בלאט 35 פון 55

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:03 pm
דורך berlbalaguleh
יואב האט געשריבן:וואסי פשט אז איר קען קיין ערגעץ נישט טרעפן טשיז-דאוינאטס? דער נס איז עפעס געווען נאר אכט טעג? אויסער רויעל'ס לופטיגע קאמערציאלע סחורה מיט האלב-אפגעשיילטע ווייסע טשאקלאד אויפ'ן קאפ איז גארנישט דא אויפ'ן דאוינאט פראנט. למה יאמרו הגויים איה? בושה תכסה פני .

Sent from my LG-H811 using Tapatalk

יואב: ס'איז מיר א חידוש איום ונורא אז אן אפריקאנער-אמעריקאנער איד (ווי איהר זיינט) זאלל זוכן דאונאטס מיט ווייסע טשאקאלאד אן טאף. אדער טשיעז דאונאטס. ווייל עפעס א גוויסע סייענטיפישע שטודיע האט פעסט געשטעלט אז טונקל-הויטיגע און טונקל זעליגע מענטשן וועלכע שטאמען פון אפריקע, אדער הארלעם, האבן נישט זייער שטארק ליעב צו טרונקען מילעך. נישט ווייל ס'קומט פון א בהמה. נאר ווייל סהאט א ווייסע קאליר. איין זאך האבן זיי יא ליעב. ווייסע הינט. ספעציעל פיט-בוללס. אבער נישט קיין שווארצע. אזוי האט פעסטגעשטעלט דער גרויסער וויסנשאפטלער און צדיק, רון קובי...נאר זיין טענה איז אז פארוואס די ווייסע באפעלקערונג האט נאר ליעב צו אדאפטירן ווייסע כלבים און נישט קיין שווארצע. ער זעהט אין דעם א שטארקע דיסקרימינאציע און אונטערדריקונג פון די אזוי-אויך אונטערדריקטע שווארצע באפעלקערונג. אויף וועם די פארשאלטענע, מערדערישע פאליציי פון גאנץ אמעריקע האבן זיך פארלייגט. און שיסן זיי נעבעך אויס אין די מאסן. אויף אלע אמעריקאנער גאסן. כ'האב געזעהן ערגעץ (כ'געדענק נישט וואו) א פלאקאט אונטערגעשריבן דורך דעם פרעזידענט אבאמא ירום הודו'ס גוטער פריינט דער חשוב'ער מיניסטער על שארפטאן, ימש"ו...! וואס טענה'ט די זעלבע זאך. און ער רופט אלע זיינע טונקל-הויטיגע קאלעגן (דו האסט גארנישט באקומען קיין שום הודעה...?!) זיך צוזאם צו קומען. להקהל ולעמוד על נפשם הטמאה. און אויסשרייען (און אפשר א ביסל ברעכן, שטעכן און שיסן אויכעט.) דעם געוואלדיגן צער און פחד וואס די שווארצע באפעלקערונג אין אמעריקע האט...!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:09 pm
דורך לית דין בר נש
אז [tag]יואב[/tag] קומט נאר אריין אין שטיבל אונז לאזן וויסן וואס עס רעגט אים אויף!

ווי פלעגט די רבי זאגן, מיר ווילן מעוקצך ומדובשך

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:11 pm
דורך שמעקעדיג
בערל, שוין געמאכט אן אשר יצר?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:44 pm
דורך [NAMELESS]
מסתם זאגט ער אשר יצר נאר פאר'ן דאווענען

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 9:13 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:בערל, שוין געמאכט אן אשר יצר?

שמעקעדיג: פרעגט תוס' א קשיא...מה ענין תגובה אצל אשר יצר...?!איך בין אן אונגערישער. איך פארשטיי נישט קיין רמזים. פאר מיר דארף מען ארויסזאגן ברחל בתך ה'נא---ע. געפעלט דיר מיין תגובה .... יא אדער נישט. איך בין געזיצן אויף מיין געהעריגע כסא המלוכה און געשריבן פון מיין דעסקטאפ.
ווען איך זיץ דארט וואו אנדערע שרייבן, לייען איך וואס איך האב פארפעלט משלים צו זיין אין לעצטע וואכעדיגן מאמענט...!

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 1:49 am
דורך וזרח השמש
איך וויל מיט האלטן די רעפובליקאנע דעבאטע, קימט א פרוי און נעמט זיך זינגען!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 18, 2015 1:32 pm
דורך יואב
לית דין בר נש האט געשריבן:אז [tag]יואב[/tag] קומט נאר אריין אין שטיבל אונז לאזן וויסן וואס עס רעגט אים אויף!

ווי פלעגט די רבי זאגן, מיר ווילן מעוקצך ומדובשך

בל"נ, עפעס אפשרייבן. נעקסטע וואך

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 19, 2015 10:19 pm
דורך בלויע רעקל
פארוואס קומען מלמדים ארויף אויף קול מבשר - דעת הקהל און בעטן זיך ווי שנארערס פאר חנוכה טיפס... זיי מאכן בזיונות פאר אונז עלטערן, זיי זענען אונזערע שליחים.

לאמיר דא אויסשרייען הויך, מלמדים באקומען נישט באצאלט וואס קומט זיך זיי, און עס איז א בושה צו זעהן די חברה זיך בעטן ווי שנארערס.

איך האב א חבר א מושלם במעלות, וואס איז א אויסערגעווענליכע מלמד, היינט איז ער א ריל עסטעיט בראקער, און לערנט אין א כולל. סיבה: מען באצאלט גארנישט און מען באקומט עס שפעט, ועל כולם פארלאנגט מען פון זיי עבודת פרך.

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 19, 2015 11:55 pm
דורך petergrifin
און ס'איז דא מוסדות וואס צאלן יא איעדע וואך און זיי זענען נאך עלידזיבעל פאר אלע פראגרעם'ס . גענוג און נאך מלמדים וואס דערשלאגן זיך צי א גרויסע דירה און 'אסאך קויפן אפילו א הויז.

איך מאך נישט אוועק זייער ארבעט אבער פליז ... די אמאליגע צייטן פון צאלן מיט פוד סטעמפס האט שוין לאנג גענדיגט. סוף וואך שטייען זיי פיינעציעל בעסער ווי אסאך בלו קאללער ארבייטער וואס פארדינן אויף די ביכער צווישען $1000 - $1500.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 1:29 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נאר מעורר צו זיין. טאמער מ'וואלט באצאלט מלמדים $120000 א יאר, לכאורה האלט'ן א סאך אז ס'וואלט געווען א גוטע זאך, ניין?
לדעתי קען ארויס קומען א געפערליכע זאך דערפון. היינט צו טאג'ס, ווער ווערט א מלמד? עפ"י רוב איז עס איינער וואס האט א חשיבות פאר די סארט ארבעט, ער האט א שטיקל לש"ש אין זיך. יא די מנהלים און די וואס פיהרען די מוסדות זענען דאך...., אבער מלמדים זענען אפט גאנץ ערליך. שטעל זיך פאר מ'קען מאכען געלט פון אזא ארבעט, רעביש'ע קינדער און טיכטיגע ליידיגייער'ס וואלטען געשטראמט אין די מאס'ן און מיט זייער כח וואלט'ן זיי לייכט אוועק געשטופט דער לש"ש'ניק. אזוי איז געווארען ביי ראש ישיבות, ווען מ'האט געזען מ'קען זיין א מענטש צווישען מענטשען, באקומען פיין געלט און כבוד פון די שטעלע, זענען מיר שוין פטור געוארען פון אלע לש"ש'ניק'ס און געבליבען מיט וואס מ'קראצט ארויס פון אונטער די פאס. וכן הוא ביי מנהלים, אדמו"רים ועוד.
לאמיר נישט איבערחזר'ן די אלטע גרייזען. מ'קען גרינדען נייע.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:53 pm
דורך בלויע רעקל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נאר מעורר צו זיין. טאמער מ'וואלט באצאלט מלמדים $120000 א יאר, לכאורה האלט'ן א סאך אז ס'וואלט געווען א גוטע זאך, ניין?
לדעתי קען ארויס קומען א געפערליכע זאך דערפון. היינט צו טאג'ס, ווער ווערט א מלמד? עפ"י רוב איז עס איינער וואס האט א חשיבות פאר די סארט ארבעט, ער האט א שטיקל לש"ש אין זיך. יא די מנהלים און די וואס פיהרען די מוסדות זענען דאך...., אבער מלמדים זענען אפט גאנץ ערליך. שטעל זיך פאר מ'קען מאכען געלט פון אזא ארבעט, רעביש'ע קינדער און טיכטיגע ליידיגייער'ס וואלטען געשטראמט אין די מאס'ן און מיט זייער כח וואלט'ן זיי לייכט אוועק געשטופט דער לש"ש'ניק. אזוי איז געווארען ביי ראש ישיבות, ווען מ'האט געזען מ'קען זיין א מענטש צווישען מענטשען, באקומען פיין געלט און כבוד פון די שטעלע, זענען מיר שוין פטור געוארען פון אלע לש"ש'ניק'ס און געבליבען מיט וואס מ'קראצט ארויס פון אונטער די פאס. וכן הוא ביי מנהלים, אדמו"רים ועוד.
לאמיר נישט איבערחזר'ן די אלטע גרייזען. מ'קען גרינדען נייע.


ווער רעדט פון 120000 א יאר??? אויב גיבט מען נישט 120 אלפים, דארף מען זיי צאלן ערגער ווי א קלינינג גוי? ווי למשל 30 אלפים א יאר!!! רבוש"ע..

איך מוז זיך חולק זיין אויף דיינע ווערטער!..

קודם שטעלסטו א כלל: א יעדע 'לא לנו' איז א ירא שמים און א לש"שניק, און א יעדע חברהמאן איז א אויסווארף... ווייל פרעג זיך גוט נאך ווער שיקט אריין רעזומעי'ס צו די מלמדים זוכענדע עדס.

נאך ווען דיין "פאקט" ווערט אראפ געשטעלט, לדעתך דארף מען מאנעווירן (manuver) אז די לא לנו'ס זאלן ווערן מלמדים, נו? וואס טועט מען? אנשטאט דער מנהל זאל ארויס זוכן אלע לא לנו'ס/יראי שמים, און זיי הייערן, וועט מען מאכן די ארבעט א שמוציגע סארט ארבעט, וואס צאלט ווייניג, אלעס כדי די חברה לייט זאלן אוועק שטיין, איי דער מלמד ארבעט ווי א חמור, איי דיין זון ליידט פון א שוואכע חינוך, איי דיינע לש"שניקעס קומען ארויף אויף קול מבשר און בעטן זיך פאר טיפס נעבעך.

א קליין שאלה צו דיר: דו ווייסט אז די אמעריקאנע און ליטווישע מוסדות צאלן יא לייטיש! מיט גרויסע באנוסעס! לויט דיר זענען די מלמדים פון די ליטווישע ת"תים "רעביש'ע קינדער און טיכטיגע ליידיגייער'ס" ?

און צו אלע וואס טענה'ן אז די מלמדים האבן פראגראמען, גיב אים 1200 א וואך אויף די בוקס, וועסטו זעהן אז אלע העלן אראפ לויפן פון די פראגראמען.

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב נישט געוואוסט אז ס'הערשט אזא גרויסע אונטערשייד צווישען אונזער געמיינדע'ס. די מלמדים ביי אונז ווערען נישט באצאלט גענוג אז די קאטלער'ס און שוסטאל'ס לויפען צו ווערען מלמדים.
דאס אז מנהלים זענען יענער חברה דארפסטו מיר נישט זאגען. על בשרי האב איך עס טועם געווען. אבער זיי האבען נישט קיין סבה צו נעמען ערליכע מלמדים. נאר ווייל זיי ווילען ענדעריש לא לנו'ס און ווייל זיי ווילען נישט באצאלען. אבער ווען די דזשוליקע'ס וועלען שמעקען אז מ'קען דא עפעס מאכען, וועלען זיי שוין מסדר זיין די מנהלים. די מנהלים האבען נישט די מאכט פון די קאטלער'ס. אויך ווייסען די קאטלער'ס אז מ'דארף פטור ווערען פון אפאר אייניקלאך איידער ס'ווערט א פראבלעם. זיי קענען מסדר זיין די מנהלים גאנץ לייכט ווען זיי ווילען.

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2016 12:59 pm
דורך בעל מדות
[justify]האלטנדיג אינמיטן א טיפע דעבאטע אויפן טעלעפאן מיט מיין ידיד "באראק אבאמא". ווי כסדר ביי מיר, אים רופנדיג קיין וואשינגטאן צו געבן ראט.

באקום איך מיטאמאל א "ביפ", פון א אנאנימע נומער, עס האט מיר געגרילצט אבער דאך האב איך נישט געקענט לייגן דעם פרעזידענט אויף האלד, נאך וואס דער רופער האט נישט אויפגעהערט רופן, און איך האב זיך געהערט אפגעהאקט האט דער פרעזידענט געכאפט אז איינער רופט מיר און פארגעשלאגן אז "ער וועט ווארטן"... "פיק אפ די פאון" האט ער געזאגט, האב איך טראנספערירט די ליניע, און צו מיין שטוינונג איז דאס געווען א ראבאטישע רוף פון עפעס א רעדל פירמע פון סאוט קאראליינע, וועלכע רופט צו אנבאטן איבער א ספעשל וואס זיי אנאנסירן לכבוד די געבורט'סטאג פון די פירמע גרונדער.

ווער זענען זיי מיר צו רופן? פון ווי האבן זיי מיין נומער בכלל? אפשר באלאנגט מיין נומער פריוואט צו דאנעלד טראמפ? וואס טוען זיי דא? האקן א קאפ! וועם אינטערסירט זייערע רעדער פון דא ביז יאפאן.

א אויפברויז, א חוצפה איך האב תיקף אראפגעהאקט און דערציילט פארן פרעזידענט דערוועגן, ער האט דאס אויך נישט פארשטאנען.

איך מאך א קאנטראקט מיט א טעלעפאן פירמע אז זיי זאלן צולייגן מיין נומער צו א נערווירנדע עדווערטייזינג ליסטע? אפשר עגרי איך ניטאמאל צו די "טערמ'ס און קאנדישנ'ס וואס די קאמפאני רעזערווירט? האבן זיי מיין ערלויבעניש אז איך זאל געצעגערט ווערן יעדע שני וחמישי מיט אנדערע אנבאטן?[/justify]

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2016 6:33 pm
דורך וכדומה..
דיע וואס רופן אן דעם שטאפענעם היט "טשאלענט טאפ"

אזוי? ער גייט א טאפ אויפן קאפ? נישט סתם א טאפ, א טשאלענט טאפ! א קראק פאט אדער א פלאכע? א ריינע אדער ס'האט נאך די שריים פון פארגאנגענעם שבת? און אז מרעדט שוין א בהמה טשאלענט אדער פארווע? א רינעדיגע אדער פארקוועטשטע? און וואו ליגט די קישקע??

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2016 11:12 pm
דורך שמעון וואלף
שוין לאנג נישט געזעהן די אשכול. קוקט אויס אז פאר מער ווי צוויי חדשים האט זיך קיינער נישט גערעגט.

#אכשר דרא

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2016 11:46 pm
דורך [NAMELESS]
שמעון וואלף האט געשריבן:שוין לאנג נישט געזעהן די אשכול. קוקט אויס אז פאר מער ווי צוויי חדשים האט זיך קיינער נישט גערעגט.

#אכשר דרא

כ'האב שוין געמיינט אז דו גייסט דיך רעגן, פארוואס קיינער האט זיך נישט גערעגט פאר מער פון צוויי חדשים... :D

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: מיטוואך פעברואר 24, 2016 11:56 pm
דורך קל וחומר
מענין לענין באותו ענין, זאגט מען בשם ר' אורי סטרעליצקער אז ס'נישט פארהאן קיין גרעסערע יסורים ווי דאס אז ס'זאל אריבערגיין אויף א מענטש פערציג טעג אנע יסורים.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 6:28 pm
דורך פרייוויליג
מיין ערשטע רעאקציע אין דעם אשכול, און אן אומאויפהערליכער צארן ברענט אין מיך. מיין חבר פון וומ"ס זאגט מיר אז ער האט עפלייד דורך אן אימעיל צי באקומען אינפארמעשען פון א דירה וואס שטייט צי פארדינגען אויף מירטעל עוועניו, און פאלגנד איז די קורצע אבער כומענישע אפליקאציע:

Applicants name:
Call back number:
Address:
Husband name:
Wife name:
Address:
Home number:
Cell number:
Number of Kids:
Section 8 (yes or no):
Name of Bais Medrash davening daily:
Name of Bais Medrash Davening Shabbos
:
Man Job:
Woman Job:
Husband parents name and address:
Wife parents name and address:
Previous Landlords name:
Previous Landlords phone number:


און פארוואס פרעגן זיי נישט ווער עס איז געווען זיין מוהל? וועלכע הכשר ער עסט? און וועלכער שיעור ער גייט ביינאכט? אם תמצי לומר אויב ער וויל וויסן אויב יענער איז נישט פון א דריטע וועלט קאנטרי, איז גענוג אז ער שרייבט ווער זיין שווער אדער פאטער איז!!

וואס דער זיבעטער שער גיהנם, דארף יענער בלוט-רענט צאפער וויסן אין וועלכע שול ער דאווענט?

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 6:33 pm
דורך דעת זקנים
.

זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 7:02 pm
דורך שטילע אינגערמאן
פארוואס דארף מען ווייב אייביג קאמפליצרטע סחורה פונעם גראסערי?
פארוואס וויל זי קיינמאל נישט קיין מילך מיט ברויט? אייביג איז עס בעקעלעך מיט הונדרעטע סייזעס אדער איצי סקווערס אין יעדער זאך וואס סאיז דא פיפציג מין?
כקום אהיים בייז אז זי שיקט מיר פאר דעים, זי עפענט אויף די זעקל אין זאגט גארנישט איז גוט פארשטייט זיך,
אבער די ארדער וואס קומט איז אלץ פשוטע זאכן, נאר איך דארף גיין אליין קויפן די שווערסטע חפצים.

יעצט די בעקעלע קאמפעני גיי איך נעמען צו די״ת. פארוואס די העלל מאכט ער יעדער סייז סאיז שייך? סתם מיר צו געבן א הארד טיים? האק נישט א טשייניק, די ווייבער גיין זיך גוט א עצה געבן מיט יעדער צווייטע סייז אויך. נאר מיר צו אויפרעגן. להכעיס.

עכ״פ כשיק א בילד פארן ווייב פון געפוירענע whipped cream, פארשטייט זיך ס׳בילד גייט נישט אדורך ווייל דער צודרייטע גראסערי האט נישט סערוויס. מיין הענט ווערן פארפורען מיט די חפצים אין די הענט. דא זעהט די גוי וואס פאקט די שעלווס מיין בייזקייט אין לאכט כאילו כפארשטיי נישט קיין פשוטע אינסטראקעשענס פון מיין ווייב.

כדארף נישט קיין פארשטינעקענע אייס קרים כדארף נישט קיין זופ, שיק מיר נישט צום גראסערי, מיר איז גוט קאשע פאר סאפער אדער סיריעל.

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: זונטאג פעברואר 28, 2016 7:07 pm
דורך קל וחומר
די פשוטע סיבה איז ווייל יענער וויל גרינטליך אדורכגיין יענעמס ארענטליכקייט ווייל ער האט געהאט צו ליידן פון א וויליאמסבורגער איינוואוינער וואס פארשטייט אז 'מ'מוז' וואוינען אין וויליאמסבורג, אבער מ'מוז נישט צאלן האלב פון וואס די ארטיסטן אפערן.

Sent from my LG-LS980 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 1:20 am
דורך ירח בן יומו
ווען איך זעה א גאנצע הויפן לוח הציבור'ס אנקמען אין ביתמדרש. ווער דארף אזוי פיל. עס איז דאך נישט דא אזויפיל ביסכיסעס. זיי דארפן לייגן איינס אין יעדער ביהכ"ס און ס'איז פונקט גענוג.

נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 6:30 am
דורך [NAMELESS]
ווייל פון אסאך לוח הציבור'ס פעלען שוין שטיקלעך. צומאל האלבע עמודים אדער גאנצע וואס געוויסע באטראכטן זיי אלס גאר וויכטיגע אנפארמאציע. אבער לאזן איבער דאס איבריגע אז אנדערע אידן זאלן כאטש קענען הנאה האבן פון ס'רעשט.