בלאט 5 פון 7
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 12:56 pm
דורך דענקער
כל הכבוד!
He puts his money where his mouth is
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 1:03 pm
דורך הוגה
עס איז צום באוואונדערן ווי אפילו אין די אפעראציע צימער, אונטער די חרב חדה האלט ער זיך צו די מסורה, מיט די רבי'שע טראדיציע - שלא שינו לבושם, ער גייט מיט א לאנגע בלויע בעקישע מיט ברייטע ארבל און ער האט א קאמפיוטער, כמנהג אבותיו הקדושים...
On a serious note, ער איז א קוראזשפולע יונגערמאן, און ער טוט א געוואלדיגע זאך! הלוואי ווען מיר אלע האבן אזאנע ביצים ווי ער, די וועלט (אונזער וועלט) וואלט געווען א בעסערע פלאץ. כה לחי!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 1:05 pm
דורך וועפערייזער
איך וואלט עס אויך געטוהן ווען נישט די חשש פון יוהרא.
כ'האב הנאה פון זיין אגודל.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 1:33 pm
דורך וויליאמסבורגער
איך בין שטארק איבעגענומען פון וואס הרב לעווין טוהט. אפשר זאלן מיר דא אויסזאגן תהילים פאר זיין הצלחה און גאנצע רפואה?
איך זאג פון קאפיטל א' ביז כ'.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 1:44 pm
דורך רפאל
זייער שיין פון הרב לעווין צו טוהן אזא העלדישער אקט, און אוועק געבן פון זיין בלוט און פלייש פאר א צווייטן איד. און נאך שענער איז אז ער טוט דאס בפומבי אז נאך אידן זאלן זיך אפלערנען פון אים.
אויב די מוסדות דארפן הענגן גרויסע סיינס פאר יעדן עושר וואס געט אפאר דאלער אז אנדערע זאלן דאס אויך נאכמאכן. פארוואס זאל מען נישט טוהן די זעלבע פאר איינעם וואס געבט אוועק א חלק פון זיך פאר א צווייטן?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 2:34 pm
דורך נאר,,פרייליך
קאווע טרינקער האט געשריבן:כל הכבוד!
זיינע מענטשן-רעכט ארטיקלען באקומען פון יעצט אין מיין אויגן א טיפערע משמעות.
בד"וו, ער קען נאר דריי שפראכען?
ס'דערמאנט מער פון אויפגעקלערטע און עטענשעין סיקער וואס זיכען פובליסעטי מיט רעדן שפראך וואס יענער העט'ר אנקוקען כאילו ער איז פון די נפילים צו די בני ענק
בנוגע שפראכען איז נעבעך דאס זיין צרה נאך פון יעשיבע אויס האט ער געהאט עטליכע שפראכען וואס האבען אים געבראכט צו וואו ער איז אנגעקומען
באט עני וועי זאל ער האבען א רפואה שלימה מיט זיין פארטנער דער וואס קריגט די נור כ'האף נאר יענער זאל ניש קעטשען און מ'קען אים ערליך אינזין האבען
נאכאמאל דער נאמען איז
יואל אשר ישעי' בן מלכה אידל
איר קענט אויך אינזין האבען דעם פעדער בתוך שאר כותבי איזראעיל
כ'מיין עס באמת לטובתו קענענדיג אים נאך פון די יוגנט וואסערע גאלדענע נשמה ער איז געווען, מי יתנני ירחי קדם,
נאר די טינט זיינע האט'ם נעבעך פארשווארצט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 2:55 pm
דורך נולד מאוחר
וועפערייזער האט געשריבן:איך וואלט עס אויך געטוהן ווען נישט די חשש פון יוהרא.
כ'האב הנאה פון זיין אגודל.
חשש יוהרא זאגט מען נישט אויף יענעמס חשבון. אויב וועלסטו ראטווען א צווייטענס לעבען איז יוהרא נישט קיין סיבה ציריקציהאלטן.
יוהרא איז גוט ווען ביזט דן דיין אייגענע רחניות. למשל אויףשטיין זאגן תיקין חצות איז א תיקין פאר דיר אבער יוהרא קען זיין אז סוועט זיין גאר קולקל.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 2:58 pm
דורך יואב
נאר,,פרייליך האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:כל הכבוד!
זיינע מענטשן-רעכט ארטיקלען באקומען פון יעצט אין מיין אויגן א טיפערע משמעות.
בד"וו, ער קען נאר דריי שפראכען?
ס'דערמאנט מער פון אויפגעקלערטע און עטענשעין סיקער וואס זיכען פובליסעטי מיט רעדן שפראך וואס יענער העט'ר אנקוקען כאילו ער איז פון די נפילים צו די בני ענק
בנוגע שפראכען איז נעבעך דאס זיין צרה נאך פון יעשיבע אויס האט ער געהאט עטליכע שפראכען וואס האבען אים געבראכט צו וואו ער איז אנגעקומען
באט עני וועי זאל ער האבען א רפואה שלימה מיט זיין פארטנער דער וואס קריגט די נור כ'האף נאר יענער זאל ניש קעטשען און מ'קען אים ערליך אינזין האבען
נאכאמאל דער נאמען איז
יואל אשר ישעי' בן מלכה אידל
איר קענט אויך אינזין האבען דעם פעדער בתוך שאר כותבי איזראעיל
כ'מיין עס באמת לטובתו קענענדיג אים נאך פון די יוגנט וואסערע גאלדענע נשמה ער איז געווען, מי יתנני ירחי קדם,
נאר די טינט זיינע האט'ם נעבעך פארשווארצט
טאקע זייער מן המבחר, אידישלעך, נארמאל, מענטשליך, "פרום", און זאכליך ווען איינער טוהט אן הערוישע זאך אין זיין לעבן מיטן מנדב זיין זיין אייגענעם ניר פאר א פרעמדן, פארן בלויזן סיבה פון וועלן העלפן א איד, זיין א ריכטיגער מוסטער פון כל המקיים נפש אחת מישראל, אהער קומען "יעצט" אים קריטיקירן, און נאך אויף עבירות וואס קיין בר דעת קען בכלל נישט פארשטיין. זאג? מ'גראבט שוין נישט קברים? גיי טרעף דיך וואס צו טוהן.
איין רגע נאר! ווען ביזטו מנדב א ניר? איך בין זיכער דעמאלט גייט געשריבן ווערן נאר אין "אידיש" מ'זאל מתפלל זיין פאר דיך, איא?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 3:10 pm
דורך נולד מאוחר
נאר,,פרייליך האט געשריבן:
ס'דערמאנט מער פון אויפגעקלערטע און עטענשעין סיקער וואס זיכען פובליסעטי מיט רעדן שפראך וואס יענער העט'ר אנקוקען כאילו ער איז פון די נפילים צו די בני ענק
מיר דערמאנט עס פון די זעקס מיליאן קדושים וואס האבן אוועק געגעבען זייער לעבן כדי צי באקומען הנאה פון גן עדן.
וואס א נפק''מ צי די הנאה איז עטרותיהם בראשים אדער אנערקענונג פון אנדערע מענטשען.
קיינער אויף די וועלט טוט אדער קין טון זאכן אן באקומען עפעס דערפאר .
כליות יועצת עמער זען דערנאך ווי לעווינס אייקיו איז געפאלן אויף האלב.
נ.ב נישט אז איך בין מסכים מיט דיין הנחהת דא כ'רעד לשיטתך.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 3:14 pm
דורך קאוועניק
דער נאר פריילעך געט שטאף פאר די שטן פארשאלטן זאל זיין די דיבורים
ער מאכט פריילעך די מידת הדין
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 3:19 pm
דורך געפילטע פיש
ווען וועל איך האבן די קוראזש און די דרייסטקייט עם נאכצוטוהן? דאס זיך אוועקגעבן דאס אייגן לייב און לעבן איז מער ווערט ווי דער עושר וואס געט א מעלאנע פארן נייעם אולם בנות צלפחד. כל הכבוד הרב לאבין, א רפואה שלימה און א גרינגע און שנעלע ערהוילונג.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 3:20 pm
דורך נאר,,פרייליך
איי' עם סארי פאר די וואס שפירען זיך געטראפען אבער דאס זיך ארויסשטעלן העלדיש מיט מעשי חסד בארעכטיגט ניש מעשים וואס פילע ערליכע אידען קלאגען אויף זיינע געשרייבעכץ און טאקע ווי טרינקער רופט'ס מענטשען-רעכט ארטיקלען
איר זענט בארעכטיגט זיך צו רופען אויפגעקלערט אבער די ערליכע אידען האבען אויך רעכט צו האלטען וואס זיי האלטען איבער זיינע מאטריאל
בפרט לשיטת לעווין איבער מענטשען רעכטן
אגב מיז נישט זיין אז ער איז יעצט אין שפיטאל בכלל ס'מעגליך גאר ער זיצט דא אין שרייבט און לאכט פון ענק אלע נער'נים הנקראים ומתקריין אויפגעקלערט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 3:20 pm
דורך קאווע טרינקער
חברה, ענק עסען זיך דאס געזונט פאר גארנישט....
איך קען נישט זעהן זיינע הודעות, און לויט ווי מיין דאקטער גיבט איבער זעהט ער א פארבעסערונג.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 3:24 pm
דורך נאר,,פרייליך
קאווע טרינקער האט געשריבן:חברה, ענק עסען זיך דאס געזונט פאר גארנישט....
איך קען נישט זעהן זיינע הודעות, און לויט ווי מיין דאקטער גיבט איבער זעהט ער א פארבעסערונג.
ביסטו גאר דער אויפען בילד ביים דאקטער???
נאר,,פרייליך האט געשריבן:איי' עם סארי פאר די וואס שפירען זיך געטראפען אבער דאס זיך ארויסשטעלן העלדיש מיט מעשי חסד בארעכטיגט ניש מעשים וואס פילע ערליכע אידען קלאגען אויף זיינע געשרייבעכץ און טאקע ווי טרינקער רופט'ס מענטשען-רעכט ארטיקלען
איר זענט בארעכטיגט זיך צו רופען אויפגעקלערט אבער די ערליכע אידען האבען אויך רעכט צו האלטען וואס זיי האלטען איבער זיינע מאטריאל
בפרט לשיטת לעווין איבער מענטשען רעכטן
אגב מיז נישט זיין אז ער איז יעצט אין שפיטאל בכלל ס'מעגליך גאר ער זיצט דא אין שרייבט און לאכט פון ענק אלע נער'נים הנקראים ומתקריין אויפגעקלערט
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 3:42 pm
דורך I'm back
[tag]יואב[/tag], [tag]נאר,,פרייליך[/tag] נוצט אלע זיבן נירן וואס ער האט, און ס'ארבעט פעסט.
קוק ווי ער קאקט אן יעדער אשכול דא.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 4:41 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]נאר,,פרייליך[/tag] עטליסט זיין טינט איז פונעם שווארצן קאליר.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 5:15 pm
דורך קאווע טרינקער
סתם נייגעריג. יענער ווערט א שטיקל זידיטשובע אייניקעל?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 5:31 pm
דורך קאוועניק
סקומט מיר זייער שווער אן צו שרייבען אידיש אבער דער נ. פ. נעמט מיר ארויס פון די כלים
עניווע איך האב בידי קאסעטעס גאר שמוציגע אקעגען דיינע היילגע רבנים איך גיי עס מפרסם זיין
זאל די וועלט זען ווער זיי זענען באמת
בקרוב דא אין שטיבעל גלייב מיר די וועלט וועט זיך שאקלען
די מיט גאנצע עקלדיגע חסידים וועלן זיך באגראבען פאר בושה
אוי וועט דאס זיין א נקמה
לאז די תגובה זיין א התחלה פאר יענע אשכול
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 10:48 pm
דורך מאראנצןזאפט
יואל אשר דו ביזט מיין הירא.
מיר האבן אייך אלע געקענט ביז היינט אבער ועכשיו ביותר.
דיינע אויפריכטיגע ווערטער האבן אונז אלע בארירט.
לך בכחך זה והשעת את ישראל, וה' יצליח דרכך מיט דיין פילע לייסטונגען לתעודה.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 11:06 pm
דורך נולד מאוחר
איינער קען ברענגען אן אפדעט
וויאזוי איז עס דורך ? ביידע זענען אקעי? יסורים?
אפשר קען רב לעווין שיקען אן אגדול אונעם יעצטיגען מצב.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 11:14 pm
דורך שמעקעדיג
רב לעווין איז נאך טיף פארשלאפן, די אנעסטיזיע ארבעט נאך אויף אים.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 11:17 pm
דורך ממרום שלח אש
אויב [tag]שמעקעדיג[/tag] איז גערעכט קעמער לייגן שלאפן די
טעאריע אז [tag]מאראנצןזאפט[/tag] איז יואל אשר לאבין
אדער קעמער זאגן פונקט קאפויער אז יואל אשר זייענדיג נאך האלב אונטער די איינפלוס פון אנעזטיזיע האטער ער פארגעסן זיך פון זיין נדר אז ער קומט מער נישט אין ק"ש, האט ער תיכף זיך אריינגעסיינט מיט זיין מאראנצןזאפט ניק.
און עס איז דא א שטארקע רגלים לדבר, כ'מיין וואס דען איז ער פונקט יעצט צוריקגעמען אהער.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 11:34 pm
דורך מאראנצןזאפט
וויאזוי זאגט געלונגען אין אזא צייט: לול.