בלאט 4 פון 22

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 1:02 pm
דורך שעפטל
מכתב קודש מ'כ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א
IMG-20130607-WA017.jpg
IMG-20130607-WA017.jpg (29.87 KiB) געזען געווארן 4288 מאל

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 1:34 pm
דורך שעפטל
מכתב קודש מהביד"צ עדה החרדית בעיה"ק ירושלים הרהגוה"צ שרי התורה שליט"א
(מערקט דעם נייער חבר הבד"ץ הגאון רבי יהודה פישער שליט"א)
x9q2_ProtestSivan7317 (1)(1).jpg
x9q2_ProtestSivan7317 (1)(1).jpg (221.87 KiB) געזען געווארן 4251 מאל

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 1:43 pm
דורך שעפטל
[center]אמעריקא שטורעמט ווי קיינמאל בעפאר!
[/center]
אין יעדע ווינקל איבער די לאנד וואו עס געפינט זיך א ערליכער איד ווייסט יעדער צו רעדן און איבערשמועסן איבער די גרויסע ריזיגע מאסן פראטעסט וואס וועט ברעכן יעדע פריערדיגע היסטאריע און שלאגן טיפע ווארצלען אויסצורופן מיט א מעכטיגן כח אז דאס יהדות החרדית אין אמעריקא שטייט מיט מיט די חרדישע אידן אין ארץ ישראל, און וועלן זיי פארטיידיקן בקול גדול קעגן די ביטערע רדיפת הדת וואס זיי שטייען אויס דורך די ציוניסטישע מלכות של שמד.

עס גייען אצינד אן די לעצטע הכנות אינעהאלב די ספעציעלע עסקנים-שטאב ווילכע פירן אן מיט די ריזיגע היסטארישע "בני ישיבות מארש", וואו טויזנטער בני הישיבות פון נוי יארק און נוי דשערסי וועלן ארויסגיין אין א ריזיגע לאנגע מארש און אויסרופן אויף א הילכיגן פארנעם זייער סאלידאריטעט מיט די בני הישיבות אין אר"י וועלכע ווערן גערודפט און געסטראשעט ביז תפיסה דראאונגען.

די באסעס פון די ישיבות וועלן פארן ספעציעל פריער ווי די באסעס פארן ברייטן ציבור, און די באסעס וועלן אראפלייגן די בחורים ביי בראדוועי קארנער ווארט סטריט, וואו א שטאב פון עסקנים וועלן אפווארטן די בחורין און אויסטיילן די זעק און די ספעציעלע שילדן.

אנדערש ווי פריער געפלאנט, וועט דער מארש נישט ארויפגיין אויפן ברוקלין בריק, אויפן ראט פון די מנהלי הישיבות וועלכע האלטן א אחריות אויף די רוחניות'דיגע שמירה, און דורכציוואקן דעם בריק איז זייער נישט מסוגל ליראת שמים.
דער מעכטיגער מארש וועט ארויסגיין אום 3:45, ווען די טויזנטער בחורים וועלן ארומגיין אויף די גאסן ארום די "פעדעראל פלאזא סקווער" מיט זעק, ווען אין זייערע הענט וועלן זיי האלטן די ספעציעלע טייערע שילדן וואס וועט איבערגעבן דעם ריכטיגן באדייט פון די בני ישיבות מארש.
מען וועט ארומגיין בערך א דריי פערטל שעה, און דערנאך צוריקקומען צום סקווער וואו עס וועט זיך דאן אנהייבן דער ריזיגער היסטארישער דעמאנסטראציע, און במשך די צייט וועלן די בחורין מיט די זעק שטיין אינאיינעם אויף א ספעציעלע דעזיגנירטע ארט, כדי צו ציען די אויפמערקזאמקייט פון די פרעסע במשך די גאנצע צייט.
די ארגאניזירער גיבן איבער אז עס איז ראטזאם די בחורים זאלן קומען מיט חאלאטן, כדי נישט צו ווערן דערשוויצט פון די זעק העכער די דיקע רעקלעך.
ביים שלוס פונעם מעמד קידוש שם שמים וועט דער מארש ווידער ארויסגיין, לויט א ספעציעלע וועג ווי די עסקנים וועלן אנצייגן, און נאך בערך א האלבע שעה וועט מען שפאצירן ביז די באסעס וועלכע וועלן אהיימפירן יעדן על מחנהו ועל דגלו.
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז אויך ביי די מארש וועלן זיין ספעציעל-געשטעלטע מענטשן וואס וועלן רעדן צו די פרעסעלייט, און דעריבער זאל קיינער נישט איבערגעבן קיין שום אייגענע סטעיטמענטס.

די עסקני ועד משמרת חמותיך ירושלים גיבן איבער, אז דער גליון החלצו וואס איז ערשינען אין די לעצטע

פאלגנד גיבן מיר איבער דעם גאר רייכער סדר העצרת פונעם היסטארישן ריזיגן מאסן דעמאנסטראציע פון רבבות אלפי ישראל דעם זונטאג אינעם ריזיגן שטח פון פעדעראל סקווער פלאזא.
פתיחת המעמד וועט זיין דורך הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א, מנהל במתיבתא הקדושה.
דער יושב ראש המעמד וועט זיין הרה"ג ר' יחיאל יצחק גליק שליט"א מזכיר פון די התאחדות הרבנים ארגאניזאציע,
און דערנאך געהויבענע דרשות פון די פאלגנדע גדולי הרבנים וראשי ישיבות:
הגאון רבי אלי' בער ווארכטפויגל שליט"א ראש ישיבת סאוט פאלסבורג,
כ"ק אדמו"ר מגאלאנטא שליט"א,
הגאון ר' נח אייזיק אלבוים אב"ד הומנא שליט"א פון קווינס,
און דערנאך וועט זיין איין דרשה אויף די ענגלישע שפראך פאר די פרעסע.
דערנאך וועט ממשיך זיין די פייערדיגע דרשות, הגאון ר' יעקב הורוויץ שליט"א ראש ישיבת בית מאיר,
הרה"ג ר' בערל כ"ץ אב"ד דושינסקי שליט"א,
הרה"ג ר' נחמן שטויבער שליט"א מנהל בישיבת קווינס,
און דערנאך וועט זיין נעילת המעמד אויך דורך הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א.
עטליכע קאפיטלעך תהלים וועט געזאגט ווערן אינאיינעם מתפלל צו זיין אינאיינעם און מעורר זיין רחמי שמים אז די רשעים זאלן נישט האבן קיין שליטה אויף כלל ישראל, עס וועט פארגעזאגט ווערן דורך הגאון ר' אהרן משה שעכטער שליט"א ראש ישיבת ר' חיים בערלין.
דערנאך וועט דער לעיקוואדער מעיאר איבערגעבן די דאנק פאר די פאליציי בשם דאס גאנצע יהדות החרדית וועלכע וועט זוכה זיין מיטצוהאלטן דעם עצרת המחאה.

דאס יהדות הגולה איז אין א פאראייניגטע שטימונג, אין א פייערדיגע שטימונג, אין א התרגשות'דיגע שטימונג, לקדש, שם, שמים!
[center]-ברחובה של עיר נלך לקדש שם שמים!-[/center]

קרעדיט: בחצרות סאטמאר

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 2:02 pm
דורך שמעקעדיג
שקויעך שעפטל פאר דיינע באריכטן. איז דאס אלעס אייגענס? אדער באקומסט דאס, אזוי ווי די טעגליכע נייעס?
מיין טמא'נער סקרין פארנעמט שוין נישט אזויפיל מכתבי "קודש", דער אשכול איז שוין צו הייליג. פליז גיב א ברעיק.

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 2:08 pm
דורך שעפטל
ווי איך ענדיג, קרעדיט: בחצרות סאטמאר

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 2:10 pm
דורך שעפטל
IMG-20130607-WA021.jpg
IMG-20130607-WA021.jpg (41.21 KiB) געזען געווארן 4463 מאל

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 2:13 pm
דורך זר זהב
אה יעצט זאג איך טאקע פאר שווערער טויזענטער ביים פראטעסט. ל"ע

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 2:21 pm
דורך שעפטל
א בריוו פאר איין פראקציע פון די ליטאים...
רב אויערבאך.jpg
רב אויערבאך.jpg (52.56 KiB) געזען געווארן 4357 מאל

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 2:27 pm
דורך שעפטל
שעפטל האט געשריבן:מכתב קודש מזקני האדמורי"ם כ"האדמו"ר מ'וויזשניץ מאנסי שליט"א און כ"ק האדמו"ר מ'סקולען שליט"א אנטייל צו נעמען.
אזוי אויך האט כ"ק האדמו"ר מ'ראחמיסטריווקא שליט"א אינטערגעשריבן דערויף
]

וויזניץ, סקולען , ראחמעסטריווקע.jpg
וויזניץ, סקולען , ראחמעסטריווקע.jpg (131.78 KiB) געזען געווארן 4351 מאל

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 2:31 pm
דורך שעפטל
שעפטל האט געשריבן:עס גייען אצינד אן די לעצטע הכנות אינעהאלב די ספעציעלע עסקנים-שטאב ווילכע פירן אן מיט די ריזיגע היסטארישע "בני ישיבות מארש", וואו טויזנטער בני הישיבות פון נוי יארק און נוי דשערסי וועלן ארויסגיין אין א ריזיגע לאנגע מארש און אויסרופן אויף א הילכיגן פארנעם זייער סאלידאריטעט מיט די בני הישיבות אין אר"י וועלכע ווערן גערודפט און געסטראשעט ביז תפיסה דראאונגען.

די באסעס פון די ישיבות וועלן פארן ספעציעל פריער ווי די באסעס פארן ברייטן ציבור, און די באסעס וועלן אראפלייגן די בחורים ביי בראדוועי קארנער ווארט סטריט, וואו א שטאב פון עסקנים וועלן אפווארטן די בחורין און אויסטיילן די זעק און די ספעציעלע שילדן.

אנדערש ווי פריער געפלאנט, וועט דער מארש נישט ארויפגיין אויפן ברוקלין בריק, אויפן ראט פון די מנהלי הישיבות וועלכע האלטן א אחריות אויף די רוחניות'דיגע שמירה, און דורכציוואקן דעם בריק איז זייער נישט מסוגל ליראת שמים.
דער מעכטיגער מארש וועט ארויסגיין אום 3:45, ווען די טויזנטער בחורים וועלן ארומגיין אויף די גאסן ארום די "פעדעראל פלאזא סקווער" מיט זעק, ווען אין זייערע הענט וועלן זיי האלטן די ספעציעלע טייערע שילדן וואס וועט איבערגעבן דעם ריכטיגן באדייט פון די בני ישיבות מארש.
מען וועט ארומגיין בערך א דריי פערטל שעה, און דערנאך צוריקקומען צום סקווער וואו עס וועט זיך דאן אנהייבן דער ריזיגער היסטארישער דעמאנסטראציע, און במשך די צייט וועלן די בחורין מיט די זעק שטיין אינאיינעם אויף א ספעציעלע דעזיגנירטע ארט, כדי צו ציען די אויפמערקזאמקייט פון די פרעסע במשך די גאנצע צייט.
די ארגאניזירער גיבן איבער אז עס איז ראטזאם די בחורים זאלן קומען מיט חאלאטן, כדי נישט צו ווערן דערשוויצט פון די זעק העכער די דיקע רעקלעך.
ביים שלוס פונעם מעמד קידוש שם שמים וועט דער מארש ווידער ארויסגיין, לויט א ספעציעלע וועג ווי די עסקנים וועלן אנצייגן, און נאך בערך א האלבע שעה וועט מען שפאצירן ביז די באסעס וועלכע וועלן אהיימפירן יעדן על מחנהו ועל דגלו.
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז אויך ביי די מארש וועלן זיין ספעציעל-געשטעלטע מענטשן וואס וועלן רעדן צו די פרעסעלייט, און דעריבער זאל קיינער נישט איבערגעבן קיין שום אייגענע סטעיטמענטס.

בני ישיבות מארש.jpg
בני ישיבות מארש.jpg (137.88 KiB) געזען געווארן 4346 מאל

מארש.jpg
מארש.jpg (151.8 KiB) געזען געווארן 4346 מאל

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 2:35 pm
דורך שעפטל
קול קורא מרבני סאטמאר והאדמו"ר (מהרי"י)
IMG-20130607-WA027.jpg
IMG-20130607-WA027.jpg (59.14 KiB) געזען געווארן 4339 מאל

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 2:38 pm
דורך זר זהב
מכתב קודש מכ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א והדיינים אתם עמו

IMG-20130607-WA027.jpg
IMG-20130607-WA027.jpg (59.14 KiB) געזען געווארן 4333 מאל

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 2:42 pm
דורך סאשי פיש
שעפטל האט געשריבן:קול קורא מרבני סאטמאר והאדמו"ר (מהרי"י)

זר זהב האט געשריבן:מכתב קודש מכ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א והדיינים אתם עמו


:דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק:

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 2:43 pm
דורך שעפטל
אפיציעלע התאחדות הרבנים צעטיל
IMG-20130607-WA028.jpg
IMG-20130607-WA028.jpg (31.64 KiB) געזען געווארן 4316 מאל

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 2:44 pm
דורך [NAMELESS]
א גרויסען ישר כוח שעפטעל פאר די אלע באריכטען.
אגב, איך זעה אז אסאך צעטלעך זענען ארויפגעשטעלט געווארן דורך "סאטמאר עקשענס" אין צימעס.
viewtopic.php?f=33&t=3993&p=122829#p122829
מ'דארף עס אהערברענגען.

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 2:45 pm
דורך שעפטל
קול קורא פון צענדליגע רבנים ואדמורי"ם שליט"א
IMG-20130607-WA030.jpg
IMG-20130607-WA030.jpg (40.78 KiB) געזען געווארן 4309 מאל

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 3:06 pm
דורך מאראנצןזאפט
יישר כח שעפטל פאר'ן אונז האלטן אפ טו דעיט.

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 3:26 pm
דורך שמעקעדיג
שעפטל האט געשריבן:אפיציעלע התאחדות הרבנים צעטיל
IMG-20130607-WA028.jpg

והיתה עת צרה.. אשר לא נהייתה עד הנה..
דאס מיינט אין מיין ווערטער בוך אז די גזירה שטייגט איבער דעם אינטערנעעאט! שומו שמים.

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 4:05 pm
דורך ניו יארק
קומען די ליטווישע אדער יא?

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 4:13 pm
דורך [NAMELESS]
שעפטל האט געשריבן:קול קורא פון צענדליגע רבנים ואדמורי"ם שליט"א
IMG-20130607-WA030.jpg

איז דא א קלארערע בילד פון דעם?

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 4:25 pm
דורך יונגערמאנטשיק
זר זהב האט געשריבן:מכתב קודש מכ"ק מרן אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א והדיינים אתם עמו

IMG-20130607-WA027.jpg



דערמאנונג: זר אינטערעסירט נישט די גאנצע זאך.

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 4:37 pm
דורך זר זהב
עקזעקטלי! דערפאר האב איך די פריוויליגיע פון בלויז קאפירן יענעמס ארבעט!!!

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2013 4:37 pm
דורך smart
וואו קען מען זעהן א קלארערע בילד פונעם קול קורא?