בלאט 1 פון 1
פארוואס איז לערנען תורה אזוי חשוב?
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 2:40 pm
דורך נולד מאוחר
פארוואס איז לערנען תורה אזוי חשוב?
יעדער ווייסט דו וויכסטיגסטע זאך אין אידישקייט פין די הלכה שטאנדפונקט איז לערנען תורה.
די ציל ףין א איד דארף זיין ווען מען האט אן איבריגע מיניט נעמט מען ארויס די גמ'.
סאיז דא מאמרים מדרשים אן א שיעור אויף די גרויסקייט פין לערנען תורה.
איך מיטשע מיך שוין פאר א לענגרע צייט צי פארשטיין וואס איז די גרויסע אויפטו פין לערנען תורה?
צי זאגן פשוט כדאי די מענטש זאל קענען די הלכה ווי אזוי זיך צי פירן, סקוקט נישט אויס אז דאס איז די סיבה.
מ'לערנט הלכות נזיקין פאר הלכות ברכות. ברכות איז נוגוע יעדן טאג נזיקין אדער קדשים נישט.
בכלל דעלמאטס וואלט מען נישט געדארפט לערנען גמ מיט אלע פשטלעך נאר מישנה ברורה אדער קיציר.
צי זאגן אז די חשובת פין תורה איז אז מענטש ווערט א בעסערע מענטש בעסרע מידות דורך לערנען תורה ,וואלט מען געדארפט לערנען מסכת אבות רוב טאג, אדערמוסר ספרים. פין חסורא מחסורא והכי קתני ווערט מען נישט קיין סאך א בעסער מענטש.
איינער האטמיר אמאל גענטפערט פינעם בל התניא אז די חשובסתע זאך פאר א מענטש איז אז ער קען ווערן איינס מיט גאט ,
די תורה איז גאט'ס מחשבה דורך טראכטען וואס גאט טראכט ווערט מען איינס מיט עם. שיינער תירוץ?
וואס באדערט מיך איז, איך בין מסכים מיט די הנחה אז ווערן איינס מיט גאט איז א געוואאלדיגע זאך, סקימט אבער אויס לויט די תירץ אז ד לערנען אליינס איז נישט חשוב למשל גאט וואלט פינקט אזוי געקענט טראכטן פין א סייענס אדער סתם שטותים אין מיר וואלטן יענס געטראכט אין געאווארן איינס מיט גאט.
סברויך א שטארקע תיריץ.
אסאך מאל נאך אפאר שעה לערנען גמ' שטעל איך מיך אויף אין טראכט וואס האב איך אייפגעטאן די פאר שעה ? בין איך געווארן אנדערש?איז די וועלט א בעסערע פלאץ ווייל איך ווייס וואס עס מיינט א מבוי מפולש?
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 7:01 pm
דורך זר זהב
דו פרעגסט גוט, איך קען דיר נישט ענטפערן ווי א ערליכער געלערנטער מענטש. איך לערן גאנץ ווייניג, ווען איך לערן אבער יא לערן איך מיט אן עיון צו פארשטיין די גמרא און ווען איך לערן אפאר שעה פיעל איך א העכערקייט אין מיר באמת! איך קען גרינגער גיין אויף די אויסגעלאסענע גאסן אין א הייסן זומער טאג נאכ'ן לערנען גמרא בהבנה.
פארוואס איז עס אזוי ?
די קשיא עגבערט מיר שוין לאנג. כעל עס מסביר זיין וואס מיר באדערט. מ'הערט אלץ פון רבי'ס מגידי שיעורים און בעלי דרשנים אז מ'יקען דאך ממש זעהן אז ווען מ'גיבט זיך אפ מיט רוחניות שפירט מען זיך זייער גוט און מ'געדענקט עס שטענדיג. די סלייס פיצא מיט'ן אייסקריעם איז גוט אויפ'ן מינוט אבער א בלאט גמרא בלייבט די גוטע הרגשה אייביג. -- גערעכט זענען זיי, אבער ווער זאגט אז דאס איז א באווייז אז די "רוחניות" חלק איז וואס מאכט אונז באמת פיהלן גוט און נישט אונזער איינגעבאקענע חינוך וואס מ'האט אונז איינגעבאקן אז לערנען און דאווענען איז גוט? די טבע פונעם מענטש איז אז ער וויל פאלגן דעם חינוך וואז מ'האט אים געגעבן, און ווען ער פאללאוט עס פיהלט ער גוט, ווייל דאס האט מען אים איינגעבאקן אין זיין אינגן מוח אז ס'גוט!
דער גוי פיהלט דען נישט ספיריטואליטי ווען ער איז אין זיין קירכע? ער פיהלט יא! ווייל אזוי איז ער אויפגעוואקסן און ס'פילט גוט צו פאלגן די חינוך וואס ער האט באקומען.
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 7:17 pm
דורך נולד מאוחר
זר זהב האט געשריבן:דו פרעגסט גוט, איך קען דיר נישט ענטפערן ווי א ערליכער געלערנטער מענטש. איך לערן גאנץ ווייניג, ווען איך לערן אבער יא לערן איך מיט אן עיון צו פארשטיין די גמרא און ווען איך לערן אפאר שעה פיעל איך א העכערקייט אין מיר באמת! איך קען גרינגער גיין אויף די אויסגעלאסענע גאסן אין א הייסן זומער טאג נאכ'ן לערנען גמרא בהבנה.
פארוואס איז עס אזוי ?
די קשיא עגבערט מיר שוין לאנג. כעל עס מסביר זיין וואס מיר באדערט. מ'הערט אלץ פון רבי'ס מגידי שיעורים און בעלי דרשנים אז מ'יקען דאך ממש זעהן אז ווען מ'גיבט זיך אפ מיט רוחניות שפירט מען זיך זייער גוט און מ'געדענקט עס שטענדיג. די סלייס פיצא מיט'ן אייסקריעם איז גוט אויפ'ן מינוט אבער א בלאט גמרא בלייבט די גוטע הרגשה אייביג. -- גערעכט זענען זיי, אבער ווער זאגט אז דאס איז א באווייז אז די "רוחניות" חלק איז וואס מאכט אונז באמת פיהלן גוט און נישט אונזער איינגעבאקענע חינוך וואס מ'האט אונז איינגעבאקן אז לערנען און דאווענען איז גוט? די טבע פונעם מענטש איז אז ער וויל פאלגן דעם חינוך וואז מ'האט אים געגעבן, און ווען ער פאללאוט עס פיהלט ער גוט, ווייל דאס האט מען אים איינגעבאקן אין זיין אינגן מוח אז ס'גוט
דער גוי פיהלט דען נישט ספיריטואליטי ווען ער איז אין זיין קירכע? ער פיהלט יא! ווייל אזוי איז ער אויפגעוואקסן און ס'פילט גוט צו פאלגן די חינוך וואס ער האט באקומען.
דאס שמירת עינים חלק איז לכוראה א זייטיגע בענעפיט וואס תורה געט פארן מענטש. וואלט דאס געווען די עיקר סיבה פאר לימיד תורה וואלט מען געדארפט לערנען ראשית חכמה איבער שמירת עינים עס וואלט דעהאט א דיירעקטע השפאה איוף דיר.
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 7:20 pm
דורך זר זהב
איי דיסאגרי!! קאמפליטלי!! וויט אלל דו רעספעקט!!
ראשית חכמה גיט אריין אז זאלסט נישט וועלן טון אן עבירה "מיראה", און אויב וועט קומען צו א נסיון וועט עס מיר גאנץ ווייניג העלפן. -- א בלאט גמרא געט אריין "אהבה", דו ווילסט נישט טון וואס מ'טאר נישט ווייל דו שפירסט עפעס א גוטע דערהויבנקייט! שפירסט דעם "עם הנבחר". ס'איז אסאך שטערקער.
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2012 7:31 pm
דורך נולד מאוחר
זר זהב האט געשריבן:איי דיסאגרי!! קאמפליטלי!! וויט אלל דו רעספעקט!!
ראשית חכמה גיט אריין אז זאלסט נישט וועלן טון אן עבירה "מיראה", און אויב וועט קומען צו א נסיון וועט עס מיר גאנץ ווייניג העלפן. -- א בלאט גמרא געט אריין "אהבה", דו ווילסט נישט טון וואס מ'טאר נישט ווייל דו שפירסט עפעס א גוטע דערהויבנקייט! שפירסט דעם "עם הנבחר". ס'איז אסאך שטערקער.
אמת איי עגריע. באט איך מיין נישט דוקא ראשית חכמה איך מיין צי זאגן אויב לימוד תורה איז חשוב ווייל די מענטש זאל היטן די אויגן דעלמאטס דארף מען האבן א פראגרעם א לימוד מער דיירעקט פאר שמירת עינים.
למשל שמירת עינים איז וויכטיג ווייל עין רואה לב חומד..... וואלט מען געדארפט אריינטראכטו אין די נושא .
נשלח: מוצ"ש יולי 07, 2012 10:30 pm
דורך טעלעפאן
וואס איז מיט ״והגית בו יומם ולילה״? עפעס וואס די תורה אליין זאגט אונז אן
נשלח: מוצ"ש יולי 07, 2012 10:38 pm
דורך פראפעסאר שפירא
די תירוץ איז לכאורה פשוט,אזוי ווי די האסט אליינס געשריבען,
יעדע זאך האט א גוף מיט א נשמה, למשל ווען מען ליינט א ביך פין א שרייבער,איז ווען מען ליינט עס ללינט מען טאקע וואס ער שרייבט, אבער אויף א רחניות'דיגע שטאפעל בעהעפט מען זיך ביים ליינען צי די נשמה פין די ביך וואס דאס איז די גייסט פינעם שרייבער, אין וועגען דעם איז טאקע נישט געווינטשען צי ליינען ביכער פין מענטשען וואס זענען געשלאגען מיט נישט גוטע מידות אדער דיעות, ווייל אפילו דאס וואס זיי שרייבען איז לכאורה נישט קיין פראבלעם קען עס אבער האבען א עפעקט אויף די גייסט,
יעצט די תורה איז איז נישט נאר די פשטות וואס מען לערענט שור שנגח את הפרה, די נשמה פין די תורה די אור פין די תורה דאס לייכט אויף די גייסט פין דעם מענטש, דער רמח"ל שרייבט אז די אור פין די תורה איז די שטארקסטע אור וואס גא-ט האט באשאפען, אין ווען א מענטש לערענט תורה ריינערהייט אין אן שלעכטע כוונות פין לקנטר, טוט די תורה אים אויפלייכטען זיין גייסט אין זעטיגען זיין נשמה, ער קען לערנען שור שנגח את הפרה אין שפירען א זיסקייט וואס ס'שווער צי מסביר זיין וואס איז אזוי זיס מיט שור שנגח את הפרה, נאר דאס איז די זיסקייט פין די תורה,
אין ווען איינער איז דבוק אין די תורה איז שווערער פאר'ן יצר אים צי פארדרייען, אין דאס איז בראתי יצה"ר ובראתי תורה תבלין כנגדה, מיט די תורה קען מען זיך אויפהייבען א טפח העכער די נסיונות אין זיך מתענג זיין בנועם ה',
נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 12:18 am
דורך נולד מאוחר
טעלעפאן האט געשריבן:וואס איז מיט ״והגית בו יומם ולילה״? עפעס וואס די תורה אליין זאגט אונז אן
מיין שאלה איז פארוואס די תורה מאכט אזא עסק דערפין. נישט ווי סשטייט.
נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 1:46 am
דורך קלוג און יונג
איך מיין אז ס'איז דא צוויי סניפים אין די מצוה פון לימוד התורה, די אריגינעלע, און די עוועלאשענייזד.
אויף די אריגינעלע איז מיין איך די טעם יא פשוט. די אריגינעל מצוה פון לימוד התורה וואס דער אייבישטער האט געהייסן משה לערנען מיט די אידן איז געווען זיי צו לערנען את המעשה אשר יעשון. פשוט ווי אזוי צו לעבן. פאר געוויסע האט ער געדארפט לערנען ווי אזוי צו בויען דע משכון, פאר אהרן ובניו מיט וועלכע קליידער צו גיין, פאר טמיאי נפש ווען צו מאכן דעם קרבן פסח.
די פרעגסט אויף די עוועלאשענייזד, דעס איז שוין מער קאמפליצירט. אפילו ס'איז מעגליך אז די עוועלאציניזאציע אליינס איז די טעם, און די בעסטע תירוץ.
ס'הייסט אזוי, די מצוה פון לימוד התורה האט זיך אנגעהויבען כדי צו וויסען ווי אזוי צו לעבן, שפעטער זענען די זאכען שוין נישט נוגע געווען האט זיך די מצוה געטוישט און באקומען אייגענע חשיבות אהן די איגינעלע סיבה.
קענסט וויטער פרעגן, וואס איז געווען די need וואס האט גורם געווען די עוועלאשען...
נשלח: זונטאג יולי 08, 2012 9:41 am
דורך פראפעסאר שפירא
קלוג און יונג האט געשריבן:די פרעגסט אויף די עוועלאשענייזד, דעס איז שוין מער קאמפליצירט. אפילו ס'איז מעגליך אז די עוועלאציניזאציע אליינס איז די טעם, און די בעסטע תירוץ.
ס'הייסט אזוי, די מצוה פון לימוד התורה האט זיך אנגעהויבען כדי צו וויסען ווי אזוי צו לעבן, שפעטער זענען די זאכען שוין נישט נוגע געווען האט זיך די מצוה געטוישט און באקומען אייגענע חשיבות אהן די איגינעלע סיבה.
קענסט וויטער פרעגן, וואס איז געווען די need וואס האט גורם געווען די עוועלאשען...
לשיטתך, פארוואס האט דער באשעפער געזאגט פאר יהושע "והגית בו יומם ולילה", כ'בין זיכער ער האט שוין געקענט די גאנצע תורה, ער איז געווען ביי קבלת התורה אין איז געווען א תלמוד פין משה רבינו, אין מקבל געווען די גאנצע תורה פין זיין רבי משה, אלא מאי זיכער די פשטות איז צי לערנען תורה לשמור ולעשות ולקיים אין דאס דארף זיין די פשוטע כוונה, אבער די פנימיות איז זיך צי מדבק זיין אין די תורה הקדושה וואס דאס איז אויך א סיבה וואס ברענגט לשמור ולעשות ולקיים,
ווייל אז מען איז דבוק אין די תורה באמת וויל מען מער טוהן וואס די תורה הייסט, ס'נישט נאר אז מען ווייסט וואס די תורה זאגט נאר ס'ברענגט די הארץ צי "וועלען" וואס די תורה וויל,
יעצט דאס וואס דער בעל האשכול רעדט פין יעדע רגע אויסניצען אויף תורה, ווייסעך נישט צי עס איז א עכטע חיוב, בפשטות דאס וואס עס שטייט והגית בו יומם ולילה, טייטשט מען עס סיי בייטאג אין סיי ביינאכט, חוץ פין דעם וואס עס איז געזאגט געווארען פאר יהושע אין כ'ווייס נישט צי מען מיינט מיט דעם גאנץ כלל ישראל, לכאורה דארף יעדער לערנען לפי טבעו, מסתם איז נישט יעדער געבויעט צי לערנען יעדע איבריגע מינוט, אין מען קען לכאורה נישט מאכען קיין כלל דערין,
רוב פין די וואס האבען יעדע איבריגע מינוט געלערענט איז נישט געווען וועגען מען מוז, נאר ווייל ס'געווען נפשם חשקה בתורה, זיי האבען געדארשט צי די תורה, אין ממילא האבען זיי אויסגעניצט יעדע איבריגע רגע אויף תורה, אבער צי זאגען אז יעדער מיז אזוי טוהן, קובע עיתים זיין לתורה דאס דארף יעדער איד,
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 2:50 pm
דורך kliger
די גוטע טעם איז העכערקייט?
פארוואס איז נישטא אזא טעם אין מדרש אדער חומש?