די פרוזדור פון אייוועלט איז קאווע שטיבל
נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 12:57 pm
אודה ולא אבוש, איך בין געווען אמאל א מעמבער אויף אייוועלט, און געשריבן ענליכע ארטיקלן צו די לינק. איך בין געווען פון די גרעסטע קעמפער קעגן קאווע שטיבל, געשריבן ריזיגע פראקלאמאציעס נאכאנאנד. אבער ultimately האט מיר דאס געפירט קיין קאווע שטיבל. און טאקע די לינק אויבן האט מיך באוואויגען צו שרייבן דאס פאלגענדע. די moral of the story איז געוואלדיג, און מען קען דאס נוצן איבעראל אין לעבן. און צוליב פארשטענדליכע סיבות אקצר.
מיין איבערגעטריבענע אבסעסיע פון האקן אויף קאווע שטיבל האט מיר אריינגעשלעפט ווי א צויבער ראד גראד אהער.
פונקט ווי דער אבנר אינעם לינק פלעג איך שאלן מיט אנעים זמירות טראמפייטערס. איך פלעג כסדר שפרינגן פון קאווע צו די אייער, און געווען פארנומען מיט שינדן און האקן אויף די א.ג. משכילים. איך פלעג שרייבן זאכן וואס איך האב אליין נישט געגלייבט, און פונקט ווי אנדערע בין איך נאכגעשלעפט געווארן מיט די ווינט דארט, וואס איז, אז ווי מער מען האקט אויף ק"ש, אלץ מער ארויפגעקוקט ווערט מען. איך פלעג ליינען ק"ש זייער אויבערפלעכליך ווייל איך האב געציטערט צו ליינען, ווייל מען האט געהאט געזאגט די ארגסטע זאכן אויף ק"ש. ויהי היום, האב איך אפגעמאכט לאמיר אפליינען איין אשכול פון ק"ש, ונחזה וואס טאקע פאסירט דארט. צו מיין מזל האב איך אריינגעוואנדערט צו יידל'ס אשכול וועגן חכמה. וואס זאל איך אייך זאגן עס האט מיר געווארפן הענט און פיס. איך האב באלד געזען מה בין בני ובן חמי. מענטשן נוצן אייביג די ווארט "אויפגעקלערט". און אבנר באנוצט זיך אין זיין ארטיקל מיט "אפגעהרג'ט". לשיטתו האט מיך ק"ש אפהרג'ט. וויל איך פרעגן פארוואס הייסט דאס נישט אפגעהרגעט ווען מען דאקטערט טויזענטער מענטשן אויף אייוועלט אז זייערע אייגענע ברידער זענען כופרים? און מען רעדט נישט דארט פון קיין מענטשן וואס זיצן אין כולל און לערנען, און ווייסן נישט וואס פאסירט ארום זיך. מען רעדט דארט פון א בלאג אייוועלט, וואס קאכט זיך אין אלעמען פונקט ווי דא, נאר עס איז בהשגחת עדה החרדית. זיי ליגן אין פאליטיק, אין ניייעס, אין לשה"ר, און וואס נישט. כל זמן זיי זיצן אויף א ענליכע פארום איז נאריש יענעם צו אנגערייפן מיט השכלה. עס איז אזוי ווי עמיצער וואס טראגט שבת אן א עירוב און שרייט אן עמיצען פארן דרייווען מיט קאר. קען זיין אז דרייווען איז ערגער, אבער כל זמן דו טראגסט אן די עירוב דארפסטו שווייגן. לולא דמסתיפנא וואלט איך געזאגט אז דא דרייען זיך אסאך אלטע אייוועלט מעמבערס. ווייל אויב עס ווערט הייס אין ביהמ"ד גייט מען אין פאליש זיך אויסליפטערן. אויב ווערט דארט ענג וואו גייט מען? צו ק"ש. יוצא: מיין כסדר'דיגע זיין פארנומען קעגן האקן אויף ק"ש האט מיך אריינגעפירט גראד אהער. די מוסר השכל איז: אויב האסטו נישט ליב א זאך, קער זיך אוועק, אנשטאט האקן, גיי אוועק. אויב גייסטו זיין פארונומען קעגן ציונית, אגודה, ק"ש, אא"וו גייסטו צום סוף דארט אנקומען. יעצט וועט קומען א חכם און זאגן אז מען טאר נישט האקן אויף גויים כדי נישט אנצוקומען דארט אמאל. אבער די אינטערשיד איז לויטער קלאר. אויב האקסטו אויף דיינע בלוט שכנים, דיינע בלוט ברידער, דיינע בלוט געשוויסטער גייסטו דארטן אנקומען משא"כ אויף גויים.
מיין עצם אפאזיצע האט מיך דא אהער געשלעפט. מיין אשכול האט קיין קשר מיט אבנר'ס אשכול, איך האב דאס נעכטן געליינט און איך האב אפגעמאכט גענוג מיט די קראקעדייל טרערן.