בלאט 1 פון 1

משלי קל

נשלח: דינסטאג יולי 12, 2016 11:02 am
דורך קל וחומר
נעניתי לבקשת חבירין ארויסצוקומען מיט אן אייגן משלי על אף וואס איך בין זיך נישט מדמה צו קיינעם פון די פריעדיגע צוויי גרויסע מחברים, אעפ"כ קען זיין אז דורך א קנאת סופרים וועט נתרבה ווערן חכמה ובזה החלי.

א - ווען רעאליטעט שלאגט דיר אין פנים, שלאג נישט צוריק.
ב - האפענונג איז ווען מ'קען זיך נישט באגעגענען מיטן רעאליטעט.
ג - פיינטשאפט איז באצווינגענע ליעבשאפט (חיבור).
ד - מיין שמחה ברענגט דיינס, דיינס ברענגט מיינס, לאמיר ביידע זיין בשמחה.
ה - ווען איך ווייס אז איך ווייס נישט ווייס איך אז איך ווייס עפעס.
ו - צופרידנקייט איז דארט וואו די רצון האט זיך געענדיגט.
ז - אז איינער איז געשטיגן מיינט אז ער איז געווען אויף דער ערד.
ח - חכמה איז מיין שוועסטער, די אהבה איז אינערליך.
ט - פארכט מער דעם פאלשן ערפאלגונג ווי דעם אמת'ע דורכפאל.
י - ער קען נישט אויפגעבן דעם געוואוינהייט פון שטענדיג אויפגעבן.
יא - די וועלט איז נישט אזוי גלאט ווי ס'קוקט אויס און נישט אזוי רינדיג ווי דו מיינסט! (תרתי משמע)
יב - ווייניג האבן דעם חוש צו אנערקענען אין זייער חושים.
יג - דאווען אז דו זאלסט קענען דאווענען.
יד - לערן כדי זיך אויסצולערנען וויזוי צו לערנען.
טו - גראב נישט א גרוב וואס דו וועסט נישט קענען באדעקן.
טז - אן אויסערליך געשריי ווירקט אויף אנדערע, אן אינערליך געשריי ווירקט אויף זיך.
יז - קענסט קיינמאל נישט וויסן וואס דו ווייסט אלץ נישט.
יח - יעדע תגובה קומט מיט אזא שטארקע לייק אז עס קען נישט דיסלייקט ווערן. (תרתי משמע)
יט - טפשות קען נישט זיגן חכמה, ס'קען עס אבער דערשטיקן.
כ - די זיסקייט פונעם שלאף איז די ערוועקונג.
כא - די וועלט וואס דו ווילסט טוישן איז די וועלט פון דיין בליק, טויש דיין ברילן וועסטו טוישן דיין וועלט.
כב - יעדע ארטיסט איז א גנב, ווייניג גנבים זענען ארטיסטן.
כג - פרוביר נישט איבערצייגן יענעם אין וואס דו ביסט נישט איבערצייגט.
כד - טפשות און חכמה קענען זיך אמאל באגעגענען, אבער פון גאנץ אנדערע וועגן.