כליות יזמרו?! מיינע כליות וויינען!
נשלח: זונטאג מערץ 13, 2016 1:19 am
[justify]עטס קענטס נישט אחד העם.
אחד העם איז נישט קיין מלוה מלכה גייער, און נישט קיין דינער לויפער.
איך קען זאגען אז די לעצטע גאנצע שמיטה בין איך ביי קיין איין מעמד נישט ערשינען, ס'גרוילט מיר.
עטס מיינטס צו ריונואל בין איך יא געגאנגען, א מכה.
אחד העם קוקט אויף לעבן, און אויף א יידיש'ן לעבן, גאר אנדערש ווי זיינע שכנים, קרובים אדער חברים, על הצד אחד העם האט חברים.
אז לעבן איז מחיה און מהווה אחד העם, איז אחד העם דאנקבאר פארן לעבן.
די חיות זעלבסט איז מהווה ס'חיות.
מיין רבי, רבי מנחם מנדל פון קאצק, איז אמאל אריין אין א טעיק אוט געשעפט, ער זעהט ווי א מענטש זיצט איבערגעבויגען איבער א טעלער פיש און האקט אריין אויף אלע באקן. פרעגט אים דער קאצק'ר, זאג נאר, דו האסט ליב פיש?, יענער הייבט זיך די ברעמען, און ענטפערט מיט א פול מויל, זעסט נישט?! זאגט אים דער קאצק'ר, וואס איך זעה איז, אז דו האסט גענומען א פיש, וואס דו זאגסט אז דו האסט ליב, און איר אוועקגעריסען פון איר פאמיליע, ארויסגענומען פון וואסער, געהארגעט, און געלייגט אויפ'ן פייער און געפרעגלט, און יעצט פולסטו זיך ס'בייכל מיט איר, דאס הייסט דו האסט ליב פיש? האסט דיך ליב, ולאור זאת כדאי למלאות אהבתך, ביסטו געגאנגען מיט א לב אטום און געהארגעט א אומשולדיג פישל, אבער ליב האסטו זיך, נישט ס'פישל.
דער אמת איז, איך בין נישט משיג ס'ענין פון אהבה. כ'מיין, אויב גאט האט ליב, קענען מענטשען נישט ליב האבן, סאיז א מיסטישע כח וואס געהערט צו שרפים.
אלטע דענקער האבן ליב געהאט צו טוהן און אויפטוהן פאר מענטשהייט און ציווילעזאציע, א ריכטיגער פילעזאף, א פילעזאף מיט א ווינקל פאר פאעזיע אין הארץ, וועט אלעמאל דערהערן געשרייען פון אנדערע.
הערן קען יעדער, אבער די געשרייען זאלן אים שטיפען און פאדערן צו גיין בחוצות און אויפפאדערן, אדער טוהן אקטן אז די געשרייען זאלן זיך פארשטילערן. נביאים סטייל.
ווען הרב השל זצ"ל האט שפאצירט מיט זיין חבר גואל נרדפי אחיו השחורים, מרטין לוטר דער קינג, האבן זיינע פיס געדאווענט, און גלייבטס מיר, איך האף אז דער דברי חיים ביים רומפלען פורים האט געהאט אזא געטליכע השראה, ווי הרב השל האט דעמאלטס געהאט.
איך מיין, איך רעד פון געטליכקייט, כאילו, שוין.
אבער וואס איז זיכער איז דאך זיכער.
די שאלה איז נאר אויב סאיז זיכער.
אבער, גאט און געטליכקייט כשלעצמה, איז בלתי ניתן להשגה.
א גאט אדער געטליכקייט וואס דער עצם איז ניתן להשגה, בין איך כופר עד הסוף.
לאור זאת, גייט ניטשה צו א לוויה, און לעשט אויס די לעכט.
איך בין דאך פארט נישט קיין ניטשה.
איך בין מחיה מתים, און איך צינד פון פריש מיין לעמפל, איך זאג, אז יעדער איז גאט פאר זיך, גאט עקזעסטירט ביי יעדעם אין הארץ און אין קאפ, ולא מחוצה לה.
וועסט נישט טרעפן גאט אין שאנק, אדער אונטערן טיש ביי דיין רבין, וועסט דיך עפענען דאס הארץ, וועט גאט ארויסשפרינגען פון דארט.
געטליכקייט איז דער דראנג פאר צדק און יושר, געטליכקייט איז דער הימלישער השראה פון טוב און להיטיב.
מיין מגיד שיעור האט מיר געזאגט אז גאט איז דרכו הטוב להיטיב.
מזל טוב! ער האט געטראפן גאט, און ער האט אים געזאגט, איך בין נישט אינסוף, סאיז א טעות, בסך הכל בין איך א גוטער וואס מיין וועג איז צו טון גוטס.
מיין גויטע טוט אויך גוטס.
איך מיין, זיי ווילן רעדן צו מיר וועגן גאט'ס עצם. איך כאפ נישט, גאט'ס עצם האלט איך נישט ביים משיג זיין, ווייל כ'וויל נישט זיין קיין כופר.
דרכו הטוב להיטיב, איז דער גאט אין הארץ, געטליכקייט איז דער השראת הרוח פון טוב.
אז מען באטראכט די נביאים, זעהט מען אז זיי זענען אלעמאל געווען די וואס נאקת אחם בני אנוש איז זיי אנגעגאנגן עד דיכדוכם, סהאט זיי געשטופט צו טוהן אויסנאם זאכן.
ווען אברהם וואונדערט זיך, ער זעהט א ארמון בלהבות, די גלוב ברענט, דער הערליכער וועלט איז אין פלאמען, ער פרעגט, איך פארשטיי נישט, סאיז דא א גאנצע וועלט, ס'ברענט מיט יסורים, צער און אומרעכטן, און אלסדאס בייז, און סגייט נישט קיינעם אן? הישמע כזאת. טאקע דעמאלטס און נאר דעמאלטס, איז נשרה געווארן אויף אים א רוח נבואה, און עס איז געקומען דער אנטווארט, אני בעל הארמון, אני בעל הבירה.
וואס אברהם'ס חזיון איז געווען ווייסעך נישט.
יעצט בין איך דער נביא.
דעמאלטס איז געווען דער ערשטער געטליכער השראה פון דרכו הטוב להיטיב, גאט ביי אים אין הארץ האט אים געזאגט, אני בעל הארמון, מיר גייט עס אן, ואברהם נתלבש ברוח נבואה, און ער האט אנגעהויבן ארומפארן בעסער מאכן די וועלט.
משה אבי הנביאים באקומט אויך זיין ערשטע געטליכע השראה, אויך נאר מיט א ציווי פון שמעתי את נאקתם, איך הער געשרייען, דו הערסט געשרייען, גיי לייז אויס וואס שלאפסטו מיר דא אין מדבר, של נעליך, און לויף איבער פעלד און וועלט, און שאקל אויף פאר לייזונג און לעזונג פאר פארפלאגטע.
וואלט איך יעצט געווען אין א הרב קוק גיסטע, וואלט איך געזאגט, אז איינער וואס געט א ניר, טוט דאס וועגן עפעס א אינערע רוח נבואה וואס האט אים באטראפן.
וואס הייסט באטראפן?
הרב סאלאווייטשיק האט שוין געפייערט מיט דעם, ביי זיין באוואוסטען 'כבוד און כובד' שיעור.
די עיקר נקודה, אז ריכטיגע כבוד איז נאר ווען עס איז כובד, עס איז שווער, יענעמס השראה איז דיר שווער, ס'יאגט זיך נאך נאך דיר.
יוסף זעהט יעקב ביים פענסטער, און ס'כאפט אים ס'פחד.
ס'קען זיין אז ס'איז געווען א געוויסע גילוי באמת, אבער דער ריכטיגער אפטייטש איז, אז יעקב אבינו'ס כבוד, איז געווען פאר יוסף א כובד, ס'האט אים באהערשט, ס'איז אים געווען שווער ווי א משא, און ער האט זיך נישט געקענט פון דעם ארויסדרייען.
און דאס איז פשט, זאגט הרב סאלאווייטשיק, אז ביי די נביאים שטייט וזה המשא אשר חזה כווייסווער, דער נביאס השראת אלוקי אויף א געוויסע דבר צדק ויושר האט באטראפן דעם נביא ווי א משא, און זיי האבן זיך פון דעם נישט געקענט ארויסדרייען, איינמאל דער משא באטרעפט דעם נביא, וועט ער זיך א גאנץ לעבן ארומדרייען ווי משוגע, מיט א דראנג אויסצופירען אט דעם משא.
און דאס אייגענטליך דער גאנצע מושג פון נבואה.
גאט און געטליכקייט, זענען אינעם מענטש זעלבסט, און דער מענטש זעלבסט.
אחד העם'ס כליות וויינען היינט.
כ'מיין סאיז מאדנע, געבן א ארגאן פאר א צווייטען .
אפילו מיט מיין תורה בין איך עס נישט משיג געהעריג.
איך קען נישט קיין דאנער וואס האט געגעבן א ניר, איך קען נישט קיינעם פון הנהלת ריונואל.
ס'איז א געוויסע געטליכער משא וואס האט מיר היינט באטראפן.
ווי געזאגט, איז געטליכקייט אין מענטש, און דאס איז דער דראנג פון הערן נאקת בני אנוש.
ס'מיינט צו זאגן אז ס'גיסט זיך געטליכקייט אין די גאסן.
וואו איז ניטשה?[/justify]