בלאט 1 פון 1

ווילט איר אן אויסגאבע לכבוד פסח תשע"ו? לייגט צו א פלייצע!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 6:40 pm
דורך כוכב
מיין לויער האב איך שוין געהייסן שיקן א ווארענונגס בריוול פאר [tag]נתן מנחם[/tag] פאר'ן זיך אריינשטופן זיין נאניע אין מיינע געשעפטן, אבער חברה ס'איז נישט קיין ווערטל, מ'דארף זיך נעמען אין דער האנט אריין.
טיק טאק, טיק טאק, דער זייגער קלאפט, מלכות און מפואר זענען שוין אין העפטיגן קאמף, הגדה און אבערלענדערס האבן שוין ארויסגענומען אדווערטייזינג סלאטס אין אלע לאקאלע פאפירן, וויש וואש, די הויז איז שוין א מיש מאש, צו עסן אינדערהיים קריגט מען א מכה ווייל ס'שוין פסח'דיג, און מיר טארן נישט שלאפן.
כלל ישראל ווארט פאר אונזער אויפגאבע. לאמיר ווייזן פאר די גאנצע וועלט אז קאווע שטיבל לעבט און לאכט ווי קיינמאל בעפאר.

געים-פלאן ווי ס'האלט יעצט, דאנערשטאג אוונט 6:23, איך לייג דאס אין שבת אחים ווייל איך וויל רעדן צו די היימישע חברה דייקא.

1. ווער ס'איז מיט מיר זאל אויפהייבן די האנט.

2. איך וויל זיך נעמען צו דער עבודה, אבער איך בין אנגעוויזן אויף הילף. פון זיצן אויפ'ן פדן ארם און אן די צוזאמענארבעט פון יעדן איינעם געב איך אייך מיין גאראנטי אז עס וועט גארנישט ווערן.

3. בקיצור, צום ערשט דארף מען א גראפיק דעזיינער, איינער האט קאנטאקט מיט [tag]מה הוא[/tag]? זאגטס אים איך זוך אים מיט לעכט.

4. מ'דארף אנגרייטן א פלאן ב' אין פאל מה הוא איז נישט אין די כלים\גיסטע.

5. איז דא איינער וואס האט א יד אין גראפיקס אדער עימוד, ביטע זיך ווענדן צו מיר אין אישי, אדער צו [tag]געוואלדיג[/tag], וועלכער איז מיין רעכטער האנט וידו כידי. (@מושב זקנים, הער אויף בלאזן, איך קען נוצן דיין עקספערטיז פון דיין געלונגענעם פי עט הדר.)

6. אין פאל קיין גראפיק דעזיינער רופט זיך נישט אן ביז זונטאג צוועלף אויפדערנאכט קען מען מאכן אן אויסגאבע אין פארעם פון א קובץ אזוי ווי די אמר ונבנתה פנינינם שזורים קונטרסים, אבער צו דעם דארף איך די הילף פון [tag]ונבנתה העיר[/tag] און [tag]אדנירם[/tag] (איך אקצעפטיר נישט דיין רעזיגנאציע בריוול... ווי קענט עפארד איט) אזוי אויך קען איך נוצן די הילף פון דער וואס האט ארויסגעגעבן די למעשה קונטרס, רוף דיך אן... ([tag]רויטע וואנצעס[/tag], דו קענסט לכאורה אויך מאכן סתם א פשוטע עימוד, שטימט?)

7. אין פאל קיינער האלט נישט ביים מאכן קיין עימוד (א ווייטער חשד, אבער העי יו נעווער נאו, טראמפ געווינט אויך די רעפובליקאנער נאמינאציע, וויאזוי זינגט ער נאר דער ביבער, נעווער סעי נעווער) וועט מען זיך באגנוגן מיט א קאמפיין ענליך צו אראומע, אז דער ציבור וועט שרייבן ארטיקלען לכבוד יום טוב און אולי יחוס אז איינער וועט עס צוזאמשטעלן אין א קונטרס.
בכל אופן דאס זענען מיינע פלענער אויף יעצט, פאר סיי וואס פאר א קאמענטארן און הערות, רופט אייך אן הילכיג און הויעך, צו קריטיקירן ביטע דירעקטירט אייער קריטיק צו [tag]יאיר[/tag]'ס אישי קעסטל, ער איז געשטעלט אויף קריטיק.

8. די ברענד פאר'ן אויסגאבע ווי ס'האלט יעצט, וועט הייסן "פה-סח 2", לויט די ראט פון שש, טאמער איינער האט א גוטן נאמען זאל ער זיך ביטע אנרופן.
#סארי_מעט_דעמאן_האט_עס_נישט_געקענט_מאכן_וכו'.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 7:03 pm
דורך [NAMELESS]
נישט דאס ערשטע מאל וואס דו האסט צוטוהן מיט נתן מנחם. :lol:

נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 8:42 pm
דורך געוואלדיג
רבותי רופט אייך אן ווארעם, אניש וועט דאס האבן א פנים ווי די למעשה קונטרס...

Re: ווילט איר אן אויסגאבע לכבוד פסח תשע"ו? לייגט צו א פלייצע

נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 8:47 pm
דורך שטילע אינגערמאן
ודאי, כבין דא בגוף ובממון.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 9:18 pm
דורך כוכב
טאמער זענט איר א גראפיקער וואס וויל פארדינען אפאר איבעריגע גראשן אויף יום טוב, קומט צו מיר אין אישי. מיר זענען גרייט צו באצאלן פאר די ארבעט.

Re: ווילט איר אן אויסגאבע לכבוד פסח תשע"ו? לייגט צו א פלייצע

נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 9:22 pm
דורך א איד
כהאלט אינמיטן טראכטן פון אן ארטיקל

נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 9:24 pm
דורך [NAMELESS]
עפעס א געדאנק פון וואס צו שרייבן?

Re: ווילט איר אן אויסגאבע לכבוד פסח תשע"ו? לייגט צו א פלייצע

נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 9:47 pm
דורך יעלה ויבא
כ׳בין גרייט צי העלפען מיטן מגיה זיין

נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 9:57 pm
דורך רויטע וואנצעס
ע"ט פתח לו

נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 11:28 pm
דורך כוכב
כ'בעט ברחמים אלע קווענקלער און צווייפלער ספעציעל די נייע ניקים וואס זוכן איידיעס און קראצן זיך די שטערן, דער אשכול איז נישט געמאכט פאר די סארט צוגאנג, קיינער וועט אייך נישט אנטראגן קיין איידיעס און ס'מאכט סתם א פוילע אטמאספערע און נישט ערנסטקייט צו דער גאנצער נושא.
האלטס אייערע קווענקלענישן ביי זיך. פאר קאנסטראקטיוו הילף און איידיעס איז דער אשכול געשטעלט.
א דאנק

נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 11:45 pm
דורך כוכב
[center]ברעיקינג: אין די מינוטן קומט אריין די נייעס, אז מיר האבן אריינבאקומען א העכסט פראפעסיאנאלן גראפיקער אין אונזער רעדאקציע, וואס האט זיך אונטערגענומען צוצושטעלן א דבר נאה ומתקבל.
מזל טוב, קאווע שטיבל![/center]

נשלח: פרייטאג אפריל 01, 2016 1:16 am
דורך שמעקעדיג
כוכב, איי כוכב, דיין שפראך, דיין שפראך!! עס בענקט!!!!

נשלח: פרייטאג אפריל 01, 2016 10:31 am
דורך בת קול
איך בין גרייט צו העלפן מיט גראפיק אלץ א בעק אפ.
פארבינד זיך אין אישי פאר מער פרטים.

נשלח: פרייטאג אפריל 01, 2016 10:33 am
דורך בת קול
כוכב האט געשריבן:[center]ברעיקינג: אין די מינוטן קומט אריין די נייעס, אז מיר האבן אריינבאקומען א העכסט פראפעסיאנאלן גראפיקער אין אונזער רעדאקציע, וואס האט זיך אונטערגענומען צוצושטעלן א דבר נאה ומתקבל.
מזל טוב, קאווע שטיבל![/center]


אה! איך זעה איר האט שוין איינעם. מיט הצלחה!

נשלח: פרייטאג אפריל 01, 2016 10:55 am
דורך נתן מנחם
איך בין גרייט צו העלפן בממון. (משום המתחיל במצוה אומרים לו גמור, און די מענעדשער פון חתונה זאל ווי איך האב חתונה געמאכט האט מיר געזאגט א מאמר חז"ל אינמיטען די חתונה "אין גומרים אלא בממון" :lol: )

@כוכב איך בין נישט געקומען אפאר טעג צוריק דיר עפעס צונעמען, איך בין געקומען רק לעורר אז איינער זאל זיך אינטערנעמען בע"טו ובזמנו.

נ.ב. היות אין די גאס הייסט אז ק"ש האט זיך געדארפט פארמאכען וכו' וכו' איז אפשר פאסיג יעצט צו ווייזען אונזערע "גאס ידידים" אז אונז זענען העיר טא סטעי! רבותי בנערינ"ו ובזקנינ"ו נלך אלטע און נייע ניקס אלע זאלען שרייבען אבער ממש יעדע זאל! מען וועט מיט די אנפירערשאפט פון @כוכב דא ארויסגעבען א טויזענט בלעטער קונטרס על אפם פון אונזערע שונאים! אונזער הענט וועט וויי טוען פון דארפען האלטען אזא שווער קונטרס ביים ליינען אבער די שונאים'ס הערצער וועלען וויי טוהן! וואס טוט מען נישט פאר אביסעל נצחון?

נשלח: פרייטאג אפריל 01, 2016 11:20 am
דורך טאמבל סאס
פנים חדשות באו לכאן? ווי אזוי ווייסן מיר נתן מנחם אז דו האלטסט ווארט און אז דיין ווארט האלט עפעס מער ווי דאס וואס ס'איז?

נשלח: פרייטאג אפריל 01, 2016 11:29 am
דורך נתן מנחם
וועלכע ווארט ביסטו באזארגט איך וועל נישט האלטען? זייט מסביר ביטע

נשלח: פרייטאג אפריל 01, 2016 11:50 am
דורך טאמבל סאס
כמיין דער געדאנק אז דו האסט ממון און דו שרעקסטיך נישט. ס'קוקט אויס דו רעדסט פון מעשים שהיו. בכלל ווייס איך נישט אויב מ'רעדט דא פון אזעלעכיגע ווייסעך וואספארע סכומים.

נשלח: פרייטאג אפריל 01, 2016 11:53 am
דורך שטילע אינגערמאן
.

נשלח: פרייטאג אפריל 01, 2016 2:12 pm
דורך סמבטיון
כוכב, אלס א נאנטע חבר דיינע, בין איך דא צו שטיצן בגוף ובממון בל"נ.