בלאט 34 פון 55
נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 2:57 am
דורך berlbalaguleh
Kool man האט געשריבן:מיך רעהגט זייער אויף ווען איינער איז נישט צופרידען צו זיין א חסיד און ער ווערט א מתנגד, ער'ז אויך נישט צופרידען פון זיין א מתנגד ווערט ער א או. טי. די. ער'יז נאכאלץ נישט צופרידען ארבעט ער צו ווערען א נקיבה.. וואטס נעקסט?
ווערט ער צוריק א זכר. ס'דא היינט דאקטוירים אויף אלעם...! מ'וועט נאך ארויסקמען מיט א דו-איט-יורסעלף אפערעישן, וואו א יעדער איינער פון די אופגעקלערטע און סאפיסטיקירטע איינוואוינערס פון גרעניטש ווילידזש וועט זיך אליינס קענען ארויפלייגן און אראפנעמען אינטערטשעינדזשעבל פארטס כרצונו וכאוות נפשו הטמאה...!
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2015 9:21 am
דורך יעלה ויבא
berlbalaguleh האט געשריבן:Kool man האט געשריבן:מיך רעהגט זייער אויף ווען איינער איז נישט צופרידען צו זיין א חסיד און ער ווערט א מתנגד, ער'ז אויך נישט צופרידען פון זיין א מתנגד ווערט ער א או. טי. די. ער'יז נאכאלץ נישט צופרידען ארבעט ער צו ווערען א נקיבה.. וואטס נעקסט?
ווערט ער צוריק א זכר. ס'דא היינט דאקטוירים אויף אלעם...! מ'וועט נאך ארויסקמען מיט א דו-איט-יורסעלף אפערעישן, וואו א יעדער איינער פון די אופגעקלערטע און סאפיסטיקירטע איינוואוינערס פון גרעניטש ווילידזש וועט זיך אליינס קענען ארויפלייגן און אראפנעמען אינטערטשעינדזשעבל פארטס כרצונו וכאוות נפשו הטמאה...!
He would of done it but he won't have the "balls" to do it.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 12:28 pm
דורך שמעקעדיג
דער איד אין סמעדרעש וואס האט זיך דערקלערט אלס מיין "חבר", און יעדן טאג ווען ער טרעפט מיר פרעגט ער מיר, הע, ס'נייעס? און ער גיבט מיר א געזונטן קלאפ אויפן רוקן אז ס'גייט א רויעך, ס'טייטש, א קלאפ פון א גוטן פריינד...
היינט זאגט מיר מיין שכן אין מקוה אז ס'קוקט אויס מיין רוקן איז געשוואלן, ואני אנה אני בא.
ווי נעמט מען א נחום וואס נעמט קעהר פון עדאלט עביוז?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 1:42 pm
דורך שטיינער
עס רעגט מיר "נישט" אויף, אבער אינטערעסאנט ווי מענטשן וועלן אלעמאל טרעפן אויף וואס זיך צו רעגן.....
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 6:06 pm
דורך [NAMELESS]
שטיינער האט געשריבן:עס רעגט מיר "נישט" אויף, אבער אינטערעסאנט ווי מענטשן וועלן אלעמאל טרעפן אויף וואס זיך צו רעגן.....
עס רעגט מיך אויף די פאקט, אז רעגט דיך נישט אויף אז שמעקי איז אויפגערעגט...

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 1:11 pm
דורך [NAMELESS]
היינט ביים דאווענען זע איך ווי אן איזרעלי משולח האט געלייגט אן אויג אויף א יונגערמאן וואס אויפן בארד קוקט אויס ווי ער וויל האבן אפאר דאלער. דער יונגערמאן האט געזען ער קען זיך נישט ארויסדרייען, געט ער א ווארף צו א דאלער, און טייטעלט מיטן משיח'ס טייטלער פינגער אויף א צווייטן ווי צו זאגן; זיי נישט קיין נער, כאפ דעם גביר אין א ווארימען מינוט.
דער משולח איז אריין אין גיער, געמאכט הקפות ארום דער צימער בליקענדיג קינצליך אינעם סידור פונעם גביר ווי ער האלט, זיך צוגעקנעפעלט דאס אינטערשטע קנעפל, אויסזעהן פאסיג.
ער האט אים געכאפט, ער הייבט אן אויסלייגן זיין פעקל, און דער יונגערמאן שלעפט ארויס א סינגעל, דער משולח האט זיך געשולטערהייט נישט פארלוירן, געלייגט די האנט אויפן פלייצע, זיך צוגעבויגן צום יונגערמאן פה לאוזן אן קיין אינטש הפסק ביניהם, (איך האף ער האט שוין עפעס געגעסן פארדעם) עפעס א מיליטערישער סוד אריינגערוימט. דער בא'חנפ'עטער ווייסט נישט וואס ס'האט אים דא באטראסקעט, אקיצור ער האט אים נישט געגעבן קיין גראצער מער.
דער ערשטער יונגערמאן האט פלעין נישט אריין געטראכט אז ער זעקלט דא איין צוויי פייגל ביינעזאם, אין א רודף ונרדף שפיל. דער משולח האסטו אריינגעלייגט אין א דראנג צו באלעסטיגן א יונגערמאנטשיג וואס האט נישט קיין זלאטע מער ווי דיר.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 12:48 am
דורך וכדומה..
פארוואס האבן מענטשן אזא שוואכקייט אז ווען איינער הייסט זיי עפעס טוהן וועלן זיי דווקא ארויסגיין פון וועג אבי נישט צו טאן וואס יענער האט געזאגט, אפילו יענער זאגט א נארמאלע זאך וואס דו האסט טאקע געפלאנט אזוי צו טוהן, אבער וויבאלד יענער האט עס געזאגט, פארטיג, קענסטו זיך שוין נישט ברענגען צו טוהן גענוי אזוי, וועסט טוהן פריער, שפעטער, נעכטן, מארגן, קיינמאל, אבי נישט וויזוי יענער האט דיר געצה'ט, געבעטן, געהייסן, וכו'
וואס איז, ווייל יענער וועט איין רגע פילן, אה, ער האט מיך געפאלגט, איז עס יהרג ועל יעבור בשום אופן על איך נישט טוהן וויזוי יענער האט געצה'ט.. זאל מיר קאסטן אומבאקוועמליכקייטן, ארויס גיין פון וועג, פארשלעפן, איבערלאזן, אוועקווארפן, וכו' אבי יענער זאל נישט חלילה פאר איין רגע טראכטן ער איז מיין עצה געבער...
א קרענק וואס אסאך מענטשן ליידן דערויף... ואנכי אתם בצרה...
נשלח: זונטאג דעצעמבער 06, 2015 6:41 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ס'ווערט געברענגט פונ'ם רבי פון לובלין אז נישט געבעטענע עצות קומען פון די ס"מ. אפשר וועגען דעם פאלגט מען נישט.
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 8:52 pm
דורך יואב
אויב ברויך איך א רעקל מוז איך אויך קויפן א הויזן. אקעי, החרשתי. איך גיי דאך מילא אין לאנגע הויזן בששת ימי המעשה, זאל שוין זיין פון זעלבער סחורה און דעזיין. אבער א וועסטל? וואט דע העק! ווער גייט נאך מיט וועסטלען היינט? משוגע? איך ברויך עפעס פענס? א טאשן זייגער אפשר? א לוח גאר? א וועג פון רייסן געלט ביים שוין-אזוי-אויך אויסגעריסענעם ציבור. דער קאמפיין קעגן דעם וועסטל הייבט זיך יעצט אן, טאקע דא אין שטיבל. מי לה' אלי! #דראפ_דע_וועסטל
Sent from my LG-H811 using Tapatalk
נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 12, 2015 9:04 pm
דורך berlbalaguleh
יואב האט געשריבן:אויב ברויך איך א רעקל מוז איך אויך קויפן א הויזן. אקעי, החרשתי. איך גיי דאך מילא אין לאנגע הויזן בששת ימי המעשה, זאל שוין זיין פון זעלבער סחורה און דעזיין. אבער א וועסטל? וואט דע העק! ווער גייט נאך מיט וועסטלען היינט? משוגע? איך ברויך עפעס פענס? א טאשן זייגער אפשר? א לוח גאר? א וועג פון רייסן געלט ביים שוין-אזוי-אויך אויסגעריסענעם ציבור. דער קאמפיין קעגן דעם וועסטל הייבט זיך יעצט אן, טאקע דא אין שטיבל. מי לה' אלי! #דראפ_דע_וועסטל
Sent from my LG-H811 using Tapatalk
יואב: און וואו וועסטו האלטן דעם כשר'ן, געפילטערטן גדר/משומר סמארטפאון...?!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 12:24 am
דורך שמעקעדיג
דער וועסטל איז א גדר/משומר אז דער ציצית זאל נישט שמוציג ווערן.
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 5:13 am
דורך שטילע אינגערמאן
כבין אריין אין בעט ס״ה צוויי שעה צירוק, קום אנגעשלאפן אין דא קומט די רישעתדיגע מאסקיטא, ער זעהט ווי שטילע שלאפט ער גייט יעצט האקן מלווה מלכה, ער גייט פיהרן א חנוכה פארטיי,
עיהם איז אבער נישט גענוג איינמאל ער דארף שטעכן אזא צען מאל, גייט ארויפ אויפן גאנצע קערפער אין ארבייט אריין אן אויפהער.
ימ״ש די שטיקעל שיט, רשע מרושע גיי ארויס פון דא
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 5:47 am
דורך שבת אחים
כ'פארשטיי דיין פיין. אבער טראכט אריין די מאסקיטא בייסט טאקע און מאכט אונז אומבאקוועם, אבער ער הארג'עט אונז נישט. לעומת זה טראכט וואס אונז מענטשען טוען צי טשיקענס קיען טונא פיש און אלע אנדערע בעלי חי, וואס אונז זענען שוין פון די קלוגסטע פון די בעלי חי מיט די העכסטע באוואוסטזיין און פארשטאנד צו פארשטיין consciousness and feelings
איך זאג נאר זאלסט אריינטראכטן פאר דיר אליינס צו ס'איז למעשה גערעכט צו זיך מעגן אפרעדן אויב א מאסקיטא בייסט אמאל און באדערט אונז אביסלע, נאכדעם וואס אונז מענטשען זענען די גרעסטע רוצחים וואס הרג'ענען די מערסטע סיי פון אונזערע אייגענע ספישיס און סיי אלע אנדערע בעל חי וואס אונז פייניקן אין די מאסן פאר דעם מענטשליכע געברויכן און באקוועמליכקייטן...
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:19 am
דורך ירא שמים
די הומאנישע ׳ספישי׳ וואס שטאמט פון די מאנקי טאר טאקע נישט הרגענען קיין בעלי חיים אבער א מענטש מעג יא, פארשטנען?
סאו דו שבת אחים טארסט נישט און אונז מעגן יא, אז דו וואולסט קענסטו אריבערקומען צו מיר כוועל דיר געבן אגוט שטיקל בקר.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:42 am
דורך berlbalaguleh
און דו טראכטסט פאר א מינוט אז שבת אחים כאפט נישט אריין א גוט שטיקל געבראטן סטעיק, מזמן לזמן. ער איז אויכעט נישט כולו רוחני...!
ער עסט מסתמא בלתי לה' לבדו. ולא להנאת גופו הקדוש והטהור... אבער ער האט פונקט אזוי שטארק ליעב א גוט שטיקל פאטעיטא קוגל און קישקע פאר ברעקפעסט ביי קידושא רבא. שבת אינדערפריה ווי א צווייטער...!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:43 am
דורך וכדומה..
ירא שמים, וואו האט ער געשריבען אז מען טאר נישט הרגענען? ער האט סך הכל ארויסגעברענגט א אינטרעסאנטע נקודה פון א דיפערענט פערספעקטיוו, אונז מענטשן טוען מיט בעלי חיים וואס מיר ווילן פאר אונזער אייגענע וואוילזיין און אונטערעסען, נו קומט נישט פארן מאסקיטא אזויפיל רעכט?
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 11:55 am
דורך ירא שמים
וכדומה.. האט געשריבן:ירא שמים, וואו האט ער געשריבען אז מען טאר נישט הרגענען? ער האט סך הכל ארויסגעברענגט א אינטרעסאנטע נקודה פון א דיפערענט פערספעקטיוו, אונז מענטשן טוען מיט בעלי חיים וואס מיר ווילן פאר אונזער אייגענע וואוילזיין און אונטערעסען, נו קומט נישט פארן מאסקיטא אזויפיל רעכט?
דאס האב איך געזאגט… אז לשטותו אז דער מענטש איז ס״ה א ספישי פון א בעל חי וואס האט מיט זיינע ספעציעלע פעהיגקייטן איבערגענומען קאנטראל טוט ער טאקע א געפערליכע אומרעכט מיטן הרגענען זיינס גלייכן, אבער מיר וואס מיר גלייבן אז דער מענטש איז יצור כפיו של הקב״ה און איז באשאפן געווארן בצלם אלקים און אז די גאנצע בריאה איז באשאפן געווארן לצרכו טוט ער גאר א טובה פארן בעל חי ווען ער הרגעט עס. זייער פשוט.
נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 12:56 pm
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:און דו טראכטסט פאר א מינוט אז שבת אחים כאפט נישט אריין א גוט שטיקל געבראטן סטעיק, מזמן לזמן. ער איז אויכעט נישט כולו רוחני...!
ער עסט מסתמא בלתי לה' לבדו. ולא להנאת גופו הקדוש והטהור... אבער ער האט פונקט אזוי שטארק ליעב א גוט שטיקל פאטעיטא קוגל און קישקע פאר ברעקפעסט ביי קידושא רבא. שבת אינדערפריה ווי א צווייטער...!
ווער זאגט אז נישט? אוואדי האב איך ליב די עסן מיט וואס איך בין אויפגעוואקסן אבער טראכטן דארף מען נאכאלץ, איך זאג נישט אז מ'זאל יא אדער נישט עסן קיין בעל חי, איך זאג אז מ'זאל
טראכטן!
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 11:28 am
דורך אהרן
ווען איך וויל עפעס מגיב זיין, אבער דארף זיך האלטן צו מיין תענית הכתיבה, ניטאמאל דיסלייקן קען איך, די איינציגסטע זאך וואס איך קען טוען איז דרוקן דעם לייק קנעפל.
~דאס וואלט [tag]אדנירם[/tag] געשריבן ווען ער קען ווען (שש אויב די דיסעגריסט לאז אונז וויסן

)~
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 12:33 pm
דורך ישראל קאפקע
באגראבן טיף אין די נארוואס באשטעטיגטע 'אמניבאס' ביל.
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 2:00 pm
דורך פריש וואסער
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:כבין אריין אין בעט ס״ה צוויי שעה צירוק, קום אנגעשלאפן אין דא קומט די רישעתדיגע מאסקיטא, ער זעהט ווי שטילע שלאפט ער גייט יעצט האקן מלווה מלכה, ער גייט פיהרן א חנוכה פארטיי,
עיהם איז אבער נישט גענוג איינמאל ער דארף שטעכן אזא צען מאל, גייט ארויפ אויפן גאנצע קערפער אין ארבייט אריין אן אויפהער.
ימ״ש די שטיקעל שיט, רשע מרושע גיי ארויס פון דא
אים איז יא גענוג איין מאל, אבער אז די שטערסט אים וועט ער פרובירן וויפיל מאל ער קען ביז עס וועט אים געלונגען איין גוטע סעודה.
די עצה? לאז אים ענדיגן זיין סעודה, שטער אים נישט ביז ער ענדיגט דיר גוט אויסזויגן ביז זיין בייכל ווערט רויט און געשוואלן פון דיין בלוט, דאן וועט ער דיר צורוה לאזן, און דיין שלאף וועט זיין א זיסע.
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 11:19 am
דורך יואב
וואסי פשט אז איר קען קיין ערגעץ נישט טרעפן טשיז-דאוינאטס? דער נס איז עפעס געווען נאר אכט טעג? אויסער רויעל'ס לופטיגע קאמערציאלע סחורה מיט האלב-אפגעשיילטע ווייסע טשאקלאד אויפ'ן קאפ איז גארנישט דא אויפ'ן דאוינאט פראנט. למה יאמרו הגויים איה? בושה תכסה פני .
Sent from my LG-H811 using Tapatalk
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 11:35 am
דורך ירא שמים
Jerusalem - New Rules Require Israeli Medics To Treat Terrorists Before Victims If Injuries Are More Severe
https://t.co/C0dZF3xmhyוויפיל איז די שיעור פון שגעון?