בלאט 1 פון 1
ראמני טרייבט אויף 35 מיליאן דאלאר מער ווי אבאמא
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 12:32 pm
דורך שמעלקא
נישט לאנג צוריק איז עס געווען ווען אלע האבן גערעדט איבער אבאמא'ס שטארקע פאנדרעיזינג מעגליכקייטן און מען האט ערווארטעט אז ביי די היי יעריגע וואלן וועט ער אויפטרייבן א רעקארד ציפער אין די געגענט פון א ביליאן דאלאר מיט א גרויסן "בּ".
איינס פון די זאכן וואס די באוויינער וועלכע האבן געקלאגט אויף מיט ראמני איז געווען די שוועריגקייטן וואס ער וועט האבן איבער צו שטייגן אבאמא'ס געלט מאשין, אבער זיינע מענטשען האבן זיך געטרייסט מיט די דרויסענדיגע זעלבסשטענדיגע קאנסערוואטיווע גרופעס און סופערפעקס וועלכע וועלן אריין גיסן שווערע מיליאנאן ארויס צו זעען זייער שונא נומער איינס פון אפיס.
אין די לעצטע צוויי חדשים האט אבער ראמני געוויזן זיינע ביזנעס קוואליפיקאציעס, און באוויזן איבער צו שטייגן אבאמא מיט שיינע ציפערן.
די ראמניי קאמפיין האט פאר JUNE אויפגעטריבן איבער 106 מיליאן דאלאר, א רעקארד ציפער פאר די היי יעריגע פרעזידענטליכע פארמעסט.
אבאמא האט אויך נישט אויפגעטריבן קליין געלט אריין ברענגענדיג 71 מיליאן דאלאר די גרעסטע ציפער זינט די קאמפיין האט זיך אנגעהויבן, אבער די דיפערענץ פון 35 מיליאן איז גאר שטארק און ברענגט זיכער זארג ביי אבאמא'ס ראטגעבער.
דאס קומט שוין נאכדעם וואס אין MAY האט האט ראמני אויפגעטריבן 77 מיליאן אקעגן די 60 מיליאן פאר אבאמא.
ד"ה אז אין די צוויי חדשים זינט ראמני איז געווארן די איינצעלע ריפובליקאנער קאנדידאט האט ער ביידע מאל אויפגעטריבן היבש מער ווי אבאמא, און אויב האלט ער אן אויף דעם ליניע קען ער אין די ענדע האבן אויפגעטריבן מער ווי אבאמא.
עכ"פ יעצט קען שוין אבאמא שרייען אז ראמני איז פון די רייכע...
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 12:43 pm
דורך ניו יארק
מען דארף נעמען און אכט אז אבאמא איז שוין די פראנט ראנער פאר כמעט 4 יאר, משא"כ ראמני האלט נאך 2 חדשים זיין א פראנט ראנער.
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 12:48 pm
דורך משה געציל
פארגעס נישט אבאמא האט געהאט פארגעשטעלט א פלאן פון אויפטרייבען א ביליאן דאללער פאר דעם יעצטיגען קאמפיין סעזאן, אויף אנצוקומען צו די ציפערן פעלט זיך אויס ער זאל אויפטרייבען א דורכשניט פון הונדרעט מיליאן דאללער א חודש פאר צען חדשים, און מיט די איצטיגע ציפערן קוקט נישט אויס ווי ער האלט אויף א וועג.
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 8:23 pm
דורך זר זהב
לבי אומר לי אז אבאמא גייט עס מאכן.
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 8:39 pm
דורך איינער
עס קומט א גוטער קאמפיין, זעט אויס אז דאסמאל וועט ראמני
אויכט קענען אפקויפן א האלבער שעה פריים טיים טי. ווי. און נישט דארפן רעזארטירן צו די
ווילדע שטיקעס וואס מעקעין האט געטון וואס האט אים געמאכט אויסקוקן נישט סטאביל.
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 8:41 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:לבי אומר לי אז אבאמא גייט עס מאכן.
געלט-ווייז אדער די וואלן?
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2012 8:48 pm
דורך זר זהב
די וואלן
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 3:52 pm
דורך וועלט׳ס פארזארגער
דער ראמני מאכט געלט ווי וואסער.
יעצט July (יולי) האט ראמני ווייטער געמאכט 101.3 מיליאן דוללאר! בשעת די צודרייטע אבאמא האט קוים געמאכט דעם חודש 70 מיליאן..

.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 4:02 pm
דורך שמעקעדיג
זיי גיבן נישט קיין מעשר?
איך נויטיג זיך דערין
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 4:11 pm
דורך שמואל הלוי
אזוי צו אזוי, איז דערווייל אבאמא [ליידער] שטערקער.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 4:50 pm
דורך שעפטל
דער ראמני האט עפעס די מאמענטום וואס אבאמא יר"ה האט געהאט אין '08. מ'זעהט עס ביי די געלט אויפגעטראבאכצט
שטארקע טשאנסן!
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 4:57 pm
דורך גאלד
ראמני איז א גאר שוואכער קאנדידאט, ער פארקויפט נישט עפעס ווייס איך וואס חדשות, קיינער ווערט נישט צו נתפעל פון איהם, די רעפובליקאנע לייגן זייער גאנצער האפענונג אז ראמני וועט געווינען צוליב די אומגעהויערע אומציפרידנהייט פון אבאמה, דאס איז ווייט נישט גענוג לפענ"ד צו ארויסשטעלן אן אינקאמבענט מיט כאריזמע ווי אבאמא,
מיין פרעדיקשן: אבאמא געווינט באקוועמערהייט
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 4:59 pm
דורך שמעקעדיג
מיין פרעדיקשאן:
אפילו ראמני געווינט, גייט עס נישט העלפן פאר די עקאנאמיע.
און פאר דהעט מעטטער, נישט קיין חילוק ווער עס געווינט. א פרעזידענט קען נישט טוישן די מצב. ער איז נאר גוט פאר א שעיר לעזאזל צו בלעימען אלעס וואס גייט נישט גוט.
שוין צייט מען זאל איינזעהן אז די עקאנאמי איז א גלגל החוזר, ס'האט גארנישט מיטן פרעזידענט. מ'האט שוין געהאט גוטע צייטן סיי מיט דעמאקראטן און סיי מיט רעפובליקאנער.
ממילא זאל קיינער נישט לייגן האפענונג אז זיין רענט אדער מארטגעזש וועט ווערן ביליגער אדער זיין סעלפאן פלאן וועט זיך טוישן, אדער סיי וואס אין זיין טאש (אחוץ אויב מען האט א ביזנעס).
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 5:02 pm
דורך שעפטל
גאלד האט געשריבן:ראמני איז א גאר שוואכער קאנדידאט, ער פארקויפט נישט עפעס ווייס איך וואס חדשות, קיינער ווערט נישט צו נתפעל פון איהם, די רעפובליקאנע לייגן זייער גאנצער האפענונג אז ראמני וועט געווינען צוליב די אומגעהויערע אומציפרידנהייט פון אבאמה, דאס איז ווייט נישט גענוג לפענ"ד צו ארויסשטעלן אן אינקאמבענט מיט כאריזמע ווי אבאמא,
מיין פרעדיקשן: אבאמא געווינט באקוועמערהייט
כאריזמע שוין א פארגאנגענהייט, ס'האט גארנישט געברענגט! ס'אומגעהויערע אומצופרידנהייט איז לפענ"ד גענוג שטארק אז ס'וועט זיך אויסשטעלן...
מיין פרעדיקשן: ראמני געווינט מיט א מערהייט
(שטייצעך מיט מער...)
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 6:32 pm
דורך וועלט׳ס פארזארגער
מיין פרעדיקשען: אמעריקע האט זיך שוין געפראווט משוגע ביים וואוטן פאר אבאמא די ערשטע מאל! סוי פון זיי קען מען שוין גארנישט ערווארטן..
מיין מיינונג: די דעמאקראטן וואלטן זיך געדארפט ביטערליך שעמען, און אים צוזאגן אלע מיני שטותים, וויפיל געלט ער דארף נאר, אים אפילו צוזאגן צו געבן גענעראל פון די יו-ען, אבי ער זאל נאר נישט לויפן נאך אמאל פאר א צווייטן טערמין! כ'מיין.. דער מענטש איז דאך געוועהן איין ריזיגע גרויסע פעיליער פון די ערשטע טאג ביז יעצט!
אבער, אזוי ווי איך האב שוין געזאגט, מיט די צודרייטע אמעריקאנע...
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 24, 2012 11:07 pm
דורך זר זהב
ער האט געווינען. די איליגעלס האבן עס געגעבן פאר אבאמא. נישטא קיין בזיונות