בלאט 5 פון 5

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2016 2:39 pm
דורך יעקב מענטש
וואס איז פשט אז מאחורי איז נאכנישט צוריק געעפענט ?

Re: שלום עליכם קאווע שטיבל

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2016 2:46 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
תקנות איז נישט קיין ראיה. ווען מ'וואלט אייניג ענפארסירט די תקנות איז איין זאך. נאר למעשה איז עס אן א חשבון. אמאל מעג מען אטאקירען א צווייטע ניק און אמאל נישט. אמאל מעג מען שרייבען אביסל לויז אויף מנהיגים און אמאל נישט.
יא, ווען מושב האט נישט גענומען זיין פילען דעמאלס, פארשטייט יעדער איינער וואס מ'דארף צו טוהן. אבער אין אנדערע פעלער איז עס נישט אזוי, און ווען מ'וואלט גלייך סדר געמאכט, וואלט אנדעריש אויסגעקוקט.
נאכאמאל, איך בין פון יצחק'ס ערשטע חברה, וואס נעמען נישט אן די זאך אזוי ערנסט. אבער לסברא של ענין שרייב איך

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2016 3:18 pm
דורך נהורא נפישא
אז מ'אינפארסירט נישט די תקנות, האט יעדער א רעכט פארצוהאלטן אויף דעם, דאס מאכט אבער נישט אז מ'קען האבן א טענה אויף אזאך וואס שטייט קלאר ארויס אין די תקנות.

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2016 3:40 pm
דורך געוואלדיג
איך הער אזוי פיל רעדן פון דעם און איך ווייס נישט מאי דקאמרי רעבעצין, איך בין געווען א גבאי און יעצט האב אויך גבאי פונקציעס, און איך ווייס נישט פון וועלכע חשבונות מען פירט דא, אדרבא ברענגט דא דוגמאות פון אטאקעס אויף אנדערע מעמבערס וואס מען האט געמעקט און וועלכע מען האט צוגעלאזט און לאמיר זעהן דעם איפה ואיפה, ווען איינער (וואס ביז יעצט ווייס איך נישט ווער) האט לעצטנס אומריכטיג געמעקט איש את רעהו'ס הודעה האב איך זיכער געמאכט און עס צוריק געלייגט, איז לאמיר רעדן פאקטן אנשטאט ליידיגע דעמאגאגיע און אדרבה מען האט ביז היינט מודה געווען אויף טעותים און פאראכטן און מען וועט יעצט אויך.

Re: שלום עליכם קאווע שטיבל

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2016 3:53 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מ'רעדט פון די מעגליכקייט. טאמער מ'גיבט איינער אזא מאכט, דארף זיין אן אפענע פראצעס צו באפעסטיגען א טראסט צווישען דער עולם. און אויף דעם האב איך געזאגט אז תקנות איז נישט גענוג.
נאכאמאל, איך האב קיין פאראיבעל אויף קיינער נישט, נאר אויסשמועס'ן די טענה

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2016 3:56 pm
דורך בן אדם
(((אפשר האט איינער געהעקט))) :shock:

נשלח: דינסטאג מערץ 15, 2016 6:50 pm
דורך כלבאשבוע
שלום עליכם [tag]קאפיטאן[/tag]

נשלח: מיטוואך מערץ 15, 2017 11:55 pm
דורך שלום שטיסל
ס׳איז פאריבער א יאר פון ווען די קאשמארע טעג איז געקומען צו א פרייליכע ענדע.... סארא שרעקעדיגע טעג געווען....