בלאט 1 פון 2
משלי שש
נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 8:12 pm
דורך [NAMELESS]
[center]משלי שש.[/center]
[center]פרק א': דאס מענטשליכע זעהל.[/center]
א. א מענטש איז נאר א פארעלטערט קינד.
ב. ווען הערצער וואלט גערעדט, וואלטן מיר געווארן טויב פון די הויכע גערודער.
ג. ווען דיין הארץ איז פול מיט ליבע, דערמאן דיך פון דיין לעצטן כעס אויסברוך.
ד. זעלבסטמארד איז א פראטעסט וואס ווערט נאר אדורכגעפירט אנעם פראטעסטירער.
ה. פאנטאזיר דיין לעבן, ווייל דאס לעבן איז פאנטאזיע.
ו. אמר החכם: 'לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטער'. איך זאג: ווער ס'וועט לאכן דער לעצטער ווייסט מען נישט, כאפ כאטש יעצט אריין א לאך.
ז. אויב מ'קוקט כסדר צוריק, קען מען נישט פארן ווייטער; אויב מ'קוקט קיינמאל צוריק, קען מען בלאנדזשען.
ח. ווען דו ווערסט מיד פון שווייגן, טראכט איבער דיינע נעכטיגע רייד; דו וועסט שוין וועלן שווייגן.
ט. א געווארענער ארטיסט, מאלט אפ א פרעמדער; א געבוירענער ארטיסט, מאלט זיך אפ אינעם פרעמדער.
י. צומאל שרייט א מענטש, נאר כדי צו דערשטיקן אן אינערליכע פיל העכערע געשריי.
יא. אן עגאאיסטישער מענטש האט נישט קיין גרעסערע 'זיך', נאר קיין 'יענער'.
יב. די פליגלען פון א מענטש איז זיין טרוים; אפהאקן די פליגלען מיינט פאלן צו א זיכערן טויט.
יג. שעפערישע געדאנקען און ראציאנאלע דורכפירונגען, איז דער גאנג פונעם וויסנשאפטליכער ערפינדער; ראציאנאלע געדאנקען און שעפערישע דורכפירונגען, איז דער גאנג פונעם דורכגעפאלענעם.
יד. זעלבסטמארד איז דער לעצטער וועג פונעם שוואכן צו ערקלערן אז ער איז שטארק.
טו. לאגיק איז לעזונג, ליבע איז מיסטעריע; אבער ליבע קען מיסטעריעזערהייט זיין די לעזונג צו אנטשיידן מיסטעריעס.
טז. רעספעקטיר דיין מיינונג, וועלן עס אנדערע רעספעקטירן.
יז. ווען איינער טאנצט מיט דיר, מאך זיכער אז ער טרעט דיך נישט אן.
יח. ווען דו לויבסט איינעם לויבסטו דיך אליין.
יט. א בעיבי וויינט, און קיינער פארשטייט נישט אז ער טעסט זיינע קוואליפיקאציעס.
כ. ווען דער עולם לאכט, פרוביר צו דערהערן דעם דערשטיקטן געוויין.
כא. נאטורליכע ליבע קען זיך אויסלאזן מיט אומנאטורליכע שנאה.
כב. פון א פענסטער זעט מען אנדערע, פון א שפיגל זעט מען זיך; די דיפערענץ ליגט אין די מאס שמוץ אנגעקלעבט אינעם גלאז.
כג. טו גוטס פאר אנדערע, די סיפוק דערפון איז די גרעסטע גוטס פאר זיך.
כד. וויפיל קלארער דו פארשטייסט צו א זאך, אלס מער אומקלאר ביזטו דערינען.
כה. לאכן פון שוואכערע איז די געווינס פון די שוואכע.
כו. די חילוק פון אראגאנץ און איגנאראנץ איז כחוט השערה; אבער צומאל איז הררים תלוים בשערה.
נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 8:31 pm
דורך שמעקעדיג
אויסערגעווענליך!! אויף יעדע פסוק קען מען שרייבן אסאך מצודות ופירושים....
אגב, אות י' איז דער יסוד פון דר. סארנא'ס מעטאד.
נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 8:38 pm
דורך קאמענטירער
מעסיוו!! כמיין האסט צוגעשטעלט גענוג אונטערשריפעטן פאר גאנץ קאווע שטיבעל...
נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 8:41 pm
דורך געוואלדיג
wow עס איז מורא'דיג, דברי פי חכם חן, אויף יעדע שורה קען מען מאכן א פירוש ווי דער שאצער פירוש אויף סיפורי מעשיות, נאר א חידוש אויף שש וואס האט געלייגט אלע רעיונות נשגבות אין איין תגובה און מען פטר'ט אפ מיט איין לייק.
נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 9:13 pm
דורך מאטי
טו. לאגיק איז לעזונג, ליבע איז מיסטעריע; אבער ליבע קען מיסטעריעזערהייט זיין די לעזונג צו אנטשיידן מיסטעריעס
הגה: און לאגיק קען אמאל זיין די מקור צום פראבלעם זי גיט לייזונג צו.
Re: משלי שש
נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 9:14 pm
דורך קל וחומר
הערליך שיין!
נופח משלי (שלא נתארכה לכדי אשכול מיוחד...)
אנשטאט טראכטן וואס דו וואלסט געקענט טוהן, טראכט וואס דו קענסט טוהן.
נישט יעדע זאך וואס מ'האט נישט פיינט ברויך מען ליעב האבן.
נישט יעדע זאך וואס מ'האט נישט ליעב ברויך מען פיינט האבן.
שטייט כמים פנים אל פנים, נישט כמים לב אל לב ודו"ק.
ווען דו טראכסט אז דו ביזט קלוג, איז א סימן מובהק אז דו ברויכסט קלוגער ווערן.
ווען דו ביסט פונה למעלה ביסטו ארויפגעקוקט, ווען דו ביסט פונה למטה ביסטו אראפגעקוקט.
טאמער איז מיין מצב דיר אזוי וויכטיג דאן ביסטו נישט גענוג וויכטיג.
נישטא קיין גרעסערע פוילקייט ווי טוהן זאכן שנעל. (בלי ישוב הדעת)
נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 9:53 pm
דורך כוכב
יח און כד, געניאל!
יעדער זאל שרייבן זיין פעיווארט.
יח איז איזהו מכובד המכבד את הבריות, אזוי אויך א זעלבסט רימעריי מיט'ן רימען יענעם.
כד איז תכלית הידוע שלא נדע, אדער דער פשוטער פאקט, אז ווי מער מ'ווייסט ווייסט מען אז מ'ווייסט נישט און מאיז מלא ספיקות בסוד יוסיף דעת יוסיף מכאוב, וידועים דברי הרב איינשטיין משל למה הדבר דומה ווי איינער איז ארויפגעקראכן אויפ'ן דאך צו קריגן א בעסערער בליק אויף דער לבנה.
נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 9:55 pm
דורך כוכב
קל וחומר האט געשריבן:הערליך שיין!
נופח משלי (שלא נתארכה לכדי אשכול מיוחד...)
אנשטאט טראכטן וואס דו וואלסט געקענט טוהן, טראכט וואס דו קענסט טוהן.
נישט יעדע זאך וואס מ'האט נישט פיינט ברויך מען ליעב האבן.
נישט יעדע זאך וואס מ'האט נישט ליעב ברויך מען פיינט האבן.
שטייט כמים פנים אל פנים, נישט כמים לב אל לב ודו"ק.
ווען דו טראכסט אז דו ביזט קלוג, איז א סימן מובהק אז דו ברויכסט קלוגער ווערן.
ווען דו ביסט פונה למעלה ביסטו ארויפגעקוקט, ווען דו ביסט פונה למטה ביסטו אראפגעקוקט.
טאמער איז מיין מצב דיר אזוי וויכטיג דאן ביסטו נישט גענוג וויכטיג.
נישטא קיין גרעסערע פוילקייט ווי טוהן זאכן שנעל. (בלי ישוב הדעת)
כמים לב כאפ איך נישט.
נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 9:57 pm
דורך berlbalaguleh
אדנירם: דער נייער ספר משלי, פון וועלכן ס'איז דערווייל נאר דא פרק א' קען זיך כמעט...צו גלייכן צו דעם אריגינאלן ספר משלי שלמה המלך. א שאד דו ביסט געבוירן 3,000 יאר שפעטער. אבער איין זאך קענמען ארויסנעמען פון דיין ספר משלי אז דו ביסט א פעסימיסט. אדער לכה"פ א סקעפטיקער, אזוי ווי שלמה המלך איז געווען.
אויף דעם פסוק כ"ו האביך א באמערקונג. אז טיילמאל. אפשר רוב מאל גייען איגנאראנץ און אראגאנץ צוזאמען. האנד ביי האנד. ס'איז הא בהא תליא. אן איגנאראמוס איז עפ"י רוב אראגאנט. און א חכם האט א רוח שפלה...!
אונז (אדער לכה"פ איך) ווארטן מיט איינגעהאלטענעם אטעם פאר די ווייטערדיגע קאפיטלען פון דיין נייעם טעסטאמענט (עפ"ל, שר"י וכו'.קרעדיט הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו. (כ'ווייס כ'וועלל נישט באקומען א לייק פאר דעם. אבער כ'האב מפקיר געווען מיין גאנצע עולם הזה פאר מיין אגענדא...

נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 10:02 pm
דורך berlbalaguleh
כוכב האט געשריבן:יח און כד, געניאל!
יעדער זאל שרייבן זיין פעיווארט.
יח איז איזהו מכובד המכבד את הבריות, אזוי אויך א זעלבסט רימעריי מיט'ן רימען יענעם.
כד איז תכלית הידוע שלא נדע, אדער דער פשוטער פאקט, אז ווי מער מ'ווייסט ווייסט מען אז מ'ווייסט נישט און מאיז מלא ספיקות בסוד יוסיף דעת יוסיף מכאוב, וידועים דברי הרב איינשטיין משל למה הדבר דומה ווי איינער איז ארויפגעקראכן אויפ'ן דאך צו קריגן א בעסערער בליק אויף דער לבנה.
כוכב: דער משל פון הרב איינשטיין איז א געוואלדיגער ליטווישער כאפ וואס ס'וואלט זיך געפאסט פאר ר' שמעון שקאפ...!
נ.ב.: א קליינע פארבעסערונג אין ספעללינג. דער לשון הרמב"ם איז..."תכלית
כצ"ל הידיעה שלא נדע...!
נשלח: מיטוואך יוני 29, 2016 10:13 pm
דורך טאמבל סאס
אדנירם האט געשריבן:
כא. נאטורליכע ליבע קען זיך אויסלאזן מיט אומנאטורליכע שנאה.
כב. פון א פענסטער זעט מען אנדערע, פון א שפיגל זעט מען זיך; די דיפערענץ ליגט אין די מאס שמוץ אנגעקלעבט אינעם גלאז.
כד. וויפיל קלארער דו פארשטייסט צו א זאך, אלס מער אומקלאר ביזטו דערינען.
קל וחומר האט געשריבן:טאמער איז מיין מצב דיר אזוי וויכטיג דאן ביסטו נישט גענוג וויכטיג.
שטארק!
נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:01 am
דורך קאצקע ציקער
כוכב האט געשריבן:קל וחומר האט געשריבן:הערליך שיין!
נופח משלי (שלא נתארכה לכדי אשכול מיוחד...)
אנשטאט טראכטן וואס דו וואלסט געקענט טוהן, טראכט וואס דו קענסט טוהן.
נישט יעדע זאך וואס מ'האט נישט פיינט ברויך מען ליעב האבן.
נישט יעדע זאך וואס מ'האט נישט ליעב ברויך מען פיינט האבן.
שטייט כמים פנים אל פנים, נישט כמים לב אל לב ודו"ק.
ווען דו טראכסט אז דו ביזט קלוג, איז א סימן מובהק אז דו ברויכסט קלוגער ווערן.
ווען דו ביסט פונה למעלה ביסטו ארויפגעקוקט, ווען דו ביסט פונה למטה ביסטו אראפגעקוקט.
טאמער איז מיין מצב דיר אזוי וויכטיג דאן ביסטו נישט גענוג וויכטיג.
נישטא קיין גרעסערע פוילקייט ווי טוהן זאכן שנעל. (בלי ישוב הדעת)
כמים לב כאפ איך נישט.
כאפ אויך נישט... קל וחומר ס'שטייט יא כן לב האדם לאדם
נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:04 am
דורך קאצקע ציקער
שמעקעדיג האט געשריבן:אויסערגעווענליך!! אויף יעדע פסוק קען מען שרייבן אסאך מצודות ופירושים....
אגב, אות י' איז דער יסוד פון דר. סארנא'ס מעטאד.
און אות א' איז די יסוד פון פסיכאלאגיע
נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:19 am
דורך שבת אחים
קאצקע ציקער האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:אויסערגעווענליך!! אויף יעדע פסוק קען מען שרייבן אסאך מצודות ופירושים....
אגב, אות י' איז דער יסוד פון דר. סארנא'ס מעטאד.
און אות א' איז די יסוד פון פסיכאלאגיע
נישט ממש , אבער די יסוד פון א מענטש׳ס איגאו ego.
נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:28 am
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער: כ'מיין דער אריגינאלער בעל המימרא איז (דער גרויסער) כוכב. נישט קל וחומר. ופשוט הוא. אז דער פסוק פיהרט אויס...כן לב האדם אל האדם...נאר ווען ער וואלט דאס איינגעזעהן, האט ער דאך נישט קיין פשט'ל...

נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:37 am
דורך קאצקע ציקער
שבת אחים האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:אויסערגעווענליך!! אויף יעדע פסוק קען מען שרייבן אסאך מצודות ופירושים....
אגב, אות י' איז דער יסוד פון דר. סארנא'ס מעטאד.
און אות א' איז די יסוד פון פסיכאלאגיע
נישט ממש , אבער די יסוד פון א מענטש׳ס איגאו ego.
מיין פאוינט איז אז ווען די טערעפיסטען וואלטן איינגעזעהן אז די מענטש פירט זיך אויף אזוי ווייל דאס "קינד" אין עים טוט עפעס וויי וואלט מען געקענט מער אויפטון
נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 3:57 am
דורך berlbalaguleh
קאצקע צוקער: כמו שאמרת. אז די עכטע טעראפיסטן האלטן טאקע אז ווען א דערוואקסענער מענטש צו ווילדעוועט זיך און אקט אומ-ראציאנאל, איז עס די טראומא וואס ער איז אריבער אלס קינד. און דאס אומבאהאלפנקייט פון די יוגנט וועקט זיך אויף אין איהם...!
נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 4:23 am
דורך קאצקע ציקער
בעיוטעפול. ס' מיר א חידוש אז א יוד פונעם עלטערן דור ווייסט דאס. ר בערל יו אר די מען!!!!
נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 7:49 am
דורך מישו מאוד מעניין
שש איך האלט קומנדיגע קונטרס זאלסטו מאכן א שיינעם ארטיקל ווי די זאלסט צו נעמן יעדער זאך
עס קען זיין א הערליכע זאך
נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 8:47 am
דורך קאווע טרינקער
לעצטענס טרעפט שש אלטע כתבי ידות... יתכן אז ער האט אפגעקויפט דעם גאלציאנער אוצר. עפעס דענק איך אז יאיר האט געלייגט א האנט אויף איין פארלוירענע פרק אין משלי.
נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 11:36 am
דורך זבולון
wow!!! וואונדערבאר, יעדן פאראגראף קען מען עקסטער באארבעטן, יכלה הזמן והם לא יכלו.
כל המשלים סודות ומשלי שש סודי סודות.
Re: משלי שש
נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:02 pm
דורך קל וחומר
כ'זעה אז דער עולם האט נישט געכאפט דעם כמים פנים ווארט על אף וואס כ'האב געשריבן ודו"ק.
וועל איך מפרש זיין.
ווען ס'שטייט ווען 'כמים לב אל לב כן פני האדם' וואלט דאס געמיינט אז טאמער האב איך יענעם ליעב (באמת) דארף זיך עס אנערקענען אויף זיין פנים. די מציאות איז אבער נישט אלעמאל אזוי. פארדעם שטייט כמים פנים אל פנים כן לב האדם, אז דו זאלסט וויסן אז אפילו פון דערויסן קוקט נישט אויס, אבער די לב איז יא שלם אתך.
נשלח: דאנערשטאג יוני 30, 2016 1:35 pm
דורך berlbalaguleh
קל וחומר: ס'איז א שיינער דרש. אבער ביי מיר איז עס אייביג געווען פשוט. אז דער פסוק אין משלי רעדט נישט פון די אויסערליכע איינדרוק. נאר פון די אינערליכע געפיהלן. אז געפיהלן פון א מענטש זענען אן אפשפיגלונג פון די הערצער. ער ברענגט נאר א רעאליסטישן משל פון אן אפשפיגלונג אין וואסער. אזוי ווי מ'זעהט אויף א סאך שיינע פעינטינגס. די ווארט ..."פנים"... דא מיינט נישט א פיזישן פנים נאר א ריפלעקשן.