בלאט 5 פון 5
Re: ר׳ חיים מאיר מ׳וויזניץ פון די לעצטע אמת׳ע תלמידי הבעש״ט?
נשלח: מיטוואך מאי 12, 2021 8:03 am
דורך א חסיד פון ווילנא
תרמב האט געשריבן:איך נעם נישט קיין שטעלונג יעצט, אבער סתם לידיעה בעלמא, ר’ שמואל יענקל הייסט אין די וועלט פאר א גרויסע בעל דמיון.
און ס’געפעלט מיר די אויסדרוק וואס מפיל קינד האט צוגעטיילט צום סאטמארע רבי, פון די לעצטע תלמידי אריה’’ק, פון תלמידי בעל שם קען ער נישט זיין ווייל שבת אחים איז נישט מסכים.
בכלל פארשטיי איך נישט, שבת ברענגט ראיות פון אמ"ח חסידים וואס זיי האבן געזאגט אויף אים
נעמט למשל סאטמארער רבי זצ ל, זאל איך אנהייבן צו רעכענען וואס צדיקים האבן געזאגט אויף אים, קודם זיינע תלמידים/חסידים און זיין קרייז
נאסאדער רב, מנחת אלעזר, פלאנטשער רב, בעלזער רב מהרי"ד, ר׳ שאול בראך, ביקסאדער רב, און רמ"א פריינד, תו"א רבי, בריסקער רב, ר"פ עפשטיין, קראסנער,שאפראנער (הראשון) פאפער שארמאשער רבנים
און נאך וואס איך דערמאן מיך נישט אויף די מינוט
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: מיטוואך מאי 12, 2021 10:44 am
דורך אישתישבי
כאילו די אלע מעשה'לעך מיינט אז ער איז פין די לעצטע אמת'ער תלמידי בעש"ט.
איך בין מסכים אז ער איז דער לעצטע אמת'ע וויזניצער רבי.
נשלח: מיטוואך מאי 12, 2021 11:07 am
דורך סעגאל
איך זיך איינער זאל דא איבער שרייבן מושען של ישראל אין ומשה היה רועה אפשר וועלען די סאטמערע רבי'ס ווערען גרויס.
נשלח: מיטוואך מאי 12, 2021 3:54 pm
דורך תרמב
סתם איבערשרייבן איז נישט אינטערסאנט, סדארף זיין אזוי אינטערסאנט ווי שבת אחים’ס שילדערונגען אויף די וויזניצע רביים.
נשלח: מיטוואך מאי 12, 2021 7:10 pm
דורך הרב שיף
שבת אחים האט געשריבן:ר׳ שמואל יענקל קאהן
דער בעש"ט אידאך זיינס א תלמיד, געקומען צו אים ביים טיש און מעזביז אפשר א ביקור גומלין געווען.
אבער עכ"פ א תלמיד פון א תלמיד קען נישט זיין.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 9:09 pm
דורך סעגאל
זעט אויס אז סאטמארע רבי האט פאראויס געזען אז שבת אחים וועט זאגען אז דאס מיינט א רבי
20210911_210402.jpg
נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 10:06 am
דורך איך אויך
יעצט אינעם קאמפיין סיזען דערמאן איך מיר א ווערטל פונעם הייליגן אמרי חיים זצ''ל: ער איז אמאל געווען אויף שבת אין רמת וויזניץ-חיפה אויף א שמחה, פאר עם האבען עולה אנדערע בני משפחת המלוכה און יעדער האט גע'שנאדערט ''צוה לברכם'', ווען עס איז געקומען זיין רייע רופט ער זיך אן צום גבאי ''איך זעה אז דא איז צוה לברכם א גאנגבארע מטבע, רוף אויס איך געב ח''י פעמים צוה לברכם''.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 4:55 pm
דורך שבת אחים
סעגאל האט געשריבן:זעט אויס אז סאטמארע רבי האט פאראויס געזען אז שבת אחים וועט זאגען אז דאס מיינט א רבי
20210911_210402.jpg
כהאב געהערט אז סאטמארער רב האט אמאל געזאגט אז אויב איך וועל עסען חזיר ביים טיש וועט די גאנצע וועלט שרייען, אויב רבי חיים מאירל וועט עסען חזיר וועט יעדער כאפן שיריים און זאגן אז משיח איז געקומען וכו׳
נישט זיכער צי סאיז אמת, אבער אזוי האב איך געהערט.
למעשה. איך פארשטיי אז ענק ווילן פארדרייען וואס איך האב געשריבן דא. אמת- די אמרי חיים איז געוועהן זייער א פיינע מענטש. אבער נישט דאס האב איך געשריבן דא.
ער איז נישט געוועהן בלויז א פיינער מענטש, נאר ער האט געהאט יעדע מעלה וואס א מענטש קען נאר האבן! ממש יעדער מעלה!
ער האט זייער גוט פארשטאנען צו מענטשען און דאס מענטשהייט, ער האט גערעדט צו יעדען לויט זייער שפראך. יעדע ווארט וואס איז ארויסגעקומען פון זיין מויל איז געוועהן צוקער-זיס. ער האט געהאט אסאך Emotional intelligence. ער איז געוועהן א מוראדיגע ווארימע געשמאקע, קלוגער מענטש. ער האט זיך פארשטאנען מיט א יעדער מענטש סיי א קנאי און סיי א מאדערנער- און דאס האט סאטמארער רב נישט געהאט. הגם איך האלט פון סאטמארער רב אין געוויסע זאכן, למשל זיין צדקה וחסד, אבער מיט געוויסע זאכן בין איך מחולק מיט אים, ספעציעל מיט זיינע שיטות אין אנטי-מאדערניזם.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 5:55 pm
דורך ערבי נחל
שבת אחים האט געשריבן:סעגאל האט געשריבן:זעט אויס אז סאטמארע רבי האט פאראויס געזען אז שבת אחים וועט זאגען אז דאס מיינט א רבי
20210911_210402.jpg
כהאב געהערט אז סאטמארער רב האט אמאל געזאגט אז אויב איך וועל עסען חזיר ביים טיש וועט די גאנצע וועלט שרייען, אויב רבי חיים מאירל וועט עסען חזיר וועט יעדער כאפן שיריים און זאגן אז משיח איז געקומען וכו׳
נישט זיכער צי סאיז אמת, אבער אזוי האב איך געהערט.
למעשה. איך פארשטיי אז ענק ווילן פארדרייען וואס איך האב געשריבן דא. אמת- די אמרי חיים איז געוועהן זייער א פיינע מענטש. אבער נישט דאס האב איך געשריבן דא.
ער איז נישט געוועהן בלויז א פיינער מענטש, נאר ער האט געהאט יעדע מעלה וואס א מענטש קען נאר האבן! ממש יעדער מעלה!
ער האט זייער גוט פארשטאנען צו מענטשען און דאס מענטשהייט, ער האט גערעדט צו יעדען לויט זייער שפראך. יעדע ווארט וואס איז ארויסגעקומען פון זיין מויל איז געוועהן צוקער-זיס. ער האט געהאט אסאך Emotional intelligence. ער איז געוועהן א מוראדיגע ווארימע געשמאקע, קלוגער מענטש. ער האט זיך פארשטאנען מיט א יעדער מענטש סיי א קנאי און סיי א מאדערנער- און דאס האט סאטמארער רב נישט געהאט. הגם איך האלט פון סאטמארער רב אין געוויסע זאכן, למשל זיין צדקה וחסד, אבער מיט געוויסע זאכן בין איך מחולק מיט אים, ספעציעל מיט זיינע שיטות אין אנטי-מאדערניזם.
די מימרא איז אז סאטמערע רב האט געזאגט די חוליק צווישען אים אין אנדערע רביס אויב ער וועט דינען עבודה זרה וועלען זיינע חסידים אים אוועק ווארפען אין אנדערע רביס וועלען די חסידים נאכטין
לויט ווי מען פארציילט האט סאטמערע רב זייער גיט פארשטאנען מיט א יעדעם א יעדעם אויף גענימען אין געגעבען געלט פאר א יעדעם ועיין באשכל הערץ פרענקיל
נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 6:05 pm
דורך שבת אחים
ערבי נחל האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:סעגאל האט געשריבן:זעט אויס אז סאטמארע רבי האט פאראויס געזען אז שבת אחים וועט זאגען אז דאס מיינט א רבי
20210911_210402.jpg
כהאב געהערט אז סאטמארער רב האט אמאל געזאגט אז אויב איך וועל עסען חזיר ביים טיש וועט די גאנצע וועלט שרייען, אויב רבי חיים מאירל וועט עסען חזיר וועט יעדער כאפן שיריים און זאגן אז משיח איז געקומען וכו׳
נישט זיכער צי סאיז אמת, אבער אזוי האב איך געהערט.
למעשה. איך פארשטיי אז ענק ווילן פארדרייען וואס איך האב געשריבן דא. אמת- די אמרי חיים איז געוועהן זייער א פיינע מענטש. אבער נישט דאס האב איך געשריבן דא.
ער איז נישט געוועהן בלויז א פיינער מענטש, נאר ער האט געהאט יעדע מעלה וואס א מענטש קען נאר האבן! ממש יעדער מעלה!
ער האט זייער גוט פארשטאנען צו מענטשען און דאס מענטשהייט, ער האט גערעדט צו יעדען לויט זייער שפראך. יעדע ווארט וואס איז ארויסגעקומען פון זיין מויל איז געוועהן צוקער-זיס. ער האט געהאט אסאך Emotional intelligence. ער איז געוועהן א מוראדיגע ווארימע געשמאקע, קלוגער מענטש. ער האט זיך פארשטאנען מיט א יעדער מענטש סיי א קנאי און סיי א מאדערנער- און דאס האט סאטמארער רב נישט געהאט. הגם איך האלט פון סאטמארער רב אין געוויסע זאכן, למשל זיין צדקה וחסד, אבער מיט געוויסע זאכן בין איך מחולק מיט אים, ספעציעל מיט זיינע שיטות אין אנטי-מאדערניזם.
די מימרא איז אז סאטמערע רב האט געזאגט די חוליק צווישען אים אין אנדערע רביס אויב ער וועט דינען עבודה זרה וועלען זיינע חסידים אים אוועק ווארפען אין אנדערע רביס וועלען די חסידים נאכטין
לויט ווי מען פארציילט האט סאטמערע רב זייער גיט פארשטאנען מיט א יעדעם א יעדעם אויף גענימען אין געגעבען געלט פאר א יעדעם ועיין באשכל הערץ פרענקיל
אויב האט ער זיך גוט פארשטאנען מיט יעדען פארוואס איז געוועהן “קולות וברקים” אין זיין שטוב א יעדער מאל סאיז געקומען צו אים א אגודיסט אדער איינער וואס האט נישט אנגענומען זיין שיטה? למשל ווען סערטער רבי איז געקומען צו אים. פארוואס איז ער געקומען לעבן שיכון וויזניץ און בארעדט די אידן וואס גייען צו די בחירות כאילו סאיז ממש עבודה זרה? פארוואס איז ער געקומען קיין ירושלים לעבן בעלזא און געזאגט “אהרן מיט די עגל”? ווען ער האט זיך געטראפן מיט בעלזער רב האט אים סאטמארער רב באשריגן ווי א סוטה- דאס האט מיר פארציילט מיין נאנטע קרוב וואס איז דארט געוועהן אין צימער- הרה”ח רבי משה טובי גרינצווייג ז”ל- משב”ק מהר”א מבעלזא.
ער האט זיך נישט פארשטאנען מיט א יעדען איינעם. ער האט יעדען געטשעפט וואס האט נישט געהאלטן ווי אים. ער האט זיך געהאלטן פאר די פירער פון די היימישע אידן. ער האט יעדען קליינע רב אין וויליאמסבורג געשטופט זאל האלטן זיינע זמנים, זיינע שיטות וכו׳ און אסאך האט ער אפגעקויפט מיט געלט...
רבי חיים מאירל האט קיינמאל נישט אוועקגעמאכט א צווייטענס דרך! קיינמאל נישט!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 6:35 pm
דורך ערבי נחל
שבת אחים האט געשריבן:ערבי נחל האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:סעגאל האט געשריבן:זעט אויס אז סאטמארע רבי האט פאראויס געזען אז שבת אחים וועט זאגען אז דאס מיינט א רבי

רוב קולות איז געווען ווען די שטוב מענטשען האבען זיך געטאנעט
לגבי די עגל קוק די דרשה אין זאג מיך אויב עס איז דא א רמז אז ער מיינט בעלזא רב
חגי זמנים וועמען האט ער אפ געקויפט מיט געלט קוים געהאט פאר זיך געלט אלעס אוועקגעגעבען
וויזניץ וועט אויף ווייזען אז זיי האבען נישט אנגענימען די זמנים
נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 8:48 pm
דורך שבת אחים
וואס איז א ראי׳?
סאטמערער רב האט קלאר געזאגט אז מען זאל נישט לייגן קיין דרוק אויף רבי מאטעלע. (ער האט גאנץ גוט פארשטאנען אז וויזניץ האט שוין געהאט דא חסידים 50 יאהר פארן צווייטן קריג און זיי האבן געהאלטן די זמנים דא) אבער אלע אנדערע רבנים האט מען פיין געדרוקט.
און מיט דעם אלעמען האט רבי מאטעלע נאכאלץ געטוישט די וויזניצער זמן!!! מאנסי וויזניץ האט א אנדערע זמן ווי בני ברק וויזניץ- רבי מאטעלע האט געמאכט א פשרה!!!
דאס הייסט א ראי׳?
סאטמערער רב איז געוועהן א קלוגער מענטש, א פיינער מענטש, א גרויסער מענטש. מיין רבי די אהבת ישראל האט שטארק געהאלטן פון אים. איך מאך אים נישט אוועק. אבער ער האט געהאט “שוואכקייטן”. ביי רבי חיים מאירל זעה איך נישט די שוואכקייטן. ער האט אלעס געהאט אין זיך. תורה, חכמה, מידות, גוטסקייט, געשמאקייט, איבערגעגעבנקייט, פראקטישקייט, כאריזמא, געמאכט שיינע ווערטלעך, א גוטער בעל דרשן, געקענט שיין זינגען און פירן טישן, פארשטאנען צו א יעדע מין מענטש, אייביג זיך געזארגט פאר די ציבור, ליב געהאט יעדען איד, און ער האט אויסגעקוקט ווי א מלאך, ער האט געהאט די וויזניצער צורה וואס האט אפגעשפיגלט רוזין, קאסוב, וויזניץ, ראפשיץ, דזיקוב, טשערנאביל, ראחמאסטריווקא, קאריץ, וכו׳
יעדער איד וואס איז געקומען צו אים האט ער אויפגענומען ווארעם, נישט קיין חילוק וואס יענעס פאליטיקס איז געוועהן. ער איז געוועהן א גאון במידות. און א מענטש וואס מקען זיך אסאך אפלערנען פון אים.
ווער ס׳וויל פארשטיין זיין כאראקטאר זאל ליינען די ספר “לפני ולפנים” פון הרה”ח רבי מנחם אליעזר מוזס- משב”ק- ער ברענגט אביסל ארויס זיין פערזענליכקייט. ווי אויך הערט די שיעורים פון הגה״צ רבי אליעזר דוד פרידמאן, און הגה״צ רבי דוד לייב שווארץ אין זיין ספר “בחוזק יד”.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 10, 2022 3:15 pm
דורך שבת אחים
כהאב היינט געטראפן איינע פון די פארצווייגטע וויזניצער ראזענבערג פאמילע אין א רעסטעראנט. און מיר האבן געכאפט א שמועס. איין מעשה וואס ער האט מיר פארציילט האב איך זייער הנאה געהאט און עס איז איז ווערט איבערצוזאגן.
ער פארציילט אז זיין עלטער פעטער איז געקומען פון זייער א פרומע וויזניצער שטוב אינדערהיים. נאכן קריג איז ער שטארק מאדעניזרט געווארן, אזויווי אסאך אנדערע מארמארישע אידן אין יענע צייטן. אבער ער פלעגט נאכאלץ קומען צום אמרי חיים פון צייט צו צייט. די אמרי חיים האט אים אלץ ארויסווייזן ספעציעלע ליבשאפט, מכבד געוועהן, שמועסן, פארברעגנגן, און זיך גע׳ווערטל׳ט מיט אים.
עמעציר האט אמאל געפרעגט די אמרי חיים פארוואס איז ער אזוי שטארק מכבד אזא איד וואס האט זיך אזוי מאדענזירט?
האט די אמרי חיים געזאגט:
“ס׳איז אמת אז דער איד איז גאר ווייט פון זיין פאטער אבער איך בין דאך נאך ווייטער פון מיין פאטער...!”
ווען איך הער די מעשיות, טראכט איך אלץ
וואו נעמט נאך אזעלכע מענטשען???
וואו טרעפט אזעלכע מענטשען היינטיגע טעג???
נשלח: מוצ"ש מערץ 12, 2022 10:09 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: ער איז דאך געווען א זון פון הייליגן אהבת ישראל. האט ער איבערגענימען זיין עניוות אויך...!
נשלח: פרייטאג מערץ 18, 2022 3:21 pm
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: ער איז דאך געווען א זון פון הייליגן אהבת ישראל. האט ער איבערגענימען זיין עניוות אויך...!
חוץ זיין עניוות בין איך נתפעל פון זיין קלאסישקייט. וועלכע רבי היינטיגע צייטן איז בכלל מקרב איינער וואס מאדעניזירט זיך בכלל? וועלכער רבי פארברענגט און שמועסט מיט אזא איינעם אן קיין שום Judgement?
רבי מאטעלע האט געהאט אסאך מעלות, אבער די מעלה האט ער נישט געהאט, ער האט נישט געקענט ארויסקוקן פון די באקס.
די אהבת ישראל מיט די דמשק, און אמרי חיים, די סערטער האבן יעדע איד אויפגענומען מיט ווארימקייט און רעספעקט אפגעזעהן יענעמס שיטות.
א באוואוסטע ווארט פון די אהבת ישראל איז:
“א יעדער רבי ווייזט מען אים זיין וועג אין עבודה פון הימל, אבער א קלוגער רבי פארשטייט אז פונקט ווי מ׳האט אים געוויזן זיין וועג פון הימל האט מען א אנדערע רבי געוויזן א אנדערע וועג פון הימל”...
רבי חיים מאירל איז געוועהן א מוראדיגע מענטש, יעדע ווארט וואס די מענטש האט ארויסגעזאגט פון זיין מויל האט מען געקענט לערנען פשט דערין בעיון. רבי יהודלע האט טאקע אזוי געטוהן. נישט געוועהן אזא קלאסישע מענטש ווי אים, פארגעס פון רביס, איך קען נישט קיין איין מענטש היינטיגע צייטן וואס האט די אלע מעלות! ווער ס׳האט אים געקענט אדער אלעס געליינט און געהערט וועגן אים פארשטייט פונקטליך פון וואס איך רעדט. ער איז געוועהן א מושלם, געהאט אלע מעלות וואס א מענטש קען נאר האבן. איך בין גארנישט משוגע... הייבטס אן צו ליינען זיינע מעשיות און זיינע ווערטלעך וועט עטץ אליינס זעהן.
אין מאור החיים חלק ג׳ ברענגט ער אראפ פון די גורער חסיד, די ראש העיר פון בני ברק, די באוואסטער איש ציבורי הרה״ח ר׳ ראובן אהרנביץ ז”ל, ער שרייבט צוויי ביכלעך, איינס וועגן אידישקייט פון פולין און די חרבן, און אנדערע פון אויפבויען אידישקייט אין ארץ ישראל, ער שרייבט אסאך וועגן וויזניץ און די אמרי חיים אין די בראשית יאהרן פון בני ברק.
די אמרי חיים פלעגט זאגן פרייטיגס צו נאכטס די ערשטע תורה ע”פ סוד און רמז און קבלה, און די צווייטע איז געוועהן ע”פ פשט און דרוש.
ער שרייבט:
“איך בין ארומגעפארן אין פולין צו אלע גרויסע רבנים און געהערט זייערע תורת, כהאב נישט קיין ספק ווען די וויזניצער רבי וואלט געוואוינט דארט וואלט ער איינגענומען פולין מיט זיין תורה”