בלאט 37 פון 55

נשלח: מוצ"ש מערץ 12, 2016 9:02 pm
דורך בעל מדות
ררראאאא ווען עס טוט וויי שרייט מען!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 3:30 pm
דורך [NAMELESS]
[justify]איך האב פארקירט מיין אויטא אויף א אומ'ערלויבטער זאנע. איך בין אריין געריטן אין געשעפט'ל אריין, איינהאנדלען א איבערבייס צוויי, דער הויט מיינס איז אויף פייער, איך ציטער פון א טיקעט. די איבערוואגענדע דזשאנדארן וואס די צוויי טיילן אינעם אחוריים סעקשען ארבעטן אויף כשזה קם זה נופל... זענען אין יאגד נאך פארלעצער.

איך כאפ פון פראנויס דעם שווארצן שאפינג זעקעלע, זיין גרייט צו אויפמאכן אריין לייגן צאלן און פליען.

אבער כאדאראם. דעי שווארצע שאפינג בעג איז באהאפטן לבשר אחד... ס'עפענט זיך נישט פאר קיין גרימאסן אין די וועלט! איך זיך דער פתח של מחט אריין גרובלען מיינע נישט געשניטענע יתידות אבער גארנישט. איך האב פרובירט גירסה דינקותא פון מיינע מלמדים צו לעקן די אצבע טייטלער אבער חוץ א נאסע און צעגריבלטע בעג וואס לאכט מיר אין פנים איז אלעס ווי פריער. איך בין ארויס געפלויגן פון דארט מיט די באשטאנדטיילן אין די בלויזע הענט.

איך האף אז טראמפ מאכט עס. אז ער מאכט שוין יא דעי ווילדער זידלונג אויף די אימיגראנטן זאל ער אינאיינוועגס אויסזידלען דעי שווארצע שאפינג בעגס קיין מאגאדאסקאר.[/justify]

#נידער מיט די שווארצע

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2016 1:26 am
דורך ונבנתה העיר
"ליל התקדש (ה)חג".

נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 8:19 am
דורך shem-tov
די געמיינע צעטלעך פון די איזרעיליס קעגן די אמעריקאנע יודן אז מען זאל נישט ארויסנעמן זייערע סעלפאוןס. אנטשולדיגט מיר אבער לא זו הדרך רעד ווי א מענטש דער אמעריקאנער יוד איז נאך אזוי הייליג ווי די אפילו אויב ער האט א סמארט פאון

איך מוז אייך זאגן דעם אמת איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געטראפן אפילו איין איינציגער חרדישער יוד אין ארץ ישראל וואס איז באמת מצפים לישועה אויף ביאת משיח אלע דארטן זענען פארכאפט אין מינית און אפיקורסות בגלוי ובסתר זיי לאכן פון אונזער תמימות וואס ווען נישט דעם דאלער וואלט ער דיר ווען אפען געזאגט פ"י יעצט קומט ער אונז מוסר זאגן. פארשטייט זיך אז די קענסט אים גארנישט ענטפערן פאר די געמיינע פאשקעוויל אבער נעקסטיים איך טרעף דעם אפגעפליקטן איזרעילי וואלט איך אים אויסגעפרעגט איבער זיין אמונה דארטן אין זיין גאלדענע מדינה קלים וריקים שלעכטע מענטשן

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 8:25 am
דורך טאמבל סאס
אויב וועלן די אמעריקאנע נישט ארויסנעמען די סמארטפאונס וויאזוי וועלן די ארץ ישראלדיקע וויסן פון וועם צו שנארען?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מאי 25, 2016 9:09 am
דורך [NAMELESS]
איינער אויף א"וו זאגט אז ס'איז אן אמעריקאנער ליידיגייער וואס דרייט אן די גאנצע מעשה און גייט זאמלען חתימות אין א"י. (נו מה יעשה הבן שלא יחטא? אוודאי גייען זיי חתמ'נען).

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: מאנטאג יוני 13, 2016 11:20 pm
דורך ונבנתה העיר
פון משפחה'ס קולמוס דעם שבועות:

בילד

ווער עס איז נישט אן עם הארץ מופלג פארשטייט אז ענן מיינט אפצולערנען וואס די תורה האט געמיינט ווען זי זאגט 'דו' זאלסט נישט וגו', און נישט סתם ת' ת' לגז"ש.

אז מען גיסט עמערס זלזול איז כדאי צו זיין גערעכט אויך.

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: מאנטאג יוני 13, 2016 11:55 pm
דורך דעת תורה
וואס א נפק"מ צי דער גזירה שוה איז דער ת', און פון דעם ציטירטן שטיקל זעה איך נישט וואס דיין הכרח איז.

בכל אופן, פון א קראי'שן שטאנדפונקט איז אזא שטיקל תורה מופרך. פשוטו של מקרא דיקטירט אז לא תעשה כל מלאכה מיינט סטאפן אינמיטן טון די מלאכה, און תבערו מיינט אנצינדן, אבער גארנישט קיין רמז אויף אויסלעשן. אזא פשעטל און צושטעל האלט בכלל נישט אויס לויט קראי'שע סטאנדארטן.

איך וואונדער זיך באמת מאי דוחקייהו, וואס האט זיי געשטופט צו אסר'ן לעכט און פייער שבת.

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2016 12:16 am
דורך נהורא נפישא
לכאורה איז עס די בכל מושבותיכם, ווייל אויב די איסור איז די מלאכה דאן וואס האט דאס צוטאן בכל מושבותיכם. אויב אבער מיינט אז עס טאר נישט ברענען א פייער דאן פאסט די בכל מושבותיכם זייער גוט. ווי דער פסוק ולכל בני ישראל היה אור במושבותם.

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2016 10:58 am
דורך ירא שמים
בילדבילד
דא האסטו די פלעצער וואו סשטייט בכל מושבותיכם און סהאט נישט צוטוען מיטן שטוב גופא.

נשלח: דינסטאג יוני 14, 2016 10:50 pm
דורך נהורא נפישא
איר זענט גערעכט.
אריינקוקענדיג יעצט, זעה איך אז די פשט איז מדגיש צו זיין אז די אלע מצוות זענען נישט נאר יעצט בשעת הציווי, נאר חוקת עולם לדורותיכם בכל מושבותיכם, ופשוט.

נשלח: מיטוואך יוני 15, 2016 11:32 am
דורך שמעון וואלף
פארוואס יעדעס מאל מ'רעדט פון פרויען אין היימישע צייטונגן אדער מודעות אין ביהמ"ד וכדומה באטיטעלט מען זיי "נשים צדקניות און מענער זענען נישט זוכה צו דעם טיטול.

נשלח: מיטוואך יוני 15, 2016 2:21 pm
דורך יהושע חיים
ווייל נארמאל איז עס עפעס נעגאטיוו וויל מען געבען עפעס א פאזיטיווע גלעט

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 12:58 am
דורך בעל מדות
[justify]איך פארשטיי אז ווען דו ביסט אויפגעוואקסן אין דיין טאטנ'ס טירגארטן האסטו זיך צוגעקוקט און אקאמאדירט א אנדערע שיטה ווי עס איז אנגענומען.

איך פארשטיי זייער גוט דאס אז דו מיינסט אז ווי מער עקלדיג דו וועסט זיך אויפפירן אלס מער וועט דיר ג-ט רעספעקטירן.

איך פארשטיי אז דו ווילסט זיך פירן מיט ראדיקאלע שיטות, און דורכפירן דיינע טאטן טראץ וואס זיי זענען גרויליג.

איך פארשיי זייער גוט אז דיינע עקלהאפטיגע סעלפישנעס און טראכטן נאר פון דיר, קומט פון יארן וואס דו מאכסט חוזר חזרה אויפן "בשבילי נברא העולם", און דו קימערסט מיט אנדערע מענטשן ווי זיי זאלן ווען זיין צעקוועטשע ווערים.

אבער זיי וויסן אז א חזיר קען מען נישט זיין, און ווען דו ערשיינסט צו א שמחה קענסטו "נ-י-ש-ט" ארויסנעמען מיט דיינע בלויזע הענט, עסן פונעם טאץ.

יעצט זייענדיג ביי א בחורל'ס 13-טע געבורטסטאג סעלעבראציע, איז מיר אויסגעקומען צו מיטטיילן די זעלבע טיש מיט מענטשן וואס איך וואלט מיט זיי נישט געלערנט בחברותא, נעמענדיג עסן פון איין טאץ מיט מענטשן וואס איך וואלט פון זיי נישט געבארגט קיין געלט.

קומט אריין א אינגערמאן וואס פליעט צווישן גייסטער אין עולם הדמיון, עס איז נישט קלאר ווען ער דארף צו לאנדען, זיינע וועש זענען שמוציג, ער איז - ווי מען רופט דאס אין אנדערע ווערטער - א חאניאק, אבער א ראדיקאלער דערפון, אזאנס וואס וואלט געווינען דער פארמעסט ווען עס זאל זיין אזא זאך.

זאל ער זיין אראביש אפשטאמיג וואלט ער בלי ספק געווען א אימאם, א עקלדיגער כלי, איימסארי טו סעי, ווען איך גיב ווען די כללים פון זיין מענטשליך וואלט איך אים גענוצט אלס א מוסטער וואס צו נאכקוקן און טון גענוי אלעס פארקערט.

מיט די באקטיריע, און שמוציגע אנגעווארצלטע הענט פון וועמען עס רינען שטיקלעך פארטרוקנטע הויט, באגלייט מיט לענגערע רינעדיגע אפענע העמעדער וואס קוקן מיר אויס צו זיין א שטראף, דערנענטערט ער זיך צום טעצל פרוכט. נישט אז עס איז שוין געווען האלב ליידיג און שוין, נאר פארקערט, ער האט אנגעטראפן א אנגעפולט טעצל פון ג-ט'ס בעסט באשאפענע פרוכט, ווי א היגיענישע דורכפאל און דזשוירמס רעוואלוציאנער, האט ער גענומען די פינעוו פינגערס, און געפאנגען עטליכע שטיקלעך וואסערמעלאנע וואס האבן אזוי צו מיר געקוקט און געבעטן פוי, נעם מיך ארויס פון דא.

אנטשולדיגט מיין ידיד, מיין טייערע ערב, איך זאג עס ווייל עס טוט מיר וויי ביז די טיפענישן פון מיינע מענטשליכע אינסטינקטן, דו קענסט אזא זאך נישט טוהן, עס איז עטישלאז, אבסורד, עקלדיג, און אומפארשטענליך.

קיינער דארף נישט ליידן אז איר זענט פויל צו נעמען ווי א מענטש עסן, און איר קלויבט אויס די האנט וואס האט נארוואס געראטעוועט און ארויסגעקראצט א מייקראסקאפישע פליגעלע וואס האט זיך בטעות פארפלאנטערט אין די וויסטענישן פון אייער נעזל.

מיר ווילן עסן רואיג און געשמאק. איר זענט נישט ביי אייך אינדערהיים, און איר דארפט זיך אויפפירן ווי די סטאנדארט וואס ווערט אויפגעפאדערט פון מענטשן ארום אייך.

ביי אייך אינדערהיים, קענט איר עסן וויאזוי איר פארשטייט, און געדענקט נאר אז ווען מען שמירט אריין פישזאפט אין די גאטשעס דארף מען דאס דערנאך אויסוואשן.

אבער קומען אין פובליק, טרעטן אויף מענטשליכקייט, טון זאכן וואס די תורה פארבאט, עסן אומאיידל, איז נישט צום זאך, און עס איז אפילו נישט רבניש.

עס זענען דא ספעציעלע געצייג וואס הייסן לעפלעך, גאפלעך, און מעסערס, וועלכע העלפן דעם מענטש זיין זויבער, עס העלפט צו זיין ריין, און איז געמאכט פאר אט די סיבה, נעמליך, איר זאלט קענען עסן און נישט צושטערן די שמחה פון אנדערע מענטשן וואס ווערן רואינירט ביז ברעכן ווען זיי זעען די סארט סצענעס.[/justify]

נשלח: פרייטאג יוני 24, 2016 8:01 am
דורך שמעון וואלף
מ'זעהט אסאך מאל יונגעלייט פירן זיך אויף פשוט אומערצויגן. דאס וואס איז פשוט פאר יעדע בר בי רב חד יומא און אפילו א נידריגע גוי ווייסט און רעספעקטירט עס, וועט אבער א יונגערמאנטשיק אדער אפילו עלטערע איד, נישט וויסן וואס די ווילסט פון אים.
נעם למשל די יונגערמאן מיט וועם איך דאווען טעגליך מנחה. דער האט א מנהג אז ווען די נאז רינט אים וועט ער נישט מטריח זיין זיינע פיסעלעך צו גיין נעמען א טישו. אנשטאט דעם וועט ער זיך אן עצה געבן דורך אריינשלעפן זיין צואת האף מיט אזא גרידער אז א טויבער טויטער קען הערן. ווען איך קוק אויף אים מיט מאדנע בליקן האט ער נישט קיין מושג וואס איך וויל פון אים.

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 4:05 pm
דורך שטילע אינגערמאן
ווען כ׳געב אריין די קאר פאר valet parking.
דער נידריגע גוי וואס דרייווט מיין קאר פאר פונקטליך 20 פיס האט געטראפן זייער וויכטיג צו רוקן די סיעט.
איך האב עיהם נאך געגעבן א טיפ אויך.

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 5:09 pm
דורך א איד
ווען זיי זעצן זיך אריין אין די קאר, קען מען מיינען אז זיי לאזן זיך ארויס צו די נייעגרע פאלס, זיי רוקן די סיעטס, טוען זיך אן סיעטבעלטס, כהאב געפרעגט אמאל איינעם, אויב ער האט מיר פאררוקט די רעדיא טשענעלס אויך.

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 6:18 pm
דורך קאווע טרינקער
ווען מ'זינגט נפשי חולת אהבתך מיט א באטל וויין אין האנט ביי אן אנגעפילטע טיש מיט עסן וואס אפילו פאר א זמירות'ל איז נישטא קיין פלאץ....
#שירה #זאביפריד #פאלקאוויטש

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 6:29 pm
דורך סאשי פיש
און מען רייכערט א ציגאר

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 7:23 pm
דורך [NAMELESS]
יא יא, דערמאנסט מיר פון מיין מגי"ש וואס פלעגט אלץ ציניש חוזק'ן פון די בחורים ביי די חסיד'שע באטעס, מען זונגט שטורמיש: "אוי צמאאהה לעככאא..." און מען שאשקעט א האנטפול פאפקארן. "אוי קאמעע לעככאא בשרי..." טשערי סאודע מיט דזשעלי רינגס גליטשן זיך פליסיג אריבער דעם צינור הוושט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 07, 2016 7:29 pm
דורך קאווע טרינקער
סאשי פיש האט געשריבן:און מען רייכערט א ציגאר

און א קינד זעהט דאס נאך צו....

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 9:53 am
דורך אפשר
קאווע טרינקער האט געשריבן:ווען מ'זינגט נפשי חולת אהבתך מיט א באטל וויין אין האנט ביי אן אנגעפילטע טיש מיט עסן וואס אפילו פאר א זמירות'ל איז נישטא קיין פלאץ....
#שירה #זאביפריד #פאלקאוויטש



לכאורה גייט די חולת אהבתיך ארויף אויף די וויין און די בן סורר ומורר פלייש

נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 12:07 pm
דורך קאמענטירער
סדא אן ענין וואס שטערט מיך שטארק און איך וועל עס אויסשמועסן טראץ די אומבאטעמטקייטט שבו:
היינט איז שטארק איינגעפירט אז ווען מען גייט אויפן מקום וואו אפי' די אמאליגע קעניגען פלעגן גיין אליינס דארף מען שוין היינט נישט זיין אליינס מנעמט מיט איינע פון די אומזינסטע טעגליכע בראושורען אין ביהמ''ד און מקען פונקטליך זען ווער סוויל פארענטען א דירה אדער אויב איינער וויל עפעס מעורר זיין וכדו'

איז ביי מיר מאכט זיך גאנץ אסאך מאל וואס מען שפירט א שטארקע דראנג פונעם קערפער אויסצושפייען די פרעמדע ארטיקלען סאיז נישט דא קיין ברירות און מדארף פליען און סבלייבט ניטאמאל איבער צייט צו נעמען איינע פון די פליג צעטלעך אזויפיל יא קען מען יא עספיען צו אויסוועלן א בית הכוד שטיבעלע מיט די דבר יום ביומו אינעוויניג איך פריי זיך אז ב''ה לא השבית גואל און סאיז מיר געלונגען נישט צו זיין ביחידות מיט זיך אליין איך הייב אויף די צעטיל אין די ערשטע געלעגנהייט זע איך נישט מער און נישט ווייניגער די צעטטיל אז פון א טאג צוויי צוריק.... :evil: :evil: :evil: :evil: