בלאט 4 פון 8
נשלח: פרייטאג מערץ 07, 2014 7:20 am
דורך פלעין יודיש
היסטאריע געבראכן
אלע stars אנגעפילט
נשלח: פרייטאג מערץ 07, 2014 9:11 am
דורך ברסלבער
פישל'ע העררינג האט געשריבן:רק להעיר.
גראד אין אנהויב ביזטו זיך מתנצל אז אפשר וואלסטו געדארפט שרייבן ענדערש אין אייוועלט. באלד דערנאך איז ברסלבער אהינגעגאנגן טאפן דעם דופק אויב עס איז א דא דארט מקום ללון. כאילו שטותים שרייבט מען דא, און טיפזיניג שרייבט מען דארט. בלעטער נאר אדורך די קאווע בלעטער, צייג דיך אליינס איבער וואספארא הערליכע, זיסע, טיפע, געשמאקע ארטיקלען עס ווערן דא בתמידיות ארויפגעשטעלט.
ובאתי רק להעיר.
איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול, נאר משום והייתם נקיים וויל איך זאגן אז איך בין נישט געגאנגען אין ערגעץ. קאווע שטיבל האט נישט קיין ערזאץ, לפי ידיעתי איז נישטא נאך אזא פלאץ ווי אונזער שטיבל, וואו היימישע אידן קענען זיך דורכרעדן און פארברענגן אויף א נארמאלע תורה'דיגע וועג, מיט פארשטענדליכע מענטשן מיט חברים מקשיבים. פה אשב כי אויתיה, דא ליגט מיין שורש נשמה, און איך האב נישט דערווייל אין פלאן אוועקצוגיין פון דא.
איך האב באקומען רופן פון א"וו אז זיי ווילן מיך הערן. כלומרש'ט באזוכן זיי קיינמאל נישטא, נאר זייער שבת גוי האט זיי איינגעמאלדן אז אויפן טריפה'נעם קאווע שטיבל איז דא איינער ברסלבער וואס שרייבט גוטע זאכן, האבן זיי געוואלט איך זאל דארט אויך שרייבן.
למעשה נאכן שרייבן דארט איין תגובה האב איך באקומען אישית'ן אויב איך שרייב נאך אלץ דא, ווייל אויב יא ווילן זיי נישט הערן קיין השקפה פון מיר... האב איך געענטפערט אז יא, איך שרייב ווייטער דא, און ווער עס וויל מיר נישט אויסהערן איז נישט מחויב בדבר. וכך הוה.
ווען מען ווערט עלטער ווערט מען אלץ געוואויר נייע זאכן. איך האב נישט געוואוסט אז עס גייט טאקע אזוי ווייט אז מען טאר נישט אויסהערן איינעם וואס שרייבט אין ק"ש, אפילו ווען ער שרייבט נאר אויסגעהאלטענע זאכן אפילו לפי שטותם. האב איך נאכאמאל געדאנקט דעם אייבערשטן אז ער האט מיר אהערגעפירט נאך פאר איך האב בכלל געזעהן א"וו, דא איז די פלאץ וואס דער אייבערשטער האט מיר צוגעגרייט מששת ימי בראשית צו שמועסן און פארברענגן און לאזן הערן דעת קדשי.
צוריק צום נושא. מאראנצן איך מוז מודה זיין אז נאכן ליינען דעם אשכול האב איך געהערט קול מבשר מיט א פרישן אפעטיט. און איך האף אז ר' זלמן האט צוטריט צו שבת אחים, ער מעג אמאל הערן א קאמפלימענט אויך.
נשלח: פרייטאג מערץ 07, 2014 9:27 am
דורך מאראנצןזאפט
הדד בן בדד האט געשריבן:איך ווער פלעין צודרייט דא, אזעלכע מייסטער ארטיקלען גיסן זיך דא, אשכולות פארן, עה, וואס פארן, זיי פליען, און דער עולם איז מגיב מיט זאפט, אבער איך בין שטעקן, איך קום נישט אן, איך האב נישט קיין דריי מינוט צו ליינען דא. ביטע, האט רחמנות, אויב איינער קען אזוי גוט זיין און ארויפלייגן דעם ארטיקל (און אפשר אויך די זאכליכע תגובות) אויף א פי די עף פייל איך זאל עס קענען ארויספרינטען און ליינען במשך די נעקסטע פאר טעג ווען איך וועל האבן אפאר מינוט צווישן דא און דארט? א גרויסן שקויעח.
מיט דאנק, אייער פריינט
הדד
איך בין נישט מסכים. ביטע זאל דאס בלייבן נאר אין שבת אחים. און מיר וועלן אויסווארטן ביז עס מאכט זיך צייט פאר אייך.
נשלח: פרייטאג מערץ 07, 2014 9:43 am
דורך פישלע העררינג
אונזערע שרייבערס זענען טייל זיס (פינטעלע), טייל בעלי דעת (יאנקל), טייל ווארעמהארציג (שמעקעדיג), טייל טיפזיניג (לעיקוואד), טייל בעלי לשון (מאראנצןזאפט) טייל וויסענדיגע (געפילטע) וכו' וכו' וכו'. איין איינציגער איז דער איש האשכולות וואס אינקארפארירט אלעס אין יעדעס איינציגע תגובה זיינער, און נאכדערצו מיט ביטול עצמי און ענוות חן: [tag]ברסלבער[/tag]. מיר שלינגען דיינע רייד אן קיינע אישי תנאים! יישר כח על העבר ובקשה על העתיד.
נשלח: פרייטאג מערץ 07, 2014 1:17 pm
דורך הדד בן בדד
פלעין יודיש האט געשריבן:היסטאריע געבראכן
אלע stars אנגעפילט
איך וויל אויך נישט פארדרייען דעם אשכול, אבער איך האב שוין אזאנס געהאט אמאל, (כ'מיין איך בין געווען דער ערשטער)
ווען איך האב געשריבן דעם אשכול:
viewtopic.php?f=4&t=1099&hilit=%D7%90%D7%99%D7%A0%D7%92%D7%A2%D7%A8%D7%9E%D7%90%D7%9F+%D7%95%D7%95%D7%99+%D7%9C%D7%99%D7%92%D7%98+%D7%93%D7%99%D7%99%D7%9F+%D7%A7%D7%90%D7%A4האט עס אנגעפולט אלע שטערנס און געהאט א הונדערט פראצענט. נאר מיט די צייט, ווי עס האבן זיך פארמערט די שותי הקאווע דא אין שטיבל און דער אשכול איז אראפגעפארן אונטן איז דער רעיטינגס אראפ, אבער כ'מיין אז איך בין געווען דער ערשטער.
כ'בין חלילה נישט מזלזל אין אונזער מראנצן זאפט, אשר קטנו עבה ממתנתי, אבער דאך, עפעס בין איך אויך ווערט.
נשלח: פרייטאג מערץ 07, 2014 1:27 pm
דורך ישמעאל הכהן
"ווערט" איז יעדער, יעדער ווערט בר מצוה יעדער ווערט דעס און יענס
נשלח: פרייטאג מערץ 07, 2014 1:33 pm
דורך געפילטע פיש
דער ערשטער מענטש וואס האט באקומען זיין ערשטע לייק האט אויך געהאט אלע שטערענס, הונדערט פראצענט, ס'גייט אלעמאל צו דער וואס האט די מערסטע לייקס און פון יענע נאמבער רעכענען זיך די פראצענטן.
נשלח: פרייטאג מערץ 07, 2014 3:36 pm
דורך מאטי
ס׳איז כדי צו באמערקן אז דער פריערדיגע הונדערט פראצענטיגע רעקארד האט געהאלטן....... יא! ... מאראנצןזאפט. ועל זה כתוב מאטי; מאראנצן האט געבראכן דעם רעקארד פון ברעכן רעקארדס.
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 12:50 pm
דורך ברסלבער
איך מיין אז דער אשכול איז דער פאסיגער פלאץ אויסצודרוקן אן הכרת הטוב טאקע פאר ר' זלמן אליין פאר די איבערמידליכע ארבעט וואס ער לייגט אריין צו צושטעלן זיין אינפארמאציע ליניע פון וואס יעדער האט הנאה.
ער טוט עס טאקע פאר פרנסה, אבער למעשה האבן מיר אלע הנאה פון אים, איינער פון די נייעס, א צווייטער פון די וועטער, א דריטער פון די אנאליזן, אינטעוויוס, טרעפיק, היסטאריע, געזונטהייט, און אפילו פון די פורים אפטיילונג. ממילא האלט איך אז עס קומט זיך אים א גרויסן דאנק.
איך גלייב אז עס גייט נישט דורך צוויי טעג אן דעם וואס ער זאל אריינבאקומען קאולס פון מענטשן וואס טוהן למען חיזוק הדת אים אויפצומערקן אז דאס טויג נישט און יענץ טויג נישט. און פון די אנדערע זייט בין איך נייגעריג אויב איינער האט זיך שוין אמאל גענומען די מיה אריינצוקאלן די מערכת קול מבשר און זאגן יישר כח אויף א געלונגענע זאך וואס מען האט הנאה געהאט צו הערן.
זאל דא זיין דער פלאץ אים אפצוגעבן זיינע פארדינטע דאנקן. ווען איך ווייס ווען זיין ניק דא וואלט איך אים זיכער געלייקט, אבער יעצט זאל ביטע זיין בעיניך כאילו הייתי לייקתם.
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 4:04 pm
דורך פלעין יודיש
קול מבשר פארשרייבט דעם היינטיגען זונטאג אין די גאלדענע בלעטער פונעם יהדות החרדית
האבן מיר שוין קאווע בלעטער און גאלדענע בלעטער
נשלח: זונטאג מערץ 09, 2014 4:12 pm
דורך קרעקער
מדארף אויך מאריך זיין איבער די הונטישע מערכה וואס די רע-בנים פירען קעגען קול מבשר
ווער סווייסט צאפען זיי דאס בלוט פאר זלמנ'ן
ווער סקען מאריך זיין דערין יבא על שכרו
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 6:32 am
דורך איש עברי
זאל פון דא ארויסגיין א מעסעדש פאר רבי זלמן
יעדער איינער פארשטייט דיך אז דו מוזט מיטארבעטן מיט די עסקנים און רבנים און באריכטן שיין די עצרת'ן וואס קומען פאהר יעדע שני וחמישי, אבער אפשר קענסטו אויפהערן זאגן שלשידעס תורה?
דיינע לאנגע העצערישע אויפשטורמדיגע דרשות איבער אלע סכנות וואס באדראען די יהדות החרדית איז שוין ארויס פון יעדע פראפארציע, דו שטייגסט שוין איבער די איד בלאט און אפילו די החומה.
דארפסט נישט זיין כחומר ביד היוצר אין די הענט פון די אזויגערופענע עסקנים וואס נוצן דיך ווען זיי דארפן דיר האבן אין א טאג שפעטער שרייבן זיי פאשקעווילן קעגן דיר.
דו מעגסט שיין באריכטן אזעלכע מעמדים אבער דו דארפסט נישט וואשן די מוחות און זאגן פייערדיגע דברים חוצבים להבות אש, עס איז אומפראפעסיאנעל און נאריש, עס גריצלט און די אויערן, און גייט אויף די נערווען, איך רוף נישט קול מבשר צו הערן שטורעמישע דרשות מיט פסוקים און מאמרי חז"ל.
אז דו פייערסט אזוי שטארק ביי יעדע מערכה וואס עסקנים נעמען אונטער זיך צו האלטן פארנומען, וואס וועסטו טוהן בבוא היום ווען אלע פירצות וועלן זיין אונטער קאנטראל און דו עסקנים וועלן זיך ארויסלאזן אין א קאמפ קעגן קול מבשר?
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 6:58 am
דורך איך אויך
עברי ,ביסט חושש עס גייט אמאל זיין אזא טאג?
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 7:22 am
דורך איש עברי
נישט חושש, עס איז קלאהר ווי די טאג, אז קול מבשר ליגט ערגעץ ווי אין די ליסטע פון פירצות וואס ליגט אין זייערע פינסטערע קעפ,
און היסטאריע האט אונז געוויזן אז עקסטערמיסטן קען מען נישט אונטערקויפן, דעריבער איז א שאד די ארבעט וואס ער לייגט אריין זיי צו געפעלען
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 7:59 am
דורך משולם שטיינפעלד
עברי, יעדע מענטש וועט עווענטועל שטארבן, דערפאר זאל ער צויאגן דעם טויט?
קול מבשר איז טאקע אויף די ליסטע פון די חברה, אבער ווילאנג ער קען אפשטופן די רוע הגזירה טוט ער וואס ער קען...
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 8:21 am
דורך איש עברי
יא אדער ער ברויך נישט דינען זיינע רוצחים מיט אזא געטריישאפט, בפרט אז עס גריצלט אין די אויערן פון יעדע נאמאלע מענטש ווי ער נעמט ארויס פון פראפארציע, יעדע נארישע מערכה איז א איבערשפיהל פון די יונים-חשמונאים, און יעדע עצרת איז א איבערשפיל פון מתן תורה.
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 9:33 am
דורך מאראנצןזאפט
יעדע מידיא קאנאל לעבט פון סענזאציעס. און היות די מערכות זענען די איינציגסטע סענזאציעס אין דער אידישער וועלט ער קען דעקן טוט ער דאס מיט זאפט און רוב צוהערער שמייכלען זיך אונטער און האבן הנאה...
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 9:44 am
דורך איש עברי
איך האב געשריבן אז פאר נאמאלע מענטשן גריצלט עס אין די אויערן, און עס איז נישט קיין סתירה צו וואס מאראנצןזאפט זאגט אז רוב צוהערער האבן הנאה...
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 11:46 am
דורך מאטי
ס'איז אמאל געווען א "גרויסער חזן" אין א שול וואס האט מחליט געווען ארויסצוגעבן א קאסעטע. ווען ער איז געקומען אין שול זאגט אים דער ראש הקהל " דיין טעיפ האב איך אסאך מער ליב ווי דיין געדאווענכטס". "אזוי? "פארוואס"? זאגט אים דער ראש הקהל "זייער פשוט, א טעיפ קען איך אויסלעשן."
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 2:14 pm
דורך נעגאשיעיטאר
וילך האיש [tag]מאראנצןזאפט[/tag] הלוך וגדול!
קול מבשר ראטעוועט א אידישע טאכטער פון גיין לטמיון
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 5:51 pm
דורך ראש הישיבה
קודם שכוח פאר די געוואלדיגע אנאליז. עס איז א מייסטער ארבעט.
איך ווייס פון א מעשה מיט די נאמען. קול מבשר האט געזעהן אז מען רופט שבת (אינמיטן די נאכט) צו הערן קול מבשר, פון א נאמבער פון א היימישע געגענט. ער האט געגוגלט די נאמבער, און געזעהן אז עס איז א היימישער איד (קען זיין איינער וואס ער קען). מען האט געמאלדן די טאטע וועגן דעם. די טאטע האט בודק געוועהן (ווייל ער האט נישט געקענט זעהן ווער ביי אים אין שטוב קען מחלל שבת זיין), האט ער אויסגעפונען אז זיין הייסקול מיידעל פלעגט כסדר רופן. בדק אחריה בשקט, און געזעהן אז זי איז שוועך אין אידישקייט ר"ל. ער האט איר פארבינדן מיט א פרוי (פון חב"ד) וואס איז א מומחה אין מקרב זיין אידישע טעכטער. די פרוי האט אים געזאגט אז זי וועט טוהן וואס זי קען, אבער זי קען נישט צוזאגן אז זי וועט נישט ווערן א חבד'סקער. דער טאטע (א סאטמערע) האט אעפ"כ מסכים געוועהן. ב"ה די מיידל האט שוין חתונה געהאט און אויף געבויט א שטוב מיט א חשובע אינגערמאן.
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 6:03 pm
דורך איך אויך
עברי , איך האב געמיינט דאס "וואס וועסטו טוהן בבוא היום ווען אלע פירצות וועלן זיין אונטער קאנטראל".
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 6:06 pm
דורך איש עברי
ראש הישיבה האט געשריבן:קודם שכוח פאר די געוואלדיגע אנאליז. עס איז א מייסטער ארבעט.
איך ווייס פון א מעשה מיט די נאמען. קול מבשר האט געזעהן אז מען רופט שבת (אינמיטן די נאכט) צו הערן קול מבשר, פון א נאמבער פון א היימישע געגענט. ער האט געגוגלט די נאמבער, און געזעהן אז עס איז א היימישער איד (קען זיין איינער וואס ער קען). מען האט געמאלדן די טאטע וועגן דעם. די טאטע האט בודק געוועהן (ווייל ער האט נישט געקענט זעהן ווער ביי אים אין שטוב קען מחלל שבת זיין), האט ער אויסגעפונען אז זיין הייסקול מיידעל פלעגט כסדר רופן. בדק אחריה בשקט, און געזעהן אז זי איז שוועך אין אידישקייט ר"ל. ער האט איר פארבינדן מיט א פרוי (פון חב"ד) וואס איז א מומחה אין מקרב זיין אידישע טעכטער. די פרוי האט אים געזאגט אז זי וועט טוהן וואס זי קען, אבער זי קען נישט צוזאגן אז זי וועט נישט ווערן א חבד'סקער. דער טאטע (א סאטמערע) האט אעפ"כ מסכים געוועהן. ב"ה די מיידל האט שוין חתונה געהאט און אויף געבויט א שטוב מיט א חשובע אינגערמאן.
רחמנא ליצלן כמה גדולים דברי חכמים, מ'זעהט בעשיינפערליך די מכשולות, סהייבט זיך אהן מיט רופן קול מבשר, דערנאך קומט חילול שבת און סענדיגט זיך מיט'ן ווערן פארכאפט אין חבד ה"י