בלאט 43 פון 55
נשלח: פרייטאג מאי 26, 2017 1:59 am
דורך שמעון וואלף
שמעקי, די ביסט אויפגעסיינט אויף צופיל גרופעס
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 12:43 pm
דורך בן ישי
איך האב באקימען א phone call פון G&G אז זיי האבן א היסארישע סעיל, וואס איז? די ערשטע מאל וואס די גאנצע געשעפט איז 40% אראפ! אבער איך בין נישט פון די וואס לאזן זיך נארן אזוי שנעל איך דארף וויסן וואס די requirements זענען, האב איך צוגעווארט ביז כ'האב געזעהן זייער עד אין לוח הציבור אין מיינע אויגן זיכן גלייך די קליינע אותיות צו זעהן וואס איז די סוד... שוין זעה איך אז ס'שטייט cash and carry only נו מ'וועט נישט קענען ניצן דעם קרעדיט קארטל אבער ס'לוינט זיך א היסטארישע סעיל אויף די גאנצע געשעפט!
נו די בגדים פון די געשעפטן האלטן זיך אייביג פון איין סעיל צום צווייטן בין איך אהינגעגאנגען זעהן צו ס'דא עפעס אינטערסאנט פאר מיר
איך קים אריין אין געשעפט איז געווען א גרויסע עולם האב איך פרובירט זיך דערווייל אליינס א עצה צו געבן איך קיק ארים איך נעם אראפ זאכן וואס געפעהלן מיר, נו ס'דאך שוין דורך פסח אין שבועות זינט איך האב געקויפט דאס לעצטע מאל דארף מען דאך וויסן וועלכע סייז צו נעמען
שטעל איך מיך אריין אין די רייע ווארטן פאר די "פראפעסינעלע געלערנטע שניידער"
אזוי שטייענדיג אויף די רייע באמערק איך פלוצלינג אן אומשילדיג צעטל אויפן וואנט אין מיין בליט נעמט זיך קאכן!! אויפן צעטל שטייט אזוי
no alterations is 40% off with alterations only 20% off.
איך געדענק נישט אויב כ'האב אמאל געהאט וואס די סחורה זאל מיר זיין ווי געמאסטן אין איך זאל עס גלייך קענען נעמען, איך געב עס אלעמאל אריין אין איך מיין אז רוב מענטשן געבן עס אריין צו פארעכטען!
די חוצפה פון שרייבן וועגן א היסטארישע סעיל פון 40% די גאנצע געשעפט אין נישט שרייבן קיין ערגעץ אז דאס איז נאר אן alterations חוץ פון קליינע צעטלעך אינעם געשעפט איז א זאך וואס רעגט מיר באמת אויף!
פארשטייט זיך אליינס אז כ'האב אלעס איבערגעלאזט אין געגאנגען צו זיין קעגנער וואס האט יעצט אויך א סעיל וואס כאטש כ'האב זייער נישט ליב זיין סירוועס האט ער מיך דערווייל נישט אויסגענארט.
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 1:51 pm
דורך berlbalaguleh
בן ישי: דו ביסט 100% גערעכט. מארגן וועט איינער אדווערטייזן אז ער געט א 60% אףף סעיל. נאר ער'ט נישט דערציילן אז דאס איז נאר בתנאי אז דו ברענגסט מיט דיין עלטער באבע מיט דיר אין סטאר... ווייל אלטערעישנס איז לכאורה א זאך וואס 99% פון די מענטשן דארפן נוצן...!
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 1:55 pm
דורך ליפא
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 4:47 pm
דורך אונטער חכם
סיי G&G און סיי G&B זענען מער ווייניגער צוואנציג פראצענט אראפ במשך דאם יאר חוץ די ערשטע וואך צוויי נאך פסח און אפשר אויך קאנטרי צייט און אפאר וואכן אינמיטן ווינטער.
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 7:01 pm
דורך בן ישי
אונטער חכם האט געשריבן:סיי G&G און סיי G&B זענען מער ווייניגער צוואנציג פראצענט אראפ במשך דאם יאר חוץ די ערשטע וואך צוויי נאך פסח און אפשר אויך קאנטרי צייט און אפאר וואכן אינמיטן ווינטער.
גערעכט, אין דאס איז די סיבה וואס איך בין געגאנגען ווען כ'האב געהערט אז דאס מאל איז די גאנצע געשעפט מיט פערציג פראצענט אראפ.
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 8:38 pm
דורך החוקר
אונטער חכם האט געשריבן:סיי G&G און סיי G&B זענען מער ווייניגער צוואנציג פראצענט אראפ במשך דאם יאר חוץ די ערשטע וואך צוויי נאך פסח און אפשר אויך קאנטרי צייט און אפאר וואכן אינמיטן ווינטער.
איך בין נישט אזוי זיכער. אויב איך מאך נישט קיין טעות, זענען זיי היבש ארויף מיט די פרייזן זייט זיי האבן די סעיל'ס יעדע שני וחמישי.
קענסט זאגן:
סיי G&G און סיי G&B זענען מער ווייניגער די געהעריגע פרייז במשך דאם יאר חוץ ערשטע וואך צוויי נאך פסח און אפשר אויך קאנטרי צייט און אפאר וואכן אינמיטן ווינטער ווען זיי גייען ארויף, כצ"ל.
נשלח: מאנטאג יוני 05, 2017 8:46 pm
דורך בן ישי
די פרייזן גייען אפשר ארויף ביים סעיל אבער עס גייט נישט צוריק אראפ נאכדעם...ס'בלייבט שוין דארט ביז די נעקסטע סעיל ווען ס'גייט ארויף נאך העכער.
נשלח: דינסטאג יוני 06, 2017 8:22 am
דורך יואב
מענטשן וועלכע געבן זייער סעל-נומער אָן א גאדדעמן עריע-קאוד.
אין אזא פאל נעמט געווענליך אן דער וואס קריגט דעם נומער, אז ס'איז 845 אדער 718, געוואנדן צי ס'איז אין מאנסי/מאנרוי אדער ברוקלין.
"סעווען וואן עיט, יא?"
"סעווען וואן עיט? וואס? אה, דו מיינסט דעם עריע-קאוד. נאַ, וואס עפעס סעווען וואן עיט — טרי פאָאר סעווען."
נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 2:50 am
דורך וואלווי
דערמאנסט מיך פון א מעשה כ'האב אמאל געהערט פונ'ם זיידען אז ווען ס'געווען ביפערס האבן מענטשען אויסגעלאזט איינע די זיבען נאמבערס לדוגמה 851732, האט מען זיך געבראכן קאפ...
נשלח: מיטוואך יוני 07, 2017 4:01 pm
דורך בן ישי
בן ישי האט געשריבן:איך האב באקימען א phone call פון G&G אז זיי האבן א היסארישע סעיל, וואס איז? די ערשטע מאל וואס די גאנצע געשעפט איז 40% אראפ! אבער איך בין נישט פון די וואס לאזן זיך נארן אזוי שנעל איך דארף וויסן וואס די requirements זענען, האב איך צוגעווארט ביז כ'האב געזעהן זייער עד אין לוח הציבור אין מיינע אויגן זיכן גלייך די קליינע אותיות צו זעהן וואס איז די סוד... שוין זעה איך אז ס'שטייט cash and carry only נו מ'וועט נישט קענען ניצן דעם קרעדיט קארטל אבער ס'לוינט זיך א היסטארישע סעיל אויף די גאנצע געשעפט!
נו די בגדים פון די געשעפטן האלטן זיך אייביג פון איין סעיל צום צווייטן בין איך אהינגעגאנגען זעהן צו ס'דא עפעס אינטערסאנט פאר מיר
איך קים אריין אין געשעפט איז געווען א גרויסע עולם האב איך פרובירט זיך דערווייל אליינס א עצה צו געבן איך קיק ארים איך נעם אראפ זאכן וואס געפעהלן מיר, נו ס'דאך שוין דורך פסח אין שבועות זינט איך האב געקויפט דאס לעצטע מאל דארף מען דאך וויסן וועלכע סייז צו נעמען
שטעל איך מיך אריין אין די רייע ווארטן פאר די "פראפעסינעלע געלערנטע שניידער"
אזוי שטייענדיג אויף די רייע באמערק איך פלוצלינג אן אומשילדיג צעטל אויפן וואנט אין מיין בליט נעמט זיך קאכן!! אויפן צעטל שטייט אזוי
no alterations is 40% off with alterations only 20% off.
איך געדענק נישט אויב כ'האב אמאל געהאט וואס די סחורה זאל מיר זיין ווי געמאסטן אין איך זאל עס גלייך קענען נעמען, איך געב עס אלעמאל אריין אין איך מיין אז רוב מענטשן געבן עס אריין צו פארעכטען!
די חוצפה פון שרייבן וועגן א היסטארישע סעיל פון 40% די גאנצע געשעפט אין נישט שרייבן קיין ערגעץ אז דאס איז נאר אן alterations חוץ פון קליינע צעטלעך אינעם געשעפט איז א זאך וואס רעגט מיר באמת אויף!
פארשטייט זיך אליינס אז כ'האב אלעס איבערגעלאזט אין געגאנגען צו זיין קעגנער וואס האט יעצט אויך א סעיל וואס כאטש כ'האב זייער נישט ליב זיין סירוועס האט ער מיך דערווייל נישט אויסגענארט.
GB האט זיך צוגעכאפט צו דעם אין זיי אדווערטייזן אז זייער סעיל רעכנט אריין אלטירעישינס.
ווען קימט גלויבערס צו בארא פארק? מ'דארף נאך קאמפעטישען.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 7:57 am
דורך שמעקעדיג
זייער אסאך סייטס, און אפילו עפפס, ווען איך וויל ליינען אן ארטיקל אדער קאמענט, ווייזן זיי נאר אפאר שורות און דערנאך קען מען דרוקן "read more" צו ליינען דעם המשך.
אסאך מאל קען מיר אויסקומען דאס צו דרוקן צענדליגער מאל א טאג, צב"ש ווען איך לייען די קאמענטס און יעדע הערה מיט מער פון 20 ווערטער קומט מיט 3 פינטלעך ביים סוף מיט די אפציע 'ריעד מאר'.
א באנדע בהמות! פארוואס בין איך געקומען דא, נישט כדי צו ליינען? פארוואס טראכסטו אז איך וויל נאר ליינען די ערשטע צוויי פאראגראפן פון די נייעס און בלייבן שטיין אינמיטן? פארוואס טראכסטו איך וויל נאר ליינען די ערשטע 2 שורות פון יעדע קאמענט ותו לא?
א מין משוגעת דאס. אן קיין שום נארמאלע סיבה.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 8:00 am
דורך [NAMELESS]
מחשש אפיקורסת
נשלח: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 8:57 am
דורך shtriemel
אויפ'ן אינטערנעט זאגען זיי אז די סיבה איז געווענטליך פאר אדווערטייזינג. כגון page ranks וכדו'
זיכענדיג האב איך געטראפען די פאלגענדיגע ארטיקעל. זיי האבען געוואלט וויסען וויפיל מענטשען ליינען אן ארטיקעל ביז'ן סוף. די תוצאה איז איום ונורא. קיינער ליינט שוין אפילו נישט. דער עולם לינקט, טוויטערט און קאמענטירט אן ליינען דער גאנצע!
מ'זעט עס דא אין ק"ש אויך!
ווער דען ליינט אלעס וואס מ'קליקט זיך אן? איך זיכער נישט - ממילא איז דאס קעפעל די וויכטיגסטע. ביי מיר איז דאס א חידוש נפלא.
http://www.slate.com/articles/technolog ... ticle.html
נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 9:10 pm
דורך שמעקעדיג
די עלעקטראנישע סיינס אויפ'ן וועג!
איך פלי אדורך דעם טרואוועי אויף 60 מפ"ש, איך זעה פונדערווייטנס א סיין מיט אומקלארע אראנדזשע אותיות. איך קום נענטער, זעה איך
Starting from Sept 4
עד כאן.
די לעצטע רגע פאר'ן אדורכפליען דעם סיין, זעה איך מיט א האלבע אויג אז דער סיין האט זיך געטוישט. דאכט זיך עס איז געשטאנען
road work at night
וואס איז די משוגעת דערפון אז דער מעסעדזש מוז אייביג זיין צעטיילט אין צוויי חלקים, און יעדע חלק ערשיינט פאר 3-4 סעקונדן, און אזוי טוישט זיך עס ארום הין-און-צוריק?
ע"פ רוב איז נישטא גענוג צייט פאר א דרייווער וואס פארט שנעל אפליינען ביידע חלקים פונעם מעסעדזש. אויסער דעם וואס עס שטערט, ווייל פארוואס זאל מען 2 מאל אוועקנעמען די אויגן פונעם ראוד צו ליינען דעם מודעה? און אויסער דעם וואס די אותיות זענען זייער נישט לעהזבאר, איז די עיקר קשיא פארוואס ווארטן 4 סעקונדעס ביז דו טוישט דעם חלק ב' פונעם מעסעדזש? רוב דרייווער פארפאסן עס!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 11:24 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: דו ביסט 50% גערעכט. די עוולה איז אז זיי צוטיילן דעם מעסעדזש וואס טוישט זיך אייביג. אבער די עצם סיין האבן זיי שוין פאר די לעצטע פאר יאר אנגעהויבן ארויפצולייגן די מיני סיינס. און זיי האבן אייביג געשריבן די פאלגענדע ווערטער..."דיס איז עי טעסט מעסידזש"...ווייל למעשה די קאליר ..."עמבער".. נישט געיל, אויף א שווארצן בעקגראונד איז זייער שטארק אנזעהבאר..!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 11:41 pm
דורך שמעקעדיג
די קאליר בעצם שטערט מיך נישט. נאר פארוואס יעדע אות האט א מאקסימום פון 7 פיקסעלס בערך...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 8:02 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: מסתמא ווייל ס'איז א פאבליק אנאונסמענט. און ס'איז נישט דא קיין געלט דערין. זוכן זיי נישט צו ענהענסן (פארשטערקערן) דעם פיקטשער/מעסידזש...!
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 5:52 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
האסט נישט געקענט שרייבען איידעל? גייט׳ס נישט צוליעב שמירת עינים?! וואס איז דער שנאה המצבצת פון יעדער ווארט? ווען מ׳האלט אז די ספרים וואס מ׳פארקויפט טויגען נישט, מעג מען עס אויסזאגען, מ׳דארף זיך נישט שעמען צו זארגען וועגען קטני הדעת וואס מיינען אז מחלוקת אויף א שיטה איז שנאה. אבער דאס איז סתם פערזענליך אטאקירט פאר אנדערע מעשים און שטעכעריי מיט אומזיסטע גריבעלען אין די כוונות הנסתרות.
פעך

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 1:09 pm
דורך ונבנתה העיר
כ'בין נישט באקאנט מיט די יעצטיגע פרטים, אבער דער משגיח דשם האט אלטע חשבונות מיט חב"ד.
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 3:12 pm
דורך איך אויך
זייט יענע באקאנטע אזכיר על הציון בריוו...
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 3:49 pm
דורך מפוזרי
ער שרייבט דאך בפירוש אז ער איז בייז פארוואס מען פארקויפט נישט זייער מהדורא מאור עינים
Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2017 3:56 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווען איך ברענג עפעס וואס רעגט מיר אויף, לייקט מען און רעאגירט מען. ווען איך ברענג
עפעס וואס מאכט מיר צופרידען, מאכט מען זיך נישט וויסענדיג