בלאט 33 פון 55
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 10:32 pm
דורך [NAMELESS]
אפשר זאל מען מאכן א 'מיני פעטיציע' צו [tag]שבת אחים[/tag], שבת, איך עפען אויף די פרעזידענטליכע פארמעסט אשכול, און די אויגן שווינדלען מיר, די אייגעלעך זעען מיר בלורי, די שרייבסט איין תגובה נאכן צווייטן אלע קאלירן שפרינגען בגילופין, ס'פארמאגט אין זיך העל שווארץ-באלד שווארץ, העל בלוי-באלד בלוי, און באגלייטונג פון צענדליגער לינקס און סמייליס.
די וויזיע מיינס גייט כאדאראם.
#we love Sanders
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 10:22 pm
דורך [NAMELESS]
נעכטען נאכט האב איך מיר באטייליגט ביי א וואכנאכט פון מיינס א באליבטע, די מאס עסן וואס איז געווען איז גענוג צו שפייזן יעדער האייטי געליטענער פאר עטליכע יובל'עך. ס'געווען צו בריקעווען אויף ביידע באקן, בשר שלמים בשר חטאת, מתובל בתבלין ובקעים, אזש די שמאלץ איז גערינען אויפן מארדע א שטייגער ווי דער דברי חיים'ס קרבן פסח.
ווי נישט צו משנה זיין ארטודאקסישע טראדיציע, איז ניס און פאפקארן געווען א חלק כחלק אינעם בקר'ישע מעניו. מ'שטיינס, א שיפע טאש אויבן אן קלעבער מעג דאך אויך האבן וואס צו פארדייען, שלינגט א געפילטע נישטערט אין פאפקארן שיסעל און שאשקעט ניסלעך.
הכלל, איך בין נישט פון קיין געפילטע שלינגער סארט, אבער פאפקארן גלייך איך גראדע יא שטארק און אזא 'סיטשועישען', פשוט אוועק צו שווענקן את החלב והקרבים פון די אקארשט פארציקטע בקר. ווי לאנג איך האב געגעסן בסעודה של מצוה האב איך נישט מרגיש געווען צו מיינע גשמיות'דיגע פילינגס. אבער נאכן ווינטשען פארן בעל שמחה און אריינגערוקט א פעקל צוויי (חחח... ס'דאך בחינם) האב איך הערשט געכאפט וואס איך האב אלטץ באגראבן צווישן מיינע גומען אזש זיי זענען אין פלאן צו נעכטיגן דארט עד שיבוא שילו.
די פלעווער פון די פאפקארן סידס האבן מיר אנגעהויבן נערווירן און קראצן, און איך שטיי ווי דער מצרי ביי שחין, ממש אין א מצב פון אין עצה ואין תבונה נגד ה'פאפקארן פלעווער. די קידוש לבנה שפרעכונג פון 'שלא יהא כאב על השיניים' האט געהאלפן אויף טויטע באנקעס, און די "פלאוס פיקס" האט בסך הכל מיר צובליטיגט די גומען.
דעי אלע וואס זארגן זיך פאר 'פינאט-פריי זאנעס' זאלן זיך מיען און אינטער נעמען א קאמפיין צו ווארענען וואכנאכט באטייליגער און סתם עמך, איבער די גאר שעדליכע קאנסעקווענצען פון פאפקארן שלינגען.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 10:25 pm
דורך רויטע וואנצעס
פאפקארן איז בעצם גאזאלין. 10 פראצענט קארן און 90 פראצענט גאז.
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 4:27 pm
דורך [NAMELESS]
אן ערב שבת געשמאק, מיינט האבן א ליידיגע 'עקספרעס ליין' אין גראסערי. דעיס איז מודה יעדער טאטע.
די עקספיריענס פון קויפן א קליינע טשאלענט און קען סאדע איז hell! עס קען נעמען פיפצען צוואנציג מינוט ביז מען זעט זיך מיטן רוקען צום שער החנות. דער חנוני שטייט ביים דלפק און שוויצט ווי א גרעיפ-פרוכט, און דער פארעדיגער רעכענער פליעט... ווי א ווארעם.
איין יונגערמאן שמייליג בייליק מיט א אנגעסקריבעלטע פ"ס קארטל, ווארשיינליך פון זיין רעבעצין וועם ער חזר'ט אן פעם בשבוע... נאכן רבי'נס טיש שטייצעך. ער שפארט זיך העפטיג אויף א 'סעיל אייטעם' מיט די פולע רואיגקייט און קאנפידענס כאילו עמדה לו חמה, טרעט אויף די שורה הממתינים וואס יערט זיך מיט אייזערנע נעגל. ווי די וועלט איז זיינס ווייל ער שפארט זיך יעצט 85 ראציגע קאפיקעס.
דערנאך א צווייטע אומ'ערצויגן בריאה, הייבט אן אראפ לאדענען צוויי פולע בעסקעטס ברבורים שליו ודגים, פון אלע קאמפעניס, פשוט נישט צו פארשעמען קיינעם. די נאמבערס שטעלן אפ די טענץ ביי א טאטעל פון 96$!
עד דאתית להכי, מיין טשאלענט איז שוין קאלט און די סאדע לוילעך.
איך רעדט אפען קלאר צו אלע קרומע אומ'מענטשן, זיך דינגען אויף ראציגע קאפיקעס געהערט נישט אין עקספרעס ליניע, א 96'גער ארדער געהערט אויך נישט אין דעי ליניע.
זיך ווידערזען נעקסטער ערב שבת... אינעם געהעריגן ליניע.
נשלח: זונטאג אקטאבער 25, 2015 4:56 pm
דורך שמעקעדיג
ערגעץ וואו אין דעם אשכול האט שוין געפילטע פיש ע"ה געשאלטן אויף דעם.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 9:54 am
דורך הוגה
[justify]וואס איז פשט אז די אידישע גראסעריס זענען מער טייער ווען מען ארדערט אנליין? די זעלבע איז מיט די געשעפטן וואס האבן נישט קיין store נאר זיי טוען דעליוועריס א שטייגער ווי Ringo און Kosher by Phone. עס מאכט נישט קיין טראפ סענס. זיי האבן אסאך א קלענערע overhead. עס איז אסאך ביליגער צו האבן א warehouse ווי א storefront. מען דארף נישט אינוועסטן אין די דיזיינער, שעלפס, דעקארעישאנס. אויך דארף מען ווייניגער ארבייטער אין די סטאר זעלבסט. אין די גאנצע וועלט איז ביליגער אנליין אדער ווען מען ארדערט אויפן טעלעפאן אדער פון א מאגעזין, אין די אידישע וועלט איז פונקט קאפויער. איך מיין אז איך גיי אויפמאכן א competition, זאלן זיי זיך לערנען.
.[/justify]
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 10:41 am
דורך berlbalaguleh
דער געוואגטער יונגל: דיין תגובה איז מורא'דיג צום פינטל. א טייל פון די לשונות וואס דו ניצט וואלטן געקענט רואיג אריינגיין אין מאחורי. אבער דו זאגסט דברים כהווייתן...!
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 12:27 pm
דורך petergrifin
מענטשן וואס ווערן באליידיגט אז איך ענטפער נישט אויף איעדע וואטסעפפ קליפ אדער זשאוק וואס זיי שיקען מיר.
שוטה! דו ביזט נישט דער ערשטע עס צי שיקען און איך קוק נישט אויף אלע קליפס! רוב קליפס ווערן אפילו נישט דאונלאודעד. אולי איך ארבייט נישט דעמאלסט און האב נישט וואס צו טיהן
עללעך טיהן א גענאדע און דיר ענטפערן. נישט אלעס וואס דו שיקסט דארף א ריספאנס.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 12:48 pm
דורך געוואלדיג
[tag]הוגה[/tag] קענסט מיך איינשרייבן, איך בין דיין ערשטער קאסטומער.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2015 1:31 pm
דורך Kool man
ווען איך זאג פאר מיין פרוי אז כ'אב נישט קיין געלט, און פינעף מינוט שפעטער בעט זי נאכאמאהל..
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 12:02 pm
דורך ירא שמים
ווען איך פרעג איינעם א פשוטע פראגע און ער הייבט אהן צו פילאזאפירן, למשל כפרעג איינעם בוסטו א חסיד פון דעם און דעם רבי׳ן, ענטפערט ער כווייס נישט וואס מיינט אחסיד וכו׳ וכו׳, טו מיר א טובה כהאב דיר געפרעגט א פשוטע שאלה און דו ווייסט גאנץ גוט וואס איך מיין, ענטפער מיר א פשוטע תשובה.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 12:27 pm
דורך שבת אחים
ס'איז דא מענטשן וואס ווען דו פרעגסט זיי קענסט דעם אדער יענעם וועלן זיי ענטפערן וואס מיינט קענען יענעם סשטייט דאך אין פסוק והאדם ידע את חוה אשתו ותהר... אדער ווען דו פרעגסט יענעם וואו וואוינסטו וועט ער ענטפערן ווענדט זיך וואס מיינט וואוינען מיט יענע/ם...
זאג, וואס מיינט טאקע א חסיד?
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 12:41 pm
דורך ירא שמים
דאס וואס דו בוסט צו דער שמויגער דארט…נו, וואוזוי הייסט ער שוין דער משוגענער… אה, סענדערס.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 12:47 pm
דורך שבת אחים
סענדערס איז א ליטוואק ער האט געלערענט אין ליטווישע ישיבות, ער עסט נאר ׳ישן׳.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:21 pm
דורך Kool man
מיך רעהגט זייער אויף ווען איינער איז נישט צופרידען צו זיין א חסיד און ער ווערט א מתנגד, ער'ז אויך נישט צופרידען פון זיין א מתנגד ווערט ער א או. טי. די. ער'יז נאכאלץ נישט צופרידען ארבעט ער צו ווערען א נקיבה.. וואטס נעקסט?
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:30 pm
דורך אהרן
Kool man האט געשריבן:מיך רעהגט זייער אויף ווען איינער איז נישט צופרידען צו זיין א חסיד און ער ווערט א מתנגד, ער'ז אויך נישט צופרידען פון זיין א מתנגד ווערט ער א או. טי. די. ער'יז נאכאלץ נישט צופרידען ארבעט ער צו ווערען א נקיבה.. וואטס נעקסט?
נעבעך, א רחמנות, אבער פארוואס זיך רעגן אויף אים?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:34 pm
דורך Kool man
אין רעהג זיך נישט אויף איהם, כ'אב רחמנות אויף איהם, די קאפעל פון די אשכול איז זאכען וואס רעגען מיך אויף [נישט איהם]..
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:17 pm
דורך ירא שמים
אין
וועלכע אשכול באלאנגט דאס? אין די אויפרעגן? טרערן? שמייכל?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 10:38 am
דורך געוואלדיג
אבער אביגיל איז געווען א פרוי וואס האט געריטן ווי א מאן (עיין פסחים ג.) און ער איז (געווען?) א מאן וואס וויל רייטן ווי א פרוי.
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 11:57 am
דורך שטילע אינגערמאן
ווען כוויל באשרייבען עפעס אויף ק״ש אבער היות כהאב שוין געזאגט איינער די געדאנק גיי איך נישט יעצט שרייבען אלץ חשש גילוי.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 12:38 pm
דורך [NAMELESS]
שרייב אז די האסט עס געפונען אין אן אלטער גאליציאנער אוצר

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 1:18 pm
דורך געוואלדיג
נו קענסטו דאך זיין דער יענער וואס האט געהערט פון דיר
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 3:30 pm
דורך וואלווי
ירא שמים האט געשריבן:וועלכע אשכול באלאנגט דאס? אין די אויפרעגן? טרערן? שמייכל?
אפשר אין "לערנענדיג האב איך אויפגעפאסט..."
ווייל די חיד"א שרייבט אין מדבר קדמות (מערכת א' אות נ"ג) אז
אביגיל איז געווען א רוח פין יעקב אבינו ע"ה וואס האט געדארפט א תיקון
וז"ל: כי שרשה זכר ולא נקיבה, עיי"ש ודו"ק