בלאט 44 פון 55

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 08, 2017 1:28 am
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען איך ברענג עפעס וואס רעגט מיר אויף, לייקט מען און רעאגירט מען. ווען איך ברענג עפעס וואס מאכט מיר צופרידען, מאכט מען זיך נישט וויסענדיג


כדי צו ענפערען דיין קלאץ קשיא דארף מען טיפער אריין קריכען און זען וואס זענען די צדדים דא.

איז אזוי. מ'דארף קודם פארשטיין צו דיין קשיא איז מצד דיין צופרידענקייט און רעגעניש אדער מצד די לייענערס אינטערעסע אדער העדר אינטערעסע.

את"ל מצד די לייענער דארף מען קלערען אזוי. פארוואס אינטערסירט מען זעך אין רעגענישען בכלל? קען זיין איינס פון צוויי, אדער ווייל יענער האט איידענטיפייד ביי זיך אויך די רעגעניש, קומט אויס אז ס'איז שלי שלך און שלך שלי, אדער ווייל ער פרייט זיך אז די רעגסט זיך און ער נישט קומט אויס שלך שלך און שלי שלי. ועכשיו נחזור לדין בדין מרובה מידה טובה, ווען מ'אינטערסירט זיך נישט ווען די ביסט ציפרידען קען ווידער זיין אן אדער אדער. אדער קיינער קערט נישט ממילא איז דאס שלי שלי שלך שלך, אדער איז דאס ווייל א יעדער האט ביי זיך די זעלבע ציפרידענקייט און ס'איז גארנישט מוסיף קומט אויס שלי שלך און שלך שלי. קומט אויס אז מ'האט א גזירה שוה אז סיי ביי די רעגעניש און סיי ביי די ציפרידענקייט איז דא שלך שלך שלי שלי און שלך שלי שלי שלך, והשתא דאתית להכא איז היינו הך מצד די לייענערס ווייל ס'דא ביידע דינים ביי ביידע צדדים צוגלייך.

מוז זיין אז די אז די קשיא איז מצד דיין צופרידענקיייט און רעגעניש. איז דיין רעגעניש די זעלבע ווי דיין ציפרידענקייט? קען זיין אז פשוט פשט איז אזוי. פארוואס רעגט מען זיך? אדער זענען זאכען וואס באדערען נארמאל כסדרן און רעגעניש שלא כסדרן, אדער ווייל וואס מער אפטער ס'באדערט אלס מער רעגט מען זיך קומט אויס אז רעגעניש איז גאר שטארק כסדרן. יעצט ווייטער ביי ציפרידענקייט וואס איז די סברא? אדער ווייל מ'איז ציפרידען אז אלעס איז נארמאל כסדרן אדער קען זיין ווייל אז וואס מער ס'גלאנגט שוין יא עפעס איז דאס נאך מער שלא כסדרן. איז דער מקבל חוזר ומלמד פאר'ן משפיע אויכעט א מה מצינו פון היינו הך, אז מצדך קען זיין סיי רעגעניש מחמת כסדרן און שלא כסדרן און סיי ציפרידענקייט קען זיין סיי מחמת כסדרן און שלא כסדרן, קומט אויס אז אלעס איז אייניג, וחובשנא הדין כחושבנא הדין.

ס'דיר נאך אלס עפעס שווער?

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 08, 2017 3:15 am
דורך גראף
אשפ''ג!!

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 08, 2017 6:05 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און יעצט דארף איך האבען א קאפוויי צו זוכען די לאך אין דיין ווערטער?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 10:06 pm
דורך ברוך שפינוזה
מענטשן וואס זענען פארנומען אגאנצן טאג זיך צו פראומאוטן, מאכן דראמא פון זיך.
העלא!!! פאר 30 יאר צוריק האסטו אפילו נישט עקזיסטירט, און דו קענסט יעדע מינוט עקספייערן, און קיינער - ווי שטארק זיי קענען ביישטיין אז דו זאלסט מיינען אנדערש - אינטערעסירט נישט ווי קלוג און מושלם און געלונגען דו ביזט.

שוין... גענוג זיך גערעגט.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 5:49 pm
דורך אייז קריעם
ווען מען קליקט אויף א לינק און מען באקומט א מעסעדש אז דער ווידיאו אדער קליפ איז מער נישט דא.

נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 1:39 pm
דורך שמעקעדיג
איך ווייס נישט אויב ס'רעגט מיך אויף, עס נערווירט מיר אדער מאכט מיר לאכן, אדער גאר "אלל אף די עבאוו".

כנהוג קויף איך אסאך איין אויף עמעזאן. ביי רוב חפצים טשעק איך קודם סיי די רעוויאוס, און סיי די שאלות ותשובות וואס אנדערע קאסטומער פרעגן און ענטפערן.
די שאלות וואס מאנכע קאסטומערס פרעגן זענען צומאל אזוי מין אמעראציש און סטופיד, אז איך ווייס נישט ווי אזוי די בהמות קענען אפילו טייפן אויף א קאמפיוטער!
ווי צב"ש פרעגן שאלות אויף עלעקטראניקס אויב ס'קומט מיט א ווייער? אדער געוויסע קאמפיוטער צוגעהערן (למשל מייזלעך/סקרינס) צי עס ארבעט מיט ווינדאוס, בשעת עס איז מובן לכל בר דעת, אדער עס שטייט קלאר אין די דעסקריפשאן, איז צודרייט לכל הדעות. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.

איז פאראן נאך איינער דא וואס שטויסט זיך אן מיט אזעלכע אלטרע-נארישע שאלות און עס רעגט אים אויף?

נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 3:15 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב ס'רעגט מיך אויף, עס נערווירט מיר אדער מאכט מיר לאכן, אדער גאר "אלל אף די עבאוו".

כנהוג קויף איך אסאך איין אויף עמעזאן. ביי רוב חפצים טשעק איך קודם סיי די רעוויאוס, און סיי די שאלות ותשובות וואס אנדערע קאסטומער פרעגן און ענטפערן.
די שאלות וואס מאנכע קאסטומערס פרעגן זענען צומאל אזוי מין אמעראציש און סטופיד, אז איך ווייס נישט ווי אזוי די בהמות קענען אפילו טייפן אויף א קאמפיוטער!
ווי צב"ש פרעגן שאלות אויף עלעקטראניקס אויב ס'קומט מיט א ווייער? אדער געוויסע קאמפיוטער צוגעהערן (למשל מייזלעך/סקרינס) צי עס ארבעט מיט ווינדאוס, בשעת עס איז מובן לכל בר דעת, אדער עס שטייט קלאר אין די דעסקריפשאן, איז צודרייט לכל הדעות. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.

איז פאראן נאך איינער דא וואס שטויסט זיך אן מיט אזעלכע אלטרע-נארישע שאלות און עס רעגט אים אויף?


אין די q&a אויף א smartwatch, מער ציניש ווי נאריש...

נשלח: זונטאג מערץ 18, 2018 10:13 pm
דורך וואלווי
טאקע א סמארטוואטש, ס'שוין געברענגט דברי חכמה...

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 8:24 am
דורך שמעקעדיג
דערמאנונג!

שמעקעדיג האט געשריבן:ער"ח סיון תשע"ז

יא, כ'האב שוין מקיים געווען דעם מנהג און געזאגט היינט צופרי די תפלה פונעם של"ה הק', פאר גוטע קינדער. זאל הקב"ה מקבל זיין די תפלות לרחמים ולרצון אמן.

אבער פארוואס באקום איך יעדע 15 מינוט נאך א דערמאנונג צו זאגן די תפלה? וואס איז די משוגעת דערפון? פארוואס איז די סגולה געווארן מער מקובל ווי אלע אנדערע תרי"ג מצוות ואס מען דערמאנט מיר נישט דערוועגן נאכאנאנד? אפשר ווייל מענטשן רעדן זיך איין אז דאס איז א "איזי וועי אוט", אדער א "קוויק פיקס", און מען קען זוכה זיין צו גוטע קינדער דורך א 'שארטקאט' פון זאגן איינמאל א יאר א תפלה פאר 4 מינוט? "התפללתי ונושעתי"? די זעלבע בחי' ווי מענטשן דרייען איבער וועלטן ג' בשלח צו זאגן פרשת המן און ערווארטן אינסטענט רעזולטאטן צו ווערן אן עושר אדיר נאך בעפאר די נאכט פאלט צו?

צומאל קוק איך אן דעם עם חכם ונבון ווי א משוגענע פאלק. סגולות זענען זייער חשוב, אבער מען מאכט פונעם טפל אן עיקר און א עיקר פונעם טפל. מען לעבט אויף פאלשע האפענונגען און סגולות. די משוגעת ווערט ערגער פון יאר צו יאר... ממש א ליצנות!!

לאמיך אייך זאגן, רבותי! מען קען יעדן טאג אין יאר מתפלל זיין פאר גוטע קינדער, טראץ וואס ער"ח סיון איז אן עת רצון דערפאר. מען קען בעטן אויך פשוט'ע תפלות פון מויל/הארץ, לאו דוקא די לאנגע תפלה פונעם של"ה הק'. און אויסער תפלה פון טיפן הארצן (ד.ה. נישט בלויז 'יוצא זיין' די מנהג וואס הענגט אויף אלע פלאקאטן) וויל השי"ת אויך אביסעלע השתדלות מצדינו, מיר דארפן אינוועסטירן אין חינוך הבנים. אז מיר וועלן טון כל מה שבידינו און מתפלל זיין "כסדר", וועט מען זוכה זיין צו ערליכע קינדער בעז"ה.

געדענקט, אלול איז נישט קיין בער און תפלת השל"ה ער"ח סיון איז נישט קיין אינסטענט סגולה צו האבן גוטע קינדער. אלזא, הערט מיר אויף צו פייניגן און מיר מעורר זיין אזויפיל מאל אויף דעם שיינעם מנהג.

א דאנק,
צום ווידערזעהן ביים עירוב תבשילין רעמיינדער.


איך האלט נאך פאר'ן דאווענען, און איך האב שוין באקומען 4 רעמיינדערס.... טראגט אפ פון מיר!

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2018 4:17 pm
דורך שושן פורים
קאמענטירער וועלכע שרייבן "רעבא" אנשטאט "רבי".

פאר סאם ריזן טרעט מיר עס אויף די געהירן

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2018 8:59 pm
דורך יהודי פשוט
שושן פורים האט געשריבן:קאמענטירער וועלכע שרייבן "רעבא" אנשטאט "רבי".

פאר סאם ריזן טרעט מיר עס אויף די געהירן

איך בין זיך אויך מצרף צו די ווייטאג, אבער קיינמאל קיין ערגערס

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 8:20 pm
דורך בן ישי
זענט איר פון די וואס רעגן זיך אויף ווען איר באקימט אזויפיל ראבא קאל יעדן טאג פאר א אנדערע "וויכטיגע" צוועק?
היינט האב איך באקומען א קאל פון עפעס א ראפפעל בנשיאות הרב משה וואלפסאן שליט"א,
פישל שעכטער האט גערעדט און ער האט געזאגט אז מ'זאל נישט זיין ברוגז אויף עם ווייל ער רופט נאר איינמאל א יאר און קומענדיגע יאר וועט שוין משיח דא זיין וועט ער מער נישט דארפן רופן...
צום סוף זאגט ער "זענט איר ברוגז אויף דעם קאלל? קויפט א טיקעט און דערמאנט דעם קאלל וועט איר באקומען עקסטער 10 דאללער פון טיקעטס! #פיינעמארקעטינג

נשלח: זונטאג יוני 10, 2018 11:05 am
דורך berlbalaguleh
בן ישי: דאס איז דאך הרב פישל שעכטער שליט"א דער בעל נועם המידות...!

נשלח: מיטוואך יוני 13, 2018 2:44 am
דורך בן ישי
ווען מענטשן פרעגן ראש חודש נאך מעריב צו איך האב געזאגט יעלה ויבא.
וואס ווילסטי? מ'דאווענט נישט איבער שמו"ע אויב נישט, סתם מיך מאכן פוהלן שלעכט?! :evil:

נשלח: מיטוואך יוני 13, 2018 1:19 pm
דורך וואלווי
בן ישי האט געשריבן:ווען מענטשן פרעגן ראש חודש נאך מעריב צו איך האב געזאגט יעלה ויבא.
וואס ווילסטי? מ'דאווענט נישט איבער שמו"ע אויב נישט, סתם מיך מאכן פוהלן שלעכט?! :evil:


דאס איז כדי יענער זאל עס קענען באשרייבן אינ'ם אשכול פון "זאכען וואס מאכן מיך ציפרידן"...

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2018 12:39 am
דורך שמעון וואלף
די לגב"ט געמיינדע האט היינט - זינטאג פאראדירט איבער די מאנהעטענ'ע גאסן ווי הונדרעטע טויזענטע פון די חברה זענען זיך צאמגעקומען הוליען. דאס האט פאראורזאכט א שווערע טרעפיק איבער א גרויס חלק פון מאנהעטן ובפרט זענען אפעקטירט געווארן די טויזענטע היימישע אידן וועלכע קערן זיך צוריק פון די בערג נאכ'ן וויילן דארט פאר שבת מיט א קאלטע, רעגענדיגע, פארכמורעטע וועטער.

והוקע אותם!

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2018 3:44 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: דו ביסט נישט גענוג פאליטיקלי קארעקט. (מעגסט זיך שעהמען.)...ביי זיי איז צוגעקומען נאך א לעטטער. פאר נאך א סוב-גרופ. לגב"ט-Q.

איך ווילל דאך נישט מפרש זיין וואס די ראשי תיבות מיינען. אבער צוערשט זענען זיי נאר געווען געווען די גימל'ען. נאכדעים זענען צוגעקומען נאך גרופס. ביז ס'איז שוין אויסגעוואקסן א גאנצע סטאדע פון די פארדארבענע פערווערטעד בהמות. און אלע פאליטישנ'ס. ס'הייסט נישט ממש אלע. נאר כמעט אלע. בייגן זיך פאר זיי. און חנפנ'ען זיך צו זיי...! ווער האט געחלומ'ט אז דאס וועט אמאל זיין דער מצב. אויב א נארמאלער מענטש טרויעט זיך צו זאגן א ווארט אקעיגן זיי. וועללן זיי איהם רודפ'ן עד חורמה...!

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2018 9:56 am
דורך רביה''ק זי''ע

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2018 8:20 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: ייש"כ. פון דעם לינק פון האפפינגטאן פאוסט האביך גארנישט געקענט ארויסנעמען. אבער די לינק צום ספעקטעיטאר האט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער...!

נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2018 12:38 pm
דורך שמעקעדיג
איך וואונדער זיך אויב איך בין דער איינציגסטער וואס די בליטשקעדיגע DJ לעמפעלעך שטערן מיר געפערליך ביי די היינטיגע שמחות?
בפרט ווען איך וואטש א קליפ - ס'איז דא הערליכע קליפס, הערליכע פערפארמענס פון אלע בענדס און זינגערס און ילד הפלא'ס כל אחד בשמו הטוב, און די גאנצע צייט בליצט פארשידענע לעמפלעך, רויט און גרין און געל און פורפל, קוקט אויס ווי אין די בעקגראונד זענען אויסגע'שורה'ט עטליכע אמבולאנסן... מען קען ממש נישט קוקן גראד צו ענדזשויען די פערפארמענס, ווייל די קאלירן בליצן אריין ווי משוגע!

וואס איז פשט פון דעם? פארוואס פעלט אויס די לעמפעלעך צו בליטשקען, און פארוואס פונקט ביים זינגען? געוויסע קווייערס וועלן לייגן בלויז אזעלכע פורפל לעקטערס פון אונטן (אנע בלינקען), דאס פארשטיי איך עס גיט צו צום THEME, עס גיט א קאליר פאר'ן קווייער, שוין מייכעטייסע, אבער וואס איז דאס געבליצעכץ???

יא, עס רעגט מיר אויף.

נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2018 1:36 pm
דורך דער דאס
ווי ס'ווייזט זיך אויס ביסטו קיינמאל נישט געווען אין א באר אדער א טאנץ לאקאל.. אין א געוויסע וועג גיבט דאס צו צום געשמאק פון טאנצן. און בײ די שטייטע ניגונים?? קשיא!!

באמת פארשטיי איך דיך זייער גוט מיך פערזענליך שטערט עס אויך כ'ווער די-זי דערפון, אבער זיך אויפרעגן?? אויב זיך רעגן איז דא אזויפיל זאכן ביז אהער, ממילא רעגט מיך שוין גארנישט אויף..

נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2018 1:38 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דער דאס האט געשריבן:אויב זיך רעגן איז דא אזויפיל זאכן ביז אהער, ממילא רעגט מיך שוין גארנישט אויף..

:like :like :like
I can totally relate

נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2018 7:59 pm
דורך שמעקעדיג
אמת! און דאס איז טאקע נישט מיין ערשטע תגובה אין דעם אשכול... פשוט, ווען אימער עפעס פארדריסט מיר, שרייב איך דא אריין. (עמ, נישט ממש יעדע מאל...)