בלאט 5 פון 23

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 5:10 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:קוק אויף די צעטלעך אין אלע שוהלן וועגן די אוהל וואבס ווערט געענדיגט בויען דארט און ווער עס איז זיך משתתף ווערט געהאלפן מיט אלע ישועות, האסט טאקע נישט באמערקט? דאוונסט נישט יעדן טאג?

דו קוקסט נאך אויף די צעטלעך? ס'אינטרעסירט דיך נאך?... :P

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2015 7:49 pm
דורך חאצקעל שניידער
דאכט זיך ער האט נישט קיין סמארטפון קען ער נאך קוקען [emoji5]️[emoji5]️[emoji5]️

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:10 pm
דורך געוואלדיג
איך האב טאקע נישט, און זעהסט איך ווייס עפעס וואס ער ווייסט נישט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:20 pm
דורך [NAMELESS]
אויב אזוי מוז איך שוין רעאגירן.
כ'האב נישט קיין סמארט פאון, געלעקסי, ודומיהם. כ'האב אן אפגעריסענע אבאמא פאון, ותו לא...

צעטלעך אין שול ליין איך נישט, ווייל כ'בין שוין נמאס געווארן פון זען די זעלבע נייעס מיט אנדערע נעמען:
קול קורא איבער פארן ווינטער קיין פלארידא.
עצרת זכרון ומספד על רשכבה"ג.
טיי אווענט פאר ת"ח ממית עצמו באהלה של תורה.
מז"ט חתונה/וואכנאכט וכו'.
אבותינו/אדמת קודש/אתרא קדישא, בתי חיים.
שטריימלעך סעיל און בעקיטשע סעיל.
נייע פירצה איבער קליידונג אדער אינטערנעט.
און פארשטייט זיך, די יסודות'דיגע ארגעניזאציעס: הצלה, בוני עולם, RCCS, און וויכטיגע מודעה פון חברת שומרים...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:13 pm
דורך געוואלדיג
טא וויאזוי ווייסטו מיט וואס איז היינט אנדערש פון נעכטן?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:27 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:טא וויאזוי ווייסטו מיט וואס איז היינט אנדערש פון נעכטן?

אהה, פארגעסן צוצולייגן:

די אלע אויבנדערמאנטע זאכן כמעט וואס פאראינטרעסירן מיר נישט. סאו ס'נישט קיין נפ"מ וואס די נייע נאמען אויפן צעטל איז.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 4:56 pm
דורך געוואלדיג
חכם, קומסט אויף קאווע שטיבל צו דאס זעהן, איך זעה דאס אויף די צעטלעך אין שוהל,
איך האב היינט אין שוהל געזעהן נאך א מחאה קעגן אינטערנעט האב איך געוואוסט אז אין שטיבל לעבט זיך, וכך הוה.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:08 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:חכם, קומסט אויף קאווע שטיבל צו דאס זעהן, איך זעה דאס אויף די צעטלעך אין שוהל,
איך האב היינט אין שוהל געזעהן נאך א מחאה קעגן אינטערנעט האב איך געוואוסט אז אין שטיבל לעבט זיך, וכך הוה.

אי משום הא, וואס האב איך געטון ביז א חודש צוריק?
נו שוין, בעסער נישט צו רעדן...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:18 pm
דורך געוואלדיג
שוין דערנאך, האסט שוין גערעדט און מפרסם געווען וואו דו האסט זיך אלס געדרייט... (רמז: עס איז נאר דא איין אדנירם).

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:16 pm
דורך חאצקעל שניידער
מדארף אהער רופן סדרן מפארדרייט די נושא פון די אשכול[emoji6]
וואס איז געשען שש האסט געקוויט?[emoji17]
געוואלדיג: אפשר פרובורסטו עם משכנע זיין ווייטער צו שרייבען.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 6:25 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג האט געשריבן:שוין דערנאך, האסט שוין גערעדט און מפרסם געווען וואו דו האסט זיך אלס געדרייט... (רמז: עס איז נאר דא איין אדנירם).
אי משם תביא ראי', אדרבה. ס'סאך מער כשר ווי דעם סייט.

חאצקעל שניידער האט געשריבן:מדארף אהער רופן סדרן מפארדרייט די נושא פון די אשכול[emoji6]
וואס איז געשען שש האסט געקוויט?[emoji17]
געוואלדיג: אפשר פרובורסטו עם משכנע זיין ווייטער צו שרייבען.

חאצקעל, אפשר פראבירסטו משכנע צו זיין די חבריא קדישא צו דאנקען... איך בין שוין משוכנע ועומד צו שרייבן ווייטער.

עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א

נשלח: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 7:12 pm
דורך חאצקעל שניידער
כווייס נישט וואס דו וואולסט כהאב געזען דארט פלענטי לייקס[emoji3], איי סנישט אזויפיל וואו אין אנפאנג [emoji17] ווייסט דאך וואוזוי סגייט אנפאנג זמן לערנט יעדער מיט גרויס חשק [emoji5]️ אבער וואו טיפער מגייט אריין אין זמן פאלן די שוואכע ארויס און עס האלטן זיך די בעסערע בחורים אזש אז צום סוף זמן לערנען נאר ממש די פאר יחידי סגולה אזוי ביי יעדע זאך ,אנהייב כאפט זיך יעדער צו און צום סוף בלייבן נאר די ערנסט אינטערסירטע, וד״ל.

נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 2:46 pm
דורך געוואלדיג
פון דעם האב איך גערעדט

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 8:33 pm
דורך א איד
@אדנירם ווען קומט די קומענדיגע ארטיקל?

נשלח: דינסטאג מאי 12, 2015 12:23 am
דורך קאצקע ציקער
ווען?

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 4:24 pm
דורך [NAMELESS]
האפנטליך היינט-מארגן.

כ'דארף נאך אניאגן אפצואליינען אלעס וואס כ'האב פארפאסט די לעצטע אנדערהאלבן וואך. ויעו' כאן.

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 4:26 pm
דורך קאווע טרינקער
אדנירם האט געשריבן:האפנטליך היינט-מארגן.

כ'דארף נאך אניאגן אפצואליינען אלעס וואס כ'האב פארפאסט די לעצטע אנדערהאלבן וואך. ויעו' כאן.

היינט אין אמשינוב מיינט מארגן, סאו מארגן מיינט נעקסטע וואך???

נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 5:20 pm
דורך [NAMELESS]
קאווע טרינקער האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:האפנטליך היינט-מארגן.

כ'דארף נאך אניאגן אפצואליינען אלעס וואס כ'האב פארפאסט די לעצטע אנדערהאלבן וואך. ויעו' כאן.

היינט אין אמשינוב מיינט מארגן, סאו מארגן מיינט נעקסטע וואך???

כ'זעה ביזט נאכנישט גענוג באקאנט אין אמשינאוו. אויב ער וועט זאגן מארגן וועט עס טאקע מיינען נעקסטע וואך, און אויב דו וועסט עם זאגן נעקסטע וואך, דאן קענסטע ווארטען עט ליעסט א חודש.

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 11:20 pm
דורך [NAMELESS]
[center]זיבעטע קאפיטל:
דער צווייטער אמשינאווער רבי - ר' מנחם'ל.[/center]



[center]דער יונגער רבי.[/center]
ר' מנחם'ל אמשינאווער איז געבוירן אין יאר תר"כ, און בערך ביי די פערצן יאר האט ער חתונה געהאט. זייענדיג א ריכטיג אמשינאוו קינד, האט ער שוין פון קינדווייז אן עוסק געווען אין חסד, הכנסת אורחים, און געווען בידידות באחוה ורעות מיט זיין טאטנס חסידים. ער פלעגט זיכער מאכן אז די עניים וואס זענען געקומען צום טאטן [און עניים האבן נישט געפעלט אינעם געשמאקן אמשינאוון קרעמל...] זאלן האבן וואס צו עסן און וואו איינצושטיין. אזוי אז ביי זיין טאטנ'ס פטירה בשנת תרל"ח, כאטש וואס ער איז געווען א יונגערמאן פון אכצן יאר, איז ער אבער גאר שנעל באליבט געווארן ביים עדה, עד כדי כך אז אונטער זיין הנהגה האט אמשינאוו געבליהט, און איז געווארן א פעסטונג אין פוילישן אידנטום. ר' מנחם'ל איז געווען א מוסטער פון ליבשאפט אן א שיעור, אז מ'האט ממליץ געווען אז אויב זיין טאטע איז געווען בבחינת 'אהבה', איז ער געווען בבחינת 'אהבה שבאהבה'...

ווי געזאגט, איז ער געווען א יונגערמאן ביים איבערנעמען די רבי'סטעווע. ער האט זיך אפגעגעבן מיט זיינע יונגערע ברודער וואס זענען געווען קליינע יונגלעך. אבער ער האט געהאט א צורה וואס האט מעיד געווען אויף זיין אצילות און קדושה. עס ווערט דערציילט, אז גלייך נאכן ענדיגן דעם שנת האבל נאכן טאטן [וואס אינעם יאר האט ער נישט עכט געוואלט פראוון רבי'סטעווע], איז ער געפארן אויף א שבת צום אלטן טשארטקאוון רבי'ן, ר' דוד משה, וואס האט אים מכבד געווען מיט זיין אייגענע עליה - שלישי. אויפן וואונדער פון זיינע חסידים - וואס צווישן זיי זעלבסט האבן זיך געציילט אדמורי"ם מפורסמים - האט ער מגיב געווען: 'וואס איז די וואונדער? זיין הכרת פנים איז מעיד אויף אים ווער עס איז דער אמשינאווער רבי'.


צורת קדשו של רבי מנחם מאמשינאוו:
בילד



[center]אהבת ישראל, דיבוק חברים, און עסקנות לש"ש.[/center]
זיצנדיג ביי א אסיפת הרבנים, האט ער אמאל געטייטשט וואס חז"ל זאגן אין מסכת מכות דף כ"ב: 'כמה טיפשאי שאר אינשי, דקיימי מקמי ספר תורה ולא קיימי מקמי גברא רבא, דאילו בספר תורה כתוב ארבעים יכנו, ואתו רבנן בצרי חדא'. אז פשט איז, אז חז"ל האבן געזאגט אז מ'דארף מכבד זיין חכמים און זיך אויפשטעלן פאר זיי נישט צוליב זייער עוסק זיין אין תורה, נאר צוליב דעם וואס זיי האבן באוויזן אראפצונעמען א 'קלאפ' פאר א איד...! דאס איז אמשינאוו, און דאס טייטשט אפ דעם רבי'ן ר' מנחם'ל, בבחינת 'חכם, מה הוא - אומר', דאס וואס ער איז - דאס זאגט ער, ודו"ק.

איינמאל ביי א ראש חודש סעודה, איז געווען א גרויסע עולם ביים טיש, און ס'איז נישט געווען גענוג עסן פאר יעדן. האט דער רבי געזאגט, אז ס'ווערט גע'פסק'נט אין שו"ע או"ח סי' תי"ט אז ס'איז א מצוה מרבה צו זיין בסעודת ראש חודש. האט דער רבי געטייטשט אויפן טיפישן אמשינאוון שטייגער, אז 'צו מיינט עס דען אז מ'געבט צו נאך א שטיקל פלייש? נאר ס'מיינט אז מ'רופט צו נאך א איד מיטצועסן מיט אים' [-מ'זעט איינמאל נאכן צווייטן די אמשינאווע שטריכן, אהבת ישראל און דיבוק חברים].

זיין עסקנות איז געווען א שם דבר אין גאנץ פוילן. מיט זיין כריזמאטישן כח האט ער אנגעקניפט קשרים מיט די ראשי קהילה אין עיר הבירה ווארשע, כאטשיג זיי זענען בעיקר באשטאנען פון מתבוללים רח"ל, און אזוי האט ער מער געקענט אויפטון להרמת קרן התורה והיהדות. און ער איז טאקע געווען א יוצא ונכנס אין ווארשע, זייענדיג פארנומען אפצושאפן גזירות, און שתדלנות למען הכלל. ווי אויך האט ער - ווי זיין טאטן - עוסק געווען אין פדיון שבוים, ארויסצוריקן בני תורה פון מיליטער, דורכן שאפן שווערע סכומים געלטער פאר דעם צוועק, ארומקלעטערנדיג איבער שטעטלעך צו שאפן די נויטיגע סכומים.

דער אמשינאווער רבי פון אמעריקע, ר' איציקל זצ"ל, האט דערציילט, אז דאס איינציגסטע מאל וואס ער האט זיך גערעגט אויף איינעם איז געווען ביי איינע פון די אסיפות למען הכלל, ווען מען האט גע'שתדל'ט אפצושאפן א גזירה אז מען מוז זיך שערן די בארד. איז געווען עפעס א דייטשע רב וואס האט נישט געוואלט חתמ'ענען, וויבאלד ער זעלבסט איז אויך געווען א מגולח. אבער היות יענער איז געווען אן אנגעזעהענעם רב, וואלט זיין חתימה אסאך אויסגעמאכט אפצושאפן די גזירה. איז דער אמשינאווער רבי - טראץ זיין אויסערגעווענליכע ווייכקייט און ליבליכקייט - צוגעגאנגען צו אים שארפערהייט, און אנכאפנדיג זיין הייליג בארד האט ער יענעם געזאגט: 'די הייליגע בארד ווילסטו טשעפענען?! איך וועל דיר אויסרייסן פון שורש!'. ס'האט יענעם באפאלן א פחד און ער האט אויפן פלאץ גע'חתמ'עט.

אבער ווי דער אמשינאווער נוסח, גלייך נאכדעם האט ר' מנחם'ל אים געזעצט לעבן זיך בכבוד גדול, און אים מכבד געווען מיט א ציגארעטל... מ'שטיינס געזאגט, ההכרח לא יגונה אבער יעצט זעמיר בעסטע פריינט...


אינעם נעקסטן קאפיטל, וועלן מיר אי"ה צוענדיגן צו באשרייבן דאס לעבן פונעם צווייטן אמשינאוון רבי'ן - ר' מנחם'ל, און דערנאך גיין צום עלטסטן זון - ר' יוסף.

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 11:47 pm
דורך קאצקע ציקער
חברה באלייקסט עים כמו שכתוב ער זאל עס געדענקן . שש הערליך א שכוח

עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב שליט"א

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 12:24 am
דורך חאצקעל שניידער
ישר כח פאר די ראש חדש טשריט זייער זייער שיין[emoji3][emoji2][emoji1] כהאב זיך שוין כמעט מייאש געווען אבער האסט אונז נישט אנטוישט כהאף וועסט אונז ווייטער נישט אנטוישען…

Re: עמוד האש האחרון? – הגה"ק רבי יעקב אריה ישעי' מאמשינוב של

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 10:23 am
דורך א איד
א לאנגע ברעיק געווען, אבער סוכ״ס ביום ר״ח סיון די סעמפל פון אחדות ודיבוק חברים, ווי רש״י ברענגט אינעם פסוק בחודש השלישי אז דאס איז געווען אנדערש ווי איבעראל וואס ריז געווען בתרעומת ובמחלוקת נאר עס איז געווען כאיש אחד בלב אחד - נוסח אמשינאוו. איז געקומען די נייע ארטיקל.
און מען ווארט שוין אויף די קומענדיגע
אפילו עס איז נאכנישט דא אזויפיל לייקס, ויי רש״י ברענגט כאיש אחד בלייק אחד.

נשלח: דינסטאג מאי 19, 2015 5:05 pm
דורך [NAMELESS]
איז טאקע דא אזא קליינע אינטערעסע אין דעם?
ווייל כ'זע גאר א שוואכע התייחסות.