בלאט 1 פון 1

א מאטעמאיטישע תורה'דיגע שאלה

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 7:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב א מאטעמאטישע שאלה פאר'ן עולם, דער וואס קען זיך אויס אין די זאכען ווערט געבעטען מיר צו העלפען.
דער משנה (כריתות ח., הובאה ב"ב קסו.) זאגט אונז, מעשה שעמדו קינין בירושלים בדינר זהב אמר רבן שמעון בן גמליאל המעון הזה לא אלין הלילה עד שיהיה בדינרין בסוף נכנס לב"ד ולמד האשה שיש עליה ה' לידות ודאות ה' זיבות ודאות מביאה קרבן אחד ואוכלת בזבחים ואין השאר עליה חובה ועמדו קינין ביום ההוא ברבעתים.
בקיצור א קן ציפור (פון צוויי פייגלעך) האט געקאסט א גאלדענעם דינר, און רשב"ג האט געוואלט מאכען סדר אז ס'זאל זיין ביליגער. דער סבה פאר די פרייז איז ווייל א סאך פרויען האבען געדארפט ברענגען קרבנות נאך לידה זיבה צו הפלה און דאס האט פאראורזאכט א פרייז העכערונג.
האט ער זיך אונטערגענומען אז ער וועט נישט שלאפען ביז ווי לאנג ער האט נישט אראפ געברענגט די פרייז ביז צו א זילבענעם דינר. דער גמרא זאגט אונז אין ב"מ אנהייב פרק הזהב אז ס'איז דא 25 אדער 24 זילבענעם דינרים אין א גאלדענעם דינר. ד.ה. ער האט געוואלט אראפ ברענגען די פרייז מיט 96% אדער 95.1667%.
וואס האט ער געטוהן? ער האט געדרשנ'ט און געפסקנ'ט אז איינער האט פינף לידות צו פינף זיבות, איז גענוג צו ברענגען איין קן און דערמיט איז זי יוצא איהר חיוב. ד.ה. דער פאדערונג (demand בלע"ז) פאר קנים וועט אראפ גייען פון פינף צו איינס, ד.ה. 80% נידערונג אינ'ם פארלאנג פון קינים.
און ואוס איז געשען? ס'איז געלונגען פיל מער ווי ער האט געמיינט. ס'איז אראפ ביז א פערטעל דינר כסף, ד.ה. מיט 99% נידערונג אין די פרייז.
וואס איז דא געשען? פארוואס האט ער געהאלטען אז אן 80% נידערונג אין פארלאנג וועט פאראורזאכען א 96% נידערונג אין פרייז? פארוואס איז למעשה אראפ מיט 99%? ובפרט אז דאס נעמט אן אז די גאנצע פארלאנג פאר קינים איז נאר פאר קרבנות, קיינער גלוסט ניזט קיין געבראטענעם קאטשקע, קיינער ברענגט נישט קיין קרבן עולה ויורד פון א בא אל המקדש טמא צו א קרבן שבועת ביטוי צו וואס, אלס נאר קיני יולדת וכדו'.
איך ווייס אז דער נומער פינף קען זיין נאר א משל, אבער דער משנה זאגט אונז קלארע נומער'ן. דער וואס האט וואס צו זאגען איז געליידענט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 8:49 pm
דורך ונבנתה העיר
לא אלין עד שיהי' בדינרין 'קען' זיין א משל, אבער ווען ר"ג קומט אין ביהמ"ד דרש'ענען האשה שיש עלי' ה' לידות איז יוצא מיט איין קן 'איז' עס א משל.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 9:31 pm
דורך קל וחומר
די רגע ס'דא גענוג קינין פארן עולם וועט די פרייז אוטומאטיש פאלן צו די אריגענעלע ראטע, קיין שייכות מיט די פראצענט. לדוגמא טאמער איז יעצט דא איין דיימאנד פער הונדערט מענטשן און ס'קאסט טויזנט טאלער, מיינט נישט אז ווען ס'גייט זיין צוויי פער מענטש אז ס'גייט קאסטן פינעף טאלער, דאן קען עס אראפגיין צו פופציג סענט א שטיק וויבאלד די פארלאנג איז שוין נישט דא.

Re: א מאטעמאיטישע תורה'דיגע שאלה

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 10:34 pm
דורך שמערל
די סטעביליטי פון א פרייז איז בעיקר געוואנדן אין וואס מענטשן האבן פרעדיקטעד די פרייז וועט זיין. אויב שטעלט זיך עס ארויס אומריכטיג און אלע אינוועסטירער גייען באנקראט, קען די פרייז פאלן ביז זיראו, ווייל עס איז נישטא קיין אינטרעסע צו אינוועסטירן דערין.

Re: א מאטעמאיטישע תורה'דיגע שאלה

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 11:01 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ווער רעדט פון אינוועסט'ן?מ'רעדט פון א פראדוקט וואס מ'עסט,מ'נוצט. דאס קען קיינמאל נישט ווערען זערא ווילאנג ס'איז דא א פארלאנג.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג פעברואר 12, 2016 6:16 am
דורך פארוואס?
עס איז נישט קיין מאטעמאטישע שאלה, (עכ״פ לויט ווי דו לייגסט עס אראפ), ווייל א פרייז פון א פראדוקט איז נישט געוואנדן דיירעקט אין די פונקטליכע נומער פון די פארלאנג, און עס איז בעיקר געוואנדן אין די מאס פון קאנפעדענס דער מוכר איז זיכער אז קונים וועלן זיין אינטרעסירט אין זיין פראדוקט, און ווי זיכער דער קונה איז אז ער וועט טרעפן דעם פראדוקט ערגעץ אנדערע פאר א ביליגערע פרייז.
זעלבסט-פארשטענדליך אז דער גורם דערצו איז די דעמענד (ביקוש בלע״ז), אבער די אפפעקט איז נישט דיירעקט, אז מ׳זאל קענען זאגן אז די דעמענד איז א פונקציע פאר די פרייז פון די פראדוקט.

דער מלך החכמים סיר אייזיק ניוטאן, וואס האט מצליח געווען צו פרעדיקטן די פונקטליכע מהלך פון אלע גרמי שמים, האט ביטערליך געפאלן ווען עס איז געקומען צו פרעדיקטן אזעלכע סארטן שאלות.

Re: א מאטעמאיטישע תורה'דיגע שאלה

נשלח: פרייטאג פעברואר 12, 2016 7:11 am
דורך שמערל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווער רעדט פון אינוועסט'ן?מ'רעדט פון א פראדוקט וואס מ'עסט,מ'נוצט. דאס קען קיינמאל נישט ווערען זערא ווילאנג ס'איז דא א פארלאנג.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

אויב אלע פייגל הענדלער גייען באנקראט, און דארפן ליקווידירן אלע זייערע פייגל, קען די פרייז פאלן צו זיראוי.
א גראסערי געשעפט וואס דארף מארגן פארשפארן, וועט פארקויפן אפילו גוטע טייערע זאכן פאר כמעט בחינם.