בלאט 36 פון 55
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 8:03 am
דורך דריידל
מענין לענין, די וואס מאכן א טיי אין קאווע שטיבל (המקורי) און ווארפן ח"ו נישט די טי-בעג אין מיסט, נישט עובר זיין אויף בל תשחית, נאר לאזן עס איבער כאילו איינער וועט באלט עס איבערניצן
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 8:56 am
דורך גרויסע מענטשעלע
היינט אין מקוה זיך גערעגט.
פארוואס דער שמאק קען נישט נעמען די האנטוך וואס ער האט געברענגט צום בור..
כהאב מיך דערוועלט א האנטוך לויט מיין געשמאק פארוואס דארף איך צוריקגיין מיט דיין האנטוך וואס די האסט נאר וואס אפגעווישט דיין שווייץ.
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 9:03 am
דורך שמעקעדיג
דריידל האט געשריבן:נישט עובר זיין אויף בעל תשתית

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 9:17 am
דורך גר ותושב
דריידל האט געשריבן:מענין לענין, די וואס מאכן א טיי אין קאווע שטיבל (המקורי) און ווארפן ח"ו נישט די טי-בעג אין מיסט, נישט עובר זיין אויף בעל תשתית, נאר לאזן עס איבער כאילו איינער וועט באלט עס איבערניצן
און פארשטייט זיך אז זיי ניצן נישט די זעלבע טיי זעקלעך וואס דער וואס איז דא געוועין פארדעים האט איבער געלאזט אויך פאר די זעלבע סיבה.
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 11:44 am
דורך לית דין בר נש
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:היינט אין מקוה זיך גערעגט.
פארוואס דער שמאק קען נישט נעמען די האנטוך וואס ער האט געברענגט צום בור.
פארוואס נעמסטו בכלל דיין האנטוך צום בור? עפעס שלעכט אז עס ליגט נעבן דיין וועש?
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 12:02 pm
דורך ירח בן יומו
אזוי נאך אפילו א גנב קומט און גנבעט זיינע קליידער, האט ער נאך א האנטעך צו צדעקן די פנים און אהיימגיין

נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 12:19 pm
דורך [NAMELESS]
אין די מקוה ווי איך גיי (בד"כ) האבן די האנטעכער וואס מ'נעמט צום בור א %50 שאנס צו ווערן נאס און א %80 שאנס צו ווערן געגאנב'עט.
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 1:03 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
לית דין בר נש האט געשריבן:גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:היינט אין מקוה זיך גערעגט.
פארוואס דער שמאק קען נישט נעמען די האנטוך וואס ער האט געברענגט צום בור.
פארוואס נעמסטו בכלל דיין האנטוך צום בור? עפעס שלעכט אז עס ליגט נעבן דיין וועש?
כהאב אינזין געהאט צושרייבן.
ווייל כוויל נישט אויסזעהן ווי דער בייאינז אין מקוה וואס וואקט אן האנטוך.
די סיבה פארוואס יענער טוט אזוי ווייס איך נישט. אבער כקוק עס מער אן ווי טיפשות.
Sent from my SGH-M919V using Tapatalk
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 1:48 pm
דורך [NAMELESS]
לית דין בר נש האט געשריבן:גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:היינט אין מקוה זיך גערעגט.
פארוואס דער שמאק קען נישט נעמען די האנטוך וואס ער האט געברענגט צום בור.
פארוואס נעמסטו בכלל דיין האנטוך צום בור? עפעס שלעכט אז עס ליגט נעבן דיין וועש?
ווערט ארומגעשמועסט אין הלכה מדינא דגמרא ווען מען מעג מכסה זיין מחמת צניעות און ווען מען מעג נישט מכסה זיין ווייל עס קוקט אויס ווי ער שעמט זיך מיט די אות ברית, א חילוק דרך ירידה און דרך עליה
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 2:15 pm
דורך [NAMELESS]
דו ווילסט זאגן אז דאס איז די היתר פון ארומוואקען נאקעט אין מקוה??

נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 2:16 pm
דורך [NAMELESS]
ע"פ הלכה מעג מען זיך טובל'ן מיט קליידער, וויל די וואסער גייט דורך און מ'ווערט אינגאנצן נאס.
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 2:18 pm
דורך [NAMELESS]
כאילו אזוי וואקסטו נישט נאקעט... די עטליכע טריט פון די שויער ביז דיין פלאץ וועט נישט אויסמאכן...
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 2:29 pm
דורך [NAMELESS]
שוין. אפשר דארף מען אנפרעגן ביי ר' הילל'ען לחוות דעת קדשו.
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 2:50 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
די ספארדישע באדעקן מיט די הענט [emoji6]
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 3:19 pm
דורך דריידל
שמעקעדיג האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:נישט עובר זיין אויף בעל תשתית

פאראכטן. וטעות לעולם חוסר
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 3:58 pm
דורך שמעקעדיג
דריידל האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:נישט עובר זיין אויף בעל תשתית

פאראכטן. וטעות לעולם
חוסר
כ'האב געמיינט אז דו שרייבסט דאס אזוי בכוונה אלס מליצה, בעל תשתית, נישט טרינקען (הגם דער ע' פון 'בעל' קומט זיכער נישט)
נשלח: מיטוואך מערץ 02, 2016 4:23 pm
דורך א איד
עס רעגט מיר אויף אז איך האב זיך נישט אויף וואס צו רעגן.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:03 am
דורך פרייוויליג
ווען עמיצער הייבט אן רעדן און זאגט: נומער איינס... בעפאר ער ווייסט אז ער האט נומער צוויי.. פלוצלינג טרעפט ער זיך מיט איין נומער..
נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 11:45 am
דורך רויטע וואנצעס
בינעך געווען ביי א חתונה נעכטן, און אהיימגעגאנגען מיט א טראמא פארפלעקטע נפש.
די ספיקערס זענען געווען אזוי הויעך, אז די מתי מדבר וואלטן טויב געווארן.
די ליטאים האבן מיר צושטויסן מיט זייערע לומדישע טאנצעריי.
די ווילדע חסידים האבן מיר געטרעטן אויף די אינגרא טאנעיל, און געלאזט זייער שיך שמוץ אויף מיין שיך פוץ.
טייל חברה האבן אזוי געבריקעוועט ביי הארא, אז זיי האבן מיר שיעור געהארגעט מיט א שטויס בין המשפתים.
די זופ איז געווען אזוי הייס ביים סערווירן, אז מיין ערל שפתים דאמענירט היינט מיין טאג.
די חופה איז געווען אינדארס, ווייל אזוי איז מען מער קיהל. אויסגעזעהן ווי א לויה מיט בענקלעך אויף ביידע זייטן, און א זינגער אזוי בעצבות, אז יום המיתה דעפרעסיא האט מיר אייינגעשליגן אין א מרה שחורה עמוקה.
ווען דער רבי איז אנגעקומען האט מען אונז ארויסגעזארקעט פון די רינג ווי קינדער ביי יזכור, און געלאזט הויערן ביי די זייטן ביז דעם רעבינס גארטעל האט געוואלט אנטלויפן פונעם הייליגן טבור גרעניץ.
דאן האט די גבאי אויפגעהויבן די גארטל און געלאפן מיט'ן צדיק זעהן די שיינע כלה. די רבי האט אזש געטאנצן אז די הויזן האבן געדראעט אראפצוקומען יעדע רגע.
די חברה געבן נישט אויף אויף די סטרינג בינס.. יעדע חתונה נאכמאל מיט די גענעטישע מאדעפירטע הארטע פעסטערעזירטע קען'ירטע אויסגעטריקענטע סטרינק בינס. דאס מאל איז אפילו נישט געווען א קליין אויסגעבעטענע מייערען צווישן די סטרינג בינס. סתם הארטע סטרינג בינס מיט צומות הגידין פליייש, מיט א א"ח נאה שיעור מעש פאטעטאס.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 12:00 pm
דורך פרייוויליג
כאב גראדע הנאה געהאט פונעם חתונה, ווייל וואנצעס האט מיך אנאנק דעם דערווארגן פאר געלעכטער.
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 12:06 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לאמיר הערען א שטיקל למדות. אויף וואס פאר א טעמע?
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 12:18 pm
דורך רויטע וואנצעס
די לומדישע סוגיא פון ליטאים וואס טאנצן, איז א ברייט פארצווייגטע, זאגאר גאר א ווייטאגליכע צוליב די טרעמפלען, שטויסן און שטופן. כ'ווייס נישט צו ס'איז דערפאר וואס ביים טאנצן טראכט מען איבער'ן שור המועד וואס מ'האט געלערנט פריער און טאג, אדער הא גופא די טאנצן אליינס איז א אומארגענזירטע ויכוח אין די סוגיא צו רגל מועדת לשבר בדרך הילוכה.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2016 12:31 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יעצט דארף דער ליטאי אפגעבען א דין וחשבון פאר ביידע עוולות, הן דער פון לאמדעווען און הן דער פון ווילדע טאנצען. אלס פאלט אויף אונז? גארנישט קענען די חסידים נישט נעמען אויף זיך?