בלאט 42 פון 55
נשלח: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 1:59 am
דורך מיש-נייעס
ער איז ממש ווי דער עושר וואס האט נישט געוואלט טיילן
האט ער זיך געזעצט לערנען און ווען א משולח איז צו'נעם צוגעקומען פאר א נדבה האט ער געוויזן נו! ביטול תורה
נשלח: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:27 pm
דורך קאוריג
שלום שטיסל האט געשריבן:דער בעסטער תירוץ איז מיט די באקאנטע לאזונג, פארוואס רייט מען אויף א פערד און נישט אויף א לייב? ווייל דער פערד לאזט זיך פונעם בעה״ב
זאג די האסט א וועג ארויס? סתם שרייען אז מ'לאזט זיך איז נישט קיין עצה....
נשלח: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:53 pm
דורך מיש-נייעס
ער זיכט פון אונטער דער ערד צודרייטע ראשי תיבות אויף א'מ'ן' וואס האבן נישט קיין הענט און קיין פיס
איך האב שיינע ראשי תיבות פאר איהם אפשר זאל איהם איינער אויפמערקזאם מאכן
א'מן מ'יט נ'ערוון
א'ינגאנצן מ'שוגע נ'עבעך
א' מ'אדנע נ'שמה
א'ין מ'יטן נ'אכט
אזא פנים האבן זיינע ר"ת...
אדער כאטש ר"ת וואס מאכן מער סענץ
א'יי נ'יד מ'אני
א'ני נ'וטל מ'מון
תן לטיפש ויטפש עוד...
בלייבט אונז איבער צו זאגן: ונאמר אמן!
נשלח: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 3:08 pm
דורך [NAMELESS]
מיש-נייעס האט געשריבן: א'ין מ'יטן נ'אכט
א'ין מ'יטן נ'אכט איט איז! כ'קען קוים ווארטן צו זעהן דעם ראשי תיבות אויפן בארא פארק באס
נשלח: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 6:43 pm
דורך ונבנתה העיר
"... און דער רמ"א דינגט זיך נישט..."
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 10:40 am
דורך לית דין בר נש
פליקער האט געשריבן:מיך רעגט אז איך בין געבוירן פעשלעך, און אלס קנס קען איך נישט עסן קיין דאנאץ כלל וכלל.
איך קען א שיינע פאר אידן/אידנעס וואס זענען געבוירן פעשלעך און האקן דאנאץ אויף אלע באקן, און אלס קנס קענען אלע ארומיגע נישט עסן קיין דאנאץ כלל וכלל.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 11:18 am
דורך וואלווי
פליקער האט געשריבן:מיך רעגט אז איך בין געבוירן פעשלעך, און אלס קנס קען איך נישט עסן קיין דאנאץ כלל וכלל.
אבער דיין סעטיספעקשאן פון זיך האלטן די מויל פארמאכט ווישט אפ די רוגזא. אזא בחינה פון הנעלבים ואינם עולבים.
בד"וו, לאז הערן אן אפדעיט...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 27, 2016 9:10 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
https://vimeo.com/197182620פאר אלע וואס האבען זיך געמוטשעט מיט דאונאטס
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2017 7:04 am
דורך [NAMELESS]
שלום שטיסל האט געשריבן:ס'דערמאנט ווען עפעס א שרייבער האט געוואלט איינפירן א ווען מ'זעהט איינעם אויסגיין פאר חלשות זאל מען רופן הצלה, די איינפירן נייע זאכן גייט אריין אינעם כלל (וואס דער חתם סופר האט קיינמאל נישט געזאגט) פון חדש אסור מן התורה.
דיין ליצנות איז זייער געשמאק און זאפטיג, אבער היסטאריש גערעדט האסטו געמאכט א טעות.
דער חת"ס האט יא ממליץ געווען דעם געדאנק פון חד"ש אסור מן התורה, און ער דערמאנט עס זעלבסט עטליכע מאל בכתביו. כ'געדענק אזא לשון אין איינע פון זיינע תשובות.
נשלח: זונטאג יאנואר 15, 2017 8:14 am
דורך berlbalaguleh
אדנירם: דאס איז דאך איינס פון די יסודות פון די סאטמאר'ע שיטה. חוץ די שיטה פון התנגדות צו ציונות. און חוץ די שיטה פון התבדלות (פון אנדערע אידן.) און חוץ...די התנגדות צום עירוב...און חוץ די התנגדות צו אתרוגים פו מדינת ישראל )אזוי האט דער דער איד אמאל געשריבן אין אן עדיטאריעל..."אתרוגים פון מדינת ישראל"... לויט דעם זעהט אויס אז דער בית המקדש איז אויכעט געשטאנען אין מדינת ישראל. און דער אייבישטער האט צוגעזאגט פאר אברהם, יצחק ויעקב אז זייערע קינדער וועללן וואוינען אין מדינת ישראל. אינטרעסאנט איז נאר פון ווי די אתרוגים ווייסן אז די ציונים זענען שולט אין מדינת ישראל...

הערט אויף מערבב זײן דעם שטן מיט'ן פּאַק/פֿאָק.
נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2017 3:55 am
דורך יואב
.
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2017 7:34 am
דורך הבל וריק
ולא יכול יואב להתאפאק..
נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2017 8:16 am
דורך קורקלענד
מ'דארף סעלעקטירן אין די קיבאורד סעטינגס "block offensive words"
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2017 10:35 am
דורך טמיר
ענדליך איז שוין יואב צוריק, מעקט מען עס אויס
נשלח: דינסטאג פעברואר 28, 2017 11:30 am
דורך [NAMELESS]
כפירה מעקט מען נישט אויס, און ניבול פה יא?
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 09, 2017 2:19 pm
דורך גר ותושב
אין דער ערד מיט אלע חדרים לאט'ס מיר שלאפן אביסל עס איז נאכנישט פורים סטאפ צו קלינגען מיין בעל.
נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2017 5:24 pm
דורך שמעקעדיג
ער"ח סיון תשע"ז
יא, כ'האב שוין מקיים געווען דעם מנהג און געזאגט היינט צופרי די תפלה פונעם של"ה הק', פאר גוטע קינדער. זאל הקב"ה מקבל זיין די תפלות לרחמים ולרצון אמן.
אבער פארוואס באקום איך יעדע 15 מינוט נאך א דערמאנונג צו זאגן די תפלה? וואס איז די משוגעת דערפון? פארוואס איז די סגולה געווארן מער מקובל ווי אלע אנדערע תרי"ג מצוות ואס מען דערמאנט מיר נישט דערוועגן נאכאנאנד? אפשר ווייל מענטשן רעדן זיך איין אז דאס איז א "איזי וועי אוט", אדער א "קוויק פיקס", און מען קען זוכה זיין צו גוטע קינדער דורך א 'שארטקאט' פון זאגן איינמאל א יאר א תפלה פאר 4 מינוט? "התפללתי ונושעתי"? די זעלבע בחי' ווי מענטשן דרייען איבער וועלטן ג' בשלח צו זאגן פרשת המן און ערווארטן אינסטענט רעזולטאטן צו ווערן אן עושר אדיר נאך בעפאר די נאכט פאלט צו?
צומאל קוק איך אן דעם עם חכם ונבון ווי א משוגענע פאלק. סגולות זענען זייער חשוב, אבער מען מאכט פונעם טפל אן עיקר און א עיקר פונעם טפל. מען לעבט אויף פאלשע האפענונגען און סגולות. די משוגעת ווערט ערגער פון יאר צו יאר... ממש א ליצנות!!
לאמיך אייך זאגן, רבותי! מען קען יעדן טאג אין יאר מתפלל זיין פאר גוטע קינדער, טראץ וואס ער"ח סיון איז אן עת רצון דערפאר. מען קען בעטן אויך פשוט'ע תפלות פון מויל/הארץ, לאו דוקא די לאנגע תפלה פונעם של"ה הק'. און אויסער תפלה פון טיפן הארצן (ד.ה. נישט בלויז 'יוצא זיין' די מנהג וואס הענגט אויף אלע פלאקאטן) וויל השי"ת אויך אביסעלע השתדלות מצדינו, מיר דארפן אינוועסטירן אין חינוך הבנים. אז מיר וועלן טון כל מה שבידינו און מתפלל זיין "כסדר", וועט מען זוכה זיין צו ערליכע קינדער בעז"ה.
געדענקט, אלול איז נישט קיין בער און תפלת השל"ה ער"ח סיון איז נישט קיין אינסטענט סגולה צו האבן גוטע קינדער. אלזא, הערט מיר אויף צו פייניגן און מיר מעורר זיין אזויפיל מאל אויף דעם שיינעם מנהג.
א דאנק,
צום ווידערזעהן ביים עירוב תבשילין רעמיינדער.
נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2017 6:09 pm
דורך רויטע וואנצעס
די סגולה צו האבן גוטע קינדער איז דאס ארומשיקן די תפלה א גאנצן טאג. ענדליך ניצט שוין טאטי זיין סעל. פאר עפעס רוחניות.
נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2017 6:52 pm
דורך וואלווי
שמעקעדיג האט געשריבן:די זעלבע בחי' ווי מענטשן דרייען איבער וועלטן ג' בשלח צו זאגן פרשת המן און ערווארטן אינסטענט רעזולטאטן צו ווערן אן עושר אדיר נאך בעפאר די נאכט פאלט צו?
דאס איז אמאל זיכער צו דארפן געשטערט ווערען הונדערט מאל א טאג מיט דע מין מעסעדזשעס איז זיכער א סגולה צו נישט האבן פרנסה...
שמעקעדיג האט געשריבן:צום ווידערזעהן ביים עירוב תבשילין רעמיינדער.
דער עולם איז מכובד צו אישי'ן שמעקעדיג צו דערמאנען שניידן די נעגל היינט פארנאכטס ווייל מארגען איז ראש חודש. אויף ווידערזעהן.
נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2017 7:44 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: דו ביסט דאך דער וואס טרעפט אייביג אויפפאלענדע טעותים אין היימישע אויסגאבעס. וואס איז דען מער א היימישע אויסגאבע ווי דיינ'ס א תגובה אדער מאמר. אין דעם דריטן פאראגראף (אנטשולדיג. איך בין אן ע"ה ווען ס'קומט צו טעכנאלאגיע. ממילא קען איך נישט קאפי/פעיסטן. עסטו מיר מוזן גלייבן אויפ'ן ווארט.) שרייבסטו בערך אזוי..."מ'מאכט פון טפל אן עיקר. און אן עיקר פונ'ם טפל"...! וואס איז נאכמער אויפפאלענד ווי דער מאמר...?!
אדערווייז ביניך מסכים מיט וואס דו זאגסט 100%...!
נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2017 8:10 pm
דורך שמעקעדיג
נו, כשם שאי אפשר לבר בלא תבן...... וכו' וכו'
נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2017 11:07 pm
דורך שמעקעדיג
נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2017 11:11 pm
דורך רויטע וואנצעס
זעהט אויס מיין טאטע האט נישט באקומען די טעקסט מעסעזשעס בשעתי.