האט אויך א שיעור!!! מיר האבן א מסורה, די בעש"ט האט נאר געגעסן רינדעכיגע ספאנדזש קעיק! די גר"א האט געגעסן פיר עקעדיגע אדער sliced קעיק. הרב אייזענבערגער איז א חסידישע משפיע און ער האלט זיך צו די חסידישע מסורה. וויפיל איז די שיעור אפ צו שפעטן פון הייליגע מנהגים???

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 8:00 pm
דורך משולם שטיינפעלד
ער קען נישט בענטשעם אויף א געהעריגע גלאז אן א פיס?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:24 pm
דורך קאווע טרינקער
שרייבער האט געשריבן:וואס האסטו נישט ליב?
רינדיג?
רביש?
אדער א קעיק?

רביס וואס זענען רינדיג פון זויפיל קעיק עסען.

געקויפט א ריזיגער לאט אין בארא פארק פאר 8 מיליאן דאלאר!

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 1:46 pm
דורך טיטאניק
שמועות וואלגערען זיך אין די גאסען אז ר' בנימין ידיד ה' האט געקויפט א מעכטיג ריזיגער לאט אין בארא פארק ביי 52 און 18 כמעט א בלאק גרויס פאר די פאנטאסטישע סומע פון 8 מיליאן דאלאר וועלכע איז באצאלט געווארען דארעך מהדורת בערקאוויטש הידוע בשמו הטוב ר' פנחס בערקאוויטש
ס'הייסט אז ר' בנימין מיט זיינע שעפערישע פלענער פלאנט צי בויען דארט א ריזיגע צענטער לתורה ולתפלה מיט די שענסטע מקוה אין שטאט ביי מינים, און א כוואליע פון נייע דירות פארען ציבור מיט א תקנה חתונה זאל, בקיצור א ימות המשיח פראיעקט
וואס זאגט דער עולם? איינער ווייסט מער דיטעלס?
https://www.google.com/maps/@40.6263846,-73.9829581,20z
https://www.google.com/maps/@40.6263846 ... a=!3m1!1e3
https://www.google.com/maps/@40.626363, ... kfkZxw!2e0

אויב איז דאס אמת זאג איך צוויי ווערטער "כל הכבוד"
א ערליכער רב א נארמאלער מענטש איז אזוי מצליח אין די היינטיגע משוגענע וועלט איז א ריכטיגע נס

נשלח: מאנטאג אפריל 28, 2014 1:54 pm
דורך שטילע אינגערמאן
דער לאט איז א פרעבלימאטישע לאט, אסאך חסידותן האבן שוין געהאט א אויג דערויף אין זיי האבן ארויס געצויגען היות מקען נישט בוין דארט צו טיף ווייל סאיז נאנט צו די טרעין טרעקס אין די חוקרים האבן פעסטגעשטעלט אז דער ערד דארט איז שוואך אין קען נישט פארנעמען א גרויסע בנין, יש אומרים אז די סיבה פארוואס סאיז שווער צו בויען דארט איז ווייל ס'פלעגט דארט זיין א געז סטאנטציע אין זיי האבן געהאט טאנקען אין די ערד וואס האט עס שוואך געמאכט.

כבין זיכער אבער הרב אייזענבערג האט אדורך געטוען אלע צדדים אין מסתמא האט ער א שטיקעל פלאן.
זאל עס זיין מיט א באנטש הצלחה.