בלאט 38 פון 55
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: פרייטאג יולי 08, 2016 12:30 pm
דורך גראף
פאר דעם האט דער באשעפער באשאפן סמארט פאונ'ס. מאך נאר זיכער צו דאווענען אין א פלאץ ווי עס איז דא סערוויס איבעראל.
נשלח: זונטאג יולי 10, 2016 1:04 am
דורך berlbalaguleh
גראף האט געשריבן:פאר דעם האט דער באשעפער באשאפן סמארט פאונ'ס. מאך נאר זיכער צו דאווענען אין א פלאץ ווי עס איז דא סערוויס איבעראל.
גראף:...און מ'האט נישט געאסר'ט אריינצוברענגען סמארטפאונס אין גאנצן בנין...

נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 3:39 am
דורך וואלווי
ווען איך גיי אריין און א ספרים געשעפט אין וויל אויסטשעקען די נייע ספרים סעקשען מוז אייביג זיין עפעס א יפת תואר וואס ליגט אנגעליינט אויף די גאנצע שעלף במלוא רחבו שטייטלעך דורך לערנעדיג איעדע הסכמה און מעות קדימה פון איעדען ספר באזונדער.
זיי מוחל נעם א ספר רוק דיך צו א זייט און לאז א צווייטער אויך צו!!
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 5:06 am
דורך [NAMELESS]
וועלכע ספרים געשעפט איז אפען אזוי שפעט ביינאכט

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 11:07 am
דורך גראף
בן אדם האט געשריבן:וועלכע ספרים געשעפט איז אפען אזוי שפעט ביינאכט

ער מיינט לכאורה פינטער'ס ספרים סטאר אויף דער גאס..
נשלח: מאנטאג יולי 11, 2016 9:46 pm
דורך וואלווי
בן אדם האט געשריבן:וועלכע ספרים געשעפט איז אפען אזוי שפעט ביינאכט

צווישען 2-4 AM איז מיין צייט ארויס צי געבען כעס...
גראף האט געשריבן:ער מיינט לכאורה פינטער'ס ספרים סטאר אויף דער גאס..
דרך אגב YU לייברערי, א גאר פיינע פלאץ, איז אפן ביז 1 am
נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:14 pm
דורך [NAMELESS]
אז אפאר חסידיש'ער פאצעס קענען שוין מבחין זיין וועלכע מעשיות איז יא אמת און וועלכע נישט, און אז וואס די בארדיטשובער האט געטון איז נישט מעגליך ווייל רביה"ק האט עס שוין כביכול געלייקענט, אדער צו וועלכע מופתים און כוחות דער בעש"ט האט יא גע-יכול'ט און וועלכע נישט...
אנבעליוואבל!
קיינער האט ענק נישט געבעטן צו בלייבן חסידים, אז עטס קענטס עס נישט דערהייבן דאן לאזט'ס עס אפ!! ס'איז נישט פאר ענקערע מוחות.
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 5:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אפשר איז עס נישט פאר דיין מו"ק מבחין צו זיין בין אמת לשקר
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 5:24 pm
דורך [NAMELESS]
(כ'האב געוואוסט אז דאס גייט זיין דו ערשטע שאלה. כ'האב נאר נישט געוואוסט צו פון דיר אדער פון משזר..)
למעשה, די ביסט דאך א ליטוואק, סאו וואס דו זאגסט נאר וועט מיר נאר קאסטן א שמייכל.. אבער אדרבה, וויאזוי ביסטו מבחין צווישן אמת אין שקר?
נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 5:28 pm
דורך קאווע טרינקער
ביסט גערעכט, חסידישע פאצעס האבן טאקע נישט קיין רעכט צו נעמען א שטעלע. אבער נישט-פאצעס, מעגן יא.
נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 5:33 pm
דורך [NAMELESS]
ווער איז דער נישט פאץ פון וועם דו רעדסט? און וואס זאגט ער?
נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 5:35 pm
דורך [NAMELESS]
אדרבה, איך וויל אויך הערן.
נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 6:47 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
בן אדם האט געשריבן:(כ'האב געוואוסט אז דאס גייט זיין דו ערשטע שאלה. כ'האב נאר נישט געוואוסט צו פון דיר אדער פון משזר..)
למעשה, די ביסט דאך א ליטוואק, סאו וואס דו זאגסט נאר וועט מיר נאר קאסטן א שמייכל.. אבער אדרבה, וויאזוי ביסטו מבחין צווישן אמת אין שקר?
ס'איז פארקערט, אלס מתנגד בין איך גרייט צו גלויבען אז אלע מעשה'ס זענען אמת. דער בע"שט איז אריבער די וואסער אזוי ווי יאשקע, דער ריזהינער האט אין זיין לעבען גארנישט געלערנט און ר' שלמה קארלינער איז געווען א גראבע בעל תאווה. דו ביסט דער וואס האט שתי דרכים לפניך, אדער נישט גלויבען און בלייבען ביי אידישקייט, אדער גלויבען און טוישען דער גאנצע רעליגיע צו שטימען מיט א פאר באבע מעשה'ס.
It's a free country, take your pick
נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 9:35 pm
דורך קאמענטירער
נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2016 9:57 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס'איז פארקערט, אלס מתנגד בין איך גרייט צו גלויבען אז אלע מעשה'ס זענען אמת. דער בע"שט איז אריבער די וואסער אזוי ווי יאשקע, דער ריזהינער האט אין זיין לעבען גארנישט געלערנט און ר' שלמה קארלינער איז געווען א גראבע בעל תאווה. דו ביסט דער וואס האט שתי דרכים לפניך, אדער נישט גלויבען און בלייבען ביי אידישקייט, אדער גלויבען און טוישען דער גאנצע רעליגיע צו שטימען מיט א פאר באבע מעשה'ס.
It's a free country, take your pick
גלייב וואס דו ווילסט געזונטערהייט. אלץ מיך אויס קענסטו אנרופן דעם גאנצן דגל מחנה אפרים (ווי ס'שטייט די מעשה מיט'ן גארטל איבערן וואסער) מיט'ן תולדות יעקב יוסף (אחיה השילוני) אויף יאשקעס תורות.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 2:46 am
דורך berlbalaguleh
קאמענטירער: ניין. דו ביסט נישט דער איינציגסטער. ס'שוין געשעהן עטליכע מאל ביי מיר אויך.נאר לעצטנס איז דא אן אנדער פראבלעם. א טאטע האט געוואלט מזכה זיין זיין יונגל. און ר'האט איהם געקויפט א מאטארייזד סקוטער. ומה יעשה הבן ולא יחטא. דער יונגל פארט ארום . ניין. נישט ער פארט. נאר ער פליהט מיט'ן סקוטער אויפ'ן סיידוואק מיט א גרויס ווילדקייט. איך זיץ ביי מיר אויפ'ן 3'טן שטאק און איך הער דעם רעש פון דעם סקוטער. ווי דער יונגל פארט אהין און צוריק. ווילדערהייט. יעצט האביך נאר די איינציגע האפענונג אז דער יונג וועט אריינקלאפן אין א מענטש. און מ'וועט סוען דעם טאטן (דעם קארגן) כמו שכתוב. וועט ער זיך אפשר לערנען א לעססאן אז מ'קויפט נישט אזאלכע שעדליכע טויס פאר די קינדער...!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 2:58 am
דורך [NAMELESS]
קאמענטירער, ס'טאקע זייער אינטרעסאנט. אפשר זעסטו אויס ווי א רב און די קינדער פון גרויס שרעק קערן זיי זיך איבער.
ר' בערל, הניחא ווען דו טאטע האט עס געקויפט, אבער ע"פ רוב) אין מיין גאס זיכער) באלאנגט דאס פאר איין קינד און ער איז דאס מזכה פאר זיינע חברים...
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:57 pm
דורך שמעקעדיג
נישט ממש עס רעגט מיך אויף, אבער מאכט מיר נערוועז.
געוויסע קאמפאניס יעדע מאל זיי שיקן א אימעיל מיט א PDF פייל, שרייבט מען דערונטער אזא "פראפעסיאנאלע" מעסעזש, בערך אזוי,
To read PDF files, download Adobe Acrobat from here
פונקט PDF פיילס? פארוואס נישט פיקטשער פיילס? אדער ווארד/עקסעל פיילס? קליפס?
יעדע קאמפיוטער/פאון קומט שוין היינט עקוויפט מיט א PDF ריעדער, צו וואס סתם משוגע מאכן?
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 2:06 pm
דורך טמיר
ס'נישטא קיין אשכול פאר זאכן וואס מאכן נערוועז?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 6:27 pm
דורך [NAMELESS]
ווען די חרדי'שע פרעסע באריכטעט ווי חברי הצלה האבן 'געמאכט א קידוש השם' ווען זיי האבן געראטעוועט נישט אידישע מענטשן.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 6:38 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
וואס רעגט דיר אויף? אז זיי האבן געראטעוועט? קאמאן!!!!
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2016 6:57 pm
דורך [NAMELESS]
אז מען באריכט עס כאילו עס איז עפעס א חידוש
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 1:44 am
דורך berlbalaguleh
אבער איך קען די משפחה. זיי זענען מיינע נעקסט דאאר נעיבארס. אאפס. יעצט ווייסטו שוין וואו איך וואוין...
