בלאט 5 פון 10
Re: סטעטן איילענד- נייע ישוב?
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 11:57 am
דורך ירא שמים
ווען איז די נעקסט פארטי ?
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:13 pm
דורך שבת אחים
ירא שמים האט געשריבן:ווען איז די נעקסט פארטי ?
דו ווילסט אויך קומען? כמיין אז איך וועל מיזן טוישן די menu פאר אזא פארטי ווי א ירא שמים מיט א בעל תשובה וועלן אטענדען!
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:23 pm
דורך [NAMELESS]
שבת אחים האט געשריבן:ירא שמים האט געשריבן:ווען איז די נעקסט פארטי ?
דו ווילסט אויך קומען? כמיין אז איך וועל מיזן טוישן די menu פאר אזא פארטי ווי א ירא שמים מיט א בעל תשובה וועלן אטענדען!
און וואס האסטו אויף דיין מעניו אויב פריעד באטשי קומט?
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 12:29 pm
דורך שבת אחים
פאר דיר? וואס הייסט וואס? געשמאקע היימישע אונגארישע גאלאש! מיטן הכשר פון ליטוואק פון בודאפעסט
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 6:54 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
@שבת אחים וואס זענען די פרייזען פאר הייזער ביי אייך אין שטאט?
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2015 9:02 pm
דורך [NAMELESS]
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:@שבת אחים וואס זענען די פרייזען פאר הייזער ביי אייך אין שטאט?
דו פרעגסט א צו בכלליות׳דיגע קשיא, עס ווענד זיך אין אזויפיל זאכן, (וויפיל בעדראם׳ס וכדומה) אויך שרייב פארוואס דו דארפסט, צו דינגען אדער קויפן וכו׳.
נשלח: פרייטאג יולי 24, 2015 1:02 am
דורך יהושע חיים
לויט מיין מיינוג דארף אזא געגנט קענען פארנעמן לכה"פ 1000 משפחות (ווייניגער ווי קר"י און ניי סקווער) אויב נישט וועט עס בלייבן א קליין שטעטל און דער עולם וואס גייט אהינגיין וועט ווערן "קליין שטעטל עלמענט" און נאך מער קיין ענדגילטיגע סעלאשן איז עס נישט מיט אזוי ווייניג דירות (אינז געבען ארויס און צוויי יאר דער מספר פון פרישע שטריימלך)
די איינציגסטע טרייסט וואס איז יא דא איז אז מען וועט זעהן אז מען קען זיך אוועק ציהן פון בארא פארק וומ"ס פלייש פאבריק און מען וועט אויפבויען נאך אזאלכע געגנטע ווי עס וועט יא זיין די מעגלכקייט פון 5000 משפחות וואס דאס וואלט איך געוואלט
(דאס איז מיין פערזענליכע טעיסט אבער אנדערע וואס דארפן דאס נישט קוק איך גאר שטראק ארויף אויף די אינגערלייט וואס האבן גענימן די וואנדער שטעקן און געטיהן צו דער זאך איך בין פשוט מקנה זייער גאטס)
נשלח: פרייטאג יולי 24, 2015 1:05 am
דורך רויטע וואנצעס
די סעלאשון איז 1000 דערפער פארשפרייט איבער גאנץ אמעריקא. די משוגעת פון זיך אריינשטיפן אין איין שטאט 20 טויזענט משפחות ארבייט נישט, ווייל נאך 20 יאר ווערט פון דעם 50 טויזענט משפחות און מ'האלט ביי א'.
נשלח: פרייטאג יולי 24, 2015 1:16 am
דורך אור חדש
ווי אזוי הייסט די געגענט וואס יודען גייען ?
נשלח: פרייטאג יולי 24, 2015 1:17 am
דורך רויטע וואנצעס
ווילעברוק
נשלח: פרייטאג יולי 24, 2015 1:23 am
דורך קאצקע ציקער
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די סעלאשון איז 1000 דערפער פארשפרייט איבער גאנץ אמעריקא. די משוגעת פון זיך אריינשטיפן אין איין שטאט 20 טויזענט משפחות ארבייט נישט, ווייל נאך 20 יאר ווערט פון דעם 50 טויזענט משפחות און מ'האלט ביי א'.
אזוי ווי אין ארץ ישראל איז דא הינדערטע פלעצער ווי יודן וואוינען אזוי דארף דא ווערן
נשלח: פרייטאג יולי 24, 2015 2:01 am
דורך [NAMELESS]
קאצקע ציקער האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:די סעלאשון איז 1000 דערפער פארשפרייט איבער גאנץ אמעריקא. די משוגעת פון זיך אריינשטיפן אין איין שטאט 20 טויזענט משפחות ארבייט נישט, ווייל נאך 20 יאר ווערט פון דעם 50 טויזענט משפחות און מ'האלט ביי א'.
אזוי ווי אין ארץ ישראל איז דא הינדערטע פלעצער ווי יודן וואוינען אזוי דארף דא ווערן
דאס קענסטו נישט טון דא מיט אונזער אונגארישע עולם ווי די רבנים זענען אינגאנצען משועבד אינטער דעם דעת הקהל, אין דער עולם האלט פון זיי נאר וויפיל מען וויל.
אין ארץ ישראל האט עס געקענט געשען נאר ביי 1)גרויסע, 2)אגודה׳יסטישע קהילות ווי די רבי׳ס האבן די פאויער איבער זייערע חסידים, און אזוי ווערט ביתר, בית שמש, טבריה, צפת וכו׳ פון פרייע אויסגעלאסענע שטעט פול מיט היימישע שכונת, ביי די קנאים קען נישט, און וועט נישט אזא זאך געשען ע״פ דרך הטבע. (אבער פארשטייט זיך אז די קנאים ריקן זיך אן נאכדעם וואס עס ווערט שוין היימיש דורך די אגודאים,און פירן זיך אויף ווי די גאנצע בעלים)
אויב דארפסטו נאך א ראיה דערצו, קוק אויף סאטמאר׳ע קריה אין בלומינבערג (וואס אפילו אויב עס וועט זיך אויסארבעטן וועט עס גארנישט האבן מיט סאטמאר) און אויף די בעלזא געגענט אין לעיקוואד.
Re: סטעטן איילענד- נייע ישוב?
נשלח: פרייטאג יולי 24, 2015 8:36 am
דורך יהושע חיים
רויטע וואנצעס האט געשריבן:די סעלאשון איז 1000 דערפער פארשפרייט איבער גאנץ אמעריקא. די משוגעת פון זיך אריינשטיפן אין איין שטאט 20 טויזענט משפחות ארבייט נישט, ווייל נאך 20 יאר ווערט פון דעם 50 טויזענט משפחות און מ'האלט ביי א'.
20000 איז שוין צו פול אבער אינטער 1000 איז צו קליין
איך רעד נישט פון אויפאיינמאל זיך אריינציען נאר עס זאל קענען ענדיגן מיט דעם מספר
Sent from my LG-P659 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג יולי 24, 2015 11:19 am
דורך שבת אחים
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:@שבת אחים וואס זענען די פרייזען פאר הייזער ביי אייך אין שטאט?
ס׳איז אסאך ביליגער ווי ברוקלין , און מ׳באקומט אסאך מעהר פאר די געלט ווי עני אנדערע פלאץ אין ניו יארק סיטי, א געוונטליכע איין פאמילע הויז ארום די אידישע געגענט אין סטעטן איילענד איז צווישן 450 און 600 פאר דעם באקומסטע געוונטליך -3500-3000 סקווער פיס מיט א דרייוועי און א בעיק יארד!
ווען ענק האבן אביסל שכל וואלט איר אלע אוועק געמופט פון די רוישיגע ברוקלין און געקויפט א הייזקע דא און געלעבט אסאך מעהר א ראוהיגע שטילע לעבן און ענקערע קינדער וואלטן זיך מחי׳ געוועהן , סטעטן איילענד האט די מערסטע פארקס און ביימער ווי עני אנדערע בארא און ס׳איז שטיל און ראוהיג דא , ס׳איז אייביג דא פארקינג ווי מגייט און ס׳האט אסאך מעלות, פאר מיר איז סטעטן איילענד ממש גן עדן!.
נשלח: פרייטאג יולי 24, 2015 12:12 pm
דורך אור חדש
כהאב שוין געהערט אפאהר מאהל היימישע יודן ריפן דעם שטאט סטעטני איילענד מיט א חירוק נון ווייסט איינער פשט פון דעם? איז דאס א אינגערישע טעות?
נשלח: דינסטאג יולי 28, 2015 12:18 pm
דורך שבת אחים
מ׳האט מיך געהאט געפרעגט אין אישי אויב איך ווייס פון א גיטע ריעל עסטעיט בראוקער אין סטעטן איילענד
איך האב מיך נאכגעפרעגט ביי צוויי פון מיינע חברים וואס האבן געקויפט לעצטענס הייזער אין ווילעברוק און זיי האבן זייער שטארק רעקאמענדירט ריעל עסטעיט אגענט Howard Spiegel ער איז א היימישער איד וואס וואיונט אין ווילעברוק און ער איז זייער מענטשליך און פארלעסליך, ער קען העלפן מיט רענטעלס און מיט קויפן הייזער
Howard Spiegel
Spiegel Realty LLC
2164 Victory Blvd.
Staten Island, NY 10314
718-356-4640
familyspiegel@gmail.comמיט הצלחה
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:49 am
דורך BAL TSHIVA
שבת אחים האט געשריבן:ברוכים הבאים צי אונזרע טייערע ברידער אין שוועסטער וואס פלאנירן זיך צי באזעצן אין אונזער קאָמינוטי
אני הקטן האָבֿ גענימען דעם וואַנדער שטעקן אַ קנאַפּע 3 יאָהר צוריק און אלײנס אַריבער געקראָסט די בּריטש און זיך בּאַזעצט מיט מײן פאמילע אין אַ שטילע ווינקל אין סטעטן אײלענד לעבּן די יודישע געגענט אין איך בּין הײנט צי טאָגס פין די אײנציגסטע (אדער טאַקע די אײנציגסטער) חסידישער יוד מיט אַ שטרײמל דא אין ס״א
ווען די האסט דאס געשריבן איז גיוועזן 2 שטריימליך אין S.I. רב פאללאק מיט זיין זין thats it וואס האקסטו אין קאפ אז די ביסט דער איינציגסטער, אז די ווייסט נישט פין רב פאללאק ביסטי נישט פין דארט.
יעצט זעי איך אז די ביסט גאר OTD נישטא ווער ס'זאל לאכן
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 3:49 am
דורך שבת אחים
ביסט נאך אלץ ביזי ציילן וויפל שטריימלך ס׳איז דא אין סטעטן איילענד? למעשה גיי איך נאך מיט א שטריימל אסאך מאל אויף שמחות און ווען איך גיי אין שול, און ווי לאנג איך האב נאך צוויי שווערע שווארצע רינדעכיגע באקסעס אין מיין הויז פארעכן איך מיר אלץ איינער וואס גייט מיט א שטריימל,
דערמאנסט מיך א מעשה(בערל אלערט) דער וויזניצער רבי דער ישיעות משה האט אמאל געפרעגט מיט יאהרן צוריק זיין חסיד פון קווינס הנגיד חיים שטערן, וויפל שטריימלך איז דא אין קווינס? האט ער גענטפערט צוויי, פרעגט די רבי ווער איז דער צווייטער, זאגט ער מיין געהריגע שטריימל מיט מיין רעגן שטריימל,
למעשה האסטו קודם געטענהט אז איך וואוין בכלל נישט אין סטעטן איילענד און איך בין גאר א וויליאמסבורגער (טאקע דארט געבוירן און אויפגעצויגן געווארן) אבער למעשה האסטו נישט געהאט די ביצים ווען איך האב דיך געאפפערט צו קומען צו מיין הויז, איך בין נאך אלץ גרייט אויפן דיעל,
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 3:49 am
דורך געוואלדיג
אבער ער קען נאך ווערן א [tag]BAL TSHIVA[/tag]
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 7:59 am
דורך BAL TSHIVA
די קענסט מיר שיקן אין אישי דיין אדרעס, איך זעי נישט צי וואס מ'דארף האבן ביצים פאר דעים.
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 8:01 am
דורך BAL TSHIVA
געוואלדיג האט געשריבן:אבער ער קען נאך ווערן א [tag]BAL TSHIVA[/tag]
איך מיין ס'איז נישטא אויף וואס.
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:56 pm
דורך אור חדש
פארמעקט
נשלח: זונטאג אוגוסט 02, 2015 2:57 pm
דורך אור חדש
פארמעקט.