בלאט 5 פון 6
Re: "דארפן" מיר זיך פירן מאראליש ?
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2020 3:26 pm
דורך מי אני
ניטשע׳ס טענות זענען געגאנגען נאך טיפער אין דעם. ער האט געזאגט אז כדי
מאראליטעט ווי אזוי אונז פארשטייען מיר עס זאל האלטן פעהלט אויס דריי הנחות:
1).
בחירה חופשית - כדי מען זאל קענען האלטן דעם אגענט/מענטש אונטערן אקט פאראנטווארטליך אויף זיך צו האלטן צום מאראל.
2). אז דער ״
זעלבסט״ איז זעהבאר - דהיינו, אז אנדערע קענען דערקענען דעם אגענט׳ס/מענטש׳נס אַקטן און דאס מקשר זיין צו זיינע מאטיוון. דאדורך קען מען שטעלן די אַקטן און עס ״רעינקן״ במדריגה.
3).
אייניגקייט - אז מענטשן זענען גענוג אייניג בעצם אז איין מאראליטעט איז געאייגענט (און בונדענד) פאר אלע.
ער האט גע׳טענה׳ט אז אלע דריי הנחות האלטן בעצם נישט אויס. אנטקעגן
בחירה חופשית נוצט ער די
באקאנטע טענה אז טאמער מ׳איז נישט די
לגמרי אייגענע [קאָזאַ סוּאיִ] סיבה פאר׳ן פעולה, ווערט עס נישט גערעכענט ווי בחירה חופשית (וכל המסתעף, ולמשל אז זיינע בחירות וועלען זיך ווענדן אין וואס פאר א סארט פּערסאנעליטי וכו׳ ער איז מעיקרא געבוירן אלס וכו׳ וכו׳).
אנטקעגן דאס אז דער ״
זעלבסט״ איז זעהבאר טענה׳ט ער אז ס׳איז אומעגליך צו דערגיין
אלע דרייווס, רצוניות׳נס, וועריעבּלס וכו׳ וואס זענען גורם אן אקט פון א מענטש; עכ״פ זיכער נישט אויף גענוג עס צו שטעלן אין א היארארכיע כנגד אנדערע אַקטן.
דאס אלעס פירט אריין אין זיין פירכא אויף דאס [פילאזאפישע]
אייניגקייט פון מענטשן; אונז קענען מיר דאך נישט דערגיין די קאַוּזעס און דרייווס וכו׳ פונ׳ם
מענטש איז טא ווי אזוי קענען מיר אננעמען אז דאס מושג פון [די סייקי פון]
מענטש איז אייניג.
נשלח: דינסטאג אפריל 28, 2020 4:40 pm
דורך berlbalaguleh
מי אני: לגבי די באגרעניצונגען פון די ענווייראנמענט וואו מ'איז געבוירן און אין וועלכע סביבה מ'איז אויפגעוואקסן כדי צו האבן בחירה חופשית, ביניך מסכים מיט דעם גרויסן חכם און פילאזאף, ניטשע...! ווייל א טונקל'ער אדער היספאנישער שייגעצ'ל וואס איז אויפגעוואקסן אין הארלעם אדער בעד-סטיי האט נישט דעם זעלבן מאראלישן קאמפאס ווי א יוגנטליכער שווארצער אדער היספאנישער וואס איז אויפגעוואקסן אין העמפסטעד לאנג איילענד. כש"כ ווי א יוגנטליכער אין פלעטבוש אדער בארא פארק פון אידישן אפשטאם...!
די קומענדיגע שאלה דארף געפרעגט ווערן פון די ליבעראלע נפשות וועלכע דרייען זיך דא: ביטע געב מיר די סטאטיסטיקס, וויפיהל מאגגינגס און רויבערייען האבן די יוגנטליכע פון די אנדערע געגנטן אויסער הארלעם און בעד-סטאיי אדורכגעפיהרט אין די פארגאנגענע 10 יאר...?!
Re:
נשלח: מיטוואך יולי 15, 2020 11:45 am
דורך מי אני
אביסל ענליך צו ניטשע׳ס מהלך, נאר אין אלטע פילאזאפיע:
IMG_7200.jpg
אפלטון האט זיך געדינגען דערויף.
טראמיסיקוס, אין אפלטון׳ס
רעפּאבליק, טענה׳ט אויך ענליך בנוגע אז צדק איז צו סערווירן די מאכטפולע.
***
3C237B45-2BE9-43B9-9999-1C97C79625CF.jpeg
דאס איז שוין מער אינעם שמועס פון
מאראלישע ריעליזם, ועיין
כאן (ולהלן שם).
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2020 6:55 pm
דורך מי אני
ובנוגע די פירכות אויף עיקרי הלאגיק מעיקרא איז אינטרעסאנט אנצומערקן אז דער כינעזער פילאזאף זשואנגצע (פון טאַוּאיזם) נוצט לאגישע ארגומענטן (אין זיין בוך הנקרא על שמו) און דרייט זיי איבער אויף אויפצוווייזן איראציאנאלע ארגומענטן (אין זיין בוך הנקרא על שמו), אויף כדי צו טענה׳ן אויף סקעפטיסיזם אויף לאגיק אליין און קעגן דאס זיך איבער-פארלאזן אויף ראציאנאליזם.
***
דר. מארטין היידעגער האט טאקע געוואלט נוצן די געדאנק אין זיין עקזיסטענשאל פילאזאפיע. ער האט גע׳טענה׳ט אז עפ״י לאגיק איז נישט שייך צו רעדן אדער קוואליפיצירן/קלאסיפיצירן ״גארנישט״, ווייל די רגע מ׳גיבט דאס עני סארט הגדרה הא׳מיר דאס לאגיש אויסגעשלאסן פון זיין ריכטיג ״גארנישט״; עס איז שוין ״עפעס״ א מושג. אבער דאך רעדט מען און מ׳פארשטייט איבער ״גארנישט״; אונז האבן א ״פּרי-טעארעטישע״ איידיע. דאס ווייזט אז בעצם איז אונזער עקזיסטענשאל פּערסעפּשאן וכו׳ העכער לאגיק און עס גייט ווייטער ווי אירע גרעניצן. ווי אזוי אונז ״שפירן״ מיר די סארט זאכן איז דורך עמאשענס [ביי ״גארנישט״ איז עס די ענקזייעטי דערפון].
(דר. רודאלף קארנאפ וחביריו האבן זיך געדינגען מיט אים בכלל.)
***
איך האב געקלערט אז מ׳קען אפשר זאגן א רמז אזוי. די סטאָאיק פילאזאפן האבן צוגעגליכן חכמה צו אן איי: לאגיק איז די קליפה, פיזיקס איז די חלבון, און עטיקס איז די חלמון. וי״א עטיקס איז די חלבון, און פיזיקס איז די חלמון.
עכ״פ לאגיק איז כנגד די קליפה. ולהבדיל די רשב״א זאגט (שו״ת ח״א סימן תקט״ז, והובא בב״י ביו״ד סימן צה ובטו״ז שם ס״ק ב) דהקליפה של ביצה בוודאי מנוקבת היא ע״ש. ואפ״ל לרמז טאקע צו דעם איבער די גבולים פון לאגיק (וידוע פולמוסו של הרשב״א נגד לימוד פילוסופיה).
אויך קען מען זאגן דערין א רמז אז דאס האט א שייכות צום שמועס דא איבער מאראלישע ריעליזם, ווייל אין או״ח סימן שיט זאגן די טו״ז ס״ק יב און די מ״א ס״ק טז אז די חלבון וחלמון ווערן גערעכענט ווי מין אחד (לגבי בורר) ע״ש. ואפשר לרמז אז פיזיקס און עטיקס זענען מין אחד, וכעין דיש ריעליזם לפיזיקס כך יש ריעליזם לעטיקס/מאראל.
נשלח: מיטוואך יולי 22, 2020 7:25 pm
דורך mevakesh
איך האב נישט דוירך געליינט אלע תגובות ביז אהער אבער דאס איז מיין צוויי צענט אויף די פראגע
מען "דארף" נישט זיין מאראליש מען איז מאראליש. דאס הייסט, יעדע מענטש האט א אינערליכע ציאונג צו גערעכטיקייט, מען קען אפשר דן זיין אויפן פרט צו דאס איז מאראליש אבער מען קען זאגן אז מאראל בכלליות איז דער מערסטע אוניבערסיאלע זאך אויפן וועלט
בקיצור מען דארף נישט זיין מאראליש מען איז אין דער טיפעניש מאראליש
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 12:24 am
דורך הקטן
mevakesh האט געשריבן:מען "דארף" נישט זיין מאראליש מען איז מאראליש. דאס הייסט, יעדע מענטש האט א אינערליכע ציאונג צו גערעכטיקייט, מען קען אפשר דן זיין אויפן פרט צו דאס איז מאראליש אבער מען קען זאגן אז מאראל בכלליות איז דער מערסטע אוניבערסיאלע זאך אויפן וועלט
בקיצור מען דארף נישט זיין מאראליש מען איז אין דער טיפעניש מאראליש
דו האסט א אינערליכע פילאינג, א ציאונג, א אינטאאישען
(פארוואס טאקע?) אזא תאוה, צו זיין מאראליש
פארוואס זאלסטו דיך נאך געבען די תאוה?
אויב געלאנגט דיר איבער ציקימען די פילינג וואס נייגט דיר צי זיין מאראליש וועסטו קענען אסך מער עקאמפלישען און לעבען, און אסך אנדערע חלקים און לעבן וואס דו ביסט מחשיב, נישט אזוי?!?
פארוואס ריפסטו אן די "ציאונג" - "גערעכטיקייט"?
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 8:28 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך האב אן אנדערע פראגע, דארפן מיר היטן די תורה? און אז מ'וועט גיין אין גיהנם פאר'ן עסן חזיר איז וואס? סך הכל האסטו אן אינערליכע אינטואישן וואס וויל נישט פלאקערן אין גיהנם (פארוואס טאקע?), פארוואס זאלסטו נאכגעבן דעם תאווה?
נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 7:30 pm
דורך מי אני
נהורא נפישא האט געשריבן:יאיר, ארויפצוברענגן ספיקות איבער די חשיבות פון לאגיק מיט "לאגישע ארגומענטן" איז אבסורד.
דער רוימישער סטאָאיק פילאזאף עפּיקטיטוס האט דאס געזאגט: אז די וואס ווילן זיך טענה׳ן קעגן די שטארקייט פון לאגיק וועלן זיך דארפן באנוצן מיט לאגיק אליין דאס אויפצוווייזן.
נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 10:14 pm
דורך הקטן
מי אני האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:יאיר, ארויפצוברענגן ספיקות איבער די חשיבות פון לאגיק מיט "לאגישע ארגומענטן" איז אבסורד.
דער רוימישער סטאָאיק פילאזאף עפּיקטיטוס האט דאס געזאגט: אז די וואס ווילן זיך טענה׳ן קעגן די שטארקייט פון לאגיק וועלן זיך דארפן באנוצן מיט לאגיק אליין דאס אויפצוווייזן.
ווייל נאר דאס וויל די מקבל הערן
נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 10:30 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לאגיק מיינט ארויסלערנען איין זאך פונעם צווייטן, צ.ב. אויב מיין חבר האט געפירט זיין ביזנעס אויף א געוויסע מהלך און ער איז געגאנגען באנקראט קען איך אננעמען לויט לאגיק אז אויב איך וועל פירן מיין ביזנעס אויף דעם זעלבן מהלך וועל איך אויך גיין באנקראט. יעצט, איז מעגליך אז איינער זאל פירן א ביזנעס אויף אזא מין מהלך און ער זאל מצליח זיין? אוודאי געוויס, יעדע משוגעת קען צומאל געלונגען. וויבאלד אבער איך האב נישט קיין שום וועגן צו וואוסן צו ביי מיר וועט אפשר די משוגעת יא געלונגען דארף איך ע"פ לאגיק אננעמען אז נישט. אוודאי קען איך זאגן אז מ'קען קיינמאל נישט וואוסן און נעמען די געמבל, אדער קען איך זיין א פילאזאף און זאגן "ווער זאגט אז מיין ביזענס עקזיסטירט בכלל?", איך קען מיך אויך אריינלייגן אין בעט און לאזן גנבים אריינקומען און אויסליידיגן מיין הויז ווייל איך עקזיסטיר אפילו נישט און ס'אלץ נאר דמיונות (און בכלל, ווער זאגט אז דער מענטש דארט וואס ליידיגט אויס מיין טשיינע קלאזעט איז א גנב? אפשר ברענט א פייער און יענער קומט ראטעווען מיינע חפצים? אפשר גאר גייט יענער פארקויפן מיינע זילבערווארג, אינוועסטירן די געלט, און מיך עס צוריקגעבן ווען איך וועל דארפן חתונה מאכן די קינדער? כ'מיין דו ווייסט אז נישט?!), אבער אז מ'וויל יא עפעס קענען אננעמען מיט א געוויסע מאס זיכערהייט און נישט בלייבן קיין האומלעס איז נישט דא קיין אנדערע וועג אויסער לאגיק (ליין: ארויסלערנען פון פריערדיגע הנחות און עקספיריענסעס).
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2020 8:58 am
דורך מי אני
ולעומת ניטשע האט סקראט, אין אפלטון׳ס גארגיאס, גע׳טענה׳ט אז נאר זיך אויפפירן מאראליש קען למעשה לאחרי ככלות הכל ברענגען אמת׳ע שמחה, סיפוק, ושלוות הנפש.
זשאן-זשאקעס ראסזשיאו האט געהאלטן אז מענטשן זענען נאטורליך באשאפן און אריינגעבויט מיט צוויי מאראלישע סענטימענטן: א ראציאנאלע דראנג פאר סעלף-פּרעזערוועישן וקיום, און א שוידער ורחמנות איבער דאס צער פון אנדערע. נאר ציווילאזציע והמסתעף ממנה טוהט קארופטירן דאס ערשטע סארט צו א דראנג פאר תאווה, כבוד, און מאכט וואס פון דעם קומט ארויס די אומאראלישע נטיות פונעם מענטשהייט.
דער בריטישער פילאזאף דר. דזשארדזש עדווארד מור האט געהאלטן ענליך אז מאראל וטוב איז א זאך וואס איז אריינגעבויט אינעם מענטשהייט; אונז ״פיהלן״ מיר דאס אז דאס איז ריכטיג, הגם מיר קענען עס (אפטמאל) נישט דעפינירן.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 12, 2020 10:37 pm
דורך מי אני
דוד הום האט טאקע געהאלטן פון א סארט סענטימענטאליזם דערביי: אז מאראליטעט איז מער מכח ״געשפירט״ ווי אלס עפעס וואס מ׳קען דן זיין דערויף. עס קומט צושטאנד פון א סארט מיטל-וועג צווישן די אביעקטיוו און די סאביעקטיוו; וואס ווערט גערופן אינטערסאָבּדזשעקטיוויטי. דהיינו, אז מענטשן פילן א מיטגעפיהל מיט דאס צער פון אנדערע. יעצט, דאס וואס האט די מערסטע השוואה פון אן אייניגע מיטגעפיהל וכדומה, וואס מען קוקט אן און מען באטראכט אלס שלעכט, ביי מענטשן אינעם געזעלשאפט, דאס איז וואס ווערט נקבע (ביי זיי (טאקע א פארעם פון מאראלישע רעלאטעוויזם)) אלס ״מאראליש״ [די השוואה טוהט ״צורעכטן״ די מאראלישע סענטימענט פונעם אינדיווידואלן מענטש].
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 10:36 am
דורך מי אני
עס איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז די פילאזאף דר. סוסען וואלף
טענה'ט אז דאס שטרעבן צו זיין מאראליש פערפעקט און לעבן לשם מאראל, וואס זי רופט א "מאראלישע קדוש", קען זיין דאס
נישט עטישע זאך צו טוהן. דאס איז ווייל דאס טוהט אונטערמינעווען די רייכקייט פונעם מענטש'נס כאראקטער, וממילא דאס שלימות פון זיין און זיינע ארומיגעס לעבן.
אן ענליכע טענה איז געזאגט געווארן קעגן די עקסטרעמע אסעטעסיזם פון דזשעיניזם; אז עס פארמערט צער לגביהם אליין.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 17, 2020 8:26 pm
דורך מי אני
הקטן האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:יאיר, ארויפצוברענגן ספיקות איבער די חשיבות פון לאגיק מיט "לאגישע ארגומענטן" איז אבסורד.
דער רוימישער סטאָאיק פילאזאף עפּיקטיטוס האט דאס געזאגט: אז די וואס ווילן זיך טענה׳ן קעגן די שטארקייט פון לאגיק וועלן זיך דארפן באנוצן מיט לאגיק אליין דאס אויפצוווייזן.
ווייל נאר דאס וויל די מקבל הערן
דער בּודהיסט פילאזאף נאַגאַרדזשוּנאַ האט געהאט געגעבן אן ענליכן דעפענס בנוגע זיין
״ליידיגקייט״/סוּניאַטאַ פילאזאפיע. דאס איז אז ער האט געהאלטן (בקיצור) אז זאכן/ענטיטיס [״
סוואַבּהאַוואַ״] האבן נישט קיין אינטרינסיק אָנטיק רעאליטעט ״פאר זיך״ (וואס איז נישט אינטערדעפענדענט מיט, און רעלאטיוו צו, עפעס אנדערש); דאס ״רעאליטעט״ פאר זיך איז בעצם ״ליידיג״.
מ׳האט געפרעגט אויף אים אז לפי״ז איז דאך יעדע סטעיטמענט בעצם פונקט אזוי ״ליידיג״, איז דאך זיין טעזע
אויך ״ליידיג״. איינע פון זיינע תירוצים דערויף איז אז איה״נ, נאר מ׳קען טאקע נוצן א ״ליידיגע״ סטעיטמענט אויף צו ווייזן אויף די ״ליידיגקייט״ פון [פילאזאפישע] סטעיטמענטס בכלל; עס נעמט נישט אוועק פון דאס ריכטיגקייט דערפון. ער האט דאס צוגעגליכן צו איינער וואס זאגט ״ס׳איז שטיל דא״ אין א שטילע צימער. דאדורך טוהט ער דאך ברעכן אט דאס שטילקייט וואס ער וויל ווייזן צו, אבער למעשה, הגם ער קען עס נישט עקספרעסן אָן מהרס זיין דערין, איז עס בעצם אמת.
נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2021 5:18 pm
דורך מי אני
בנוגע די
פראבלעם פון אינדאָקשען איז עפ״י קאנט׳ס
חילוק אין עפיסטעמאלאגיע צווישן קאנסטיטוטיוו וויסן און רעגיולעטיוו וויסן האט ער דאס פארענטפערט אז די סארט עמפירישע עי פּאסטעריארי מדע איז בעצם טאקע נאר
רעגיולעטיוו וויסן, והא ראיה והטעם פארוואס זיי ווערן אין אלגעמיין סוּפּערסיִדעד דורך אנדערע טעאריעס/געזעצן וכו׳.
נשלח: מוצ"ש פעברואר 06, 2021 11:27 pm
דורך מי אני
אן ענליכן געדאנק צו הום'ס פראבלעם פון אינדאקשען איז לודוויג וויטגענשטיין'ס
רוּל-פאַלאָאיִנג פאראדאקס וואס לויטעט אז קיין שום אקציע/מהלך קען נישט ווערן דעפינירט אז דאס גייט אין איינקלאנג מיט/לויט א געוויסע רוּל, וויבאלד עני אקציע קען מען מאכן שטימען דערמיט. דער לאגיקער און פילאזאף דר. שאול קריפּקע איז דאס מסביר מיט אזא משל: לא'מיר זאגן אז דו האסט נאך קיינמאל נישט צאמגעעעד נומערן העכער 57. יעצט בעהט מען דיר צו מברר זיין די סומע פון 68 + 7. סתם אזוי פארשטייט מען אז דו 'עסט טוהן אזוי ווי פלעגסט אלס טוהן [עדישאן מיט נומערן אונטער 57] און דאס דזשענערעלייזן צוצוקומען ביי דעם צו 75. אבער איינער קען זיך טענה'ן און זאגן אז די הלכות פון עדישאן וואס דו האסט אלס געטוהן, דאס פּלאָס אפעראציע, איז אונטער/בתוך א גרעסערן אפעראציע פון "קוואָס". והיינו (למשל) אז דאס [געהעריגע] פּלאָס אפעראציע ארבעט נאר מיט נומערן אונטער 57, איינמאל אבער מ'קומט אן אז איינע פון די נומערן איז מער ווי דעם דעמאלטס איז די ענטפער אלס 5. דאס וואס דו האסט געטוהן ביז יעצט שטימט גענוי מיט'ן "רוּל" פון "קוואָס". וממילא פאר די נומערן אונטער 57 וויאזוי ווייסטו צו דו טוהסט "פּלאָס" צי "קוואָס"? די משל טוהט צייגן אז עני, למשל, סארט מאטעמאטישע אקציע וואס מ'טוהט מיינענדיג אז מ'טוהט א געוויסע אקציע עפ"י א געוויסע "רוּל", איז אפשר טוהט מען גאר עפעס אנדערש; אן אנדערן "רוּל"?
איי אז איך גיי צוריקטענה'ן אז די פירוש פון "פּלאָס" אליין איז שוין כולל אלעס, איז דאך דאס
אליין אויך א "רוּל" און אויף דעם העכערן לעוועל וועל איך דאס ווייטער קענען פרעגן און מפרש זיין אנדערש און ברייטער [די רוּלס וואס שטעלן צאם די חלקים אינעם דעפינישאן], וכן הלאה. אין אנדערע ווערטער, די פירוש פון א ווארט איז פונקט אזוי אין די לופטן ווי די ווארט וואס עס איז מפרש. אין קריפּקע'ס משל איז די פראגע ווי אזוי קענען מיר אויפווייזן אז דאס ווארט "פּלאָס" מיינט דאס מאטעמאטישע "+".
מ'איז נישט ממש מסכים אז דאס איז וואס וויטגענשטיין האט געמיינט וממילא רופט מען דעם געדאנק "קריפּקענשטיין".
אן ענטפער אויף דעם איז ענליך צום [סקעפטישן] ענטפער צו הום'ס פראבלעם. והיינו, אז עס קען טאקע בעצם זיין אזוי אין פאקט אז עס איז נישט ממש "אמת" [אין א
קארעספּאנדענס זין] אבער דאס וואס געבט די וואלידיטי צום דעפיניציע איז פשוט די קאנסענסוס פונעם מענטשהייט [ווייל עס איז בגדר
הסכמיות]. מ'קען דאס באטראכטן אין אנדערע ווערטער אז דו קענסט דאס אננעמען ווייל עס איז למעשה דאס וואס איז די מערסטע נוצליך.
***
33067160-1FF2-4719-946C-926CAA1B6AAC.jpeg
עפ״י
די געדאנק פון איר חבר סארטרע, און אז דאס ״פרייהייט״, וממילא דאס עקזיסטירענדע ״זעלבסט״, איז מקושר אינעם ״פרייהייט״ פון אנדערע.
נשלח: דינסטאג פעברואר 23, 2021 10:19 pm
דורך מי אני
און ענליך במשנתו של קאנט:
96B8E249-E073-4329-9C64-2A0707BEEBA0.jpeg
900C8B5F-59C5-48E4-BA68-A4E4249FE2B6.jpeg
נשלח: מיטוואך מערץ 03, 2021 4:59 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:יאיר, ארויפצוברענגן ספיקות איבער די חשיבות פון לאגיק מיט "לאגישע ארגומענטן" איז אבסורד.
דער רוימישער סטאָאיק פילאזאף עפּיקטיטוס האט דאס געזאגט: אז די וואס ווילן זיך טענה׳ן קעגן די שטארקייט פון לאגיק וועלן זיך דארפן באנוצן מיט לאגיק אליין דאס אויפצוווייזן.
ענליך בנוגע פילאזאפיע בכלליות, פון אריסטו:
11.jpeg
נשלח: מיטוואך אפריל 07, 2021 2:49 pm
דורך מי אני
דער פראנצויזישער פילאזאף דעניס דידעראט האט געשריבן א נאַוועל וואס ער האט גערופן ״דאס איז נישט א מעשה״. דר. טשארלס וואלף לערענט דאס אפ אויך ווי דאס אז ער וויל צייגן אויף דעם אז ער וויל ווייזן אויף די אַבּסורדיטי פון א מעשה וואס נוצט דאס דערציילן פון א מעשה אויף אויפצוווייזן די אומעגליכקייט פון דערציילן א מעשה בשעת׳ן פארציילן די מעשה.
דאס איז נאכדערצו אז די נאַוועל איז איינגעטיילט אין צוויי מיט די צווייטע חלק הייסענדיג ״צווייטע מעשה״. (די טעמע/סאָבּטעקסט פון די נאַוועל איז טאקע אויף צו טענה׳ן אז א מענטש׳נס מעשים לשלעצמם זענען נישט מאראליש אדער אומאראליש; ״מאראליטעט״ איז נישט יוניווערסאל.)
ער זאגט אויך אז דאס ליגט אויך אלס א פשט אינעם פּעינטינג פון רענעי מארגריִט
3AF13926-5771-4E00-9671-902AB569E42C.jpeg
אונטן דערפון אויפ׳ן פּעינטינג גופא שטייט (אין פראנצויזיש): ״דאס איז נישט א לולקע״. והיינו, אז בו בעת וואס מען וויל טענה׳ן וואס דאס איז ״נישט״ באנוצט מען זיך מיט דעם זאך גופא וואס מ׳פארשטייט אז דאס איז עס ״יא״.
איר פּריימערי מעסעדזש איז בנוגע
פּערעשפראך. והיינו, ווי אזוי מ׳פארשטייט שפראך און ווי אזוי עס ווערט באנוצט [
קאנאטעישאן] לעומת וואס עס/די זאץ מיינט באמת [
דענאטעישאן]. אין די קאנטעקסט איז עס טאקע נישט א לולקע; עס איז א רעפרעזענטאציע פון א לולקע.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 06, 2021 11:00 am
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:יאיר, ארויפצוברענגן ספיקות איבער די חשיבות פון לאגיק מיט "לאגישע ארגומענטן" איז אבסורד.
דער רוימישער סטאָאיק פילאזאף עפּיקטיטוס האט דאס געזאגט: אז די וואס ווילן זיך טענה׳ן קעגן די שטארקייט פון לאגיק וועלן זיך דארפן באנוצן מיט לאגיק אליין דאס אויפצוווייזן.
פונעם הקדמת פי׳ אוצר חיים על אור ה׳:
0C479704-22F2-4A31-8564-EBDBB68A0CB8.jpeg
נשלח: זונטאג אפריל 10, 2022 7:21 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:נהורא נפישא האט געשריבן:יאיר, ארויפצוברענגן ספיקות איבער די חשיבות פון לאגיק מיט "לאגישע ארגומענטן" איז אבסורד.
דער רוימישער סטאָאיק פילאזאף עפּיקטיטוס האט דאס געזאגט: אז די וואס ווילן זיך טענה׳ן קעגן די שטארקייט פון לאגיק וועלן זיך דארפן באנוצן מיט לאגיק אליין דאס אויפצוווייזן.
BB1AC303-CAF5-4661-B5B9-9D46C8408C36.jpeg
היש״ר מגוריציאה
שרייבט אין זיין התורה והפילוסופיא (מאמר ג פ״ב).
ועיין כאן.
נשלח: מוצ"ש יולי 09, 2022 11:21 pm
דורך מי אני
עס איז אינטרעסאנט ווי דער מקור חיים אויפ׳ן עקידה (פ׳ חוקת שער עט) רירט אָן אויף דעם
פראבלעם פון אינדאָקשען:
ובשם [היקש ה]חיפוש ״אינדוקטיאָן״ יקרא משפט השכל הבנוי רק על הנסיון והדמיון לבד (עיין מזה גם מלות הגיון סוף שער ז) ד״מ אחרי אשר אכלנו הרבה פעמים מאכל שצורתו פת לחם ושבענו ממנו, נשפוט כל עת שיבוא לפנינו פת לחם שהוא משביע רעבים, יען כי הוא דומה בצורתו לשאר פתותי לחם שהשביע כבר אותנו לפנים, ועל אמתת משפט כזה יש עוד לעורר אחרי שאין עליה מופת, כי אם גם מאה פעמים שבענו האכלנו פת לחם כזה אפשר שבכל זאת עתה לא נשבע ממנו, אם בעבור שרעבון נפשינו גדול עתה יותר ממה שהיה לפנים או בעבור שפת זה ידמה רק בצורתו החיצונית לפת אחר שאכלנו לפנים אבל במהותו ואיכותו הפנימית לא ידמה לו יען כי לא נעשית מתבואה טובה כמוהו.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2022 5:12 pm
דורך מי אני
אין
די לעקציע ברענגט דר. איִען שפירא צו פון טאמאס האַבּס אז ער האט געהאלטן אז אַרט, ובתוכה מאראל, איז ניתן להוכיח אויף אַן ענליכע מדריגה ווי מאטעמאטיקס, משא"כ ביי סייענס. דאס איז וויבאלד זיי ביידע הייבן זיך אָן מיט הנחות וואס דער מענטש האט קאַנסטראָקטעד [ביי מאטעמאטיקס איז דאס "אט די טרייענגעל" וכדומה] און פון דארט נעמט מען די השלכות און "עפעקטן" דערפון. משא"כ ביי סייענס וואו מ'הייבט אָן מיט די עפעקטן און מ'וויל געוואור ווערן צוריקצווועגס די סיבות דערצו.
ומענין לענין באותו ענין, אין
די לעקציע זאגט ער אין פאליטישע פילאזאפיע/סייענס עפ"י קאַרל מאַרקס און דוד הום, אז מחלוקת'ן בפאליטיקס זענען אָלטימעטלי איבער חילוקי דיעות במאראל.
און אין די לעקציע (ובנוגע אוימאנ׳ס עגרימענט טעארעם) זאגט ער לגבי די פאליטישע פילאזאפישע געדאנק פונעם האַבּסיען סאָשעל קאנטראקט, און וואס איז מסמיך פאליטישע אטאריטעט איז הסכמת הכלל, אז עס איז דא disagreement אין וואס באדייט agreement...