בלאט 5 פון 8
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 6:06 pm
דורך איש עברי
ראש הישיבה האט געשריבן:קודם שכוח פאר די געוואלדיגע אנאליז. עס איז א מייסטער ארבעט.
איך ווייס פון א מעשה מיט די נאמען. קול מבשר האט געזעהן אז מען רופט שבת (אינמיטן די נאכט) צו הערן קול מבשר, פון א נאמבער פון א היימישע געגענט. ער האט געגוגלט די נאמבער, און געזעהן אז עס איז א היימישער איד (קען זיין איינער וואס ער קען). מען האט געמאלדן די טאטע וועגן דעם. די טאטע האט בודק געוועהן (ווייל ער האט נישט געקענט זעהן ווער ביי אים אין שטוב קען מחלל שבת זיין), האט ער אויסגעפונען אז זיין הייסקול מיידעל פלעגט כסדר רופן. בדק אחריה בשקט, און געזעהן אז זי איז שוועך אין אידישקייט ר"ל. ער האט איר פארבינדן מיט א פרוי (פון חב"ד) וואס איז א מומחה אין מקרב זיין אידישע טעכטער. די פרוי האט אים געזאגט אז זי וועט טוהן וואס זי קען, אבער זי קען נישט צוזאגן אז זי וועט נישט ווערן א חבד'סקער. דער טאטע (א סאטמערע) האט אעפ"כ מסכים געוועהן. ב"ה די מיידל האט שוין חתונה געהאט און אויף געבויט א שטוב מיט א חשובע אינגערמאן.
רחמנא ליצלן כמה גדולים דברי חכמים, מ'זעהט בעשיינפערליך די מכשולות, סהייבט זיך אהן מיט רופן קול מבשר, דערנאך קומט חילול שבת און סענדיגט זיך מיט'ן ווערן פארכאפט אין חבד ה"י
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 6:27 pm
דורך געפילטע פיש
איימסארי, עפעס מאכט נישט סענס. א זעכצן יעריגע מיידל וואס איז מחלל שבת האט נישט עפעס בעסער צו טוהן ווי צו רופן קול מבשר אום שבת? באלד וועסטו מיר זאגן אז זי האט אויך געלערנט ניטל?
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 6:32 pm
דורך אפטעמיסט
ס'האט מיר אמאל געזאגט איינע פון די קול מבשר אנגעשטעלטע אז עס קומען ליידער אריין צענדליגע רופן אום שב"ק (ווען אפילו אין אר"י איז נאך שבת), ס'איז מיר געוועהן א חידוש, כ'מיין, קוים וואס איך הער אמאל ק"מ, זאל א מחלל שבת הערן?
זעהט אויס א איד בלייבט א איד.
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 6:37 pm
דורך פלעין יודיש
זיי הערן אוודאי אויס דארט נפתלי שטיינ'ס חיזוק שמועסן
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 6:41 pm
דורך איך אויך
איז פארוואס שאלטערט ער נישט אויס די סיסטעם? אז בי ענד עידש קען דאן וואלט ער אויך געדארפט קענן.
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 6:43 pm
דורך איש עברי
עס איז דא אויסלענדישע רופער
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 6:44 pm
דורך פלעין יודיש
כדי אחינו בני ישראל און ארה''ק און אין אייראפע זאלן נישט דארפן ווארטן ביז מוצאי אין ניו יארק
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 6:45 pm
דורך איך אויך
איך רעד פון די צייט וואס עס איז לכולא עלמא שבת ,חוץ אויב ער מוז קעיטערן צו רופער פון אויסטראליע און כינע.
נשלח: מאנטאג מערץ 10, 2014 6:47 pm
דורך לאליפאפ
איך אויך האט געשריבן:איך רעד פון די צייט וואס עס איז לכולא עלמא שבת ,חוץ אויב ער מוז קעיטערן צו רופער פון אויסטראליע און כינע.
כ'האב א ידיד אין אוסטראליע וואס כבין זיכער אז לפעמים הערט ער אויס קול מבשר, נו וואס מיינט איר? ער ליידיגט זיך נישט אויס מוצאי?
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 12:23 pm
דורך נעגאשיעיטאר
שיינע שרייבווערק!
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 2:23 pm
דורך גאנצל
דאס יאר איז די פורים אפטיילונג איז נישט עפעס מוראדיג agree ?
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 4:40 pm
דורך ראש הישיבה
איך קען א היימישער געשעפט וואס מאכט זיינע סעילס ווען קול מבשר מאכט א ספעשעיל פאר עדס! ער פלעגט אדווערטייזן אין דער איד/בלאט. אבער אין ק"מ קאסט עס סך הכל ביליגער, און מעהר עפעקטיוו. דעריבער ווארט ביז ק"מ רופט אים אז ער האט א ליידיגער סלאט וואס איז ביליגער, און דעמאלס מאכט ער זיינע סעילס, וואס זענען א שם דבר אין זיין שטאט.
נשלח: דינסטאג מערץ 11, 2014 4:50 pm
דורך גנדי
איך אויך האט געשריבן:איז פארוואס שאלטערט ער נישט אויס די סיסטעם? אז בי ענד עידש קען דאן וואלט ער אויך געדארפט קענן.
אפילו נחום מאכט צו זיין האטליין שבת קודש...
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 9:37 am
דורך פלעין יודיש
נישט צום גלייבען
וואס פאר א מהפיכה קאווע שטיבעל האט דא געמאכט מיט קול מבשר
און בולעטין אפטיילונג נעכטן
דינסטאג צו אכט אזייגער באנאכט
די אמטירענער (איך האף אז איך spell עס גיט)מעיאר פון בית שמש משה אבוטבול איז יעצט דערקלערט געווארן די געווינער ביי די היינטיגע מעיאר וואלען, מיט הונדערט פראצענט פון די שטימען אפגעציילט האט משה אבוטבול באקימען 18765 שטימען און זיין קעגנער אלי' כהן האט באקימען 17632 שטימען, די וואלען אין בי''ש היינט איז פארגעקימען נאך וואס א ריכטער האט פאראנדערט אדורכציפירען פרישע וואלען ציליב באווייזען אז ביים פארלאפענעם וואלען איז פארגעקימען סיסטאמאטישע פעלשערייען עכ''ל
איך גלייב אז ביפאר מאראנצען זאפט'ס מאמר וואלט אזא זאך נישט געקענט פארקימען, נאכדערצי אינעם בולעטין אפטיילונג ווי מ'זאל ווען זאגן אויפן הויפט זייט...
נשלח: מיטוואך מערץ 12, 2014 10:47 am
דורך שרייבער
געפילטע פיש האט געשריבן:איימסארי, עפעס מאכט נישט סענס. א זעכצן יעריגע מיידל וואס איז מחלל שבת האט נישט עפעס בעסער צו טוהן ווי צו רופן קול מבשר אום שבת? באלד וועסטו מיר זאגן אז זי האט אויך געלערנט ניטל?
לענ"ד האט דאס נישט מיט שוואכקייט אין אידישקייט נאר מיט עדיקשאן, פונקט ווי מענטשן זענען ליידער עדיקטעט צו טעקסט און מ'הערט ליידער פון חילול שבת, זעט אויס אז מענטשן זענען עדיקטעט צו קול מבשר
נו כולנו למערכה
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 10:21 am
דורך מ גפני
גנדי האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:איז פארוואס שאלטערט ער נישט אויס די סיסטעם? אז בי ענד עידש קען דאן וואלט ער אויך געדארפט קענן.
אפילו נחום מאכט צו זיין האטליין שבת קודש...
מסתם ווייל נחום ווייסט אז זיינע צוהערערס זענען מחללי שבתות...........
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 12:16 pm
דורך אבי גערעדט
דעם פורים האמיר טאקע געהערט ווי זלמן רעדט מיט עקסטאז אז ר' יצחק לעבאוויטש איז פורים און ווילי, אצינד ווייס מיר שוין פארוואס ער מעלדט עס טענקס מאראנצי
נשלח: דינסטאג מערץ 18, 2014 1:34 pm
דורך פלעין יודיש
סאשי פיש האט געשריבן:אפאר הגהות
ער פארפאסט קיינמאל נישט קיין נייעס אפילו אינמיטן דער נאכט. ער קען אנגיין נעכט אן שלאף. נישטא ביי אים קיין וואקעישאנס, (כ'געדענק איין זומערדיגן פרייטאג האט די נייעס געקראצט ווייל ער האט גערעדט פון א סעלפאן, אבער דאס געשעט זייער זעלטן) ער איז אן דע גאו מוצאי פורים ווי מוצאי יום כיפור. ער איז אלעמאל אין דינסט, טווענטי פאר סעווען ועד בכלל.
פורים נאכמיטאג איז די איינציגסטע מאל א יאר וואס ער רעד נישט ווייל ער איז שיכור.
און דאס יאר א דאנק דעם אשכול איז כסדר געווען אפדעיטס אויפן בולעטין
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 12:41 pm
דורך קאוועניק
ראש הישיבה האט געשריבן:קודם שכוח פאר די געוואלדיגע אנאליז. עס איז א מייסטער ארבעט.
איך ווייס פון א מעשה מיט די נאמען. קול מבשר האט געזעהן אז מען רופט שבת (אינמיטן די נאכט) צו הערן קול מבשר, פון א נאמבער פון א היימישע געגענט. ער האט געגוגלט די נאמבער, און געזעהן אז עס איז א היימישער איד (קען זיין איינער וואס ער קען). מען האט געמאלדן די טאטע וועגן דעם. די טאטע האט בודק געוועהן (ווייל ער האט נישט געקענט זעהן ווער ביי אים אין שטוב קען מחלל שבת זיין), האט ער אויסגעפונען אז זיין הייסקול מיידעל פלעגט כסדר רופן. בדק אחריה בשקט, און געזעהן אז זי איז שוועך אין אידישקייט ר"ל. ער האט איר פארבינדן מיט א פרוי (פון חב"ד) וואס איז א מומחה אין מקרב זיין אידישע טעכטער. די פרוי האט אים געזאגט אז זי וועט טוהן וואס זי קען, אבער זי קען נישט צוזאגן אז זי וועט נישט ווערן א חבד'סקער. דער טאטע (א סאטמערע) האט אעפ"כ מסכים געוועהן. ב"ה די מיידל האט שוין חתונה געהאט און אויף געבויט א שטוב מיט א חשובע אינגערמאן.
לדעתי לדעתי האט זלמן נישט גמעגט ארויסגעבן די אינפא פאר די טאטע (לעקוואד איז דאס גוטע קריטיק? )
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 12:44 pm
דורך איש עברי
זיכער נישט, א געמיינע זאך, מי שמו לאיש? איך האב באלד אזוי געהאלטן נאר נישט געוואלט פארקירעווען די שמועס
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 12:45 pm
דורך ברסלבער
בכלל שטומט נישט אזוי גוט די מעשה. לויט מיין אינפארמאציע קען ער נאר זעהן וויפיל מענטשן האבן געקאלט אבער נישט זייער פאון נומבערס, אויסער אויב יענער האט געלאזט א מעסידזש.
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 12:45 pm
דורך פישלע העררינג
קאוועניק האט געשריבן:לדעתי לדעתי האט זלמן נישט גמעגט ארויסגעבן די אינפא פאר די טאטע (לעקוואד איז דאס גוטע קריטיק? )
שטעלן זיך די מפרשים וכו' תרי
לדעתי למה לי, ס'דאך א דאפעלטע לשון? ענטפערן זיי די ערשטע לדעתי איז בנוגע דעת תורה, שאסור לספר עוונות הבת אל האב, און דער צווייטע לדעתי איז בנוגע דעת בעל הבית, שאסור לצער אב אודות עוונות הבת.
נשלח: דינסטאג מערץ 25, 2014 1:15 pm
דורך קאוועניק
קבלתי מרבותי ,יעדע מאל ווען מוויל די דעה זאל נתקבל ווערן אפי סשמעקט עפעס נישט מיט דעת תורה זאגט מען לדעתי 2 מאל, סאיז אזא מין סגולה (עי׳ בספה״ק עגוע״ת פ נשא)