בלאט 4 פון 4

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:20 pm
דורך געפילטע פיש
זלמן זאפיר האט געשריבן:ס'איז קיינמאל נישט געווען אין די היסטאריע אזאנס

לייען די תקנות פון וועד ארבע ארצות אויף וואס מ'מעג ספענדען ביי חתונות.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:26 pm
דורך שמעקעדיג
וואו קען מען עס ליינען מיט דיטעילס?
איך האב נאר געליינט דערפון בכלליות.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:28 pm
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג... פאר די ד' ארצות זוך בעסער אין אייוועלט...

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 13, 2013 12:34 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:וואו קען מען עס ליינען מיט דיטעילס?
איך האב נאר געליינט דערפון בכלליות.

כ'געדענט נישט וואו, כ'האב עס אמאל געזען אין אן אלט ספר. אפשר איז דא אזא קונטרס מיט אלע זייערע תקנות?

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 14, 2013 7:10 pm
דורך איחוד פעלד
איך געדענק עס זעהן אין תקנות פין אנדערע מדינות נישט ארבע ארצות.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:19 am
דורך דעת תורה
ס'איז באקאנט דער נודע ביהודה אין פראג האט געמאכט אזאלכע תקנות.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:40 am
דורך שמעקעדיג
זלמן זאפיר האט געשריבן:די אלע פלעצער פין אמאל וואס מען האט פרובירט צי באקעמפן לוקסעס האט מען זיך געשלאגן מיטן רייכערן קלאס מענטש נישט מיטן ארעמאן

מען מאכט די תקנות פאר וועם אימער עס פעלט זיך אויס.
אמאל איז עס געווען פאר די עשירים. היינט איז עס פאר ארימעלייט בטעם העליון, כלשונך.
לאמיר זעהן מען זאל ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות פאר די וועלכע זענען עובר אויף די לוקסוס תקנות!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 12:19 pm
דורך שמעקעדיג
ציטאט פון "דער איד" פרשת ויחי
.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 1:04 pm
דורך סמבטיון
איך האב א פשוטע עצה, אין איך ווייס נישט פארוואס עס פאלט קיינעם נישט אן, זאלן די עלטערן צאלען נאר די חתונה נאכט אליין מיט א מינימאלישע סכום פין קליידונג, אין די רעשט זאל זיך דאס קאפעל אליין אן עצה געבן, זאלן זיי אליין גיין שאפינג נאכן חתונה, אין אייהאנדלען וואס מען ברויך, דאן וועלען זיי שוין טראכטען צוויי מאל פאר מעקויפט פערניטשער פאר 15000 טאללער, וואסארא מין יושר איז דאס אז עלטערען זאלען דארפען חתנה מאכען צען צוועלעף קינדער? ווער זאגט אז מקען נישט עסען אייער מיט צוויבעל אויפן זעלבן טיש ווי מען עסט סיריעל פאר פרישטיג? איך האב יעצט ארויסגעווארפען מיין דיינונגרום טיש אין בענקלעך, מיין שוויגער האט געמיינט אז זי כאפט א הארץ אטאקע ה"י,

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 2:20 pm
דורך שמעקעדיג
שלום עליכם סמבטיון,
מען האט שוין געשריבן דערפון אויבן. עס איז זיכער גאר א שטארקע פלאן.

און ווער וועט אויסצאלן די שבע ברכות?
און רבינו תמ'ס תפלין?
און נאך, און נאך....

און פארגעס נישט אז די פארפאלק האט נישט קיין איבריג געלט זיך אויסצושטאפירן, זיי וועלן מסתמא צאלן דאפעלט רענט ווי דער פאטער און זיך דערשטיקן מיט חובות פון DAY ONE.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:37 pm
דורך שרייבער
סמבטיון האט געשריבן:איך האב א פשוטע עצה, אין איך ווייס נישט פארוואס עס פאלט קיינעם נישט אן, זאלן די עלטערן צאלען נאר די חתונה נאכט אליין מיט א מינימאלישע סכום פין קליידונג, אין די רעשט זאל זיך דאס קאפעל אליין אן עצה געבן, זאלן זיי אליין גיין שאפינג נאכן חתונה, אין אייהאנדלען וואס מען ברויך, דאן וועלען זיי שוין טראכטען צוויי מאל פאר מעקויפט פערניטשער פאר 15000 טאללער, וואסארא מין יושר איז דאס אז עלטערען זאלען דארפען חתנה מאכען צען צוועלעף קינדער? ווער זאגט אז מקען נישט עסען אייער מיט צוויבעל אויפן זעלבן טיש ווי מען עסט סיריעל פאר פרישטיג? איך האב יעצט ארויסגעווארפען מיין דיינונגרום טיש אין בענקלעך, מיין שוויגער האט געמיינט אז זי כאפט א הארץ אטאקע ה"י,

די עסקנים וואס טוען איבער חתונה תקנות האבן שוין גערעדט דערפון עטליכע יאר צוריק, און ס'איז נאך אין פלאן

פורניטשער קען אראפנעמען א מינימום פון קרוב צו 10 אלפים, מ'רעדט שוין נישט פון דא וואס קויפן נאך ספרים שענק

אליין אז מען האט נישט קויפט מען נישט און ס'פאסירט גארנישט

נשלח: מיטוואך יאנואר 01, 2014 1:33 pm
דורך סלינקי
וכן יעשו

נשלח: דינסטאג אפריל 29, 2014 2:57 pm
דורך שמעקעדיג
אין אייוועלט האט זיך אנטוויקלט א שטארקן שמועס איבער די חתונה הוצאות

דא האט איר 2 לינקס, איינס איז איבער שטריימלעך, די אנדערע איבער פורניטשער והמסתעף.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=22560
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=6&t=22557

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 11:52 am
דורך Yossy
מיין מיינינג איז אז די שטריימעל איז פון די לעצטע זאכען אויפען ליסט .אויב רעכענט מען וויפעל יאר מען טראגט די שטריימעל וואך נאך וואך איז עס נישט אזא געפערליכע הוצאה , מען קען עס עט ליעסט אביסעל זשאסטיפייען ,
אויב זיכט מען עכט ווי צי שפארען וואלט איך געראטען זיך צי אימקוקען אויף די פרויען בגדים ווי מען ספענט טויזענטערס אויף איין נאכט אין נאכדעם ווערט עס מער נישט געניצט , עס איז נישט די פראבלעם ביי די מענער

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 1:48 pm
דורך שמעקעדיג
אין די לעצטע פאר חדשים האט "דער מאמענט" אנגעהויבן מעתיק זיין דרשות פון הר"ר אבא חייא טויבער שליט"א בעניני הוצאות החתונה.
ער שניידט שטיקער יעדע וואך, ממש א מחי' צו ליינען, מי יתן והי' אז עפעס זאל אריינקריכן אין די אויערן פון די היינטיגע מחותנים וואס יעדער ווייס אז קיין געלט איז נישטא און מען טוט נאר אלעס ווייל "עס פאסט",
מען וויל געפעלן דעם מענטש וואס ווייסט אז באמת האט נישט דער מחותן די פרנסתו, אבער שטעלט צו טייערע מתנות און רייכע שבע ברכות כדי מכלומר'שט אויסצונארן דעם עולם.
מען דארף די אלע ארטיקלען ארויספרינטן און ארומשיקן פאר יעדן מחותן אויף די פאסט!!!