בלאט 5 פון 6

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: פרייטאג מערץ 08, 2024 3:42 pm
דורך מילך טראק
די רעדסט פון בארא פארק הצלה אדער ווילאמסבורג ?

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מוצ"ש מערץ 09, 2024 9:16 pm
דורך yesiknow
וויליאמסבורג זיכער, בפ ווייס איך נישט

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 9:12 am
דורך פוילישע פעפער
וויליאמסבורג הצלה פירט דארט אריין ווייל סאיז די נענסטע שפיטאל
בארא פארק הצלה פירט דארט אריין נאר אויב די פאציענט האט א דאקטער וואס אי לאקירט דארטען אדער טאמער די משפחה/פאציענט בעהט עס אדער טאמער א פראמדיק פארלאנגט עס לויט די סיטואציע

Re: הצלה בארא פארק וויליאמסבורג

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 11:03 am
דורך yesiknow
מען רעדט נישט ווען עס איז לייף טרעטענינג סיטיועיטאן, עס איז דא אסאך בעסערע שפיטעלער אין די עריא .

רימעמבער קוביט

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 2:27 pm
דורך yatzmachp
yesiknow האט געשריבן: פרייטאג מערץ 08, 2024 3:03 pm קומט נישט אזוי אריין דא, אויב איינער ווייסט פארוואס הצלה טראגט כמעט אוסשליסלעך צו ענ וויי יו ?

אזא נעסטי סעקיוריטי סעטינג עס דערמאנט מיך פין תפיסה וויזיטעישאן יעדען טאג פרישע גזירות.

אין בכלל נישט פרענדלי רעכענען זיך זירא מיט א סיטועשין, אלעס מיט די שיינע קלינגעדיקע פרעיז פראטאקאל אדער איטס פאר יור סעפטי.

נישט פארשטענדליך ווי הצלה דינט זיי אזוי געטריי אין מען קען נישט האבען עפעס אויף צוריק פון זיי.
א פארווייטאגטע נשמה.

שבת שלום ומבורך
לויט ווי איך פארשטיי באקומען זיי געלט. די פירערס פון די הצלה פארדינען דערפון.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 9:28 pm
דורך פאלגזאם
לאכעדיג האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 23, 2024 4:51 pm דער עושר וויל נישט מען זאל קוקן אויף זיינע עוולות איז ער פארנומען מיט אמן זאגן.

"נזם זהב ואף חזיר".

אמן איז זייער א וויכטיגע זאך אבער נישט מצער צו זיין אידן איז נאך וויכטיגער.
ער ווארפט זיך מיט לשונות... :lol:
גיי זעץ דיר לערנען וועסטו קענען נאכזאגן ווי א איד.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: זונטאג מערץ 10, 2024 11:47 pm
דורך לאכעדיג
פאלגזאם האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 9:28 pm ער ווארפט זיך מיט לשונות...
גיי זעץ דיר לערנען וועסטו קענען נאכזאגן ווי א איד.
נֶזֶם זָהָב בְּאַף חֲזִיר; אִשָּׁה יָפָה וְסָרַת טָעַם.“ (משלי יא, פסוק כב)

ביסט צופרידן? און זייט ווען האט מען אין באבוב געלייגט א דגוש אז מען דארף לערנען??

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 12:21 am
דורך yesiknow
yatzmachp האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 2:27 pm
yesiknow האט געשריבן: פרייטאג מערץ 08, 2024 3:03 pm קומט נישט אזוי אריין דא, אויב איינער ווייסט פארוואס הצלה טראגט כמעט אוסשליסלעך צו ענ וויי יו ?

אזא נעסטי סעקיוריטי סעטינג עס דערמאנט מיך פין תפיסה וויזיטעישאן יעדען טאג פרישע גזירות.

אין בכלל נישט פרענדלי רעכענען זיך זירא מיט א סיטועשין, אלעס מיט די שיינע קלינגעדיקע פרעיז פראטאקאל אדער איטס פאר יור סעפטי.

נישט פארשטענדליך ווי הצלה דינט זיי אזוי געטריי אין מען קען נישט האבען עפעס אויף צוריק פון זיי.
א פארווייטאגטע נשמה.

שבת שלום ומבורך
לויט ווי איך פארשטיי באקומען זיי געלט. די פירערס פון די הצלה פארדינען דערפון.
עס איז קלאר אז ענ ווי יו גיט געלט פאר הצלה, אבער דאס מאכט די קשיא שטערקער ,אזויפיל קאנעקשאנס, אין חולי ישראל ומשפחתם זאלען נישט האבען צו וועהם צורעדען בעת צר להם.

עפעס איז דא פישי ,ווי זאגט מען אז עס שמעקט פון קאפ עפעס אזא נוסח ירחם המרחם .
עס איז דא א משנה אין אבות וועגען דעם אלא לצורך עצמן , איך האב שוין מורא נישט נאכצוזאגען פונקטליך די משנה .... עיין לעיל

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 12:40 am
דורך לאכעדיג
yesiknow האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 12:21 am עס איז דא א משנה אין אבות וועגען דעם אלא לצורך עצמן , איך האב שוין מורא נישט נאכצוזאגען פונקטליך די משנה .... עיין לעיל
הֱווּ זְהִירִין בָּרָשׁוּת,
שֶׁאֵין מְקָרְבִין לוֹ לָאָדָם אֶלָּא לְצֹרֶךְ עַצְמָן;
נִרְאִין כְּאוֹהֲבִין בִּשְׁעַת הֲנָאָתָן,
וְאֵין עוֹמְדִין לוֹ לָאָדָם בִּשְׁעַת דָּחֳקוֹ

איר מיינט אפשר די משנה?

מורא דארף מען נאר פון השי"ת און נישט פון שלעכטע מענטשן וואס האבן נישט קיין שום סיפוק אויף די וועלט נאר פון אראפקלאפן אנדערע.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 2:26 am
דורך yatzmachp
yesiknow האט געשריבן: עס איז קלאר אז ען.וויי.יו. גיט געלט פאר הצלה, אבער דאס מאכט די קשיא שטערקער, אזויפיל קאנעקשאנס, און חולי ישראל ומשפחתם זאלן נישט האבען צו וועם צו רעדן בעת צר להם.

איך פארשטיי נישט וואס דו פארשטייסט נישט. זיי צאלן געלט אז מען זאל פארקוקן, קיינער זאל גארנישט זעהן און ממילא קען קיינער נישט העלפן.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 10:55 am
דורך אוהב ספרים
yesiknow האט געשריבן: עס איז קלאר אז ען.וויי.יו. גיט געלט פאר הצלה, אבער דאס מאכט די קשיא שטערקער, אזויפיל קאנעקשאנס, און חולי ישראל ומשפחתם זאלן נישט האבען צו וועם צו רעדן בעת צר להם.

ווי איז דאס קלאר? דו האסט פראוו אויף דעם? צו די שאקעלסט סתם ארויס פון ארבל, ווייל עס איז א ענין צו באשמוצען יענעם וואס שטייט בראש און נישט דו?

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 11:07 am
דורך yatzmachp
The proof is in the pudding.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 12:42 pm
דורך yesiknow
אוהב ספרים האט געשריבן:
yesiknow האט געשריבן: עס איז קלאר אז ען.וויי.יו. גיט געלט פאר הצלה, אבער דאס מאכט די קשיא שטערקער, אזויפיל קאנעקשאנס, און חולי ישראל ומשפחתם זאלן נישט האבען צו וועם צו רעדן בעת צר להם.

ווי איז דאס קלאר? דו האסט פראוו אויף דעם? צו די שאקעלסט סתם ארויס פון ארבל, ווייל עס איז א ענין צו באשמוצען יענעם וואס שטייט בראש און נישט דו?

באשמוצען??
וואס איז דא שמוץ? בארואיג דיך... עס איז א אפענע בוך, עס איז גארנשט ראנג אז זיי געבן געלט, איך געב אויך!

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 1:41 pm
דורך קורקלענד
עס איז נישט קיין סוד אז די שפיטעלער שטאפן געלט אין הצלה'ס קאסעס. מ'קען עס עטוואס בארעכטיגן אויך. אבער חוץ פון די געלטער וואס א שפיטאל געט פאר הצלה וואס גייט פאר אפעראציעס. זענען דא הצלה מיטגלידער וואס זענען אויף פּעיראלל אין שפיטעלער אפיציעל צו זיין א קאמיוניטי ליעזאן און אומאפיציעל צו ברענגען ביזנעס. די שאלה איז אויב ס'איז בכלל אויסגעהאלטן באיזה אופן. ען וויי יו האט אסאך היימישע אנגעזעענע מענטשן און עסקנים אויף פּעיראלל. אויך גרויסע מאכערס וואס זענען נישט אין הצלה. אויך ליגט מיר עפעס אין קאפ אז סאטמאר וויליאמסבורג רעביצין איז אויך אמאל געווען אויף אזא פּעיראלל אין א שפיטאל. וגו'

לויט מיינע אבזערוואציעס פארשטיי איך אז די פּעיראלל'ס העלפן פארוואשן זייערע טונקעלע מעשים. אבער דאס זענען בלויז אויבערפלעכליכע אבזערוואציעס.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 2:10 pm
דורך yesiknow
יישר כח הער קורקלענד פאר אריין קומען אזוי קלאר .
פארוואס זענען אנדערע שפיטעלער יא מער אקאמעדעיטינג,, איז דארט נישט דא דעי פארקוקען ביזנעס?

אזא ריזיגע שפיטאל מיט הונטרעטע יודישע פאציענטען מסלתה ומשמנה פון וויליאמסבורג עס זאל נישט זיין א אוזן קשבת אפילו א געמאכטע כאטשיק .... איטס לייק נויבאדי הוים תסמר שערות אנוש אדער ראש .

ניטאמאל הייבט מען אויף איטס עי קריים

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 3:15 pm
דורך אוהב ספרים
צו עס איז א חסרון צו נישט איז א שמועס פאר זיך, אבער קודם האט נאך קיינער נישט עסטעבלישט אז עס איז א פאקט.

שרייבען אז עס איז נישט קיין סוד, און אז א יעדער ווייסט דאס, ולשונות הדומים, מאכט דאס נאך נישט קיין פאקט!

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 3:31 pm
דורך yesiknow
וועלכע חלק ביסטו מסופק ספרים ליב האבער?

נייתי ספר ונחזי

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 3:49 pm
דורך berlbalaguleh
אוהב ספרים האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 3:15 pm צו עס איז א חסרון צו נישט איז א שמועס פאר זיך, אבער קודם האט נאך קיינער נישט עסטעבלישט אז עס איז א פאקט.

שרייבען אז עס איז נישט קיין סוד, און אז א יעדער ווייסט דאס, ולשונות הדומים, מאכט דאס נאך נישט קיין פאקט!
את"ל אז יא וואס איז די פראבלעים?

ס'איז אייביג בעסער אז אידן (זאל זיין הצלה) האבן א ווארט אין א שפיטאל.

א סאך בעסער ווי אין געוויסע מדינות. וואו מ'נעמט דעם פאציענט און "מ'דאמפט" איהם אראפ אין א האלוועי פון עמערשזענסי רום און קיינער קוקט נישט אויף זיין זייט.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 4:19 pm
דורך אוהב ספרים
איך האב נישט געזאגט צו עס איז א פראבלעם צו נישט, איך האב גערעדט פון דעם אז מענטשן מיינען אז ווען זיי שרייבן "יעדער ווייסט", "עס איז נישט קיין סוד", א.ד.ג, ווערט דאס שוין א פאקט צו באפאלן א צווייטן.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 4:32 pm
דורך kolal1
וואס טוט זיך און אנדערע יודישע שטעט מיט די הצלה
ווי מאנסי מאנרא לעיקוואד

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2024 5:12 pm
דורך yatzmachp
אוהב ספרים האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 3:15 pm צו עס איז א חסרון צו נישט איז א שמועס פאר זיך, אבער קודם האט נאך קיינער נישט עסטעבלישט אז עס איז א פאקט.

שרייבען אז עס איז נישט קיין סוד, און אז א יעדער ווייסט דאס, ולשונות הדומים, מאכט דאס נאך נישט קיין פאקט!
עס איז דא זייער אסאך זאכן וואס א מענטש מיט קאמאן סענס קען קומען צו א מסקנא אן האבן קלארע באווייזן, און אסאך מאל וואס קאמאן סענס זאגט אז מען דארף האלטן פארקערט ווי די קלארע באווייזן. פאר דעם זענען מיר מענטשן און נישט קיין קאמפיוטערס.

דער וואס גלייבט עס יא פארשטייט כאטש פארוואס די הצלה טראגט נאר צו ענ וויי יו. דו וואס דו גלייבסט עס נישט, בלייבסט דאך ביי די קשיא, בעטן מיר דיך זאלסט אונז ברענגען דעם אמתן תירוץ מיט פרוף.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: פרייטאג יוני 21, 2024 5:50 pm
דורך יענקעל ג
Visionary האט געשריבן: זונטאג יאנואר 22, 2023 4:35 pm עס טוט זיך טישן און בענק לגבי הצלה בארא פארק. די מעמבערס ווילן אז עס זאל זיין אווערסייט, אקאונטעביליטי, און אז עס זאל זיין וואלן ווער עס זאל זיין קאארדינאטאר. זיי ווילן אויך אז עס זאל זיין א געהעריגע סיסטעם פון אפליקאציעס לגבי ווערן א מעמבער און נישט נאר אויב מען האט פראטעקציע זאל מען קענען ווערן א חלק פון די ארגענאזאציע. די מעמבערס האבן זיך גענומען א דעם באקאנטן טוען רבני הרב שמואל פריעד און ער האט געשיקט בריוון צו די קאארדינעטארס פון הצלה און פאר הרב חיים יענקל טויבער פון באבוב, וואס ער איז די רב פון הצלה בארא פארק, אז מען דארף אן ענפער אויף די טענות פון די מעמבערס.

ימים ידברו וואס עס וועט געשען... אבער "איטס אבאוט טיים פאר טשענשז."

ס'גייט ארום רוממערס אז זונטיג נעמט מען אויף נייע קאארדינעטארס אין בפ.
זעט אויס אז מען קען יא אויפטון און מאכן א טויש אין די סיסטעם.

Re: הצלה בארא פארק

נשלח: זונטאג יוני 23, 2024 5:11 pm
דורך תפוח
נייע קאארדינעטארס אנאנסירט.