בלאט 5 פון 6

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2020 11:04 pm
דורך איסר האטלקי
איך האב געשריבן אז שולן זאלן זיין אפן? איך דאווען שוין נישט מיט מנין פאר 6 חדשים (נישט ממש...).

אבער פארוואס זאגן ליגנט אז די געזעץ האט עס פארלאנגט ווען ס'איז נישט אמת? וואס איז שלעכט צו בלייבן מיט'ן אמת אז די תורה פארלאנגט עס אפי' די רעגירונג האט נישט געהייסן פארמאכן ביז היינט?

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2020 11:05 pm
דורך ליפא
אספקלריה האט געשריבן:סגייט מיר נישט און קאפ וואס איז די שאלה בכלל,
שטארבען נישט מענטשען טעגליך ? מהאט היינט אריינגעפירט מיין חבר און די פערציגער יארען,ער איז געווען געזונט ווי א בער, זענען נישט געשטארבען יונגע מענטשען ??
ווילאנג מענטשען ווערען נאך טעגליך אריינגעליפערט און שפיטאל, וויאזוי קען א רעכטדענקיגע מענטש ארויס גיין פון הויז אן א הכרח גמור?
סאיז נאך גארנישט קלאר אפילו דיע וואס האבען עס שוין געהאט מווייסט נישט ווען סגייט ארויס פון די סיסטעם.
ווען א מענטש וואלט ווען געהאט צוגעושעפעט א גאן צוזיך און ער ווייסט אז סאיז דא א קליינע צד ספק, אז זיין גאן קען שיסען א מענטש, וואלט ער געגאנגען און גראסערי,
וואס איז בכלל די אנדערע צד דא ?

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2020 11:35 pm
דורך אספקלריה
איך פארשטיי מיט די קושיא פון גראסערי מברויך דיך עסען ניין?
איז עס אוכט א צורך פון לעבן
דער גראסערי מוז זיין עפען ווייל מענטשען דארפען עסן ניין?
ובאמת דארפען טאקע די גראסעריס אויסשטעלען א שטערקערע וואך סיסטעם.
און געוויסע גראסעריס האבען טאקע אזוי געטוהן, אבער א בית מדרש וואס איז נאר מחמת גאט,גאט זאגט אז ראטעווען א לעבן איז פאר אלע מצוות.

נשלח: זונטאג אפריל 12, 2020 11:40 pm
דורך שמעקעדיג
אזא חילול ה'

The New York Times: Fear and Frustration Rise as Virus Spikes in Jewish Enclaves.
https://www.nytimes.com/2020/04/08/nyre ... -jews.html

נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2020 8:53 am
דורך שמערל
אישתישבי האט געשריבן:קלאר צו מאכען צוויי נקודות

דער לשון הגעזעץ איז נישטא בגלוי, עס ליגט ביים ווינער רב אין לעדעל און וויל עס נישט ארויסגעבען, די אלע לשונות זענען צייטונגען וואס שרייבען מפי השמועה פין דער גאווערנער.


וואס איז דאס סתם איבערחזרן סתם שקרים, דער עקזעקוטיוו ארדער 202.10 וואס פארבאט יעדע סארט צוזאמקום איז אינטערגעשריבן געווארן מערץ 23, און געפינט זיך אויף די זעלבע וועבזייטל ווי אלע עקזעקוטיוו ארדערס פונעם גאווערנאר געפונען זיך.

נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2020 10:46 am
דורך איסר האטלקי
אינעם סטעיט געזעץ שטייט נאכאלץ מאדנע ווערטער, איינער קען עס מסביר זיין?

Houses of worship may only be used by individuals and only where appropriate social distancing of, at least, six feet between people can be maintained.

דאס מיינט אז זיי קענען נאכאלץ גארנישט טון קעגן מנינים אין שולן...

Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות

נשלח: מאנטאג אפריל 13, 2020 1:39 pm
דורך אונטער חכם
שמערל האט געשריבן:דאכט זיך אז [tag]לעיקוואד[/tag] לא דק, שולן דארפן נישט זיין פארמאכט מענטשן מעגן לעגאל דארט דאווענען ביחודות אויפוואשן דעם בעתמעדרעש אדער זיך מתודה זיין פארן גלח, דער געזעץ פון אפריל 23 האט פארבאטן איעדע סארט ציבוריש'ע צוזאמקום, און ווי יעדער וואס האט געוואלט האט דעמאלטס פארשטאנען האט עס אינקלודעד א רעליגיעזע צוזאמקום (מנין בלע''ז), אזוי ווי אבער די עם קשה עורף האט אבער נישט געוואלט פארשטיין, האט עס יעצט די רעגירונג קלאר ארויסגעשריבן פאר די פארשטאפטע הערצער, און אפילו פאר די רע בני ישראל וואס זענען גוט מיטן גאווערנאר און וועם ער האט זיי אליין געזאגט וכו'.
ביסט זיכער זיי האבן אונז געמיינט? איך האלט זיי האבן ענדערש געמיינט דעם פלארידע גאווערנאר.

ווען זיי וואלטן אונז געמיינט, וואלטן זיי געגעבן עפעס ענפארסמענט מאכט פאר די פאליס, אן דעם איז דער ארדער דאך נישט ווערט די טינט אויף וואס עס איז געשריבן.

נשלח: מוצ"ש אפריל 18, 2020 8:05 pm
דורך במדבר
קהל יראי ה' ד'קארעלסבורג

Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות

נשלח: מוצ"ש אפריל 18, 2020 9:52 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
במדבר האט געשריבן:קהל יראי ה' ד'קארעלסבורג
מיט דעם אלעם וואס זיי האבן פארלוירן אפאר געטרייע מתפללים

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2020 1:33 am
דורך נהירא נהיגא
איז אמת אז סאטמאר זאלונים האבן אויסגעשטעלט פאר אלע קינדער וואו צו לערנען? לפי השמועה, איז איינגעטיילט יעדע קלאס אין צוויי, און די שיעורים קומען פאר ביי פריוואטע מענטשן אין שטוב. כדי אויסצומיידן לעגאלע אחריות, איז דאס נישט אפיציעל פון די מוסד, נאר מטעם המלמדים.

קען איינער קאנפירמען?

Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2020 1:40 am
דורך דער גאלדענער אדלער
נהירא נהיגא האט געשריבן:איז אמת אז סאטמאר זאלונים האבן אויסגעשטעלט פאר אלע קינדער וואו צו לערנען? לפי השמועה, איז איינגעטיילט יעדע קלאס אין צוויי, און די שיעורים קומען פאר ביי פריוואטע מענטשן אין שטוב. כדי אויסצומיידן לעגאלע אחריות, איז דאס נישט אפיציעל פון די מוסד, נאר מטעם המלמדים.

קען איינער קאנפירמען?
ליידער איז עס אמת!

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2020 2:19 am
דורך נהירא נהיגא
פליט ארום אויף וועטסעפ:

Satmar Kasho Tshbar Shupron Are going altara kitas in shul. Neitra 6 lee Vien Going the altara kitas in Cheider.

ל"ע. הי"ד

Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2020 2:31 am
דורך אונטער חכם
במדבר האט געשריבן:קהל יראי ה' ד'קארעלסבורג
אמת?
אויף קול מבשר זאגט מען כסדר נאך פסקים אויף פארקערט בשם ר' יחזקאל.

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2020 3:20 am
דורך איסר האטלקי
איך זע נישט וואס איז די פראבלעם פון עפענען מוסדות. רוב עלטערן האבן עס שוין געהאט, און ווער נישט זאל טאקע נישט שיקן די קינדער.

האלטן די קינדער אינדערהיים איז נישט ווי דאווענען ביחידות, נאר מ'קען פשוט אראפגיין פון זינען פון האבן אזויפיל אויפן קאפ. איך האב נישט אזא גרויסע משפחה, אבער איך קען משפחות פון דער נאנט וואס איז א פחד וואס דארט קומט פאר. עס איז א רחמנות אויף די קינדער צו זיצן דארט א גאנצן טאג.

פארשטייט זיך אז קינדער פון 60 יעריגע זאלן חלילה נישט גיין, ווי אויך טארן די קינדער נישט גיין צו די זיידעס באזוכן. אבער חוץ מזה איז שוין צייט צו לאזן דעם עולם לופטערן אביסל.

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2020 10:44 am
דורך נהירא נהיגא

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2020 2:53 pm
דורך קלוגע יודל
נהירא נהיגא האט געשריבן:https://docs.google.com/forms/d/e/1FAIpQLSftUxp7RVDeE1BXnp9ITiXE2FjljOPRAJe5OkayoGJBua5yFw/viewform

איך זאג נישט לכאן און נישט לכאן, אבער די פארם איז לאכעדיג.
1) די וואס פאלגן נישט די רבנים,
עס איז דא רבנים וואס לאזן זיין אפן, און כאילו די פאלגסט אלעס די רבנים....

2) לויערס גיין מאכן א קלעס עקשען.
די ווייסט ווי לאכעדיג דאס איז? קיין איין לויער גייט נישט אננעמען די קעיס, אוודאי נישט קעגן רעליגיעזער אינצוטאציעס. קלעס עקשען דארפטסו אויפווייזן אז די האסט געהאט שאדן אדער דאס גלייכן, וויבאלד יענער פאלגט נישט דיין רב, איז נאכנישט קיין תירוץ פאר א קלעס עקשען

3) ווער עס פילט אויס די פארם וועט באקומען געלט
קאמענטארן זענען איבריג....

נשלח: זונטאג אפריל 19, 2020 6:04 pm
דורך אישתישבי
איסר האטלקי האט געשריבן:איך זע נישט וואס איז די פראבלעם פון עפענען מוסדות. רוב עלטערן האבן עס שוין געהאט, און ווער נישט זאל טאקע נישט שיקן די קינדער.

האלטן די קינדער אינדערהיים איז נישט ווי דאווענען ביחידות, נאר מ'קען פשוט אראפגיין פון זינען פון האבן אזויפיל אויפן קאפ. איך האב נישט אזא גרויסע משפחה, אבער איך קען משפחות פון דער נאנט וואס איז א פחד וואס דארט קומט פאר. עס איז א רחמנות אויף די קינדער צו זיצן דארט א גאנצן טאג.

פארשטייט זיך אז קינדער פון 60 יעריגע זאלן חלילה נישט גיין, ווי אויך טארן די קינדער נישט גיין צו די זיידעס באזוכן. אבער חוץ מזה איז שוין צייט צו לאזן דעם עולם לופטערן אביסל.


ביסט גערעכט, לגבי די גאנצע הרחקה, שפיטעלער זענען שוין ליידיגער, און די וואס קענען נישט דערהייבן די מחלה מוזן ממילא בלייבן מרוחק פאר נאך א יאר, און דער עולם ווערט משוגע אינדערהיים.

Re: פיקוח נפש! ליסטע פון שולן וואס זענען נאך אפן און עצות

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2020 3:46 pm
דורך זעקעל
IMG_5708.jpg



Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אפריל 20, 2020 11:10 pm
דורך גימפל
א ליידיגע זעקעל האט זיך באהאלטען אונטער א ניק צו באשמוצען מענטשען ברבים. א ליידיגע זעקעל קען מען דאך סיי ווי נישט מצרף זיין צו מנין.

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2020 1:39 am
דורך זעקעל
ווען איך וואוין ווען אין טעמעשוואר'ער שטעטל אין יארע 1763 וואלט איך מן הסתם אפגעלאכט פון די קארני וויצע,

נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 8:12 pm
דורך כספי
פארוואס ברענג איך עס ארויף?
אריבער א דריי יאר...
ניטאמאל קיין ווארט דורך די אלע דריי יאר, נישט מצד זה נישט מצד זה


אבער כ'בין באמת נייגעריג, די אלע צוקאכטע יודן וואס האבן דא געשריבן מיט דריי יאר צוריק מיט אזא אייפער, וואס האלטן זיי כיום הזה, אויף זייער דעמאלטס'דיגע ווערק
זיי זענען געווען 100% גערעכט?
50% גערעכט?
די אנדערע זייט - די רבנים וואס האבן דאנסמאל געלאזט אפן, זענען זיי געווען 100% גערעכט?
50% גערעכט?
לאמיר הערן

נשלח: זונטאג אפריל 16, 2023 8:31 pm
דורך קהל'ס נער
פארוואס ערווארטסטו אז איינער זאלן צוריקציען פון זיין מיינונג, וואס מען האט דעמאלטס געטין איז געוועין באזירט אויף די דאטא וואס איז דעמאלט געוועין, מען קען נישט זיין קיין חכם לאחר המעשה מיט די יעצטיגע דאטא און שרייען "איך בין גערעכט געוועהן"

נשלח: דינסטאג אפריל 18, 2023 8:11 pm
דורך תרמב
יהורם האט געשריבן:איך בין פריער געווען אין בארא פארק און כ'האב געזוכט מיט לעכט פאר צוויי שעה וואו צו פישן!

נישטא קיין אפיציעל אפענע שולן.
א שאד אז איך זע אזוי שפעט דיין מעסעזש, וואלסט געקענט קומען צו מיין הויז...

איך וואלט דיר מכבד געווען מיט א טרונק אויך...