איך וויל דא אויסרעדען א פאר זאכען וועגען די הויפטען פון די נייע רעוואלוציע.
[center]
דאנאלד טראמפ[/center]
דער דאנאלד איז ברייט באקאנט, אלע האבען געלאכט אויף איהם, ביז מ'האט איינגעזען אז ס'איז ערנסט און מ'האט אנגעהויבען שלאגען און שימפען און פראבירען אפצושטעלען, אבער דער גולם קם על יוצרו און ער האלט אין איין זיגען און שפרינגען פאראויס, און ס'איז גאר מעגליך אז צום סוף וועט ער זיין די רעבוליקאנער קאנדידאט פאר'ן פרעזידענט פון אמעריקא.
זיין משוגעת'ן און טפשות דארף מען נישט אויסרעדען, הלא הם כתובים על ספר מלכי עכו"ם בכל מדינות מלכותו, ווי ער שלאגט זיך מיט מענטשען על לא דבר, ווי ער שטעלט פאר נערישע עצות און ער טשעפעט זיך מיט געגענער זיינער אויף א נידריגע אופן. די אלע זאכען, כולל זיין מלחמה אויף פרויען און זיין מענטשענ'ס פיזישע קעמפעריי מיט זייער געגענער'ס, זענען 'רויטע הערינג'ס', זאכען וואס מאכען נישט אויס לגבי זיין גרייטשאפט צו ווערען פרעזידענט און נישט לגבי וואס וועט זיין פון אונז און איהם. אז מ'קוקט איהם אן בלויז צו ער קען ווערען פרעזידענט, קומט ארויס גאר אן אנדערע בליק.
קודם כל, זיין שטיצער'ס זאגען אז ער האט דער כח אפצומאכען געשעפטען מיט אנדערע און אויסצופיהרען וואס מ'דארף צווישען פארשידענע מיינונגען און פאדערונגען. דער סבה פארוואס זיי זאגען אזוי איז ווייל ער האט א בוך וואס הייסט 'דער קונץ פון אן אפמאך', (אויף ענגליש The Art of the Deal). דאס ווערט אנגעקוקט ביי אנדערע כאילו ער וועט נישט האבען די פראבלעם וואס בוש און אבאמא האבען געהאט, אז זיי האבען נישט געטראפען קיין וועג אז די סענאטורען פון די אנדערע פארטיי זאלען מיט ארבעטען אויף זייערע פלענער, און מ'האט אוטאמאטיש אפגעשלאגען אלס וואס ער האט פארגעשלאגען, בלויז ווייל ער איז געווען דער וואס האט עס געמאלדען. טראמפ, זאגען זיי, וועט טרעפען א וועג צו לעזען די פראבלעם, און די רעדער וועלען ווידער פארען אין וואשינגטאן צו מאכען ריכטיגע געזעצען און פיהרען די לאנד על מי מנוחות.
לדעתי איז דאס א האלבע בליק אויף די זאך. יא, ער קען אויפטוהן (עכ"פ נניח אזוי). אבער וואס וועט ער אויפטוהן? וואס פאר א זאכען וועט ער דורכפיהרען? וואס פאר א חידושים האט ער אין פלאן פאר'ן לאנד? סתם דורכפיהרען געזעצען אן צו וויסען וועלכע געזעצען זיי וועלען זיין, איז נישט קיין תכלית. און דער אמת איז גאר פארקערט, אפשר ווילען מיר ענדעריש אז ער זאל נישט מצליח זיין אויסצופיהרען וואס ער וויל. די אלע נערישקייטען וואס ער שלאגט פאר ווערען פאר'ענטפערט דורך זיין שטיצער'ס אלס אומוויכטיג, וויבאלד ער וועט סייווי נישט קענען דורכפיהרען, אבער ס'איז גוט פאר'ן געזעלשאפט אנצוהיבען דער שמועס אויף די נושאים, אזוי ווי מוזלעמענער אימיגראנטען און אומלעגאלע היספאנישע ארבעטארער'ס. דאס איז אנגעכאפט די שטירק פון ביידע עקען, טאמער ער איז טאקע אזוי געלונגען, ווער ווייסט וואס ער קען אויספיהרען?
ועוד אויף די טעמע. ווען ער האט אזוי מצליח געווען מיט זיין אפמאכען אין געשעפט, האט ער עס געטוהן אין אן אופן פון געבען פאר ביידע זייטען וואס זיי האבען געוואלט? האט ער געטראפען א מיטל וועג פאר יעדער פראבלעם? אדער האט ער עס געטוהן כדרכו בקודש, זאגענדיג אז 'איך בין דער גביר און דו ביסט נישט, אלזא זיץ איינגעלייגט'? ווייל אזוי קען ער פארגעסען פון עפעס אויפטוהן אינ'ם אינטערנאציאנאלער פעלד, און אפילו אין אמעריקא איז נישט קיין גוטע זאך. א גרויסע פארצווייגטע לאנד מוז האבען פארשידענע געברויכען, און מ'וויל נישט אז דער הויפט פאליטישער בא'אמטע זאל זיין א געלונגענע בול"י וואס וועט דורכפיהרען ככל העולה על רוחו.
יעצט בנוגע דער צושטעל צו נאציזם וואס מ'האט שוין אסאך גערעדט און געקאכט דערין. איינער פון די הויפט שטעמפלען פון פאשיזם איז א פאליטישע באוועגונע וואס איז נישט געבויט אויף אידיאל'ן אזויפיל ווי די מענטש אונטער דעם. ווען טראמפ'ס מערכה וואלט געווען אז ער גייט דאס טוהן צו יענס, און זיין שטיצער'ס גלויבען אז די זאכען זענען וויכטיג, א שטייגער ווי בערני סאנדער'ס, וואלט מען געקענט דן זיין בלויז אויף די נושאים. אבער דער באווגעונג איז אלס אויף די מענטש, אזש ער האט געבעטען די מיטטיילער'ס ביי זיין רעלל"י אויפצוהויבען א האנט און איהם צוזאגען זייער שטימע אין די וואלען. מ'האט זיך פארלייגט אויף איהם אז דער מהלך ענדעלט אין די נאצי'ס אין די צורת הדברים פון אויפהייבען א האנט, אבער ס'ענדעלט פיהל מער אין די תוכן הדברים. דאס אויפפלאמען מענטשען צו גלויבען אין איהם ביז צו מבטיח זיין זייער שטיצע, איז א טיפישע גאנג פון א קולט אדער אן אנדערע מסוכנ'דיגע באוועגונג.
ס'איז דא א בוך און אן
ערשיינונג וואס ס'הייסט 'דער דריטע כוואליע' (אויף ענגליש The Third Wave). דאס האט ערשיינט אין די כ' יארען, ווען א לעהרער אין קאליפארניא האט געוואלט אויסלערנען זיין תלמידים און תלמידות וויאזוי ס'איז מעגליך אז די נאצי'ס האבען אזוי שטארק איבערגענומען די מענטשהייט אין דייטשלאנד, אזש מ'איז אנגעקומען צו די געפערליכע פארברעך פון פראבירען אויסצוהארגענ'ן א גאנצע פאלק. ער האט געגרינדעט אין זיין שולע א באוועגונג, מיט'ן נאמען 'דער כוואליע' און ער האט געמאכט די לאזונג Strength through discipline, strength through community, strength through action, strength through pride, (אויף אידיש 'שטארקקייט דורך דיציפלין, שטארקקייט דורך פארייניגונג, שטארקקייט דורך אקטיוויטעטען, שטארקקייט דורך שטאלץ). אין געציילטע טעג האט ער באוויזען צו טוישען די גאנצע שולע, און געמאכט א גייסט פון דיציפלין און גאוות הכלל, כולל דאס אויסשפייען פון יעדער איינער וואס איז נישט געווען קיין מיטגעליד פון די באוועגונג. די מיטגעלידער זענען טאקע שטערקער געווארען אקאדעמיש, אבער זייער גאווה האט געוואקסען עפעס שרעקליך, און מ'איז געווארען גרייט צו דערדרוקען יעדער איינער וואס גייט נישט אין שפאן. מ'זאל עס אליינס נאכפארשען, ווארום ס'איז א שטארקע נקודה למחשבה וויאזוי צו פארדרייען מענטשען א קאפ, און זיי איינרעדען צו טוהן זאכען וואס זיי וואלטען אין זייערע לעבען נישט געטוהן מחמת מאראלקייט.
דאס האט דער דייטש איינגעפיהרט אין דייטשלאנד, דורך אויפבויען די פאלקס שטאלץ פון די דייטשע פאלק, דורך איינפיהרען א דיציפלין וואס דאס איז געשטאנען העכער אלע רעכטען און גלויבונגען, און דאס האט פאראורזאכט אז א קלוגע איידעלע פאלק זענען פארוואנדעלט געווארען צו חיות טרף.
איך וואלט שטארק מורא געהאט אז טראמפ מיט זיין נאכפאלגערס שטייען אין די זעלבע מצב. פון אויסשרייען אז ער גייט נאכאמאל גרויס מאכען אמעריקא, פון שפייען אויף יעדער איינער וואס גייט נישט אין שפאן אלס א 'קליינע מענטש', פון דאס שפעטען פערזענליך אין זיין קעגענער און די מארש'ן וואס זיין נאכפאלגער פיהרען, און ארומרעדען נאכאנאנד וועגען די אפשטאם און ראסע פון די וואס ברענגען אונטער די ארבעטספאלק פון אמעריקא, האט ער אויפגעוועקט דער ראסיזם פון די דומע עלעמענט פון אמעריקא. ער האט זיי איינגערעדט אז יעדער פראבלעם זייערע איז דער שולד פון אנדערע פרעמדע אומבאוואוסטע צרות מאכער'ס, און דער איינציגסטע לעזונג איז אויסצוראטען די חברה מן השרש. דאס איז א סכנה עצומה צו די מענטשהייט און צו די גאנצע פאלק.
מ'זאגט ביים דאווענען 'ומפליא לעשות', און דער רמ"א אין שו"ע איז מסביר אז יעדער מענטש האט אין זיך רוחניות און גשמיות. און דער טיפער מיין דערפון איז אז אין יעדער מענטש שטעקט צוויי עקסטרעמ'ן, דאס שפיץ רוחניות וואס מאכט פון א פשוט'ער בשר ודם א צדיק וואס לעבט אין די שויס פון די באשעפער, און נעמט גארנישט פאר זיך, ווי אויך איינער וואס איז גרייט אויף שלעכט'ס אויפ'ן פארנעם פון היטלער און סטאלין אינאיינעם, גרייט אויפצועסן א מענטש לעבעדיגעהייט. יעדער איינער קען זיך אויסדרוקען אויף ביידע וועגען, און די וועלט'ס פיהרער'ס האבען א פליכט אויפצוארבעטען זיין נאכפאלגער'ס אויסצודרוקען די גוטע צד און נישט די פארקערטע.
דער שפראך פון טראמפ טוט דאס פארקערטע. מ'נעמט מענטשען וואס וואלטען אנדעריש געווען מעסיגע וואוילע מענטשען און מ'שלעפט ארויס פון זיי די טונקעלע צד, ואחריתה מי ישורנו. מ'שלעפט אראפ די מענטשהייט פון א גאנצע פאלק, און מ'מאכט זיי פאר בלוטדארשטיגע ראסיסטען.
לגבי זיין וואנט לעבען מעקסיקא מיט זיין דעה אויף מוזלעמענער, דארף איך נישט מאריך זיין. נאר איין נקודה וואס גילט אויף אסאך רעכט גלויביקע אין די לאנד. מ'האט מצליח געווען צו מאכען יעדער נושא אידיאלאגיש, און דער פראקטישע חלק איז בבל יראה ובבל ימצא. דער אומלעגאלע אימיגראנטען ווערען נאר אנגעקוקט אלס אומלעגאלע, קיין שום אנדערע מציאות האבען זיי נישט, זיי זענען שוין נישט קיין טאטע'ס און מאמע'ס פון קינדער, זיי זענען שוין נישט קיין שווערע ארבעטארער'ס, שוין נישט קיין מענטשען וואס זענען דורכגעגאנגען שווערער אומשטענדען ערגעץ אנצוקומען, נאר אומלעגאלע. דער אמת איז אבער, ווען מ'טראכט פראקטישעהייט פון מענטשען וואס האבען מוסר נפש געווען צו מאכען א נייעם לעבען פאר זיך און די משפחה, און זיי ארבעטען שווער אנצוקומען צו זייער ציל, זענען די מענטשען די ערשטע וואס מ'וויל דא אימפארטירען. די חברה פארטרעטען די אמעריקאנער אידיאל דאס מערסטע, פון פערזענליכע איניציאטיוו און שווערע ארבעט. הן אמת זיי האבען נישט געהיטען איין געזעץ, אבער פאר דעם זאל מען אפגעבען די ריזיגע מעלות פון אריינלאזען די מענטשען אין מדינה אריין? דאס איז טאקע די איינציגסטע נקודה צו טראכטען אויף די טעמע?
און לגבי מוזלעמענער זעט מען נאך אמאל די ענין. א פאר מוזלעמענער האבען אטאקירט מענטשען און זיי אויסגעהרג'ט. פאר דעם קומט אלע דריי הונדרעט מיליאן מוזלעמענער אין די וועלט צו שטארבען נישט קענענדיג אנטלויפען פון זייערע דיקטאטור'ן און טעראריסט'ן? און אפילו פראקטישעהייט איז זיין פלאן נעריש. דאהי אין אמעריקא געפונען זיך אנגעפער דריי מיליאן מוזלעמענער. די חברה לעבען צווישען אונז, ארבעטען מיט אונז און האבען כל מיני באציאונגען מיט דער אמעריקאנער פאלק. ווען איינער פון זייער קינדער וועט וועלען גייען הרגנ'ן אין סוריא, צו מאכען אן אויפרייס ערגעץ אין אמעריקא, וועלען זיין משפחה, חברים און עלטערען נישט געבען קיין שטיצע, ווייסענדיג אז זייער חברים וועלען ליידען דערפון. רוב פון די טעראריזם אין די וועלט, קומט פון א קולטור וואס שטיצט עס, א שטייגער ווי אדער די פאלעסטינע וואס אלע האלטען אז ס'קומט זיי עפעס, נאר מאנכע ווילען נישט ווערען שמוציג פון בלוט, לאזען זיי אנדערע דאס טוהן, אדער די רעליגיעזע מוזלעמענער וואס חלומ'ט פון עפעס א משיח און איז צופרידען אז איינער ברענגט איהם נענטער. אפילו דער וואס טוט עס נישט, פארשטייט דער וואס האט עס יא געטוהן (נישט אנדעריש ווי ביי אונז אידען און אונזער עקסטרעיסטען, ודי בזה). דער סבה פארוואס די היגע מוזלעמענער ווילען עכט נישט קיין טעראר איז גאר ווייל זיי פילען זיך ווי א חלק פונ'ם ווערטשאפט. הייסט'ס אונזער באשיצונג איז גאר מיט'ן בלייבען פריינדליך מיט די מוזלעמענער, נישט מיט זיך שלאגען מיט זיי. טאמער מ'טוט ווי טראמפ האט פארגעשטעלט נישט אריינצולאזען קיין מוזלעמענער אין לאנד, 'עט מען מעגליך זיך שיצען פון אלע נייע מוזלעמענער טעראריסט'ן וואס ווילען אריינקומען, אבער וואס איז די פרייז דערפון? מאכען פיינט פון א ריזיגע ציבור פון פריינד. אין א לאנד וואס האט שוין דריי מיליאן מוזלעמענער, איז ער פראקטיש נישט אויסגעהאלטען, ווי אויך מאראליש.
און נאך איין נקודה וואס איז נוגע אונז אלע. דער צוגאנג פון דאנאלד טראמפ, לויט זיין אייגענע הודאה, איז צוצוגייען צו יעדער נושא פון פאליס"י און פירערשאפט, לויט זיין אינסטינקטיע"ן, לויט ווי ס'זעט איהם אויס במושכל ראשון. ער האט א מאראלישע און א פראקטישע אינסטינקט צו וויסען וואס וועט געלונגען און וואס נישט, און וואס איז ריכטיג און וואס נישט, און דער וואס שטימט מיט זיין אינסטינקטען זאל וויילען פאר איהם. אזוי האט ער געטוהן אין ביזנעס און מצליח געווען (מ'עט פארגעסען פון די מציאות אז ער האט דריי מאל באנקראטירט, דהיינו אז אנדערע האבען אויפגעהויבען די צובראכענע שטיקלעך פון זיין גרייזען, א זאך וואס א מדינה קען נישט ערלויבען).
דאס איז א סכנה כפולה ומכופלת, און דער צוגאנג קריכט אריין ביי אונז אין יעדער חכמה און מקצוע. מ'איז גרייט צו פארלאזען אויף א פרוי אין א בעיסמענט אין ב.פ. וואס האט אנטדעקט א נייעם היילונג פאר קענצע"ר און דערמיט ריזיקירען די לעבען פון א חולה, מ'פארלאזט זיך אויף יונגעלייט וואס האבען דורכגעלערנט א פאר ליקוטים אויף הלכה, אנע האבען געהאט גרונטליך דורכגעלערנט די סוגיא מיט די ראשונים, צו פסקנ'ן ענייני כריתות. איינער האט א שיינע שמייכעל און יונגע ענערגיע, איז ער שוין ווערט צו זיין א 'געטרייע עסקן', ועל פיו ישק ויעלה ויבא יעדער ענין אינ'ם חרדיש'ע געזעלשאפט. א יונגערמאן וואס 'פארשטייט צו בחורים' איז דער מ"ד ארויסצוווארפען בחורים פון ישיבה און פון שטוב, איינער וואס פארלייגט זיך אין אן ענין איז שוין דער דאנצע ש"ץ מ"ץ וועלכע פון די עלטערען זאל האבען די קינד בשעת א גט. אלס איז געוואנדען אויף עם הארצות און קליינע וויסענשאפט.
שטעלט ענק פאר וויפיל ערגער איז עס ווען דער פרעזידענט פון אמעריקא איז גרייט צו פיהרען אזא מין ווערטשאפט מיט איהר פילפאכיגע פרטים אויף אזא אומערנסטע אופן. אין די לעצטע אכט יאר האט אבאמא מצליח געווען צו האלטען א קילע קאפ בו בזמן אז דער רעגעדיגע גאס האט געפאדערט בלוט. שטעל זיך פאר ווען ער גייט אריין אין סוריא פון אנהייב צוזאמען מיט די טעראריסטים קעגען אסאד, ווי וואלטען מיר היינט געשטאנען? וויפיל אמעריקאנער זעלנער וואלטען צוריק געקומען ליגעדיגעהייט? יעצט שטעל זיך פאר וואס קען פאסירען ווען א 'שטיר אין א טשיינע געשעפט' דארף האנדלען האקעלע זאכען, און ווי דער מדינה וועט אויסקוקען נאך א פאר יאר פון אזא פירערשאפט. טראמפ איז א סכנה נאר פאר דעם אליינס, אפילו ווען זיין פאליסי"ס וואלטען געווען צום פינטעל.