בלאט 5 פון 8

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2020 8:42 pm
דורך כרם זית
וואלווי האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:כפי השערתי איז די סיבה פארוואס דער חתם סופר ז''ל האט זיך געחתמט משה הקטן, צוליב די גמרא אין חולין אז הקטן איז א שבח פאר צדיקים כמו בנימין הקטן שמואל הקטן.

ער האט זיך גענומען די כבוד פאר זיך און מפרסם געווען פאר די גאנצע וועלט?

וואס איז איז אנדערש ווי יעדע רב וועלכע האט זיך אונטערגעשרריבן הקטן? איך האב נאר געברענגט א מקור צו שרייבן הקטן נאכן נאמען (משה הקטן), ווי פארן נאמען (הקטן משה).

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2020 8:46 pm
דורך פיקח עצום
למעשה איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז 2 פון די אויסגאבעס וואס האבן געדרוקט דעים חרם, האבן זעהט אויס זיך געוואלט מאכן ווי מענטשן געדינקען נישט, דער איד, האט באשריבען זיין שווער מו"ה יחיאל לעבאוויטש ז"ל, האבן זיי געשריבן זיין איידעם "הרב שמואל ניימאן שליט"א מח"ס אבני חושן", און דער דבר יום ביומו ווען ער האט געטון א שידוך אויך "הרב שמואל ניימאן שליט"א", גיי פארשטיי דעיע משוגעים, דרוקטס א חרם קעגן א מענטש, מיט א לשון וואס מ'האט גענוצט קעגן דעים אותו האיש, און אפאר חדשים שפעטער הרב=שליט"א.
מילא אז די שרייבטס פלעין ר'=נ"י אבער פליצלונג ווערט ער הרב?!!
אז כ'וועל טרעפן קאפיס פון דער איד און דבר יום ביומו וועל'כעס בל"נ ארויפלייגן, אז איינער קען, זאל מזכה זיין די עולם פריער

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2020 8:51 pm
דורך כרם זית
פיקח עצום האט געשריבן:למעשה איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז 2 פון די אויסגאבעס וואס האבן געדרוקט דעים חרם, האבן זעהט אויס זיך געוואלט מאכן ווי מענטשן געדינקען נישט, דער איד, האט באשריבען זיין שווער מו"ה יחיאל לעבאוויטש ז"ל, האבן זיי געשריבן זיין איידעם "הרב שמואל ניימאן שליט"א מח"ס אבני חושן", און דער דבר יום ביומו ווען ער האט געטון א שידוך אויך "הרב שמואל ניימאן שליט"א", גיי פארשטיי דעיע משוגעים, דרוקטס א חרם קעגן א מענטש, מיט א לשון וואס מ'האט גענוצט קעגן דעים אותו האיש, און אפאר חדשים שפעטער הרב=שליט"א.
מילא אז די שרייבטס פלעין ר'=נ"י אבער פליצלונג ווערט ער הרב?!!
אז כ'וועל טרעפן קאפיס פון דער איד און דבר יום ביומו וועל'כעס בל"נ ארויפלייגן, אז איינער קען, זאל מזכה זיין די עולם פריער

אויך אין די מאנסי ''קאמיוניטי קאנעקשונס'', אנגעפירט דורך א וויזניצע חסיד, איז געשטאנען אזאנע טיטלן ביי די שמחות אפטיילונג.

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2020 8:54 pm
דורך mevakesh

אדרבא דאס איז זייער שיין אז אפילו עס איז געווען א קול קורא אפגעזעהן צו מיט רעכט אדער נישט קומען נישט בעלי בתים אוועקנעמן זיינע טיטלען וירבו כמותם בישראל

Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2020 10:45 pm
דורך שמעי'
דעת האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:מען זעהט ווי אלוקים מבקש את הנרדף זיינע חידושים און רעיונות על התורה זענען ממש קולע אל השערה ווי ער לייגט אריין א טעם און ער לעבט אויף די פרשה השבוע ממש א קליינע חתם סופר

וואוו קען מען עס הערן
@dailychimushshiur
Telegram link

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2020 11:10 pm
דורך יין שרף
כרם זית האט געשריבן:
פיקח עצום האט געשריבן:למעשה איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז 2 פון די אויסגאבעס וואס האבן געדרוקט דעים חרם, האבן זעהט אויס זיך געוואלט מאכן ווי מענטשן געדינקען נישט, דער איד, האט באשריבען זיין שווער מו"ה יחיאל לעבאוויטש ז"ל, האבן זיי געשריבן זיין איידעם "הרב שמואל ניימאן שליט"א מח"ס אבני חושן", און דער דבר יום ביומו ווען ער האט געטון א שידוך אויך "הרב שמואל ניימאן שליט"א", גיי פארשטיי דעיע משוגעים, דרוקטס א חרם קעגן א מענטש, מיט א לשון וואס מ'האט גענוצט קעגן דעים אותו האיש, און אפאר חדשים שפעטער הרב=שליט"א.
מילא אז די שרייבטס פלעין ר'=נ"י אבער פליצלונג ווערט ער הרב?!!
אז כ'וועל טרעפן קאפיס פון דער איד און דבר יום ביומו וועל'כעס בל"נ ארויפלייגן, אז איינער קען, זאל מזכה זיין די עולם פריער

אויך אין די מאנסי ''קאמיוניטי קאנעקשונס'', אנגעפירט דורך א וויזניצע חסיד, איז געשטאנען אזאנע טיטלן ביי די שמחות אפטיילונג.

זיין ביהמ"ד איז פיל מיט וויזשניצע אידן פון מאנסי. רוב וויזניץ האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט עם.

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 12:03 am
דורך calculator
שמעי' האט געשריבן:
דעת האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:מען זעהט ווי אלוקים מבקש את הנרדף זיינע חידושים און רעיונות על התורה זענען ממש קולע אל השערה ווי ער לייגט אריין א טעם און ער לעבט אויף די פרשה השבוע ממש א קליינע חתם סופר

וואוו קען מען עס הערן
@dailychimushshiur
Telegram link

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

אדער תורה-עניטיים. https://pricelessknowledge.com/free-shiurim/

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 12:04 am
דורך calculator
כרם זית האט געשריבן:כפי השערתי איז די סיבה פארוואס דער חתם סופר ז''ל האט זיך געחתמט משה הקטן, צוליב די גמרא אין חולין אז הקטן איז א שבח פאר צדיקים כמו בנימין הקטן שמואל הקטן.

איך האלט נישט אזוי. איך בין בארעכטיגט?

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 1:14 am
דורך כרם זית
calculator האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:כפי השערתי איז די סיבה פארוואס דער חתם סופר ז''ל האט זיך געחתמט משה הקטן, צוליב די גמרא אין חולין אז הקטן איז א שבח פאר צדיקים כמו בנימין הקטן שמואל הקטן.

איך האלט נישט אזוי. איך בין בארעכטיגט?

יעדער איז בארעכטיגט צו האלטן וואס ער וויל (בפרט דא אין ק''ש). וואס איז בכלל די פראגע?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 2:12 pm
דורך פיקח עצום
שמעתי אז הר׳ רפאל שור אחד מהחותמים, האט אנגערופן הגאון ר׳ שמואל מפייס צו זיין, און האט געזאגט אז מ׳האט איהם אנגעהעצט, און ער האט מברר געוועין אז ס׳איז שקר.

אדער יא אדער נישט!
לעצטענס איז דא אזא סטייל צו חתמ׳נען און נאכדעים צו שרייבר א מכתב חזרה!!

Re: הרה"ג מורה ודאין ר' שמואל ניימאן

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 2:35 pm
דורך פאליטיקאנט
ס'ארבעט בערך אזוי, קודם חתמ'עט מען צו ווייזן אז מ'איז פון די גדולים און אז מ'איז אין פאוער.
דערנאך בעט מען איבער; 1) ווייל ס'כאפט א ערנסטע מינוט און מ'האט באמת חרטה 2) ווייל די ס'איז שוין אריבער א שטיק צייט און מ'דארף ווידער ווייזן די וועלט אז איך לעב און איך טראג נאך זאגאר אויך אן אחריות....

און אויב איינער קען מיר מסביר זיין פארוואס מ'קען איבערבעטן מיט א פשוט'ע פאון קאל און נישט ברבים (אלס אויב עס איז אמת), עט עס מיר שטארק צוניץ קומען.... און איך העל מכיר טובה זיין בזה ובבא.....

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 3:45 pm
דורך אינטערסאנטער
פיקח עצום האט געשריבן:שמעתי אז הר׳ רפאל שור אחד מהחותמים, האט אנגערופן הגאון ר׳ שמואל מפייס צו זיין, און האט געזאגט אז מ׳האט איהם אנגעהעצט, און ער האט מברר געוועין אז ס׳איז שקר.

אדער יא אדער נישט!
לעצטענס איז דא אזא סטייל צו חתמ׳נען און נאכדעים צו שרייבר א מכתב חזרה!!

די פראבלעם איז אז די אלע חתמנען און פארשעמען ברבים, און דערנאך קומען זיי פריוואט מיט א פאון קאל איבערבעטן. זאג די חברה אז עס גייט נישט אזוי, אויב וויל מען איבערבעטן דארף מען ארויסקומען מיט א מכתב, אז נישט איז דאס סתם פורים.

עפעס איין רב איז יא דעמאלס ארויסגעקומען מיט א מכתב חזרה

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 3:49 pm
דורך וואלווי
By now קענען זיי זיך אלע האלטן מיט זייער קללות...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 3:53 pm
דורך אינטערסאנטער
וואלווי האט געשריבן:By now קענען זיי זיך אלע האלטן מיט זייער קללות...

עס איז נאך אלס דא גענוג תמימותדיגע וואס ווערן איבערגענומען פון א קול קורא, און נישט יעדער ליינט פון אונטער די שורות אז א באנדע באנדיטן האבן דא פשוט געזוכט אינטערצוברענגען א גדול בתורה וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן. דאס הייסט אז למעשה איז דאס יא אין די אויגן פון גאר אסאך א פלעק אויף הגאון ר' שמואל.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 5:44 pm
דורך [NAMELESS]
פיקח עצום האט געשריבן:שמעתי אז הר׳ רפאל שור אחד מהחותמים, האט אנגערופן הגאון ר׳ שמואל מפייס צו זיין, און האט געזאגט אז מ׳האט איהם אנגעהעצט, און ער האט מברר געוועין אז ס׳איז שקר.

אדער יא אדער נישט!

אינטערסאנט וואס ער'ט אים געענפערט?

פארוואס זאל איינער אין אזא פאל מוחל זיין?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 8:53 pm
דורך פאליטיקאנט
אויב איז ר' שמואל וויאזוי מ'לייגט עם אראפ דא אין שטיבל האט ער עם אוודאי מוחל געווען.

אן אויסגעארבעטע מענטש (ובפרט א תורה'דיגע איד אנגעזאפט מיט מוסר און השקפה), וועט אלץ פרובירן פארשטיין א צווייטן און זיכער מוחל זיין ווען יענער פרובירט צו ברענגען שלום - אפי' פערזענליך וועט ער נישט פארדינען.

און בכלל איז ראוי צו ברענגען וואס איך האב געליינט אין דער וועקער #12: א בחור איז אריין צו רב שטיינמאן און געבעטן מחילה אויפ'ן הענגען פאשקעווילן אקעגן עם אין ירושלים, רב שטיינמאן האט פשוט אנגעווינטשן ברכה והצלחה, האט דער בחור איבערגעפרעגט, איז דער ראש ישיבה מוחל, אויף וואס רב שטיינמאן האט צוריקגעענטפערט: נישטא אויף וואס "איך האב נאר פארדינט דערפון" (בערך אזוי).......

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 9:33 pm
דורך [NAMELESS]
אבער וואס איז אזא שטילע פיוס ווערט. די דעמעדזש איז דאן. ציסט צוריק מאך עס פאבליק. איך מיין נישט דער ספעציפישע איבערבעטער, איך רעד בכלל.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 10:44 pm
דורך אינטערסאנטער
דאס האב איך טאקע געטענה'ט אויבן, און איך ווייס קלאר פון רבנים וואס האבן אים אנגעקאלט איבערבעטן און ער האט זיי אלע מוחל געווען מיט זיינע גאלדענע תורה'דיגע מדות, אבער עס איז נישט צום פארשטיין א רב וואס האט אונטערגעשריבן און [על כל פנים געוואלט] חרוב מאכן יענעמ'ס לעבן און באשמוצן לדורות עולם, און זיך בארואיגן מיט א שטילע פאון קאל.....

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 10:49 pm
דורך גרעפיקסער
עמינדב האט געשריבן:אבער וואס איז אזא שטילע פיוס ווערט. די דעמעדזש איז דאן. ציסט צוריק מאך עס פאבליק. איך מיין נישט דער ספעציפישע איבערבעטער, איך רעד בכלל.

וועלכע דעמעדזש?
וויפיהל איך ווייס, גייט ער אן בעסער און שטארקער ווי ביז היינט.
(נישט אז כ׳געב גערעכט די חותמים...)

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 11:50 pm
דורך [NAMELESS]
גרעפיקסער האט געשריבן:וועלכע דעמעדזש?
וויפיהל איך ווייס, גייט ער אן בעסער און שטארקער ווי ביז היינט.
(נישט אז כ׳געב גערעכט די חותמים...)

דעמעדזש וואס וואלט געקענט געשעהן. אויב יא געשען אדער נישט איז א זייטיגע פאקט.

אין אמת'ען אריין וואס באדערט מיר איז אן אנדערע מעשה מיט א קעגן-חתימה וואס יענער האט לעצטענס געגעבן א בריוו צו איבערבעטן אדער זאגן ער האט נישט געמיינט. דארט גראדע איז יא געווען דעמעדזש ביג טיים. וואס האט דער איבער געבעטענער פונ'ם מחילה? גארנישט. די שאדן וואס ער האט געהאט דרייט זיך נישט איבער. (דעי מעשה איז געווארן געפאבלישט דורך נישט א קראנטע דערציילער. קען זיין שקר.)

פונקט האט איינער זיך אזוי פאררעדט צו מיר. איינער האט אים געוואלט מפייס זיין (גרויסע צדיק וואס ער איז). עכט האט ער גארנישט געוואלט מוחל'ן. אבער אן אלטע מעשה שוין געווען און סיי ווי פארגעסן, די שלעכטע פילינגס גייען נישט אוועק, די אלטע יסורים זענען פאראייביגט אין צייט, און די היזק אומפאררעכטבאר. וואס וועט ער זאגן איך בין נישט מוחל? און וואס וועט עס אים ברענגען? דער צדיק מפייס גייט גארנישט געבן אויסער א "זיי מיר מוחל" נעם עס אדער לאז עס.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 12:05 am
דורך פיקח עצום
עמינדב האט געשריבן:
פיקח עצום האט געשריבן:שמעתי אז הר׳ רפאל שור אחד מהחותמים, האט אנגערופן הגאון ר׳ שמואל מפייס צו זיין, און האט געזאגט אז מ׳האט איהם אנגעהעצט, און ער האט מברר געוועין אז ס׳איז שקר.

אדער יא אדער נישט!

אינטערסאנט וואס ער'ט אים געענפערט?

פארוואס זאל איינער אין אזא פאל מוחל זיין?

לויט ווי כ׳האב געהערט האט ער גענפערט מחול לך מחול לך מחול לך.
כמיין אז ר׳ שמואל איז געוועין א תלמוד פון הר׳ רפאל.
און זיין טאטע הרב אברהם ניסן שליט"א איז בידידות מיט ר׳ רפאל, נאך פון יאהרן צוריק

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 12:26 am
דורך יין שרף
יא, לכאורה איז ער א אלטע תלמיד פון ר' רפאל פון ישיבת וויזניץ.

גראדע כמדומה ע"פ שו"ע דארף מען נישט מוחל זיין א מוציא שם רע, ווייל יעדער האט געהערט פון די שם רע און נישט פון די פיוס! (וכמדומה מכל מקום מידת חסידות איז יא צו מוחל זיין, וכבר אמר הרבי מסאטמאר שנשתכחה...)

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 2:04 am
דורך שמעי'
ער האט אים געזאגט אז ער האט אים שוין לאנג מוחל געווען, און ווען ר' רפאל האט זיך פרובירט צו פארענטפערן וויאזוי ס'איז צושטאנד געקומען אז בעצם האט ער נישט געוואוסט און געוואלט וכו' וכו' האט אים ר' שמואל גענטפערט אז ער איז נישט אינטערעסירט צו הערן.