בלאט 1 פון 2
תפילין דר"ת
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 2:26 am
דורך זר זהב
איך בין שוין חתונה געהאט היפש אפאר יאר און נאך קיינמאל נישט אנגעטון ר"ת תפילין. די ריזען איז איך דענק ערגעץ האב איך געהערט אז אויב לייגט מען עס איינמאל מוז מען שוין לייגן יעדן טאג, דאס האט מיר אפגעשראקן, איך טראסט מיר נישט אז איך וועל איין טאג פארגעסן אדער סתם נישט האבן קיין נערווען ולמה לי ולצרה הזאת? איך דאווען נישט יעדן טאג שחרית מיט א מנין אז איך זאל האבן ליידיג צייט ביי הויכע שומענעשרע צו לייגן ר"ת, מילא האב איך קיינמאל נישט אנגעהויבן.
לויט וויאזוי איך האב פארשטאנען איז עס נישט ממש א חיוב, ווייל א חבר האב איך וואס זיין פאטער איז ארעם און קיין ר"ת'ס תפילין האט ער פאר זיין זון נישט געקויפט איז לייגט ער נישט קיין ר"ת. אויב וואלט עס געווען א חיוב וואסערע טערעץ איז דאס אז דו האסט נישט? מילא איז געדרינגען (פון מיין חבר) אז ס'נישט קיין חיוב!
וואס זאגט דער עולם לגבי ר"ת? איז עס א מאסט? יעדער לייגט טאקע? ביטע קאמענטירן.
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 6:07 am
דורך דולה ומשקה
רבי שלמה באבוב'ער האט אויף געהאט גאר גרויסע תפילין, אין הרה"ג ר' פסח מיללער האט אויף געקויפט אזעלעכע פאר זיינע קינדער.
אגב, ר' בן ציון דוב האלברשטאם (בן הרב מסארוואש שליט"א) האט אמאהל גע'גנב'ט דעם אפיקומן פון זיינע פעטער דער באבוב'ער רב ז"ל, ער האט געבעטן א פאהר תפילין, דער באבוב'ער האט איהם טאקע דאס געקויפט, דער תפילין האט פארמאגט טאקע דעם 'צאנז'ער קשר' (ווי א ענדע מ"ם מיט א לאך), אבער דער סייז פון דער תפילין איז געהעריג.
און בעלז איז מען זיך נוהג ערשט אנצוטוהן תפילין דרבינו תם נאך דער שנה ראשונה.
ווען רבינו תם וואלט ווען געוועהן א חיוב פונקט ווי רש"י וואלט דאס יעדער באקומען צו זייער בר-מצוה, (דאכצעך דינוב מונקאטש, ליבאוויטש, זידיטשוב-קאמארנא הייבן אן צו לייגען רבינו תם תפילין ביי די בר מצוה) .
רבי משה פיינשטיין האט כל ימיו נישט געלייגט קיין רבינו תם תפילין פונקט אזוי ווי ער האט נישט אנגעטוהן קיין שימושא רבה, ביז צוליב א מעשה ווען דער ליבאוויטש רבי האט איהם געשיקט אפאהר רבינו תם'ס תפילין האט ער דאס אנגעהויבען אנצוטוהן, בסוף ימיו.
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 9:02 am
דורך זר זהב
וואס איז דער ענין פון גרויסע תפילין? מעג מען קויפן קלענערע תפילין צי הייסט עס א 'דאונגרעיד'? זענען די פרשיות אויך גרעסער אדער נאר די בתים?
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 3:30 pm
דורך זר זהב
שקויעך יאנקל, איך גיי קאנפראנטן מיין אבא מיט דיינע מראי מקומות!
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 4:00 pm
דורך שרגא
סתם פאר אינטערעסאנטקייט, די עלטסטע תפילין וואס מען האט געטראפן איז ווי רבינו תמ'ס.
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 4:01 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב, דיין טאטע האט נישט געוואלט זאלסט אינגאנצן ליידן אין דיין פארלוירענע גענעראציע, האט ער קאמפענסעיטעד מיט גרויסע תפילין

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 4:02 pm
דורך שמיטה
זר זהב אפשר וואלט בעסער געווען צו טוישן די קעפל אויף "רבינו תם תפילין" אדער "תפילין דרבינו תם"
לפי ידיעתי איז יאנקל גערעכט, אויב מען נעמט זיך בפירוש אויס "בלי נדר" ווען מען הייבט אן, איז עס אזוי ווי אלע אנדערע קבלות והנהגות טובות.
באופן כללי צו ס'איז א חיוב, אויב אונזערע עלטערן און רבי'ס האבן זיך אזוי געפירט, איז מן הסתם א חיוב ווייטער אנצוהאלטן זייערע דרכים.
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 8:39 pm
דורך קאווע טרינקער
no yiddish here
I stopped putting on R"T 2 years ago
since I read in Shulchen Urech that they are only for very great Yirai Shumaim
and I am not yet.
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 8:57 pm
דורך זר זהב
דולה ומשקה, פארוואס האבן יענע צדיקים געקויפט גרויסע תפילין אויב קלענערע איז מער מהודר -אזויווי יאנקל ברענגט נאך- ?
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2012 9:07 pm
דורך משולם שטיינפעלד
דולה ומשקה האט געשריבן:אגב, ר' בן ציון דוב האלברשטאם (בן הרב מסארוואש שליט"א) האט אמאהל גע'גנב'ט דעם אפיקומן פון זיינע פעטער דער באבוב'ער רב ז"ל, ער האט געבעטן א פאהר תפילין, דער באבוב'ער האט איהם טאקע דאס געקויפט, דער תפילין האט פארמאגט טאקע דעם 'צאנז'ער קשר' (ווי א ענדע מ"ם מיט א לאך), אבער דער סייז פון דער תפילין איז געהעריג.
און בעלז איז מען זיך נוהג ערשט אנצוטוהן תפילין דרבינו תם נאך דער שנה ראשונה.
ווען רבינו תם וואלט ווען געוועהן א חיוב פונקט ווי רש"י וואלט דאס יעדער באקומען צו זייער בר-מצוה, (דאכצעך דינוב מונקאטש, ליבאוויטש, זידיטשוב-קאמארנא הייבן אן צו לייגען רבינו תם תפילין ביי די בר מצוה) .
רבי משה פיינשטיין האט כל ימיו נישט געלייגט קיין רבינו תם תפילין פונקט אזוי ווי ער האט נישט אנגעטוהן קיין שימושא רבה, ביז צוליב א מעשה ווען דער ליבאוויטש רבי האט איהם געשיקט אפאהר רבינו תם'ס תפילין האט ער דאס אנגעהויבען אנצוטוהן, בסוף ימיו.
די מעשה מיט רב"ד ה"ש איז מיר א חידוש, ווייל ווי ווייט איך ווייס גייט מען נישט אין באבוב מיט א צאנזער קשר (ר' נתן אדלערס קשר).
די סיבה פארוואס מען גייט נישט אין בעלזא תפלין רבינו תם שנה ראשונה, איז צוליב דעם וואס שנה שלימה יהי' נקי לביתו, און ממילא אויב מען איז אזוי כסדר פארנומען מיט יענע ענינים, דארף מען נישט גיין עפעס וואס האט מיט יראת שמים. (כך שמעתי פעם, ולא הבנתי, דלכאורה אדרבה, צריכים אז יותר שמירה והתעלות ביראת שמים)
די פלעצער וואס דו רעכנסט אויס האלט טאקע אז עס איז די זעלבע חיוב ווי רש"י תפלין, דער קאמארנער זאגט אז איינער וואס לייגט נישט קיין ר"ת תפלין איז קרקפתא דלא מנח תפלין. (וידוע מה שהשיב ע"ז אחד מגדולי זמנו, שר"ת גם כן סבר שמי שלא מניח תפלין כשיטתו הוא קרקפתא דלא מנח תפלין....)
וואס איז די מעשה מיט ר' משה?
נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2012 10:44 am
דורך קלאר
זר זהב האט געשריבן:איין זאך אפרישיעט איך יא, מיין אבא האט געקויפט טייערע רציעות (גוט געספעלט?) איך זעה אנדערע האבן אזאנע שווארצע גלאנציגע אבער ס'ווערט שנעל קרעקס, עפעס א פאלשע בחינה. מיינס איז אזא שיינע סאלידע וואס האלט זיך גוט.
וועגן ר''ת תפילין האט מיך דער עולם שוין אויסגעכאפט
מיר בלייבט נאר איבער צו רעדן פין די רצועות
מיין תפילין סופר האט ציגערעדט מיין טאטע/אבא צו נעמען די זאנענפעלד רציעות
איך ווייס נישט וויפיל יונגעלייט{/בחורים} פין מיין יארגאנג האבען נאך די זעלבע רציעות זייט די ב''מ
אבער מיינע זאנענפעלד רציעות האלטן זיך הערליך אין פרעכטיג,
מיין סופר האט מיר געזאגט אז ער זעלבסט ניצט עס שוין איבער 20 יאר אין כמעט נישט געדארפט צילייגען קיין צבע
קען זיין עס זענען דא נאך גיטע
אבער מיט דעם האב איך זייער גיטע עקספריענס
ווידעראום ביי מיין ר''ת אבער גענומען פשוט'ע ביליגע רציעות,
איך זייט איך האב עס דארף איך האלטן אין איין צולייגען צבע אין עס קרעקט איבעראל
אין פארגעס נישט רציעות איז נישט נאר דער זה א-לו ואנוהו, עס קען גאר זיין פסול אויב די צבע פאלט אראפ אא''וו
נשלח: מוצ"ש יולי 14, 2012 10:43 pm
דורך איך אויך
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:די סיבה פארוואס מען גייט נישט אין בעלזא תפלין רבינו תם שנה ראשונה, איז צוליב דעם וואס שנה שלימה יהי' נקי לביתו, און ממילא אויב מען איז אזוי כסדר פארנומען מיט יענע ענינים, דארף מען נישט גיין עפעס וואס האט מיט יראת שמים. (כך שמעתי פעם, ולא הבנתי, דלכאורה אדרבה, צריכים אז יותר שמירה והתעלות ביראת שמים)
אין בעלז האט מען אויך נישט צוגעשיקט א שנה ראשונה יונגערמאן צום עמוד, אויך האט מען אנגעזאגט די בחורים נישט צו רעדן מיט א שנה ראשונה יונגערמאן.
והיינו טעמא דשופר והיינו טעמא דמגילה. והבן.
Re: תפילין דר"ת
נשלח: מוצ"ש יולי 14, 2012 11:38 pm
דורך איחוד פעלד
משולם
אמת אין באבוב האב איך קיינמאל נישט געזעהן דער עולם זאל האבען א גרעסערע קשר, אבער קען זיין אז די רביס גייען יא א קשר פין צאנז.
זיי מברר.
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 4:30 pm
דורך טעפל
קאווע טרינקער האט געשריבן:no yiddish here
I stopped putting on R"T 2 years ago
since I read in Shulchen Urech that they are only for very great Yirai Shumaim
and I am not yet.
דאס דארפען אונז אפמאכען צו יא צו נישט..

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 12:44 am
דורך איחוד פעלד
די אלע וואס לייגען נישט ר"ת ווייסען גארנישט וואס זיי פארלירען.
טעמו וראו כי טוב.
לערענט אדורך די סוגיא וועט איר זעהן אז די ר"ת איז שטיקעל גערעכט. וועט איר שוין וועלן לייגען ר"ת.
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 2:44 pm
דורך קאווע טרינקער
עם הארץ וואס דו ביסט........
סליחה
אונזער ר"ת תפילין איז בכלל נישט אויסגעהאלטן לויט'ן רבינו תם זעלבסט..........הא הא
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2012 10:14 pm
דורך zamel
פליז עקספלעין, אונז זענען נישט אזעלכע גרויסע תלמידי חכמים
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 2:04 pm
דורך קאווע טרינקער
נאר די סדר הפרשיות זענען לויט ר"ת
די בתים לויט רבנו תם קומט עפעס די אנדערע וועג, ליגעדיג
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:19 pm
דורך לעמיל
קאווע טרינקער האט געשריבן:נאר די סדר הפרשיות זענען לויט ר"ת
די בתים לויט רבנו תם קומט עפעס די אנדערע וועג, ליגעדיג
דו בוסט זיכער און וואס דו זאגסט? אויב אזוי פארוואס טוען אונז נישט אינגאנצען אזוי ר"ת?
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:25 pm
דורך קאווע טרינקער
לעמיל זוסע, דו פרעגסט מיך?
פרעג די "יראי שמים מרובים" וואס לייגן "רבינו תם תפילין"...
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 3:29 pm
דורך לעמיל
קאווע טרינקער האט געשריבן:לעמיל זוסע, דו פרעגסט מיך?
פרעג די "יראי שמים מרובים" וואס לייגן "רבינו תם תפילין"...
איך בין נישט אזא יראי שמים מרובים איך לייג רבינו תם תפילין און עס איז די ערשטע מאל איך הער אזא זאך, האט נאך איינער געהערט דערפון? א מקור האט איינער?
נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 4:22 pm
דורך נס קאווע
קאווע טרינקער האט געשריבן:לעמיל זוסע, דו פרעגסט מיך?
פרעג די "יראי שמים מרובים" וואס לייגן "רבינו תם תפילין"...
אה קאם אן איך לייג רבינו תם'ס ווייל מיין טאטע לייגט און צוליב די זעלבע סיבה וואס איך דריי די רצועות אויף דעם וועג וויזוי איך דריי זיי און האב נישט קיין אהנונג פארוואס אז דו ווייסט פאק ארויס מאך נישט חוזק פון כלל ישראל
נשלח: מוצ"ש יולי 21, 2012 11:23 pm
דורך איחוד פעלד
zamel האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:די אלע וואס לייגען נישט ר"ת ווייסען גארנישט וואס זיי פארלירען.
טעמו וראו כי טוב.
לערענט אדורך די סוגיא וועט איר זעהן אז די ר"ת איז שטיקעל גערעכט. וועט איר שוין וועלען לייגען ר"ת.
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
עם הארץ וואס דו ביסט........סליחה
אונזער ר"ת תפילין איז בכלל נישט אויסגעהאלטן לויט'ן רבינו תם זעלבסט..........הא הא
פליז עקספלעין אונז זענען נישט אזעלכע גרויסע תלמידי חכמים
נו נו וואסל ביסטו מיר אזוי מבזה..
יאך בין אבער גערעכט עם הארץ צו נישט....
לאמיר זאגען אז ביסט גערעכט, איז וואס?
לויט דער רבינו תם דארףטאקע די פרשיות זיין ליגעדיג אבער עס פסול'ט נישט די תפילין, עיין שערי תשובה בשם די נודע ביהודה.
די שיטה פין רבינו תם אין די גמרא שטימט בעסער.
אז די ווילסט וועל איך שרייבען פארוואס.